דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

דירות קריזיס אין קרית יואל

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

זוך איך א דירה אינעם הייליגען שטעטל, און איך זוך שוין העפטיג אזוי וואכן און באלד חדשים, און גארניקס! דא אין וויליאמסבורג ווי-נישט-ווי איז יעדן טאג דא אין דבר יום ביומו אפאר דירות צו פארדינגען אין וומס"ב. (בעיקר צוויי בעדרום).

אין קרית יואל איז דאס אויך נישט דא! איך באקום שוין לאנגע וואכן די ק"י דבר יום ביומו און די אנדערע צעטעלעך, און נישטא 'גארנישט'!. די איינס צוויי עדס וואס איז געווען די לעצטע פינעף וואכן, נעמען נישט דעם אכטער.

כ'האב שוין גערעדט כ'ווייס-נישט-וויפיל מאל צו 'אלע' בראועקערס דארט, און ס'איז שוין די לעצטע צוויי חדשים נישטא אויף די מארקעט- קיין איין -צוויי אדער דריי בעדרום בעדרום אינעם גאנצן שטעטל.

ועליכם ניקים אקרא!
טויזענט דאלער קעש אויב קענט איר בראוקערן א דריי בעדרום דירה אין קרית יואל. א 1 ביז 3 יאר ליעס.

קאנטעקט מיר אין אישי
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

מיינס א נאנטער האט געזיכט אין 4 טאג א דירה, יא פארן אכטער און געפינען ב''ה א שיינע דירה.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

האט איר א חבר א בר מזל, (אדער מיט משפחה/באקאנטע אין ק"י). אדרבה, 1000 קעש אויב דו פארשפאסט מיר א דירה
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובה דורך סביב העולם »

א נאנטער מיינער זוכט אויך א דירה און שטייט שוין כמעט ביים פארלירן די שמיני שבשמינית אויב טרעפט ער נישט ביז צויי וואכן א דירה אין קרית יואל
ער זוכט און זוכט אבער אן ערפאלג
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובה דורך אבי.גערעדט »

וויליאמסבורג דירות מאנגל, א פארגאנגענהייט?
אטעטשמענטס
20160619_173117.jpg
20160619_173117.jpg (148.22 KiB) געזען 20568 מאל
אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 25, 2011 4:00 pm

תגובה דורך פאפקארן »

סביב העולם האט געשריבן:א נאנטער מיינער זוכט אויך א דירה און שטייט שוין כמעט ביים פארלירן די שמיני שבשמינית אויב טרעפט ער נישט ביז צויי וואכן א דירה אין קרית יואל
ער זוכט און זוכט אבער אן ערפאלג


מן הסתם טרעפט ער נישט, ווייל נאך א יאר פלאנט ער אפציען פון ווי ער איז געקומען..........
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4310
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

תגובה דורך פאראויס »

WOW. סא די וולמסב'ע קענען אויפהערן וויינען. די מאנראו'ע זענען אויף גרעסערע צרות
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

פאראויס האט געשריבן:WOW. סא די וולמסב'ע קענען אויפהערן וויינען. די מאנראו'ע זענען אויף גרעסערע צרות

נישט ממש אזוי...

אין וויליאמסבורג קאסט עס די הויזן...
ועוד יותר... א 2 רום דירה אין ווילי האט גאנץ א אנדערער באדייט ווי אין ק''י.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובה דורך אט אזוי »

און וויליאמסבורג קריגסטו כאטש א דויערהאפטיגע שטארקע דירה משא'כ און קרית יואל קריגסטו גארבידזש
אוועטאר
אורייתא
שר חמש מאות
תגובות: 744
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 2:33 pm
לאקאציע: בד' אמות של הלכה

תגובה דורך אורייתא »

איז אפשער זיכסטע אויסער די גרעיניצען?
אורייתא וישראל חד הוא
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובה דורך רצון טוב »

אין בלומינגראוו איז דא ממש מציאות.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

אט אזוי האט געשריבן:און וויליאמסבורג קריגסטו כאטש א דויערהאפטיגע שטארקע דירה משא'כ און קרית יואל קריגסטו גארבידזש
"גארנישט"
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובה דורך לא לנו »

העצעריי אריין אין קראפט
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

כ'גלייב נישט דו זאגסט אפ 1000 דאלער קעש. אדרבה שיק מיר אין אישי א דירה אין ק"י.
אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

תגובה דורך מחותן »

איך קען דיר פארשאפן א דירה, איך דארף אבער די טויזענט דאלער אפ-פראנט אין קעש ביי א שליש..

פארביד זיך מיט מיר אין אישי
אוועטאר
cash
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2010 10:06 am

תגובה דורך cash »

רצון טוב האט געשריבן:אין בלומינגראוו איז דא ממש מציאות.

אין בלומינג גראוו איז דא מענטשען וואס זיכן צו פארדינגן פאר א יאר צוויי (ווילן אהינמופן אבער נאכנישט גרייט) אויב איזעס אינטערעסאנט קאנטעקט מיר אין אישי און כוועל דיר שיקן א פאון נאמבער (כברויך נישט די טויזענטער, כוויל א טובה טאן פאר מיין חבר )
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

תגובה דורך נא_שכל »

זאגט מיר איינער וואס האט עטליכע יאר צוריק געמופט קיין קרית יואל און א הערליכע דופלעקס - און ער בענקט זיך נאכאלס צוריק קיין ווילאמסבורג, אז בקרוב וועט ער פארקויפן זיין דירה אין קר"י, און קענען דערמיט קויפן א דירה אין ווילאמסבורג - היות מ'רישט זיך אז ס'גייט אביסל נאכלאזען די פרייזן דאהי.

ס'האלט נאכנישט ממש ביי דעם, באוט יו גאט די פוינט...
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

נא_שכל האט געשריבן:זאגט מיר איינער וואס האט עטליכע יאר צוריק געמופט קיין קרית יואל און א הערליכע דופלעקס - און ער בענקט זיך נאכאלס צוריק קיין ווילאמסבורג, אז בקרוב וועט ער פארקויפן זיין דירה אין קר"י, און קענען דערמיט קויפן א דירה אין ווילאמסבורג - היות מ'רישט זיך אז ס'גייט אביסל נאכלאזען די פרייזן דאהי.

ס'האלט נאכנישט ממש ביי דעם, באוט יו גאט די פוינט...
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובה דורך אלט מאנרא »

אין די לעצטע עטליכע וואכן האבן עטליכע אינגעלייט מיט'ן אכטער ארויסגעמופט אין די בלומינג-גראוו געגנט, סיי ביי די ווירדזשיניע געגנט און סיי ביי די גרין/סיערס געגנט.

די קרענק פון זיין אינמיטן שוים פונעם טשאלנט טאפ, קענט איר רואיג איבערלאזן אונטער אייך אין ברוקלין...
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

check your own name first....
אוועטאר
Dim
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובה דורך Dim »

איך ווייס נישט ווי די האסט געזיכט, היינט אליין האבעך געהערט פון צוויי דירות אין קרית יואל, איינס אויף סטראפקוב, און איינס אויף ביוקענען קט, ביידע פיר ''רומיגע'' דירות,

איך וועל מיר נאכפרעגן דערויף און דיר עס אהער ברענגען אי''ה.
איימעניט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 22, 2013 10:36 am
לאקאציע: אמעניט אונטערשטעליג

תגובה דורך איימעניט »

אבי.גערעדט האט געשריבן:וויליאמסבורג דירות מאנגל, א פארגאנגענהייט?

א לייזונג פאר אלע שונאים זאגט מען אין אידיש
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובה דורך אויסגערעכנט »

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:און וויליאמסבורג קריגסטו כאטש א דויערהאפטיגע שטארקע דירה משא'כ און קרית יואל קריגסטו גארבידזש
"גארנישט"

א נייע דערהער!! א שטארקע דירה...!!! אין ווילי לוינט זיך צו צאלן ווייל די דירה איז שטארק, אבער אין קרית יואל נישט ווייל די דירות זענען ״שוואך״... נישט דויערהאפטיג... עס קען צופאלן...!!!!
רבוש׳ע וואספארא פראבלעמען מען קען זיך אנטרעפן.
אין ק״י ווען איינער באקומט א דירה פון צוויי בעדרומס קען ער אסאך מאל ארויסגיין מיט מער ס״פ פון א ווילי 4 בעדרום, אבער עס לוינט נישט צו גיין קיין ק״י ווייל די דירות זענען ״שוואך״... איך גלייב ממש נישט וואס איך ליין דא...

וואס מיינט דויערהאפטיג?? איז שוין אין קרית יואל׳ס היסטערי געווען אמאל אז א דירה זאל איינפאלן ווייל עס איז געווען ״שוואך״?
פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2010 8:11 pm

תגובה דורך פוטער »

די קעפל פון די אשכול איז גאר אמת און שטארק ווייטאגלעך, אנדערשט ווי וויליאמסבורג וואס מען האט שוין אזויפיל גערעדט און פארפירט, איז די קרית יואלע דירות מאנגעל א שוואכע טעמע, ווען באמת שטייט מען פאר א מאסיווע דירות קריזיס.

לאמיר אנהייבען מיט די רענטעלס: די פרייזן זענען אין די לעצטע 4 יאר ארויף מיט 40%, א נארמאלע 5 רומיגע דירה וואס מען פלעגט אין 2012 צאלן $1250 בעט מען היינט $1750, א הימל געשריי ווי אזוי די פרייזן ריקען זיך ארויף, פון ווי זאל א יונגערמאן וואס האט חתונה אין א 4 רומיגע דירה צאלן די $1500 רענט, וואס אין געווענדליכע פאלן מיינט עס כמעט א חודש וועדזשעס פון די נייע אשת חיל....

איך בין נישט באקאנט אין די וומ"ס רענטאל פרייזען אבער איך מיין אז עס איז נישט געשטיגען מיט אזויפיל פערצענט אין די לעצטע 4 יאר אזוי ווי אין קרית יואל, אדרבא אויב איינער קען צוברענגען.

די גרעסטע פראבלעם איז אז עס איז נישטא קיין רענטאל דירות, מאכט א חשבון, אין קרית יואל האבן חתונה א יאר א ערך פון 250 קאפעלס, לייג צו בערך נאך 50 משפחות וואס ציען זיך ארויס פון די סיטי, האלט מען ביי מינימום 300 נייע דירות יעדע יאר, די פאקט איז עס איז פשוט נישטא אזויפיל נייע דירות.

וועגען קויפען איז דאך ממש נישט דא וואס צו רעדען: אויף די 180 דירות אין די נייע קארלסבורג דיוועלאופמענט איז אריינגעקומען איבער 600 אפליקעשאנס, אלע אנדערע קלענערע דיוועלאופמענטס ווי איהעל, גארדפיעלד, פילמאר, איז א הימל געשריי וויפיל מען בעט. און אפילו אין די ווייניארד דיוועלאופמענט איז שוין גארנישט דא צו באקומען.

איינער האט אויפגעברענגט סאוט בלומינגראוו: אין די לעצטע 3 וואכען זענען בלויז 3 הייזער געווען אפישילי אויף די מארקעט אין סאוט בלומינגראוו, און אויף יעדע הויז זענען אריינגעקומען אריבער 20 אפערס. און דעס אז די הייזער ווערן פארקויפט מיט 50K מער ווי די מארקעט וועליו, איז נאך אביסל פארשטענליך, נאך אלעם ווערט עס א אידישע געגענט, אבער וואס עס פאסירט אין די לעצטערע וואכען ווען עס ווערט א בידינג מלחמה אויף יעדע נארמאלע הויז, מאכט עס אז א הויז גייט פאר 80-90 טויזענט מער וויפיל עס איז באמת ווערט.

די גרעסטע פראבלעם איז אז עס קומט נישט ארויף גענוג הייזער צו אפילו אנהייבען צו טראכטען אז פון דא וועט קומען די ישועה, 2-3 הייזער א חודש ווען עס שטייען גרייט צענדליגער יונגעלייט וואס קריגען זיך אויף יעדע הויז איז א דיזעסטער.
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

עפעס רענטעלס איז דא
אטעטשמענטס
Capture.PNG
Capture.PNG (70.2 KiB) געזען 19433 מאל
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”