דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

פוטער האט געשריבן:פאר אלע וואס שרייבען אז רענט איז נישט אזוי טייער, וויל איך פרעגען אדרבא ברענג אהער וואס איר האט און אידן וועלן זיך מחיה זיין, אבער די ביטערע אמת איז אז די פרייזען זענען גאר הויעך. ס'קען אויך זיין אז איר רעדט פון קליינע 4 אדער 5 רומיגע בעיסמענטס אבער א נארמאלע קריות יואלע דירות אין די לעצטערע חדשים זענען די פרייזען בערך ווי פאלגענד:
4 רומיגע דירה $1400-$1600
5 רומיגע דירה $1600-$1800
6 רומיגע דירה $1800-$2000
7 רומיגע דירה $2000-$2200
אדרבא פרעגט אייך נאך ביי אידן וואס האבן לעצטענס געדינגען און וועט זעהן אז איך טרייב גארנישט איבער.

פאר די וואס שרייבען אז ווען די אנעקסעשאן וועט אדורכגיין וועלן דירות זיין ביליגער צו קויפען, וויל איך אייך מגלה דעת זיין אז איר לעבט אין א ביטערע טעות. אין די יעצטיגע מאנגל בעט מען פאר די נייע דיוועפלאופמענטס בערך $275 פער סק. פוס, פאר עלטערע דירות בעט מען היינט $250 א סק. פוס. קוים א יאר צוריק זענען די פרייזען געווען מיט 20% ביליגער, בערך $200 א סק. פוס. יעצט אפילו אנעקסעשאן גיייט היינט אדורך, וועט נעמען נאך א גוטע צוויי יאר ביז דירות וועלן זיין אוועלאבאל צו מאפען, און ווער ווייסט ביז ווי הויעך די פרייזען וועלן נאך שטייגען. מען וועט זיין שטארק מזל'דיג אז די פרייזען וועלן זיך סטאבעלעזירן אין די היינטיגע מארקעט פרייז, וואס איז נישט נארמאל הויעך.

איך האב געקוואט א תשע"ו תגובה וואס זאגט אז א יאר צוריק ד"מ בשנת תשע"ה האט מען אויך געבעטן 400 טויזענט סא די מארקעט האט זיך גארנישט געהויבן אין עלף יאר?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
signout
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובה דורך signout »

סידיראם האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
signout האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
אויב די אנעקסעישאן האט גורם געווען די אלע שטעטעלעך ארום קרית יואל, דאן זאל געבענטשט זיין דער גוי וואס האט דאס אפגעהאלטן...

(ואגב איז שוין געווען א מאנגל לאאאנג פאר מען האט געחלומ'ט פון אנעקסעישאן, אויב די געדענקסט נישט דעמאלסט ביסטו נאך אפשר געווען אין כיתה ג' ווען איך מיט ווער נישט האבן זיך שוין געמיטשעט צו טרעפן א נערמאלע דירה אין קרית יואל, די פרייזן האבן זיך פעסט געהויבן ווי אויף הייוון, לאאאאאאנגג פאר די ענעקסעישאן גערעדאכט'ס)

הייסט האסט זיך געזאגט פאר מיין טובה? יש''כ די ווייסט אז ביז די מאנגעל האט א הויז אין טאון געקאסט האלב די געלט

און די ווייסט אז פון די מאנגל סוף נ' יארן-אנפאנג ס', האבן זיך די פרייזן אין קרית יואל געטריפל און געפריפלט? ווען עס וואלט נישט געווען קיין טאון וואלט אין קרית יואל געקאסט סאך מער א דירה, והא ראי' אז אפילו נאך 10 יאר צוריק האט זיך געהויבן די פרייזן אין קרית יואל ווי א ספוטניק. אין א צייט וואס עס זענען געווען נאך לאטס לרחצה נאר ווייניג פערמיטס ודי יעצט אז מען קען וואוינען ווי מען וויל קענען שוין נישט די פרייזן אזוי שטארק ארויפפליען
א ליילעך אן קיין הסבר אין אן קיין דעקונג ס'נישטו קיין דעוואלאפער וואס האט נישט באקומען קיין פערמיטס אן קיין ודי

אוודאי האט מען באקומען פערמיט'ס. עס איז אבער נישט געפלויגן קיין פערמיט'ס רעכט'ס און לינקס, אלעס האט געהאט א חשבון (אויסגעשחבונט מיט די דעוועלאפער'ס) ווען פונקטליך ארויסצוגעבן די פערמיטן. ווען עס וואלט געפלויגן פערמיט'ס רעכט'ס און לינקס (אזוי ווי מאנכע האבן דאן געפאדערט) וואלט די פרייזן אטאמאטיש זיך נישט געקענט הייבן.

דאס איז אבער א זייטיגע פוינט. די עיקר וואס איך ברענג ארויס איז אז די פרייזן האבן זיך שוין אזוי שטארק געהויבן נאך סאך סאך פאר מען האט אנגעפאנגען אפילו צו רעדן פון ענעקסעישאן. אין תשס"ו האט שוין א דירה אין קרית יואל געקאסט קרוב צו פיר הונדערט טויזענט דאלער, עס איז יעדע יאר געשפרינגען מיט א משוגענע פראצענט נאך פון די אנפאנג ס' יארן בערך. האט מיט אנעקסעישאן זילטש.

זאגסט איבער די זעלבע ליפטיגע זאך אן קיין דעקונג, סתם פאר אינטערסאנטקייט ד''מ אז לויט דיר ווען מ'גיבט ווען ארויס די אפגעהאלטענע פערמיטן וואלט דען די מאנגעל נישט געשעהן צום סוף די פרייזן וואלטען געבליבן, די וואס האבען געפייט ענעקסעישאן וואלטן נישט געפייט? בקיצור א נאסע לאלעך אן קיין סענס אין קיין פשט
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

עפארדאבל

תגובה דורך maybeeynot »

וויפיל מער קען מען בויען ווען מגעט אוועק פאר עפארדאבל?
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובה דורך שמואל בארג »

ווער דארף דען עפארדעבל דירות
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

maybeeynot האט געשריבן:וויפיל מער קען מען בויען ווען מגעט אוועק פאר עפארדאבל?

מ'מוז געבן עפארדעבל.

נאר וואס דען, אמאל איז נישט געווען די עפארדעבל געזעץ און מען האט געמעגט בויען דריי שטאק, די נייע געזעץ איז אז מ'מעג בויען פיר שטאק און מ'דארף געבן עפארדעבל.

די געזעץ איז א שטיקל פלאפ, און מזוכט איידיעס עס זאל ארבעטן געהעריג.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

געהערט אז די ערשטע צוויי בילדינגס און ווייניארד האבן שוין די co
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

מיט תרי"ג חברה קען עס נישט ארבטען אז סאיז דא א דירות מאנגעל
טי בעג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:38 am

תגובה דורך טי בעג »

maybeeynot האט געשריבן:מיט תרי"ג חברה קען עס נישט ארבטען אז סאיז דא א דירות מאנגעל

תרי"ג ?
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.
אוועטאר
עמקות שלמה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 26, 2011 12:46 pm
לאקאציע: מאנסי נ.י.

תגובה דורך עמקות שלמה »

אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז די ערשטע צוויי בילדינגס און ווייניארד האבן שוין די co

געווען לעצטענס אדווערטייזט אז אויף פסח גייט מען שוין אריינמופון אין צוויי בילדינגס מיינט דאך דאס אודאי מיט סי אוו אוס

אויך איז געשטאנען אויף נאך בילדינגס ווי קוויקוועי קר. ווען ביורען און נאך
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובה דורך maybeeynot »

עמקות שלמה האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז די ערשטע צוויי בילדינגס און ווייניארד האבן שוין די co

אויך איז געשטאנען אויף נאך בילדינגס ווי קוויקוועי קר. ווען ביורען און נאך

מיינסט אוודאי משה פרידמאן'ס ער קלאוזט שוין
חלות
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובה דורך חלות »

אלט מאנרא האט געשריבן:געהערט אז די ערשטע צוויי בילדינגס און ווייניארד האבן שוין די co

יאפ מ'האט געסיינט CEO מאנטאג נאכמיטאג
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

תגובה דורך שטייגען »

ווי נאר מוועט אריינמופן אין די אלע נייע דעוולאפמענטס קען מען טוישען די אשכול צו קאר פארקינג/טרעפיק קריזעס אין קרית יואל
..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

שטייגען האט געשריבן:ווי נאר מוועט אריינמופן אין די אלע נייע דעוולאפמענטס קען מען טוישען די אשכול צו קאר פארקינג/טרעפיק קריזעס אין קרית יואל

בעסער ווי דירות קריזיס.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

תגובה דורך שטייגען »

צל עובר האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:ווי נאר מוועט אריינמופן אין די אלע נייע דעוולאפמענטס קען מען טוישען די אשכול צו קאר פארקינג/טרעפיק קריזעס אין קרית יואל

בעסער ווי דירות קריזיס.

דאס אז קרית יואל האט קדושת ארץ ישראל האב איך שוין אנגעהויבען פארשטיין מיט די דירות קריזיס,
אין צו וואס וועט מען דאס משלב זיין מיט קדושת לאס אנדשעלס (טרעפיק קריזיס) ?!?!
..
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

ביידעוועי אין ארץ ישראל איז די פארקינג קריזעס סך ערגער ווי קרית יואל
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

אנטעקעגן ניו יארק סיטי איז קרית יואל נאך זייער גוט מיט פארקינג סוי איך ווייס נישט צו עס וועט ממש זיין א קריזיס, אבער דאס איז זיכער אז עס ברויך א תיקון גדול.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

אין קרית יואל איז ממש א מחי' מיט פארקינג, קיין שום זכר פון קיין קריזיס דא. טרעפיק איז שוין יא דא ברעקלעך פון א קריזיס.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

תגובה דורך שטייגען »

איך האב געשריבן טרעפיק אין נישט פארקינג
..
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

שטייגען האט געשריבן:איך האב געשריבן טרעפיק אין נישט פארקינג

איר האט געשריבן.....
שטייגען האט געשריבן:ווי נאר מוועט אריינמופן אין די אלע נייע דעוולאפמענטס קען מען טוישען די אשכול צו קאר פארקינג/טרעפיק קריזעס אין קרית יואל

בנוגע טרעפיק האט דאך דער ווילידזש פלענער צו פארברייטערן די מעין ראודס, מיט נאך אפאר וויכטיגע ראודס, און בויען א נייע ראוד, וכולי.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

תגובה דורך שטייגען »

שטייגען האט געשריבן:
צל עובר האט געשריבן:
שטייגען האט געשריבן:ווי נאר מוועט אריינמופן אין די אלע נייע דעוולאפמענטס קען מען טוישען די אשכול צו קאר פארקינג/טרעפיק קריזעס אין קרית יואל

בעסער ווי דירות קריזיס.

דאס אז קרית יואל האט קדושת ארץ ישראל האב איך שוין אנגעהויבען פארשטיין מיט די דירות קריזיס,
אין צו וואס וועט מען דאס משלב זיין מיט קדושת לאס אנדשעלס (טרעפיק קריזיס) ?!?!

דא האב איך נאר געשריבן טרעפיק קריזיס,
אין בדרך אגב פארקינג קריזיס איז אויך אויפן וועג ווי יעדער איינער וואס ווארפט אראפ זיין הייזקע אין שיסט ארויף 30 דירות, אדער ווען מבויעט צו די עקסזטינג הויז אזויווי אויף פארעסט אנטקעגן ר׳יחזקל בראך שטח קומט יעצט ארויף א בילדונג פון 30 דירות אין מקען זעהן ווי דארט גייט נאר זיין 15 פארקינג ספעיס׳ס אין די איבריגע חברה גייען פארקן אויף די סיידוואלק אין די מענטשן וועלן וואקן אויף די גאדער,
איך בין דורך געפארן דארט פאר 3 וואכן צוריק ביינאכט עפעס זאגן איז געליגען אויפן סיידוואלק אין די מענטשן האבן געווארן אויפן גאדער איך האב נישט ביימערקט די מענטש ממש ביזן לעצטע סקונדע, אינמיטען טאג איז אפגערעדט אז יעדער וואקט דארט אויפן גאדער ווייל אלע קאנסטראקשען וויקלעס שטייען אויפן גאדער
סאיז א געפערליכע חוצפה די ווילידש וואלט שוין ווען עפעס געדארפט טוען עפעס דעפאר אין נישט 100׳טער מענטשן זאלן זיך אריינלייגען אין א סכנה

פארקינג האלט איך ווי אייך, איך האב געשריבן.
צל עובר האט געשריבן:אנטעקעגן ניו יארק סיטי איז קרית יואל נאך זייער גוט מיט פארקינג סוי איך ווייס נישט צו עס וועט ממש זיין א קריזיס, אבער דאס איז זיכער אז עס ברויך א תיקון גדול.
Tshirt
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 22, 2018 5:33 pm

ווייניארד

תגובה דורך Tshirt »

נעכטן האט די ערשטע מענטש געדארפט קלאזין אבער די לויער האט נישט געלאזט ציליב א לין אויף די פראפעטי פין געציל בערגער!
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

תגובה דורך בעלבאטיש »

wowow
א לין פון וויפעל געלט? פון א יחיד?
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

Tshirt האט געשריבן:נעכטן האט די ערשטע מענטש געדארפט קלאזין אבער די לויער האט נישט געלאזט ציליב א לין אויף די פראפעטי פין געציל בערגער!

ווי אזוי האט ער באקימען א co ווען עס האט נאך א לין, עס איז נישט קיין סתוירה?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובה דורך moneyMINDED »

א לין האט גארנישט מיט קיין סי או

א לין קומט נאר אריין אין פיקטשער ווען מען דארף פולען קלין טייטעל ווען מען פארקויפט און בעיקר ווען די נעמסט א מארגעזש ,דעמאלס קען די באנק נישט געבן א מארגעזש ווען סאיז דא נאך איינער וואס פארלאנגט געלט

טאמער איז עס א קעש דיעל קען מען אפילו איבערשרייבן די דיד מיט א לין
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”