דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

ווייניארד

תגובה דורך שה אחד »

ווייסט איינער קראנטע אינפארמעשן ווען די ערשטע פאזע פון ווייניארד גייט זיין רעדי צו קלאוזן?
לעצט פארראכטן דורך שה אחד אום מיטוואך נאוועמבער 29, 2017 2:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

שה אחד האט געשריבן:ווייסט איינער קראנטע אינפארמעשן ווען די ערשטע פאזע פון ווייניארד גייט זיין רעדי צו קלאוזן?
וועלכע בילדינג/בילדינגס איז די ערשטע פאזע?


די ערשטע פאזע איז שוין רעדי צו קלויזען
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובה דורך שה אחד »

וועלכע בילדינג # איז די ערשטע פאזע?
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

שה אחד האט געשריבן:וועלכע בילדינג # איז די ערשטע פאזע?


ווייס איך נישט

איך הער אבער אז זייער אסאך יונגעלייט קענען נישט קלאוזען וועגן מארטגעזש און אסאך ווערן פארקויפט יעצט פאר אנדערע
דער מח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 3:18 pm

תגובה דורך דער מח »

לויטן יעצטיגן פלאן גייט זיין איין גרויסע פאזע, אלע וועלן קלאוזן אין די יעצטיגע תקופה ביז א חודש צוויי און אפשר דריי.
די ערשטע בילדינגס זענען שוין כמעט געענדיגט פעינטן און מ'דארף נאך סקרעיפן, די אויבערשטע בילדינגס האט מען זיך גענומען מורא'דיג יאגן, מ'האט שוין אינסטאלירט איבעראל די קיטשענ'ס (פארגאנגענע וואך), און אין די קומענדיגע וואך צוויי גייט מען פעינטן.
לגבי קלאוזן האט זיך שוין אנגעהויבן אין גרויסן די קאנטראקט אויסארבעטן פראצעדור און אלעס גייט ווי איבעראל.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

זעה איך מהאט אראפגעהאקט א בנין אויף קוויקוועי איינער ווייסט וואס סקומט דארט?
שה אחד
שר חמש מאות
תגובות: 808
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 4:05 pm

תגובה דורך שה אחד »

דער מח האט געשריבן:לויטן יעצטיגן פלאן גייט זיין איין גרויסע פאזע, אלע וועלן קלאוזן אין די יעצטיגע תקופה ביז א חודש צוויי און אפשר דריי.
די ערשטע בילדינגס זענען שוין כמעט געענדיגט פעינטן און מ'דארף נאך סקרעיפן, די אויבערשטע בילדינגס האט מען זיך גענומען מורא'דיג יאגן, מ'האט שוין אינסטאלירט איבעראל די קיטשענ'ס (פארגאנגענע וואך), און אין די קומענדיגע וואך צוויי גייט מען פעינטן.
לגבי קלאוזן האט זיך שוין אנגעהויבן אין גרויסן די קאנטראקט אויסארבעטן פראצעדור און אלעס גייט ווי איבעראל.



אין וואס ווענד זיך צו ס'וועט נעמען איין חודש צי צוויי צי גאר דריי?
אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 24, 2017 2:50 pm

איין רומיגע דירה

תגובה דורך יאסעלע »

איך זוך צו דינגען א גרויסע בעדרום מיט א סינק און ביה"כ און פורניטשער פאר א סינגל מענטש אין קרית יואל.

ווער עס ווייסט וואו מ'קען עס באקומען זאל זיך ביטע ווענדן אין אישי, ולמצוה גדולה יחשב!
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובה דורך מיללער »

איינער ווייסט וואו עס האלט די דעוועלאפמענט ביי קערעסטיר/וויניארד? האט מען שוין אריינגעמופט, וויפיל דירות רעדט מען דארט?
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

תגובה דורך אחת ואחת »

מיללער האט געשריבן:איינער ווייסט וואו עס האלט די דעוועלאפמענט ביי קערעסטיר/וויניארד? האט מען שוין אריינגעמופט, וויפיל דירות רעדט מען דארט?

קיינער האט נאך אפ' נישט געקלויזט, מ'זאגט האפענטליך אויף פסח, וועלן שוין די ערשטע משפחות זיך אריינציען בעז"ה, איך מיין אז די דוועלעפמענט רעדט זיך פון ארום 150 דירות
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
ichud72
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:54 am

תגובה דורך ichud72 »

הערליכע 6 רום upgraded דירה אין קרית יואל צום פארקופן,
לעמבערג גאס 4th floor
ביטע וועדן אין אישי
Central air condition,
Central vacuum
Passover kitchen,
10’ X 10’ storage
13X12 porch,
Moldings, Night Lamp, and many other
לעצט פארראכטן דורך ichud72 אום פרייטאג פעברואר 02, 2018 9:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חלה
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובה דורך חלה »

ichud72 האט געשריבן:הערליכע 6 רום upgraded דירה אין קרית יואל צום פארקופן,
לעמבערג גאס 4th floor
ביטע וועדן אין אישי

8 lemberg unit 405?
ichud72
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:54 am

תגובה דורך ichud72 »

יא
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ichud72 האט געשריבן:הערליכע 6 רום upgraded דירה אין קרית יואל צום פארקופן,
לעמבערג גאס 4th floor
ביטע וועדן אין אישי
Central air condition,
Central vacuum
Passover kitchen,
10’ X 10’ storage
13X12 porch,
Moldings, Night Lamp, and many other

וויפיל סקווער פיס? ווי]יל רומס? פרייז פער פיס?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
ichud72
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:54 am

תגובה דורך ichud72 »

ביטע ווענדן אין אישי,
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

סאדאם חוסעין האט געשריבן:
ichud72 האט געשריבן:הערליכע 6 רום upgraded דירה אין קרית יואל צום פארקופן,
לעמבערג גאס 4th floor
ביטע וועדן אין אישי
Central air condition,
Central vacuum
Passover kitchen,
10’ X 10’ storage
13X12 porch,
Moldings, Night Lamp, and many other

וויפיל סקווער פיס? ווי]יל רומס? פרייז פער פיס?


א פערטע שטאק איז נישט ווערט . חוץ אויב עס גייט פאר רענט,
אדרבה פרעג די אלע אידן (זייערע ווייבער) וואס האבן יא געקויפט אויפן פערטן שטאק, צו זיי זענען ציפרידן
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך בין בכלל מסופק צו עס לויט זיך נאך היינט פאר א בילדער צו בויען 4 שטאק.

א דריטע שטאק טאפ פלאר ווערט צוכאפט פאר טאפ דאללאר ביי די מיטעלע און העכערע שיכט קונים, בעת א פערטע (לייען פיפטע) פארטרייבט פאטענציאלע גוטע קאסטומער אפילו פון די נידעריגערע שטאקן.

ווי אויך איז די בוי קאסט פילפאכיג מער פער סקווער פוס ביי א הויכשטאקיגע געביידע. מען ברויך מער אינוועסטירן אין פלאנירונג, אינדזשענירינג, סטרוקטור, עלעוועיטער און אפילו אדווערטייזינג... און בכלל רעכענען אסאך סובס מער פאר הויכע שטאק ארבייט, מען מוז דאך ציען די ווייערינג סאך העכער. עס איז דא צענדליגער טעכנישע קלייניקייטן וואס קאסטן אפ, ווי צ.ב.ש. מער אייזערנע ביעמס, סעיפטי איינריטונגען, א ספעציעל העכערע קרעין א.ד.ג ווי אויך די לענגערע צייט פון בוי ארבייט.

אויך דערלייגט מען די קאממאן עריע (פארקינג - גראז - סטעפס - פארטשעס - האללוועיס) וואס מען מוז צולייגן פאר נאך א שטאק דירות.

בס"ה פארדינט מען טאקע א שיבוש מער פון א 4טע שטאק, אבער מען דערלייגט די פרעסטידזש. ווארום דער בנין בלייבט שטיין ווי א מאנומענט מיטן בילדערס נאמען דערויף.
ichud72
אנשי שלומינו
תגובות: 5
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 10:54 am

תגובה דורך ichud72 »

צווי שכנים אופן פערטן שטאק דא וואס האבן געקופט דווקא אופן פערטן שטאק , (איינער האט שון געוואוינעט פאר 3 יאר אופן ״ערשטע שטאק״) זאגן. אז זיי וועלן פאר קיין געלט נישט קופן ערשטע שטאק...
אופן פערטן שטאק: קיינער טאנטצט נישט אויף דיין קאפ
אופן פערטן שטאק: porch פרייוועט 100% כשר סוכה
אופן פערטן שטאק: די פיס גייער שטערן נישט
אופן פערטן שטאק: קיינער קען נישט אריין זעהן פין די פענסטער
ועוד..
אוועטאר
סיז מסודר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm
לאקאציע: מזרח וואנט

תגובה דורך סיז מסודר »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך בין בכלל מסופק צו עס לויט זיך נאך היינט פאר א בילדער צו בויען 4 שטאק.

א דריטע שטאק טאפ פלאר ווערט צוכאפט פאר טאפ דאללאר ביי די מיטעלע און העכערע שיכט קונים, בעת א פערטע (לייען פיפטע) פארטרייבט פאטענציאלע גוטע קאסטומער אפילו פון די נידעריגערע שטאקן.

ווי אויך איז די בוי קאסט פילפאכיג מער פער סקווער פוס ביי א הויכשטאקיגע געביידע. מען ברויך מער אינוועסטירן אין פלאנירונג, אינדזשענירינג, סטרוקטור, עלעוועיטער און אפילו אדווערטייזינג... און בכלל רעכענען אסאך סובס מער פאר הויכע שטאק ארבייט, מען מוז דאך ציען די ווייערינג סאך העכער. עס איז דא צענדליגער טעכנישע קלייניקייטן וואס קאסטן אפ, ווי צ.ב.ש. מער אייזערנע ביעמס, סעיפטי איינריטונגען, א ספעציעל העכערע קרעין א.ד.ג ווי אויך די לענגערע צייט פון בוי ארבייט.

אויך דערלייגט מען די קאממאן עריע (פארקינג - גראז - סטעפס - פארטשעס - האללוועיס) וואס מען מוז צולייגן פאר נאך א שטאק דירות.

בס"ה פארדינט מען טאקע א שיבוש מער פון א 4טע שטאק, אבער מען דערלייגט די פרעסטידזש. ווארום דער בנין בלייבט שטיין ווי א מאנומענט מיטן בילדערס נאמען דערויף.

דו האסט זייער גוטע סברות.
איך בין אבער זיכער אז סלוינט זיך יא צו בויען א פערטע שטאק, ווייסט פון ווי איך ווייס?
ווייל "קיינער" בויעט שוין נישט קיין דריי שטאק
רב ואב"ד דק"ק סיזמע והגלילות
פה סיזמע, טערקיי
מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יאנואר 26, 2018 12:10 pm

תגובה דורך מחנך ב2018 »

וואס איז טאקע די סיבה פארוואס קארלסבורג איז בלויז דריי שטאק, קומט דאס טאקע בלויז צוליב גוטסקייט?!
אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר האלף
תגובות: 1072
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 11:15 am

תגובה דורך ס'רעגענט ס'גיסט »

מחנך ב2018 האט געשריבן:וואס איז טאקע די סיבה פארוואס קארלסבורג איז בלויז דריי שטאק, קומט דאס טאקע בלויז צוליב גוטסקייט?!

די צווייטע פאזא אויף קארלסבורג איז פיר שטאק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובה דורך ר' יום טוב »

בלויז 2 בנינים פון די 2'טע פאזע קארלסבורג איז 4 שטאק.
איך מיין מ'האט אים נישט געלאזט בויען 4 שטאק מיט די בנינים אזוי נאענט איינס צום אנדערן.

עס איז באוויסט אז ביי איינע פון די גרויסע מערסט צוזאמדריקטע גאסן, האט מען צוערשט אריינגעגעבן די פלענער פאר א נארמאלע גאס, נאר אינצווישן איז דער פלאנירער פירמע צוריקגעקומען מיט א פארדרייטע פראפאזעל וואס האט אריינגעשטעלט נאך איין בנין וואס האט צוגעברענגט א קיימא לן פון קנאפע 8 (!) פראצענט מער דירות צום דעוועלאפמענט.

זה אומר לי, אז די פארדינסטן זענען נישט עפעס אזוי אומגעהויער, ובפרט אז די שפעטערדיגע אויסגאבן זענען פיל מער.
אוועטאר
שמאלציג
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 23, 2014 2:52 pm

תגובה דורך שמאלציג »

קרית יואל האט אן אמת'ן דירות קריזיס, די וועג ווי אזוי דירות ווערן געבויעט פאר אידישע קינדער כהיום אין קר''י איז אן אמת'ער קריזיס,
נישט מענטשליך, נישט תורה'דיג, נישט אחריות'דיג, נישט אידישלעך.

נישט מענטשליך
ווי האט איר געזעהן בויען אזויפיל צוזאמענגעשטיפטע הייזער אן קיין טראפט ליפט צו אטעמען? א יעדע מוניציפאליטי האט גיידליינס וויפיל קאמאן איריע עס דארף זיין פאר א דעועלאופמענט פער סקווער פיס ליוועבל ספעיס, ווי אין די וועלט שטיפט מען אריין הונדערטער נפשות אין א שמאלע גאס מיט 4 שטאקיגע בנינים?

נישט תורה'דיג,
מה טובו אוהליך יעקב, ראה שאין פתחיהם מכונים זו כנגד זו, אינגאנצען אויסגעריסן. מ'קוקט אריין אין יענעמס טעלער אריין, אין יענעמס פרייוועט לעבן, אין יענמס פארטש, אין יענעמס בעדרום, עס ברענגט נישט קיין גוטס אין רוחניות, און דאס איז נישט פאר איין מינוט אדער אפאר חדשים ווי קאנטרי, דאס איז יום יום, ושכינה מה אומרת? אפשר ביים אריינמופן זענען נאך די משפחות קליין, מיט קליינע קינדער, ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועט מען באוויינען אלע מכשולות וואס דאס ברענגט, דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט.

נישט אחריות'דיג,
ווי איז סעיפטי?, ווי אזוי קען מען עקפעקטן עס זאל נישט געשען קיין עקסידענט ע''פ דרך הטבע ווען גאסן זענען אזוי צוזאמגעשטיפט מיט הינדערטער קליינע קינדער?, נישטא ווי זיך צו רורען, נישטא ווי צו פארקן ווייל עס ווערט צוגעמאכט מיט א געיט/שטריק די קינדער זאלן קענען פאר'ן מיט די בייקס. ועל ניסך שבכל יום עמנו, זאל דער אייבערשטער ווייטער האלטן די רענטע האנט.

נישט אידישלעך
די גמרא זאגט דירה נאה מרחבת דעתו של אדם. די היינטיגע הינען שטייג לעכער מיינט נישט דאס. א אידישע משפחה דארף לופט צו אטעמען, דארף ווי זיך אויסצוצוען, דאס איז נישטא מער צובאקומען היינט אין ק''י, זיכער אז דער רעבע ז''ל שעפט נישט קיין נחת פון וואס מ'טוט היינט מיט זיין הייליגע שטעטל וואס ער האט אזויפיל געבליטיגט דערפאר.

אידן וועקט אייך אויף!!!
לעמבערגער איד
שר חמישים
תגובות: 89
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 25, 2015 2:51 pm

תגובה דורך לעמבערגער איד »

שמאלציג האט געשריבן:קרית יואל האט אן אמת'ן דירות קריזיס, די וועג ווי אזוי דירות ווערן געבויעט פאר אידישע קינדער כהיום אין קר''י איז אן אמת'ער קריזיס,
נישט מענטשליך, נישט תורה'דיג, נישט אחריות'דיג, נישט אידישלעך.

נישט מענטשליך
ווי האט איר געזעהן בויען אזויפיל צוזאמענגעשטיפטע הייזער אן קיין טראפט ליפט צו אטעמען? א יעדע מוניציפאליטי האט גיידליינס וויפיל קאמאן איריע עס דארף זיין פאר א דעועלאופמענט פער סקווער פיס ליוועבל ספעיס, ווי אין די וועלט שטיפט מען אריין הונדערטער נפשות אין א שמאלע גאס מיט 4 שטאקיגע בנינים?

ממש א שרעק,

נישט תורה'דיג,
מה טובו אוהליך יעקב, ראה שאין פתחיהם מכונים זו כנגד זו, אינגאנצען אויסגעריסן. מ'קוקט אריין אין יענעמס טעלער אריין, אין יענעמס פרייוועט לעבן, אין יענמס פארטש, אין יענעמס בעדרום, עס ברענגט נישט קיין גוטס אין רוחניות, און דאס איז נישט פאר איין מינוט אדער אפאר חדשים ווי קאנטרי, דאס איז יום יום, ושכינה מה אומרת? אפשר ביים אריינמופן זענען נאך די משפחות קליין, מיט קליינע קינדער, ווען די קינדער וועלן עלטער ווערן וועט מען באוויינען אלע מכשולות וואס דאס ברענגט, דעמאלטס וועט שוין זיין צו שפעט.

מכשולות גאר....

נישט אחריות'דיג,
ווי איז סעיפטי?, ווי אזוי קען מען עקפעקטן עס זאל נישט געשען קיין עקסידענט ע''פ דרך הטבע ווען גאסן זענען אזוי צוזאמגעשטיפט מיט הינדערטער קליינע קינדער?, נישטא ווי זיך צו רורען, נישטא ווי צו פארקן ווייל עס ווערט צוגעמאכט מיט א געיט/שטריק די קינדער זאלן קענען פאר'ן מיט די בייקס. ועל ניסך שבכל יום עמנו, זאל דער אייבערשטער ווייטער האלטן די רענטע האנט.

מען פאלט ווי פליגן...

נישט אידישלעך
די גמרא זאגט דירה נאה מרחבת דעתו של אדם. די היינטיגע הינען שטייג לעכער מיינט נישט דאס. א אידישע משפחה דארף לופט צו אטעמען, דארף ווי זיך אויסצוצוען, דאס איז נישטא מער צובאקומען היינט אין ק''י, זיכער אז דער רעבע ז''ל שעפט נישט קיין נחת פון וואס מ'טוט היינט מיט זיין הייליגע שטעטל וואס ער האט אזויפיל געבליטיגט דערפאר.

א וודאי, טייל קינדער שלאפן אין באדע צימער... ממש פיצקעלע דירות דא,

אידן וועקט אייך אויף!!!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ווער הייסט דיר וואוינען אין קרית יואל?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”