דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

סיז מסודר האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:יא יא אוי וועט זיין בקרוב פיינע פליפארעציעס אין שכינת ויואל משה

אלע ביליגע דירות וועט גיין פאר אינוועסטערס ליידער

וועגן דער יעניגער נעמט דעם ציבור אויף א לאנגע ראלעקאוסטער רייד

קוק איבער אלע תגובות ביז אהער וועסטו זעהן אז קיין איין אינוועסטאר האלט נישט ביים איינלייגן זיין געלט אויף 3-5 יאר אן וויסן אפילו וואס ער בעקומט דערפאר, דאס קען נאר טוהן איינער וואס בלוטיגט פאר א דירה צום וואוינען און זוכט ביליג

דאס מאל בין איך שטארק מחולק מיט דיר (כ'ווייס נישט קיין פרטים וועגן ויואל משה, כ'רעד וועגן אינוועסטארס בדרך כלל) אינוועסטארס זענען בדרך כלל אויך שפעקולאנטן, און זיי טוען דאס אגאנצן טאג, קוק וואס טוט זיך אין וואל סטריט, כ'רעד שוין נישט פון קאמאדיטיס, דזשאנק באנדס ועוד ועוד, די מערסטע געלט מאכט מען פון די מערסטע ריסקי אינוועסטמענטס. און די מערסטע געלט פארלירט מען טאקע אויך ביי אזעלכע אינוועסטמענטס.

הגם אויבנאויף וואלט איך יעדע עקסטערע פעני אינוועסטירט אין ויואל משה לויט ווי ס'זעט מיר יעצט אויס, די גרעסטע ריסק איז די תקנות, אויב ס'ווערט דורכגעפירט און ס'ווערט נאכדעם תקנות אויף רענטערס דעמאלטס איז עס א שלעכטע אינוועסטמענט אז נישט איז עס גוט ווי גאלד.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10734
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

תגובה דורך eller »

טא איבערקוקענדיג די לעצטע בלעטרע בין איך זייער אום קלאר
ביז ווען קען מען וואויטען ?
ווען גייט מען איבערקוקן די שטומען ?
פארוואס האט מען למשעה אויסגעלאזט די גאנצע רענט נושא ?
און צו די וואס זענען קעגן די תקנות . כ'קען אייך פשוט נישט פארשטיין . די הלכות פון מייקרי השער איז דאך אויך לכאורה לויט ענק א זאך וואס אידן גייען שאדן האבן . וואס הייסט מ'טאר נישט בעטן פינף מיליאן פאר א דירה האסטו יעצט שאדן געהאט 4 א האלב מיליאן דאלער. אקעי סא די הלכה זאגט אז מ'טאר נישט בעטן טייער און העכסטענס וועסטו נישט ווערן קיין עושר אין די ערשטע יאר ס'וועט נעמען פינף יאר אז זאלסט ווערן א מיליאנער פארדעם דארפן נישט יודן זיך צוזאם בארגען געלד . און פארדעם טאקע דא דיינים וואס האבן אויסגעארבעט וויפיל געלד מ'מעג פארגינען אז ס'זאל נאך הייסן געלד און נישט בלוט .
#מיין מיינונג
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אין א ניסשאלאכץ, אויב ס'זאל זיין א קאנטראל ווי די תקנות סיי אויף רענט סיי אויף פארקויפן וועט קיין שום מענטש נישט קויפן קיין דירה צו פארדינגען פאר קיין צווייטן.
און צו מאכן תקנות און ס'זאל זיך נאך אלץ לוינען צו קויפן און פארדינגען, און נישט אויסרייסן געלט פון קיינעם דאס קאנטראלירט דער מארקעט אליין ווילאנג ס'איז דא א סופליי.
און טאמער וועסטו מאכן א אשכול אויפצוקלערן די וויכטיגקייט פון צושטעלן סופליי האסטו שטארקע שאנסן ס'זאל געמעקט און געשלאסן ווערן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

תגובה דורך דברים אלו »

לדעתי זאל די תקנות בעיקר זיין געצילט לגבי קויפן און אז סוועט זיין ביליג צו קופן וועט אויטאמאטיש זיין מער דירות וואס דאס וועט נארמאליזירן די רענט פרייזן
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

דברים אלו האט געשריבן:לדעתי זאל די תקנות בעיקר זיין געצילט לגבי קויפן און אז סוועט זיין ביליג צו קופן וועט אויטאמאטיש זיין מער דירות וואס דאס וועט נארמאליזירן די רענט פרייזן

איך וועל נישט ענטפערן צו ס'זאל זיין תקנות, ווייל לכאורה איז דאך שוין דא תקנות, אבער ווען א זאך ווערט געצווינגענערהייט ביליג מאכט מען דערפון ווייניגער, איז אויטמאטיש ווערט רעדוצירט דער אויסוואל און מספר.
נישט אומזינסט שטייט שוין איצט אין די תקנות דער לעצטער סעיף וואס רופט אז גוטהארציגע מענטשן זאלן באוויליגן מרצונם הטוב צוצושטעלן עפארדעבל דירות צו פארדינגען.
ווייל מענטשן וועלן זיך ווי פארשטענדליך אפהאלטן פון קויפן דירות פאר אינוועסטמענט ווייל דו קענסט עס דאך נישט פארקויפן פאר א פראפיט ס'זאל זיך לוינען, מוזטו אינוועסטירן ערגעץ אנדערש אדער כאטש בעטן א העכערע רענט ווי נארמאל (ווייל נארמאל ווערט ריסעל פרייז גענומען אין חשבון ביים קויפן, יעצט קען מען נאר רעכענען רענט פרייזן)
מיין קשיא פארוואס מען האט נישט פארניצט דעם עפארט און די "בולי פאלפיט" פון די תקנות גערודער און געזוכט קודם עשירים/עסקנים צוצושטעלן גענוג דירות פאר ביליג דאס האב איך שוין געפרעגט פריער אינעם אשכול און לאמיר נישט גיין אין רינגען דא.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
טי בעג
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 23, 2015 7:38 am

תגובה דורך טי בעג »

In the latest Hakirya Takunas rent is part of the Takunas
אטעטשמענטס
HakiryaTzim-5777.pdf
(212.87 KiB) געווארן דאונלאודעד 190 מאל
א איד טאר קיינמאל נישט אויפגעבן, מיט א שטראל פון האפענונג נאר לעבן, מיט יעדן פראבלעם, פארלאז דיך נאר אויף אים, פארגעס נישט אז דו ביסט א איד.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

טי בעג האט געשריבן:In the latest Hakirya Takunas rent is part of the Takunas

ס'איז טאקע א סתירה מיט די תקנות וואס מ'האט ארויס געלייגט צו שטימען דערויף.
איך מיין אז די תקנות אין הקרי' איז די ערשטע ארגינעלע פלאן גארנישט געטוישט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

תגובה דורך ווייסע זאקן »

איך מיין אז מ'קען שוין טוישן די קעפעל פונעם אשכול

שוין נישדא קיין קריזיס , תקנות איז און שוואנג און עס גיסט זיך דירות ביליג ווי בארשט ב"ה
אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובה דורך א. טראכטער »

ווייסע זאקן האט געשריבן:איך מיין אז מ'קען שוין טוישן די קעפעל פונעם אשכול

שוין נישדא קיין קריזיס , תקנות איז און שוואנג און עס גיסט זיך דירות ביליג ווי בארשט ב"ה

וואס הייסט ''תקנות איז אין שוואנג''?

עס ווערט הלכה למעשה?
שטראמער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובה דורך שטראמער »

ווייסע זאקן האט געשריבן:איך מיין אז מ'קען שוין טוישן די קעפעל פונעם אשכול

שוין נישדא קיין קריזיס , תקנות איז און שוואנג און עס גיסט זיך דירות ביליג ווי בארשט ב"ה

אפשר זאגסטו דא פארן עולם ווי סגיסט זיך די דירות?
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

שטראמער האט געשריבן:

איך זיך א דירה פאר רענט פאר מיין טאכטער, סהייבט זיך אן ביי פופצן הונדערט דאללער א פיר רומיגע דירה, אפשר צייגט איר מיר צו, ווי די בארשט (איך מיין א דירה) ליגט? אנטשולדיגטס
דעם קעפל קען מען טוישען די שאלה איז נאר וועמענן'ס :lol:
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

תגובה דורך ווייסע זאקן »

די תקנות בריוון אויף.די פאסט האט געזאגט אין איינע פון די סעיפים אז תקנות איז אוטאמאטיש אין קראפט פון אסרו חג פסח העבר
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

סארקאזי האט געשריבן:
שטראמער האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:איך מיין אז מ'קען שוין טוישן די קעפעל פונעם אשכול

שוין נישדא קיין קריזיס , תקנות איז און שוואנג און עס גיסט זיך דירות ביליג ווי בארשט ב"ה

אפשר זאגסטו דא פארן עולם ווי סגיסט זיך די דירות?

איך זיך א דירה פאר רענט פאר מיין טאכטער, סהייבט זיך אן ביי פופצן הונדערט דאללער א פיר רומיגע דירה, אפשר צייגט איר מיר צו, ווי די בארשט (איך מיין א דירה) ליגט? אנטשולדיגטס
דעם קעפל קען מען טוישען די שאלה איז נאר וועמענן'ס :lol:

קודם מזל טוב
לאז וויסן דעם עולם וויאזוי/בערך וואס האסט געטראפן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובה דורך סארקאזי »

lebediger berel האט געשריבן:
סארקאזי האט געשריבן:
שטראמער האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:איך מיין אז מ'קען שוין טוישן די קעפעל פונעם אשכול

שוין נישדא קיין קריזיס , תקנות איז און שוואנג און עס גיסט זיך דירות ביליג ווי בארשט ב"ה

אפשר זאגסטו דא פארן עולם ווי סגיסט זיך די דירות?

איך זיך א דירה פאר רענט פאר מיין טאכטער, סהייבט זיך אן ביי פופצן הונדערט דאללער א פיר רומיגע דירה, אפשר צייגט איר מיר צו, ווי די בארשט (איך מיין א דירה) ליגט? אנטשולדיגטס
דעם קעפל קען מען טוישען די שאלה איז נאר וועמענן'ס :lol:

קודם מזל טוב
לאז וויסן דעם עולם וויאזוי/בערך וואס האסט געטראפן

ברוכים תהיו אי''ה
יעדער שרעקט מיר אן, אז די גרעסטע אומקאנטראלירבארע הוצאה ביים חתונה מאכען א קינד, איז געפינען א דירה און איר אויסרישען,
קענסט חתונה מאכען אין אולם עקשטיין און נעמען א ביליגע פעקעדש אויב טרעפסטו נישט קיין לייטישע ביליגע דירה נאנט צו די חתונה קענסטו דארט אראפ פלאשען א צען פופצן ווי גארנישט און סאיז נישטא קיין רענטל דירה'ס פאר קיין נארמאלע פרייז לעת עתה
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

עס איז אמת אלעס, דארפסט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ.
ס'איז א עולה ויורד מארקעט פון רענטעלס אין קרית יואל, זאלסט נישט אריין לייגן קיין געלט ביי יענעם, און זיך נישט אראפבינדן פאר א נישטנארמאלע פרייז,
ביז ויואל משה וועט נישט פערטיג ווערן גייט זיין אנגעשטרענגט. נאכדעם וועלן פילע 2 בעדרום טענענטס ארויס מופן קיין ויואל משה, וויניארד וכדו' (דערווייל מופט מען אין די גלילות אבער נישט גענוג) און ס'וועט ווערן הרחבה, אויב אנקעסעשאן וועט מצליח זיין וועט כסדר זיין נאך, אז נישט איז א קאטאסטראפע עניוועי.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובה דורך אלף בית »

דורכאויס דעם זומער וועלן בעז״ה ווערן פארטיג אין ק״י העכער 250 דירות.
פאזע 2 קארלסבורג הייבט מען אי״ה אן צו קלאוזן אין צוויי וואכן ארום, ווייניארד האפט מען אז ס׳וועט זיין מסודר אין א חודש צוויי, (בעז״ה וועט די פייפליין זיין אין דינסט ארום ר״ח תמוז).
און נאך קלענערע פראיעקטן וועלן בעז״ה פארטיג ווערן ווערן דורכן זומער.
מ׳קען נישט זאגן אז דאס מיינט ס׳וועט זיין הרחבה, אזוי אויך ווייס איך נישט וויפיל פון דעם וועט גיין פאר שטאטישע אידן וואס מופן ארויס.
אבער 250 איז פארט דאפעלט פון וויפיל חתונות ס׳וועט בעז״ה זיין אין קרית יואל דעם זומער.
דעריבער ווען מ׳רעדט פון זוכן א דירה פאר חתן כלה, לוינט זיך נישט צו כאפן, ס׳איז ווערט זיך אומצוקקן אביסל.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובה דורך אבי.גערעדט »

פרייזן פאר רענטעלס שפרינגען מיט אינאיינעם מיט די מאנגל, מענטשן שעמען זיך נישט צו בעטן 1800 פאר קליינע 5 רום דירות, פלעגט ביז לעצטענס גיין פאר 14-15

א בושה!
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

תגובה דורך ווייסע זאקן »

אבי.גערעדט האט געשריבן:פרייזן פאר רענטעלס שפרינגען מיט אינאיינעם מיט די מאנגל, מענטשן שעמען זיך נישט צו בעטן 1800 פאר קליינע 5 רום דירות, פלעגט ביז לעצטענס גיין פאר 14-15

א בושה!

ווי קומט אריין בושה דא ? ווילסט נישט דינג נישט
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

תגובה דורך ווייסע זאקן »

lebediger berel האט געשריבן:עס איז אמת אלעס, דארפסט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ.
ס'איז א עולה ויורד מארקעט פון רענטעלס אין קרית יואל, זאלסט נישט אריין לייגן קיין געלט ביי יענעם, און זיך נישט אראפבינדן פאר א נישטנארמאלע פרייז,
ביז ויואל משה וועט נישט פערטיג ווערן גייט זיין אנגעשטרענגט. נאכדעם וועלן פילע 2 בעדרום טענענטס ארויס מופן קיין ויואל משה, וויניארד וכדו' (דערווייל מופט מען אין די גלילות אבער נישט גענוג) און ס'וועט ווערן הרחבה, אויב אנקעסעשאן וועט מצליח זיין וועט כסדר זיין נאך, אז נישט איז א קאטאסטראפע עניוועי.

סאיז באמת שרעקעדיג ,אסאך מאל כאפן מיר א ציטער וואס מענטשן שרייבן דא

די ווייסט דעס וואס די שרייבסט בדרך הטבע די שנעלסטע איז עס נישט פאר צוויי יאר ארום און לאגיש גערעדט נישט פאר בערך 3 יאר ארום גייען די דירות זיין פערטיג

מיט תקנות פרעשור ,זאל מען ערווארטען א מין קריזיס וואס איז נאכנישט געווען

איין מעלה וואס וועט זיין אז בלומענבורג וועט וואקסען אויף הייווען און דערנעבענדיגע געגענטער אויסער קינדער וועלן קענען וואינען אין די עלטערענס דירות
ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:01 pm

תגובה דורך ווייסע זאקן »

אלף בית האט געשריבן:דורכאויס דעם זומער וועלן בעז״ה ווערן פארטיג אין ק״י העכער 250 דירות.
פאזע 2 קארלסבורג הייבט מען אי״ה אן צו קלאוזן אין צוויי וואכן ארום, ווייניארד האפט מען אז ס׳וועט זיין מסודר אין א חודש צוויי, (בעז״ה וועט די פייפליין זיין אין דינסט ארום ר״ח תמוז).
און נאך קלענערע פראיעקטן וועלן בעז״ה פארטיג ווערן ווערן דורכן זומער.
מ׳קען נישט זאגן אז דאס מיינט ס׳וועט זיין הרחבה, אזוי אויך ווייס איך נישט וויפיל פון דעם וועט גיין פאר שטאטישע אידן וואס מופן ארויס.
אבער 250 איז פארט דאפעלט פון וויפיל חתונות ס׳וועט בעז״ה זיין אין קרית יואל דעם זומער.
דעריבער ווען מ׳רעדט פון זוכן א דירה פאר חתן כלה, לוינט זיך נישט צו כאפן, ס׳איז ווערט זיך אומצוקקן אביסל.

וויינארד וועט נאך נעמען .... און א געוואלד קארלוסבורג איז פון שטאט

דארפסט נעמען אין באטראכט אז הונדערטע קאפעלס וואינען כעת אין מיייזן לעכער וואס דארפן אויך גרעסערע דירות

די 250 איז ווייט פון געניג
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

תגובה דורך moshele11211 »

מארבעט פעסט ביי די עזרת חולים פארקינג לאט
אטעטשמענטס
12.jpg
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

אבי.גערעדט האט געשריבן:פרייזן פאר רענטעלס שפרינגען מיט אינאיינעם מיט די מאנגל, מענטשן שעמען זיך נישט צו בעטן 1800 פאר קליינע 5 רום דירות, פלעגט ביז לעצטענס גיין פאר 14-15

א בושה!

און ס'פאלט אויך אינאיינעם מיט א שפע פאר דעם דארף יעדער שטופן נאך און נאך דירות צו בויען
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

ווייסע זאקן האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:עס איז אמת אלעס, דארפסט האבן דעם קאפ אויפן פלאץ.
ס'איז א עולה ויורד מארקעט פון רענטעלס אין קרית יואל, זאלסט נישט אריין לייגן קיין געלט ביי יענעם, און זיך נישט אראפבינדן פאר א נישטנארמאלע פרייז,
ביז ויואל משה וועט נישט פערטיג ווערן גייט זיין אנגעשטרענגט. נאכדעם וועלן פילע 2 בעדרום טענענטס ארויס מופן קיין ויואל משה, וויניארד וכדו' (דערווייל מופט מען אין די גלילות אבער נישט גענוג) און ס'וועט ווערן הרחבה, אויב אנקעסעשאן וועט מצליח זיין וועט כסדר זיין נאך, אז נישט איז א קאטאסטראפע עניוועי.

סאיז באמת שרעקעדיג ,אסאך מאל כאפן מיר א ציטער וואס מענטשן שרייבן דא

די ווייסט דעס וואס די שרייבסט בדרך הטבע די שנעלסטע איז עס נישט פאר צוויי יאר ארום און לאגיש גערעדט נישט פאר בערך 3 יאר ארום גייען די דירות זיין פערטיג

מיט תקנות פרעשור ,זאל מען ערווארטען א מין קריזיס וואס איז נאכנישט געווען

איין מעלה וואס וועט זיין אז בלומענבורג וועט וואקסען אויף הייווען און דערנעבענדיגע געגענטער אויסער קינדער וועלן קענען וואינען אין די עלטערענס דירות

ס'איז אומ'באטעמ'ט אבער שרעקעדיג איז נאר אויב אנעקסעישאן פאלט דורך, מיט אנעקסעישאן וועט קומען בדרך הטבע לכה"פ א סטאביליזאציע אין רענטעל מארקעט און מעגליך אפילו אביסל א רעדוקציע אין קאסט. יא אמת, ווער ס'דארף שוין דינגען א גרעסערע דירה האט יעצט א שוועריקייט, אבער ס'איז בדרך הטבע נאר צייטווייליג,
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

ווייסע זאקן האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:דורכאויס דעם זומער וועלן בעז״ה ווערן פארטיג אין ק״י העכער 250 דירות.
פאזע 2 קארלסבורג הייבט מען אי״ה אן צו קלאוזן אין צוויי וואכן ארום, ווייניארד האפט מען אז ס׳וועט זיין מסודר אין א חודש צוויי, (בעז״ה וועט די פייפליין זיין אין דינסט ארום ר״ח תמוז).
און נאך קלענערע פראיעקטן וועלן בעז״ה פארטיג ווערן ווערן דורכן זומער.
מ׳קען נישט זאגן אז דאס מיינט ס׳וועט זיין הרחבה, אזוי אויך ווייס איך נישט וויפיל פון דעם וועט גיין פאר שטאטישע אידן וואס מופן ארויס.
אבער 250 איז פארט דאפעלט פון וויפיל חתונות ס׳וועט בעז״ה זיין אין קרית יואל דעם זומער.
דעריבער ווען מ׳רעדט פון זוכן א דירה פאר חתן כלה, לוינט זיך נישט צו כאפן, ס׳איז ווערט זיך אומצוקקן אביסל.

וויינארד וועט נאך נעמען .... און א געוואלד קארלוסבורג איז פון שטאט

דארפסט נעמען אין באטראכט אז הונדערטע קאפעלס וואינען כעת אין מיייזן לעכער וואס דארפן אויך גרעסערע דירות

די 250 איז ווייט פון געניג

אפילו איין איד וואס וואוינט געענגט איז אויך צו סאך, אבער כ'מיין אז הונדערטער אין מייזן לעכער איז איבערגעטריבן פאר דריי אהאלב יאר צוריק האב איך נאך מיטגעהאלטן ווי מיינס א ידיד האט געוואלט פארדיגנגען א "גרויסע פינף רומיגע דירה אין ברך משה פאר א מעסיגע פרייז און האט זיך גוט געמוטשעט, און אסאך קליינע פראיעקטן און פרייוועט דירות זענען דאך פארטיג געווארן במשך די לעצטע דריי יאר, טאקע נישט גענוג, אבער נישט אויף צו לייגן "הונדערטער" אין מייזן לעכער. נאכאמאל, כ'זאג נישט אז ס'איז נישט דא קיין פראבלעם יעצט, אבער מ'טאר עס נישט איבערטרייבן, ס'איז נאר גורם אז מענטשן זאלן נעמען עדווענטעדזש פון די טענענטס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

תגובה דורך סעטינגס »

גיט געזאגט בערי
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”