אנקעטע: האט איר הנאה פון $550 א פוס דעוועלאפמענט?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

האט איר הנאה פון $550 א פוס דעוועלאפמענט?

יא
44
47%
ניין
50
53%
 
סך הכול שטימען: 94

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

אנקעטע: האט איר הנאה פון $550 א פוס דעוועלאפמענט?

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יוני 08, 2016 9:00 pm

לאור פון דעם שמועס דא
viewtopic.php?f=98&t=23284&start=418
ברענג איך ארויף די פראגע, האט איר פערזענליך הנאה ווען איר הערט אז מען בויעט א פרישער דעוועלאפמענט וואס גייט קאסטן 500-600 א פוס?
לאמיר קודם מקדים זיין, עס איז בכלל נישט שייך אז בילדערס זאלן פארקויפען פאר ביליגער פון דעם וויבאלד די פרייזן פאר די לאטס זענען מוראדיג טייער געווארן, און וועט פילייכט ווערן נאך טייערער.

סא אני הקטן האב אויפגעברענגט א צד אז אפשר איז גארנישט קיין טובה דאס אז מען בויעט די פרישע דעוועלאפמענטס פאר די הימעל שרייענדע פרייזן וואס 95% מענטשען דארפן זיך אנחובות'ן ביזן קאפ צו קענען קויפן א לעכער. "אפשר" וואלט ווען גווען בעסער פאר די מענטשען ווען זיי באגעגענען זיך פנים אל פנים מיטן "פאקט" אז איך קען נישט טרעפן קיין דירה אין וויליאמסבורג, סא איך מוז זוכען ערגעץ אנדערש אין א צווייטען געגענט, אנשטאט די מענטשען זאלן שטארבן א שטאטן טויט ווערענדיג געפיטערט (ספעציעל די עזרת נשים) מיט פאלטשע אילוזיעס אז מען בויעט, און מען זוכט, און מען גייט מערצהעשעם טרעפן א דירה אינדערצייט וואס צו טרעפן א דירה וואס שטימט מיטן בודזשעט איז אן אוממעגליכקייט.

דאס איז בקיצור די שאלה. יעצט איז עיני ישראל נשואות אליך...וואס זאגסטו.
לעצט פאראכטן דורך היימישער אינגערמאן אום מיטוואך יוני 08, 2016 9:03 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך יוני 08, 2016 9:03 pm

גענוג אשכולות איבער דעם טאפיק.

שרייב ווייניגער, ארבעט מער, מאך געלט, און קויף דיר א שיינע הויז אין וויליאמסבורג. פינטל
ישראל אשר בך אתפאר

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יוני 08, 2016 9:05 pm

סראלי האט געשריבן:גענוג אשכולות איבער דעם טאפיק.

שרייב ווייניגער, ארבעט מער, מאך געלט, און קויף דיר א שיינע הויז אין וויליאמסבורג. פינטל

איך זע דו האסט מורא פון די רעזולטאטען..

ב.ד.וו. ביטע זיך האלטן צום נושא אין נישט אראפירען דעם אשכול פון די רעלסען מיט נעמען וכולי אז עס זאל נישט דארפן ווערן פארשפארט...

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך יוני 08, 2016 9:08 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:גענוג אשכולות איבער דעם טאפיק.

שרייב ווייניגער, ארבעט מער, מאך געלט, און קויף דיר א שיינע הויז אין וויליאמסבורג. פינטל

איך זע דו האסט מורא פון די רעזולטאטען..

ב.ד.וו. ביטע זיך האלטן צום נושא אין נישט אראפירען דעם אשכול פון די רעלסען מיט נעמען וכולי אז עס זאל נישט דארפן ווערן פארשפארט...


איך ציטער ווי א פיש...
ישראל אשר בך אתפאר

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יוני 08, 2016 9:09 pm

סראלי האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:גענוג אשכולות איבער דעם טאפיק.

שרייב ווייניגער, ארבעט מער, מאך געלט, און קויף דיר א שיינע הויז אין וויליאמסבורג. פינטל

איך זע דו האסט מורא פון די רעזולטאטען..

ב.ד.וו. ביטע זיך האלטן צום נושא אין נישט אראפירען דעם אשכול פון די רעלסען מיט נעמען וכולי אז עס זאל נישט דארפן ווערן פארשפארט...


איך ציטער ווי א פיש...

ריכטיג :lol: דערווייל 9:09 זאגן 75% שקילא טיבותך ושדיא אחיזרא..

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך יוני 08, 2016 9:10 pm

פארשטייסט דיין מהלך איז היבש מפולפל און גג על גג. ס'איז גראדע א אמת'ע נקודה, וואס מעג געהערט ווערן. אבער פון דא ביז עס קובע זיין במסמרות אז טאקע אזוי ברויך עס צו זיין, איז פאלג מיך א גאנג.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יוני 08, 2016 9:15 pm

מי חכם האט געשריבן:פארשטייסט דיין מהלך איז היבש מפולפל און גג על גג. ס'איז גראדע א אמת'ע נקודה, וואס מעג געהערט ווערן. אבער פון דא ביז עס קובע זיין במסמרות אז טאקע אזוי ברויך עס צו זיין, איז פאלג מיך א גאנג.

איך האב בכלל נישט קובע גווען מסמרןת. איך האב אויפגעברענגט א צד אויף וואס טייל האבן גענומען שרייען מיט די העכסטע טענער. איז אינטרעסאנט צו הערן וואס דער עולם האלט.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2003
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך יוני 08, 2016 9:17 pm

סראלי האט געשריבן:גענוג אשכולות איבער דעם טאפיק.

שרייב ווייניגער, ארבעט מער, מאך געלט, און קויף דיר א שיינע הויז אין וויליאמסבורג. פינטל

אין עניות מן האומנות ואין עשירות מן האומנות

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 844
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » מיטוואך יוני 08, 2016 10:41 pm

ווי יענער גביר וואס האט זיך אוסגעדריקט אז ער ארבייט נישט צופיל שעה ווייל נאכדעם בלייבט נישט קיין צייט צו מאכן געלט.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך יוני 08, 2016 10:53 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:לאור פון דעם שמועס דא
viewtopic.php?f=98&t=23284&start=418
ברענג איך ארויף די פראגע, האט איר פערזענליך הנאה ווען איר הערט אז מען בויעט א פרישער דעוועלאפמענט וואס גייט קאסטן 500-600 א פוס?
לאמיר קודם מקדים זיין, עס איז בכלל נישט שייך אז בילדערס זאלן פארקויפען פאר ביליגער פון דעם וויבאלד די פרייזן פאר די לאטס זענען מוראדיג טייער געווארן, און וועט פילייכט ווערן נאך טייערער.

סא אני הקטן האב אויפגעברענגט א צד אז אפשר איז גארנישט קיין טובה דאס אז מען בויעט די פרישע דעוועלאפמענטס פאר די הימעל שרייענדע פרייזן וואס 95% מענטשען דארפן זיך אנחובות'ן ביזן קאפ צו קענען קויפן א לעכער. "אפשר" וואלט ווען גווען בעסער פאר די מענטשען ווען זיי באגעגענען זיך פנים אל פנים מיטן "פאקט" אז איך קען נישט טרעפן קיין דירה אין וויליאמסבורג, סא איך מוז זוכען ערגעץ אנדערש אין א צווייטען געגענט, אנשטאט די מענטשען זאלן שטארבן א שטאטן טויט ווערענדיג געפיטערט (ספעציעל די עזרת נשים) מיט פאלטשע אילוזיעס אז מען בויעט, און מען זוכט, און מען גייט מערצהעשעם טרעפן א דירה אינדערצייט וואס צו טרעפן א דירה וואס שטימט מיטן בודזשעט איז אן אוממעגליכקייט.

דאס איז בקיצור די שאלה. יעצט איז עיני ישראל נשואות אליך...וואס זאגסטו.

מען האט געשמועסט פון 500 $ א סקװער פיס פארשטײ איך נישט פארװאס האסט געמאכט א אנקעטע פון 550
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
Iphone
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 10, 2013 8:57 pm

תגובהדורך Iphone » מיטוואך יוני 08, 2016 11:08 pm

מי חכם האט געשריבן:פארשטייסט דיין מהלך איז היבש מפולפל און גג על גג. ס'איז גראדע א אמת'ע נקודה, וואס מעג געהערט ווערן. אבער פון דא ביז עס קובע זיין במסמרות אז טאקע אזוי ברויך עס צו זיין, איז פאלג מיך א גאנג.


This actually happened in KJ. People saw that annexation will take another few years and there is no options, so they are moving out.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דאנארשטאג יוני 09, 2016 12:04 am

איך האלט אז זיי דארפן בעטן 750 א פוס אפשר אזוי וועט דער עולם גולם זיך אויפהייבן פון דא......

techgig
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 16, 2011 12:03 am

תגובהדורך techgig » דאנארשטאג יוני 09, 2016 12:12 am

די אלא וואס האבן געוואט ניין ביי 400sf
וואלט איר געשטימט אנדריש?

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג יוני 09, 2016 12:52 am

איפה פייביש האט געשריבן:איך האלט אז זיי דארפן בעטן 750 א פוס אפשר אזוי וועט דער עולם גולם זיך אויפהייבן פון דא......

פאר די זעלבע סיבה האלט איך אז מ'דארף אנהויבן פארקויפן פאר ארטיסטן...

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יוני 09, 2016 12:55 am

פרוביר אויך האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:לאור פון דעם שמועס דא
viewtopic.php?f=98&t=23284&start=418
ברענג איך ארויף די פראגע, האט איר פערזענליך הנאה ווען איר הערט אז מען בויעט א פרישער דעוועלאפמענט וואס גייט קאסטן 500-600 א פוס?
לאמיר קודם מקדים זיין, עס איז בכלל נישט שייך אז בילדערס זאלן פארקויפען פאר ביליגער פון דעם וויבאלד די פרייזן פאר די לאטס זענען מוראדיג טייער געווארן, און וועט פילייכט ווערן נאך טייערער.

סא אני הקטן האב אויפגעברענגט א צד אז אפשר איז גארנישט קיין טובה דאס אז מען בויעט די פרישע דעוועלאפמענטס פאר די הימעל שרייענדע פרייזן וואס 95% מענטשען דארפן זיך אנחובות'ן ביזן קאפ צו קענען קויפן א לעכער. "אפשר" וואלט ווען גווען בעסער פאר די מענטשען ווען זיי באגעגענען זיך פנים אל פנים מיטן "פאקט" אז איך קען נישט טרעפן קיין דירה אין וויליאמסבורג, סא איך מוז זוכען ערגעץ אנדערש אין א צווייטען געגענט, אנשטאט די מענטשען זאלן שטארבן א שטאטן טויט ווערענדיג געפיטערט (ספעציעל די עזרת נשים) מיט פאלטשע אילוזיעס אז מען בויעט, און מען זוכט, און מען גייט מערצהעשעם טרעפן א דירה אינדערצייט וואס צו טרעפן א דירה וואס שטימט מיטן בודזשעט איז אן אוממעגליכקייט.

דאס איז בקיצור די שאלה. יעצט איז עיני ישראל נשואות אליך...וואס זאגסטו.

מען האט געשמועסט פון 500 $ א סקװער פיס פארשטײ איך נישט פארװאס האסט געמאכט א אנקעטע פון 550

500-525 א ס.פ. איז פאר דעוועלאפמענטס וואס האט זיך אנגעהויבן א יאר צוויי צוריק, און/אדער ארויס פון געגענט. די שאלה איז וועגן פרישע דעוועלאפמענטס וואס אידן נעמען אונטער, אויב איר וועט הנאה האבן דערפון צו נישט.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג יוני 09, 2016 1:58 am

@פרוביר אויך, סא ביי 550 ביזטו מודה אז מ'זאגט "בעסער בוי נישט, אזוי וועט דער עולם שנעלער מופן און ווייניגער זינקען אין חובות און ווייניגער הארץ אטאקעס", איא?

סא ביזט מודה צום געדאנק, די קריגסטוך נאר אויפן פרייז.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6845
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג יוני 09, 2016 2:03 am

הנאה האב איך נישט אבער קיין אנדערע ברירה האב איך אויך נישט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דאנארשטאג יוני 09, 2016 2:22 am

מיין קליינע מוח זאגט

גראדע זאג איך עס נאך פון איינעם סאיז נישט אייגענס

אז ווילאנג סוועט נישט זיין א אפענע זשים צו די גאס לי קארנער ראדני אויפן ליידיגן טרייענגעל און א באר לי קארנער קיעפ וועט די עולם נישט אפ פיצן פון דא

יענער גראדע האט זיך אויסגעדירקט ערגער )(,נישט שיין צו שרייבן דא

אבער וואס איך האלט איז אז די גרעסטע מסירת נפש איז דער יוד וואס וועט העלפען אז סזאל געשען

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג יוני 09, 2016 3:24 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:גענוג אשכולות איבער דעם טאפיק.

שרייב ווייניגער, ארבעט מער, מאך געלט, און קויף דיר א שיינע הויז אין וויליאמסבורג. פינטל

איך זע דו האסט מורא פון די רעזולטאטען..

ב.ד.וו. ביטע זיך האלטן צום נושא אין נישט אראפירען דעם אשכול פון די רעלסען מיט נעמען וכולי אז עס זאל נישט דארפן ווערן פארשפארט...


איך ציטער ווי א פיש...

ריכטיג :lol: דערווייל 9:09 זאגן 75% שקילא טיבותך ושדיא אחיזרא..

מיט 54 שטימען איז עס כמעט א טיי.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג יוני 09, 2016 7:30 am

די גרויסע צאל פון סעקשן אכט חברה אין אונזער קאמיוניטי ביישטייערט אויך צו דער פאקט אז אסאך קענען זיך עפארדן אריינצומופן אין די טייערע הייזער.

@היימישער, אפשר אן אשכול, אדער אן אנקעטע דערוועגן?
ישראל אשר בך אתפאר

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג יוני 09, 2016 10:46 pm

האלט מיר 24 שעה דערנאך און 65 שטימען און די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד.

55% האט נישט קיין הנאה פון די פרישע דעוועלאפמענטס און 45% יא.

איז עס נוגע למעשה? נישט עכט. איך האב נאר הנאה צו זען אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס זעט נישט "ולשמחה מה זו עושה" ווען מען בויעט דירות וואס אן עווריזש מענטש קען נישט צוקומען.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג יוני 09, 2016 11:05 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:האלט מיר 24 שעה דערנאך און 65 שטימען און די רעזולטאטן זענען ווי פאלגענד.

55% האט נישט קיין הנאה פון די פרישע דעוועלאפמענטס און 45% יא.

איז עס נוגע למעשה? נישט עכט. איך האב נאר הנאה צו זען אז איך בין נישט דער איינציגסטער וואס זעט נישט "ולשמחה מה זו עושה" ווען מען בויעט דירות וואס אן עווריזש מענטש קען נישט צוקומען.



געוואלדיגע אויפטו
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג יוני 10, 2016 12:19 am

איך מיין אז אפילו פאר די וואס האבן שמינית שבשמינית איז עס שוין אויך נישט אפערדאבל
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג יוני 14, 2016 1:48 pm

געשטימט יא

נישט אז איך האב הנאה פון די פרייזן, אבער למעשה מאמענטאל וואוין איך דא, און דערווייל איז נישט אין ערענסטע פלאן צו מופן, און איך וויל זעהן מיין נעבערהוד וואס מער יודיש ווי איידער גויאיש,
1 + 1 = חלה דעקל...

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 14, 2016 2:04 pm

חלהדעקל האט געשריבן:געשטימט יא

נישט אז איך האב הנאה פון די פרייזן, אבער למעשה מאמענטאל וואוין איך דא, און דערווייל איז נישט אין ערענסטע פלאן צו מופן, און איך וויל זעהן מיין נעבערהוד וואס מער יודיש ווי איידער גויאיש,



יעדע שטימע אויף ״יא״ האט געוויס די זעלבע כוונה
ישראל אשר בך אתפאר


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט