צל עובר האט געשריבן:
סושי האבן פון די שענסטע אידן בקהילתינו ר' אליעזר ווייס און ר' גרשון מענדל ניימאן, געוואלט פארקויפן, דירות זענען א גרויסע חלק בילדערס בכלל נישט פון די מתפללים אין גרויסן ביהמ"ד, סוי אויב עפעס איז פארקערט.
אזוי גערעכט
אזוי גייען אלע העצערייען.
פונקט געהערט א גוטע מעשה, א אינגערמאן פון וומ"ס וואס האט זיך ב"ה געצויגן קיין קר"י, ער איז געווען אין די מארקעט פון זוכן א דירה אין קר"י און א בראוקער האט אים אנגעטראגן א נייע דירה אין איינע פון די דעוועלאפמענטס אין הארץ פון קר"י, דער בעה"ב פונעם פראיעקט איז דוקא איינער וואס עסט נישט קיין אריזאנע מצות.
דער בראוקער האט געברענגט צום קונה א פרייז פון 290 א סק. פוס, דער פאטענציעלער קונה איז אריין צום סאטמאר רבי'ן מהר"א זיך שואל עצה זיין, און דער רבי האט אים נישט געלאזט אריינשפרינגען אין אזא טייערע געשעפט, דער אינגערמאן איז צוריק צום בראוקער אז 'מיין רבי לאזט מיך נישט, עס איז צו טייער'.
ביז אפאר שעה האט דער בעה"ב פונעם פראיעקט זעלבסט, א איד א נגיד ונשוא פנים אנגערופן דעם קונה און געפרעגט די דעטאלן פונעם שמועס מיטן רבי'ן, נאכן הערן דעם רבי'נס קלארע הוראה, גיט ער אן אפפער פארן אינגערמאן פון 250 דאלער א סק. פיס! א דראפ פון פערציג דאלאר אין אפאר שעה.
דער אינגערמאן איז צוריקגעגאנגען צום רבי'ן און פאר דעם נייעם פרייז האט דער רבי אים געגעבן א ווארימע ברכה, און דער מקח איז געווארן געשלאסן.
זאת אומרת, ווען די קונים זענען פאראייניגט קען מען ווען מאכן תקנות, די אינפארסמענט דארף נישט קיין באהערדע, עס דארף אן אייזערנעם החלטה פון קונים און א רעוואלט קעגן מפקיעי ומייקרי שערים המכונים דעוועלאפער, אייגנטומער, בראוקער וכל שום וחניכא דאית להו, והם עתידין ליתן את הדין, בבית דין של מעלה קען מען נישט ברענגען ראיות פון סושי און חתונה זאלן, דארט פרעגט מען צום פינטל: האסטו געקענט אראפלאזן פערציג דאלאר א סקווער פיס און נאך אלס מאכן אסאך געלט? מיט וואספארא רעכט האסטו באראבאוועט דיין ברודער/שכן/חבר און אויסגענוצט די דירות מאנגל מייקר צו זיין די שערים? אן קיין תקנות ביסטו בארעכטיגט צו רייסן די טאשן פון היימישע אידן?
....סארי, איך האב געמיינט אז אויב זיי קענען מאכן סושי תקנות, קענען זיי אויך מאכן דירות תקנות.....
אוי לנו מיום הדין ואוי לנו מיום התוכחה