lebediger berel האט געשריבן:בבל האט געשריבן:ליידער קאסט היינט א נייע 7 8 רומיגע דירה 3000 אין איך קען א יונגערמאן וואס צאלט פאר א 5 רומיגע קליינע נייע דירה אין צענטער 1800 פאר אים איז עס 3 וואכן וועידשעס
זאל ער שוין ארויס מופן פון "צענטער" אויב ער צאלט דארט דריי וואכן ועידזשעס
בכלל פארדינט ער זייער ווייניג סאמטינג ראנג 600 איז צו ווייניג היינטיגע צייטן פער וואך, חוץ אויב ער איז אין קינדערגארטן זאל ער נעמען א סיידזשאב
דאס איז די עכטע אמת,
מען שרייט אז די דירות פרייזן זענען הימל שרייענד קאמפערד צו עטליכע יאר צוריק, מען כאפט אבער נישט אז די וועידזשעס זענען אויך אסאך ארויף זינט די איטליכע יאר, טאקע נישט אזויפיל, אבער דאך א חתיכה וואס מ'דארף זיך רעכענען דערמיט.
א שטייגער ווי איך האב געצאלט אינטער $1000 רענט פאר ארום 5 יאר צירוק, מיין גאנצער אינקאם איז געווען ארום $1700
בשעת היינט מיין משפחה מיטגליד וואס האלט היינט אין די זעלבע עידזש ווי איך האב דאן געהאלטן, און אין ארבעט איז ער אויך אין בערך אזא מצב ווי איך האב דאן געהאלטן, און זיין אינקאם באשטייט ביי $2500,
סאו ווען ער האט געהערט די נומער $1300 פאר א צוויי בעדרום דירה איז ער אויפגעשפרינגען דערפאר, בשעת איך קען נישט פארשטיין די מציאה דערפון.
דער אמת אבער איז, אז איך דאן מיט $1700 וועידזשעס, און רענט ארום $1000, בין איבערגעבליבן מיט $700 זיך אויסצוקומען מיט אנדערע זאכן
בשעת ער מיט זיינע וועידזשעס פון $2500, בלייבט איבער נאך $1300 מיט $1200...
אפי' ער וואלט געצאלט $1500 פאר די זעלבע סייז דירה וואס איך האב דאן געהאט, א צוויי באדרום דירה א בעיסמענט, וואלט ער נאך איבערגעבליבן מיט מער ווי מיר אין יענע צייטן נישט מער געדאכט
סאו וואס שרייט ער הויכע דירות פרייזן? אלעס איז ארויף, וועידזשעס, דירות, גראסערי'ס, מקוה, שערן, אא"וו,
אויב איז אייער אינקאום געבליבן אינטערשטעליג, דאן שרייט אויף אייער בע"ב, אדער זוכט א פרישע פרנסה.
דיסקלעימער: געשריבן מיט א ליידיגע מאגן