דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » מאנטאג יוני 20, 2016 1:11 pm

dim האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי די האסט געזיכט, היינט אליין האבעך געהערט פון צוויי דירות אין קרית יואל, איינס אויף סטראפקוב, און איינס אויף ביוקענען קט, ביידע פיר ''רומיגע'' דירות,

איך וועל מיר נאכפרעגן דערויף און דיר עס אהער ברענגען אי''ה.


איך ווארט בכליון עינים דו זאלסט עס אהער ברענגען אויב מעגליך
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יוני 20, 2016 1:13 pm

פערצופעל איז דא אפאר אירע וואס ביוען יעצט נאר רענטעלס פאר קאפעלס א שטייגער ווי ר' אלימלך דייטש אויף Fillmore
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג יוני 20, 2016 1:17 pm

א פיר רומיגע דירה צאלט מען נישט 15
און פאר א פינעף רומיגע דירה צאלט מען נישט 1750 סארי

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג יוני 20, 2016 1:29 pm

אט אזוי האט געשריבן:א פיר רומיגע דירה צאלט מען נישט 15
און פאר א פינעף רומיגע דירה צאלט מען נישט 1750 סארי

I'm renting out apartments. 4 Rooms is now at about 1400-1450 and 5 room at 1500-1550

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » מאנטאג יוני 20, 2016 1:38 pm

איי פאון אפשר שרייבטסו וואו פונקטליך די האסט דירות פאר די פרייזן?

בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 9:46 am

תגובהדורך בנציון יאזעפאוויטש » מאנטאג יוני 20, 2016 2:13 pm

שכוח פאר אלע מגיבים.
געקאלט אלע דריי בראוקערס מיט די אלע דירות וואס מ'האט דא ארויפגעלייגט. קיין איינס פון זיי נעמט נישט דעם אכטער. אויסער א 6 רומיגע דירה פאר 2350. וואס איז נישט אינטערסאנט.

ווער ס'האט עפעס, אין אישי. 1000 בראוקערידזש.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » מאנטאג יוני 20, 2016 2:39 pm

מחותן די אומגעפרעגטע קשיא האט אויך א תירוץ...וד״ל

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6514
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג יוני 20, 2016 2:42 pm

קרייסלער האט געשריבן:מחותן די אומגעפרעגטע קשיא האט אויך א תירוץ...וד״ל

ווי גוט די תירוץ זאל זיין, ליידן די אנדרייערס דערפון אליין, בבחינת גם לי גם לך לא יהי'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג יוני 20, 2016 2:50 pm

קרייסלער האט געשריבן:מחותן די אומגעפרעגטע קשיא האט אויך א תירוץ...וד״ל

ביסט גערעכט, אמת׳דיג גערעכט - און ביטע נישט ציען ווייטער די שמועס - אבער די תירוץ קאווערט נישט די הויכע רענט פרייזען, און דאס איז א פראבלעם.

סעמס
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מאנטאג יוני 20, 2016 2:56 pm

לכבוד מיינע טייערע חבירים פון קר״י וואס זענען דשעלעס אויף אונז וויליאמסבורגע יודן, די סיבה פארוואס איר זעהט אזוי פיל עדס, איז נישט וויל עס איז דא דירות, נאר ווייל די חוצפה פון די לענדלערס שטייגן העכער און העכער, און בעטן פרייזן וואס קען ברענגן צו מכות, און בנוסף וויל מען א יאר פאראויס רענט, בנוסף וויל מען אכט עריבים, בנוסף וויל מען א גראבע סעקיורעטי וואס מען זאל פארלירן אין פאל מען מופט נישט ארויס די סקונדע וואס דער לענדלער האט געפיפן פון מויל, ווייל עכט וויל ער עס פארן זון, א דירה וואס האט נישט די אלע מעלות, איז נישט עדווערטייזד, ווייל עס איז נישטא, דעריבער טייערע חבירים, גייט צוריק רואיג שלאפן.

מען קען צוריק טוישן די קעפל

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג יוני 20, 2016 3:12 pm

סעמס האט געשריבן:די סיבה פארוואס איר זעהט אזוי פיל עדס, איז נישט וויל עס איז דא דירות


גערעכט.

סעמס האט געשריבן:נאר ווייל די חוצפה פון די לענדלערס שטייגן העכער און העכער, און בעטן פרייזן וואס קען ברענגן צו מכות, און בנוסף וויל מען א יאר פאראויס רענט, בנוסף וויל מען אכט עריבים, בנוסף וויל מען א גראבע סעקיורעטי וואס מען זאל פארלירן אין פאל מען מופט נישט ארויס די סקונדע וואס דער לענדלער האט געפיפן פון מויל, ווייל עכט וויל ער עס פארן זון


ער מעג נישט בעטן אויף זיין חפץ וויפול ער קען באקומען?
ער איז דיר עפעס שולידג?
ער איז א מחוצף?
ער דארף די דירה פאר זיין זון, כ'מיין ער האט נאך אזויפיל רעכט אויף זיין אייגנטום. ס'לוינט זיך אים נישט צו פארדינגען די דירה אויף די יאר צוויי ביז דעמאלטס נאר אויב ער ווייסט אז ווען ער וועט עס ברויכן פאר זיך וועט ער נישט אויסזעהן ווי דיר.

ער וואוינט אויך אין וומסב"ג. ער האט געקויפט א דירה'לע כדי ער זאל קענען חתונה מאכן זיין קינד מיט ישוב הדעת, אבער ער טאר זיך נישט פארזיכערן אז דאס וועט נישט ארויסרינען פון צווישן זיינע פינגער?! דו ביסט פאר עכט?

סעמס האט געשריבן:א דירה וואס האט נישט די אלע מעלות, איז נישט עדווערטייזד, ווייל עס איז נישטא, דעריבער טייערע חבירים, גייט צוריק רואיג שלאפן.

מען קען צוריק טוישן די קעפל

גערעכט, ס'נישטא קיין דירות אין ווילי, אבער צו וואס שרייען אויף אידישע קינדער דיינע ברודער ווען זיי זענען דיר גארנישט שולדיג? נישט אומזיסט זאגן די מבינים אז טוהן ביזנעס מיט אידן איז די גרעסטע טעות וואס א ביזנעסמאן פון היימישן חדר קען מאכן.

איך קען א אינגערמאן א מיליאנער פון ריעל עסטעיט וואס נעמט נישט אהן קיין אפפערס פון חרד'ישע דעוועלעפמענטס זאל דאס זיין דאס בעסטע פון די בעסטע, ער וויל זיך נישט אריינלייגן אין די פיסק פון דיינע און פון דיינס גלייכן.

אבער פארגעס נישט צו וויינען ווי א קראקאדיל וואו זענען די עסקנים? וואו זענען די דעוועלאפערס?

איך וועל דיר זאגן וואו זיי זענען, זיי ענדיגן יעצט א דיל אין טעקסאס וואס דו הויבסט נישט אהן צו וויסן דערפון, ס'איז אים בעסער אזוי.

וועלכע נארמאלער ביזנעסמאן איז גרייט צו זיין א שגץ פארן בלויזן חטא פון טוהן ביזנעס פאר דיר מיט דיר?

סטאפ די העיט.

ביסט אליינס שולדיג אין טייל פון די קריזיס.

יעצט מוף נישט צו די נייע ישובים, בעסער זיץ און וולמסב"ג און שעלט אויף די עסקנים וואס ארבעטן פאר דיר אז זיי מיינען נאר זיך.

סארי איך מיין דיר נישט פערזענדליך, דו זאגסט נאר נאך, אבער כאן מצאתי לגבות את חובי.
לעצט פאראכטן דורך מה פתאום??? אום מאנטאג יוני 20, 2016 3:17 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שטרוי
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 05, 2011 9:06 pm

תגובהדורך שטרוי » מאנטאג יוני 20, 2016 3:18 pm

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:שכוח פאר אלע מגיבים.
געקאלט אלע דריי בראוקערס מיט די אלע דירות וואס מ'האט דא ארויפגעלייגט. קיין איינס פון זיי נעמט נישט דעם אכטער. אויסער א 6 רומיגע דירה פאר 2350. וואס איז נישט אינטערסאנט.

ווער ס'האט עפעס, אין אישי. 1000 בראוקערידזש.


איי פאון האט נישט עפעס פאר דיר??.
Iphone האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:א פיר רומיגע דירה צאלט מען נישט 15
און פאר א פינעף רומיגע דירה צאלט מען נישט 1750 סארי

I'm renting out apartments. 4 Rooms is now at about 1400-1450 and 5 room at 1500-1550


ווען דו ביסט פארטיג מיט בנציון קום צו מיר אין אישי. יישר כח!

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יוני 20, 2016 3:32 pm

איך וויל פארשטיין וואס איז פשט אז געוויסע דירות איז נישט ערלויבט צו וואוינען, האבען דען די דירות נישט קיין סי אף אוי,?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 845
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מאנטאג יוני 20, 2016 3:45 pm

שטרוי האט געשריבן:
בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:שכוח פאר אלע מגיבים.
געקאלט אלע דריי בראוקערס מיט די אלע דירות וואס מ'האט דא ארויפגעלייגט. קיין איינס פון זיי נעמט נישט דעם אכטער. אויסער א 6 רומיגע דירה פאר 2350. וואס איז נישט אינטערסאנט.

ווער ס'האט עפעס, אין אישי. 1000 בראוקערידזש.


איי פאון האט נישט עפעס פאר דיר??.
Iphone האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:א פיר רומיגע דירה צאלט מען נישט 15
און פאר א פינעף רומיגע דירה צאלט מען נישט 1750 סארי

I'm renting out apartments. 4 Rooms is now at about 1400-1450 and 5 room at 1500-1550


ווען דו ביסט פארטיג מיט בנציון קום צו מיר אין אישי. יישר כח!


Sorry I don't have anything at the moment. I'm not a broker.

בנציון יאזעפאוויטש האט געשריבן:שכוח פאר אלע מגיבים.
אויסער א 6 רומיגע דירה פאר 2350. וואס איז נישט אינטערסאנט.


That price is not normal!!

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יוני 20, 2016 5:31 pm

יא עס איז ליידער ריכטיג אז די יעצטיגע סופליי פון בלומינג גראוו איז געווען ווייט איבערגעשאצט.

עס איז שווער צו עפענען נאך א פראנט אין א פרישע געגנט, וויבאלד מאנרא-וואדבארי איז טעקס צו טייער עס זאל צוציען דעם ברייטן ציבור, און אנדערע געגנטער איז צו ווייט טו בעגין וויט.

עס הערשט א טרויעריגער מציאות אז אפילו א אינגערמאן וואס קען זיך יא ערלויבן צו קויפן, האט שוין נישט קיין שום נארמאלע אויסוואלן. ׁׁ
(יא, ס'דא א לאט א מייל פון שטעטל וואס מ'וועט אפשר קענען ריזאנען פאר 425K).
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג יוני 20, 2016 5:40 pm

בלומינג גראוו איז נישט פאר חתן כלה און יונגע פארהייראטע..

און ביז די אנעקסעישן גייט נישט אדורוך איז בעסער צו קלאגען אויף משיח ווי איבערצוקייען וואסער, נישט דא קיין סעלושן, נישט דא קיין וועג ארויס.

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » מאנטאג יוני 20, 2016 6:18 pm

מחותן האט געשריבן:און ביז די אנעקסעישן גייט נישט אדורוך איז בעסער צו קלאגען אויף משיח ווי איבערצוקייען וואסער, נישט דא קיין סעלושן, נישט דא קיין וועג ארויס.

און מאנסי איו און ליעקוואד בויט מען טויזענטער דירות אן קיין ענעקסיעשאן.
מחותן האט געשריבן:אבל מה נעשה אז די אמת׳ע תירוץ קען מען דא נישט שרייבען ווייל מאנכע גלייכען עס נישט צו הערן, דערפאר קען מען עס נישט שרייבען.
לעצט פאראכטן דורך בעל דעת אום מאנטאג יוני 20, 2016 6:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מאנטאג יוני 20, 2016 6:19 pm

וואס איז געווארן מיט בויער'ס לאט?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מאנטאג יוני 20, 2016 6:22 pm

מחותן האט געשריבן:בלומינג גראוו איז נישט פאר חתן כלה און יונגע פארהייראטע..

און ביז די אנעקסעישן גייט נישט אדורוך איז בעסער צו קלאגען אויף משיח ווי איבערצוקייען וואסער, נישט דא קיין סעלושן, נישט דא קיין וועג ארויס.


א חסד פונעם בוכ״ע די אנעקסעישן שטרויכלונגען.
אזוי פארשפרייט מען זיך אין רחבות׳דיגע הייזער מארבע כנפות קרית יואל.
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5123
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג יוני 20, 2016 6:25 pm

ר' מרדכי דוד קאהן האט געזאגט אויף א געוויסע אדמו"ר וואס פלעגט זאגן אז חסד ד' די באשעפער געמאכט אז ארץ ישראל זאל צוריקומען צו כלל ישראל,
האט ער געזאגט אז יענע אדמו"ר איז פונקט ווי יענער וואס האט געזאגט אז די שידוך פונעם כהן מיטן גרושה איז נאך אלעם א זיווג, וואס איז אנגעשריבען אין הימעל.....
זאגט סראלי אז בלומינג גראוו און חתןן כלה האבן נישט קיין שייכות,
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

abr
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » מאנטאג יוני 20, 2016 6:42 pm

בעל דעת האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:און ביז די אנעקסעישן גייט נישט אדורוך איז בעסער צו קלאגען אויף משיח ווי איבערצוקייען וואסער, נישט דא קיין סעלושן, נישט דא קיין וועג ארויס.

און מאנסי איו און ליעקוואד בויט מען טויזענטער דירות אן קיין ענעקסיעשאן.
מחותן האט געשריבן:אבל מה נעשה אז די אמת׳ע תירוץ קען מען דא נישט שרייבען ווייל מאנכע גלייכען עס נישט צו הערן, דערפאר קען מען עס נישט שרייבען.

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 968
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מאנטאג יוני 20, 2016 6:49 pm

משה וואלף אפענהיים רענטעל בילדינג אויף ראוונע ,האט איינער אריינגעמופט אפאר וואכן צוריק פאר 5 רום דירה פאר 1500

טרייב נישט איבער

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יוני 20, 2016 6:51 pm

abr האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:און ביז די אנעקסעישן גייט נישט אדורוך איז בעסער צו קלאגען אויף משיח ווי איבערצוקייען וואסער, נישט דא קיין סעלושן, נישט דא קיין וועג ארויס.

און מאנסי איו און ליעקוואד בויט מען טויזענטער דירות אן קיין ענעקסיעשאן.
מחותן האט געשריבן:אבל מה נעשה אז די אמת׳ע תירוץ קען מען דא נישט שרייבען ווייל מאנכע גלייכען עס נישט צו הערן, דערפאר קען מען עס נישט שרייבען.

אויך אין טאראנטא און אין פאטא ריקא

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » מאנטאג יוני 20, 2016 6:58 pm

פוטער האט געשריבן:די קעפל פון די אשכול איז גאר אמת און שטארק ווייטאגלעך, אנדערשט ווי וויליאמסבורג וואס מען האט שוין אזויפיל גערעדט און פארפירט, איז די קרית יואלע דירות מאנגעל א שוואכע טעמע, ווען באמת שטייט מען פאר א מאסיווע דירות קריזיס.

לאמיר אנהייבען מיט די רענטעלס: די פרייזן זענען אין די לעצטע 4 יאר ארויף מיט 40%, א נארמאלע 5 רומיגע דירה וואס מען פלעגט אין 2012 צאלן $1250 בעט מען היינט $1750, א הימל געשריי ווי אזוי די פרייזן ריקען זיך ארויף, פון ווי זאל א יונגערמאן וואס האט חתונה אין א 4 רומיגע דירה צאלן די $1500 רענט, וואס אין געווענדליכע פאלן מיינט עס כמעט א חודש וועדזשעס פון די נייע אשת חיל....

איך בין נישט באקאנט אין די וומ"ס רענטאל פרייזען אבער איך מיין אז עס איז נישט געשטיגען מיט אזויפיל פערצענט אין די לעצטע 4 יאר אזוי ווי אין קרית יואל, אדרבא אויב איינער קען צוברענגען.

די גרעסטע פראבלעם איז אז עס איז נישטא קיין רענטאל דירות, מאכט א חשבון, אין קרית יואל האבן חתונה א יאר א ערך פון 250 קאפעלס, לייג צו בערך נאך 50 משפחות וואס ציען זיך ארויס פון די סיטי, האלט מען ביי מינימום 300 נייע דירות יעדע יאר, די פאקט איז עס איז פשוט נישטא אזויפיל נייע דירות.

וועגען קויפען איז דאך ממש נישט דא וואס צו רעדען: אויף די 180 דירות אין די נייע קארלסבורג דיוועלאופמענט איז אריינגעקומען איבער 600 אפליקעשאנס, אלע אנדערע קלענערע דיוועלאופמענטס ווי איהעל, גארדפיעלד, פילמאר, איז א הימל געשריי וויפיל מען בעט. און אפילו אין די ווייניארד דיוועלאופמענט איז שוין גארנישט דא צו באקומען.

איינער האט אויפגעברענגט סאוט בלומינגראוו: אין די לעצטע 3 וואכען זענען בלויז 3 הייזער געווען אפישילי אויף די מארקעט אין סאוט בלומינגראוו, און אויף יעדע הויז זענען אריינגעקומען אריבער 20 אפערס. און דעס אז די הייזער ווערן פארקויפט מיט 50K מער ווי די מארקעט וועליו, איז נאך אביסל פארשטענליך, נאך אלעם ווערט עס א אידישע געגענט, אבער וואס עס פאסירט אין די לעצטערע וואכען ווען עס ווערט א בידינג מלחמה אויף יעדע נארמאלע הויז, מאכט עס אז א הויז גייט פאר 80-90 טויזענט מער וויפיל עס איז באמת ווערט.

די גרעסטע פראבלעם איז אז עס קומט נישט ארויף גענוג הייזער צו אפילו אנהייבען צו טראכטען אז פון דא וועט קומען די ישועה, 2-3 הייזער א חודש ווען עס שטייען גרייט צענדליגער יונגעלייט וואס קריגען זיך אויף יעדע הויז איז א דיזעסטער.


איך ווייס פון אפאר הייזער אין בלומינג גראוו פאר בערך 300

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מאנטאג יוני 20, 2016 7:08 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:ר' מרדכי דוד קאהן האט געזאגט אויף א געוויסע אדמו"ר וואס פלעגט זאגן אז חסד ד' די באשעפער געמאכט אז ארץ ישראל זאל צוריקומען צו כלל ישראל,
האט ער געזאגט אז יענע אדמו"ר איז פונקט ווי יענער וואס האט געזאגט אז די שידוך פונעם כהן מיטן גרושה איז נאך אלעם א זיווג, וואס איז אנגעשריבען אין הימעל.....
זאגט סראלי אז בלומינג גראוו און חתןן כלה האבן נישט קיין שייכות,


ב״ה אז צווישן, קאנטרי האלאו, טאון או מאנראו, וואדבערי דזשאנקשין, סאוט בלומינג גראוו, והגלילות, איז דא גענוג און נאך הייזער און שטחים, אז ס׳דא א גרויסער אויסוואל פאר יעדן.

אסאך הייזער אין די ווילעדזש וועלן עווענטועל זיין עועילעבל פאר די יונגע פארפעלקער וואס ווילן דייקא דארטן וואוינען. יעדער וועט האבן די מעגליכקייט צו א רואיג און פרידליכע לעבן. די גרויסע דעוועלעפארס קענען זיך דערווייל אפרוען און ווארטן, צוזאמען מיט׳ן ציבור, ביז ווילאנג די אנעקסעישן סוגיא ווערט אויסגעקלארט.
ישראל אשר בך אתפאר


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט