דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

דו אליינס שרייבסט

תגובה דורך lebediger berel »

דברים.JPG
דברים.JPG (18.96 KiB) געזען 4001 מאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

וואס איז די סתירות און מיינע ווערטער רבי בערל?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אז די תקנות איז נישט אזוי דרינגענד, און אז די פרייזן גייען במילא אראפ, וואס איז די ליצנות אויב ס'איז נישט אזוי שטרענג?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

די תקנות איז זייער זייער א וויכטיקע זאך אין איך האף אז סוועט טאקע ארויס קומען בקרוב
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אקעי מיר גייען אין רינגען, האב א כתיבה וחתימה טובה, און א גוט געבענטשט יאר, כ'האב מיר פארשפארט א פאן קאל דיר צו רופן, (דזשאסט קידינג) זיי געבענטשט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13895
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך פאטאקי08 »

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
קאץ און מויז האט געשריבן:די תקנות בני העיר קומט ארויס די וואך

??????????????
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

lebediger berel האט געשריבן:
Capture.JPG

וועלכער ספר איז דאס?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

איך האב געזוכט עפעס א אנדערע זאך אין היברובוקס, און דאס איז אפיר געקומען דרך אגב, כ'האב עס געקאפיט און אוועק געלייגט אין מיינע ארכיוו, אודה ולא אבוש כ'האב פארגעסן די נאמען פונעם ספר מ'דארף עס סוירטשן אויף היברובוקס, עך בין פויל יעצט אויף דער מינוט.
די סיבה פארוואס כ'האב עס יעצט ארויס געברענגט איז ווייל כ'האב געפילט אז די עסקנים און נחשונים אין ד.ס. און אין ב.ב. קענען ניצן א דאזע חיזוק האב איך באשלאסן עס ארויף צו לייגן אויף אלע אקטיווע אשכולות אינעם ישובים אפטיילונג דא אויפן וועלטל.
אשרי להם פאר ווער ס'קען טון עפעס פאזיטיוו צו פארלייכטערן די מצב ביי כלל ישראל, אויב איז אמת אז מ'ארבעט פלייסיג ביי קרית ויואל משה, ביטע אפדעיטן כסדר, אזוי אויך ביי אלע גרויסע דעוועלאפמענטס ווייל אליבא דאמת וועט נאר דאס אראפברענגען אדער לכל הפחות קאנטראלירן די פרייזן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

דער אמת איז

תגובה דורך lebediger berel »

אויב וואלט ווען געווען סוקסעספולע תקנות אין וויליאמסבורג פאר 25 יאר צוריק וואלט ניי וויליאמסבורג קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אלע טויזענטער אידן וואס וואוינען פון לינטש ביז דעקאלב וואלטן היינט געוואוינט אדער אין מייזן לעכער צען שטאק אונטער דער ערד אין ווילי אדער ווי גליקליכע מענטשן ערגעץ אין א נייע ישוב, סא, אפשר איז תקנות יא א גוטע זאך. זאל אלעס דא קראכן און אזוי וועט מען מוזן זוכן נאך א געגנט און נאך א געגנט, ווער ווייסט?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

lebediger berel האט געשריבן:אויב וואלט ווען געווען סוקסעספולע תקנות אין וויליאמסבורג פאר 25 יאר צוריק וואלט ניי וויליאמסבורג קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אלע טויזענטער אידן וואס וואוינען פון לינטש ביז דעקאלב וואלטן היינט געוואוינט אדער אין מייזן לעכער צען שטאק אונטער דער ערד אין ווילי אדער ווי גליקליכע מענטשן ערגעץ אין א נייע ישוב, סא, אפשר איז תקנות יא א גוטע זאך. זאל אלעס דא קראכן און אזוי וועט מען מוזן זוכן נאך א געגנט און נאך א געגנט, ווער ווייסט?

און דאס איז ווארשיינליך די אגענדע פון טייל תקנות פראפאנעטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובה דורך ראבב »

תקנות שוין א פאקט אזוי שטיט אין דער איד דעקעל
איך מיין עס אמתדיג
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 4:42 pm

תגובה דורך איך מיין עס אמתדיג »

עס איז דא דארט א קול קורא אדער עפעס ענדליכ'ס?
ראבב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 23, 2017 2:55 pm

תגובה דורך ראבב »

ניין שטייט אז קול קורא שוין געחתמענט דרוך רבני כל הקהילות בקרית יואל פרטים יבאו עכ"ל
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

הער'ך אז די רבנים גייען בימים הנוראים מחזק זיין די זאך
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

lebediger berel האט געשריבן:אויב וואלט ווען געווען סוקסעספולע תקנות אין וויליאמסבורג פאר 25 יאר צוריק וואלט ניי וויליאמסבורג קיינמאל נישט צושטאנד געקומען אלע טויזענטער אידן וואס וואוינען פון לינטש ביז דעקאלב וואלטן היינט געוואוינט אדער אין מייזן לעכער צען שטאק אונטער דער ערד אין ווילי אדער ווי גליקליכע מענטשן ערגעץ אין א נייע ישוב, סא, אפשר איז תקנות יא א גוטע זאך. זאל אלעס דא קראכן און אזוי וועט מען מוזן זוכן נאך א געגנט און נאך א געגנט, ווער ווייסט?

זייטזשע אזוי גוט און ערקלערט אייערע ווערטער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

זייער פשוט, אינוועסטירער און דעוועלאפער וועלן קיינמאל נישט אריינשפרינגען אין א פלאץ ווי ס'איז דא א דאך אויפן ריטוירן, (כ'רעד פון ריעל עסטעיט וכדו' און כ'רעד פון אריין גיין לכתחלה) אויב קען ער נעמען דאס געלט און עס לייגן דארט ווי מ'שטערט אים נישט צו מאכן דאס מערסטע וועט ער עס אהין לייגן.
יעצט די אלע צוגעקומענע שטחים זענען אהער געשטעלט געווארן במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר דורך מענטשן וואס האבן געהאלטן אז דאס איז זייער בעסטע אינוועסטמענט, און אזוי איז וויליאמסבורג געוואקסן ווי אויף הייוון. עס איז א דבר פשוט מאוד פאר ווער ס'פארשטייט א משהו צו פינאנציעלע ווירטשאפט און פאר ווער ס'קוקט אביעקטיוו וויאזוי א עקאנאמיע ארבעט. ווען דער עולם דא (אינעם אשכול) זאל זיך קאנטראלירן קען מען עס ווען מסביר זיין פשוטו כמשמעו מיט נעמען און אדרעסן, נאר ליידער ווערט יעדער אזוי פארלוירן און אנגעווייטיגט ווען מ'זעט אז פרייזן שטייגן אז מ'פארלירט דעם שכל הישר, און כ'בלעים זיי נישט ווייל אין אדם נתפס על צערו, דאס טוישט אבער נישט דעם הארטן מציאות וואס קען נישט געבויגן ווערן דורך גוטע רצונות און געפילן, אז אזא זאך ווי בויען דירות און הויזינג "אויפן לאנגען טערמין" קען נאר אויסהאלטן דורך מארקעט געטריבענע לעזונגען און נישט קיין געצווינגענע.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובה דורך משה11 »

געהערט שמועסן אז עס גייט ארויסקימען ערב ראש השנה!
רויט
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 28, 2016 11:28 am

תגובה דורך רויט »

lebediger berel האט געשריבן:זייער פשוט, אינוועסטירער און דעוועלאפער וועלן קיינמאל נישט אריינשפרינגען אין א פלאץ ווי ס'איז דא א דאך אויפן ריטוירן, (כ'רעד פון ריעל עסטעיט וכדו' און כ'רעד פון אריין גיין לכתחלה) אויב קען ער נעמען דאס געלט און עס לייגן דארט ווי מ'שטערט אים נישט צו מאכן דאס מערסטע וועט ער עס אהין לייגן.
יעצט די אלע צוגעקומענע שטחים זענען אהער געשטעלט געווארן במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר דורך מענטשן וואס האבן געהאלטן אז דאס איז זייער בעסטע אינוועסטמענט, און אזוי איז וויליאמסבורג געוואקסן ווי אויף הייוון. עס איז א דבר פשוט מאוד פאר ווער ס'פארשטייט א משהו צו פינאנציעלע ווירטשאפט און פאר ווער ס'קוקט אביעקטיוו וויאזוי א עקאנאמיע ארבעט. ווען דער עולם דא (אינעם אשכול) זאל זיך קאנטראלירן קען מען עס ווען מסביר זיין פשוטו כמשמעו מיט נעמען און אדרעסן, נאר ליידער ווערט יעדער אזוי פארלוירן און אנגעווייטיגט ווען מ'זעט אז פרייזן שטייגן אז מ'פארלירט דעם שכל הישר, און כ'בלעים זיי נישט ווייל אין אדם נתפס על צערו, דאס טוישט אבער נישט דעם הארטן מציאות וואס קען נישט געבויגן ווערן דורך גוטע רצונות און געפילן, אז אזא זאך ווי בויען דירות און הויזינג "אויפן לאנגען טערמין" קען נאר אויסהאלטן דורך מארקעט געטריבענע לעזונגען און נישט קיין געצווינגענע.

קען זיין עס איז אמת אז די דעוועלאפערס וועלן מער נישט וועלן בויען אין קרית יואל, אבער עס קענען זיין גענוג דעוועלאפערס אידישע אין להבדיל גויש'ע וועלכע זענען יא גרייט צו מאכן פראפיט "בלויז 45.00" פער ס"פ.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובה דורך יאצמעך »

רויט האט געשריבן:

בערל זאגט זייער שטארק.

איך בין יונק פרנסה פון א געוויסע לאסס וואס דעוועלאפערס שטייען אויס (אכמ״ל משום גילו) נישט אייביג קען מען דאס אויסרעכענען פון פאראויס, דאס מיינט אז פון די $45 וואס דו פארגינסט אים יא קען אויך ווערן געשניטען, און דאס איז נאר איינס פון די פילע ריסקס וואס בויען נעמט אריין.

די סיבה פארוואס ער נעמט די ריסק איז ווייל ער קען מאכן ציווישן $25 און $100 א ס״פ, אבער אויב ווערט ער געקעפט ביי $45 לוינט זיך עס נישט.

ריסקס און פיינענטשעל עול האט א וועליו און ס׳שווער צו פארגלייכן איינס מיטן צווייטן און ציילן וויפיל די דעוועלאפער מאכט אויף א ס״פ.

דיסקלעימער: איך בין נישט באהאווענט מיט די קאסט אף קאנסטראקשאן און די פרייזן אין ק״י ווי אויך האב איך נישט דורך געטון די תקנות לעמקה של דבר, איך רעד פון בערל׳ס פוינט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
ggg
שר האלף
תגובות: 1061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובה דורך ggg »

משה11 האט געשריבן:געהערט שמועסן אז עס גייט ארויסקימען ערב ראש השנה!

לויט ווי איך הער האלט עס ביי די לעצטע שטאפלן פון זיך דורך קימען מיט נאך איין בילדער און דעמאלטץ קימט ארויס אלע בריוון.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

רויט האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:זייער פשוט, אינוועסטירער און דעוועלאפער וועלן קיינמאל נישט אריינשפרינגען אין א פלאץ ווי ס'איז דא א דאך אויפן ריטוירן, (כ'רעד פון ריעל עסטעיט וכדו' און כ'רעד פון אריין גיין לכתחלה) אויב קען ער נעמען דאס געלט און עס לייגן דארט ווי מ'שטערט אים נישט צו מאכן דאס מערסטע וועט ער עס אהין לייגן.
יעצט די אלע צוגעקומענע שטחים זענען אהער געשטעלט געווארן במשך די לעצטע פינף און צוואנציג יאר דורך מענטשן וואס האבן געהאלטן אז דאס איז זייער בעסטע אינוועסטמענט, און אזוי איז וויליאמסבורג געוואקסן ווי אויף הייוון. עס איז א דבר פשוט מאוד פאר ווער ס'פארשטייט א משהו צו פינאנציעלע ווירטשאפט און פאר ווער ס'קוקט אביעקטיוו וויאזוי א עקאנאמיע ארבעט. ווען דער עולם דא (אינעם אשכול) זאל זיך קאנטראלירן קען מען עס ווען מסביר זיין פשוטו כמשמעו מיט נעמען און אדרעסן, נאר ליידער ווערט יעדער אזוי פארלוירן און אנגעווייטיגט ווען מ'זעט אז פרייזן שטייגן אז מ'פארלירט דעם שכל הישר, און כ'בלעים זיי נישט ווייל אין אדם נתפס על צערו, דאס טוישט אבער נישט דעם הארטן מציאות וואס קען נישט געבויגן ווערן דורך גוטע רצונות און געפילן, אז אזא זאך ווי בויען דירות און הויזינג "אויפן לאנגען טערמין" קען נאר אויסהאלטן דורך מארקעט געטריבענע לעזונגען און נישט קיין געצווינגענע.

קען זיין עס איז אמת אז די דעוועלאפערס וועלן מער נישט וועלן בויען אין קרית יואל, אבער עס קענען זיין גענוג דעוועלאפערס אידישע אין להבדיל גויש'ע וועלכע זענען יא גרייט צו מאכן פראפיט "בלויז 45.00" פער ס"פ.

דער אשכול גייט שוין אין רינגען פאר מער ווי א יאר, יאצמעך האט עס אביסל מער בארירט, יעדער איינער גייט קומען צולויפן און מאכן קלארע פראפיט אפילו איין דאללער.
אבער
ווען מ'דארף נעמען אזעלכע גרויסע פראיעקטן און אינוועסטירן אזויפיל געלט כח און מח, וועט "קיין איין באזעסענער אינוועסטאר נישט זוכן אזא געשעפט" ער קען רואיג טרעפן גענונג און נאך פלעצער ווי מ'האלט אים נישט אפ, אלזא מה לו ולצרה הזאת, "אלע" גרויסע דעוועלאפמענטס סיי ביי היימישע און סיי ביי נישט היימישע האבן זיך אנגעפאנגען ווען צוליב איזה סיבה שהוא האט דער "בעל המשקיע ממון" געהאלטן אז דאס איז איצט די "בעסטע" פאר אים. און אויב נעמסטו דאס צו פון אים, וועט ער נישט קומען דא אינוועסטירן. איך רעד נישט יעצט פון איינעם וואס האלט שוין אינמיטן בויען פון וועם דו רעדסט יעצט, מ'רעדט פון א חלום אויף זעקס זיבן אכט און אויך זעכצן זיבעצן אכצן יאר ארום.
נאכאמאל, כ'האב עס שוין צען מאל געשריבן, קען זיין אז יעצט איז דא אזא גרויסער פראבלעם "אויף די מינוט" און מ'מוז עס סאלווען אפילו פאר אזא ביטערע פרייז. איך שריי נאר, זייט וויסן אז מ'רעדט פון צאלן א פרייז פאר די תקנות, (שטייט זיך בדרך הטבע, אויב ווילט איר גיין שלא על פי טבע, דארף מען נישט קיין תקנות, ווי האט מען געזאגט אין בעלז, מ'וועט פארן צום רבי'ן און האבן קינדער) און א גאר טייערע פרייז.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
הב הב
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:08 pm

תגובה דורך הב הב »

Only ppl who were never in construction, will say, they are willing to get in to the line, after market drops and the current builders will get out kj market. They don't know the real cost and though work it involves, it has a price it's worth, which only builders can and will make up what that price is.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובה דורך חדשות »

פון די אנדערע זייט, די תקנות ברענגט אראפ די פרייזן פון די לאטס אז עס זאל זיך יא לוינען פאר דעוועלאפערס.

ענדליך צו דעם איז גווען אין NYC ווען ביים מבטל זיין די 421A טעקס אבעיטמענט, אדער אז עס מוז זיין 25% עפארדעבעל. דעוועלאפעארס האבן געטענהט, אז עס גייט זיך נישט לוינען צו בויען וכולי. וואס איז געשען למעשה? די פרייזן פון לאטס זענען געפאלן, און מען האט געבויעט ווייטער.
הב הב
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 17, 2017 2:08 pm

תגובה דורך הב הב »

Noting will force the market to go back to old prices. Except if ppl get smart and start moving to the outskirts, it will push it down little bit, at that point if someone still wants to pay top dollar in the tshulant, there is no reason to help him, or he probably has a reason which makes this peace of property more worthy to him. The builders wont get out the market. and we wont be able to force them to sell for a restricted price. Instead, they'll make sure it wont affect them, either they will not build now, build less and at a slow pace, or they'll consider building nice luxury single or 4 family houses and sell to ashirim for a good profit, etc. which means even less apts. on market and higher prices.
Don't worry
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 07, 2014 6:29 pm

תגובה דורך Don't worry »

די געזעצן פון די עקאנאמי וערן אנגערופן "געזעצן" ווייל מען קען עס נישא רירן פון ארט. עס איז א געזעץ פונקט ווי די געזעצן פון גרעוויטי. אז די געזעץ זאגט אז פרייז קאנטראלס פירט צו שארטעזשעס קענסטו זיין זיכער אז עס וועט אזוי זיין. הסברים קענען זיין אסאך. אדער אזוי ווי הב הב האט געזאגט אז דער לאנדט איינגעטומער וועלן בויען פרייוועט הייזער אנשטאט דעוועלאפמענטץ. אדער וועלן וועלן זיי האלטן די לאט אומדעוועלאפט פאר נאך דרייסיג יאר עד יעבור זעם. אזוי ווי בויער האט געטוהן. אויך וועלן אונוועסטערס נישט קויפן פרישע לאטס.

דאס אלעס זענען סברות. צו די ביסט מסכים מיט מיין סברא איז נישט מעלה און נישט מוריד ווייל עס איז נאר א סברא. אבער די עקאנאמישע געזעץ איז נאך אלץ קאי וקיימא פונקט ווי די געזעץ פון גרעוויטי.

די וועסט אודאי זאגן זאל זיין ווייניג אבער די ביסל וואס איז דא זאל זיין ביליג?
די מיינסט אז די ראצערס וועלן עס קענען קויפן? עס וועט גיין פאר די וועל קאננעקטעד אין אונזער סאסייעטי און די די ראצערס וועלן דארפן קויפן א לאט אין בלומינגראוו פאר 700,000. יעצט סך הכל וואס האבן די תקנות אויפגעטיען? אז אפאר מיוחסים האבן ביליגע דירות אין געגענט און די המון עם דארף רענטן בעימענטס אין בלומינגראוו.

איי וואס איז די סאלאשען? די ענטפער איז "פרייע מארקעט". איי דאס האבן מיר געהאט ביז יעצט און עס האט נישט געטויגט?

די ענטפער איז

Capitalism: The worst economic system, except for all the others

https://pittnews.com/article/5424/opini ... he-others/
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”