ליסטע פון זאכן צו וויסען ביים מופען

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

ליסטע פון זאכן צו וויסען ביים מופען

תגובהדורך השפעות » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 6:43 pm

אזוי ווי איך האב א פלאן מיט די צייט צו מופען קיין אפסטעיט (ק"י או מאנסי) אי"ה.
אויסער די הויפט שוועריגקייטן פון די דירה, טרעפן א גוטע דירה, און געלט צו דינגען/קויפן, מארטגידזש, וכו',
איז נאך פארהאן צענדליגע קלענערע זאכן וואס מוז אויך ערלעדיגט ווערן ביים טוישן וואוינונג.

וואלט איך געוואלט האבן א פונקטליכע ליסט, פון אלע קלענערע איינצעלהייטן וואס איך וועל מוזען מסדר זיין, און נעמען אין באטראכט / פון אנהייב ביזן סוף.
און בערך וויפיל טעג/וואכן פארן מופען איז די בעסטע צייט צו מסדר זיין דאס.

למשל:
1) טוישן די אדרעסן ביים פאסט אפיס [זמן א וואך פארן מופען? - מ' דארף דאס טוהן ביים פאסט אפיס? אויפן טעל?]
2) באשטעלן טעל. סערוויס אין די נייע הויז [זמן?]
3) קענסלען די טעל. אין די אלטע הויז
4) איינשרייבן די קינדער אין חדר/סקול
5) ווי צו דאווענען בחול/בשב"ק
6) חברותא ללימוד בערב ובוקר
7) דאקטאר אפיס
8) געשעפטן ווי איינצוקויפן
9) ליסטע פון וויכטיגע טעל. נומערן (טעקסי, הצלה וכו')


דירה
8) פענטן, סקרעיפן, קלינען די דירה
9) איינקויפן עפלייענסעס
10) איינקויפן גראסערי ארדער
11) פארשאפן באקסעס וכו'
12) איינפאקן אלעס פארן מופען (אין באקסעס וכו')
13) אויספאקן אלעס אויפן פלאץ, אין די נייע דירה
14) אפווארטן די יוטיליטי קאמפאניס, בבית החדש, ווען זיי דארפן קומען

15) דרייווערס לייסענס
16) באשטעלן א מאווינג קאמפאני
17) מודיע זיין פאר די קאנטאקס די נייע אינפארמאציעס
18) אא"וו

יישר כח למפרע פאר אלע וואס וועלן דא ארויסהעלפן מיט די רשימה.

איך פארשטיי אז די אלע וואס האבן שוין טועם געווען די טעם פון מופען וועלן קענען דא מודיע זיין פון די אייגענע ערפארונג די אלע פרטים, און זייטיגע שוועריגקייטן וואס מ'דארף זיך רישען צו מסדר זיין.

און אויב מ'איז צוגעגרייט פון פאראויס קען מען דאס מסדר זיין בעוד מועד, מיט א רואיגקייט.
לעצט פאראכטן דורך השפעות אום פרייטאג מארטש 04, 2016 8:17 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נטורי-יואל
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 08, 2015 4:46 am

תגובהדורך נטורי-יואל » דאנארשטאג מארטש 03, 2016 7:23 pm

Regarding #1. You can go in to any post office and ask for a "change of address kit" and you'll see in that package anything you need.

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » פרייטאג מארטש 04, 2016 8:19 am

נטורי-יואל האט געשריבן:Regarding #1. You can go in to any post office and ask for a "change of address kit" and you'll see in that package anything you need.


יישר כח
די מיינסט צו זאגן אז זיי האבן א ליסט פון אלע זאכן וואס מ'דארף ארלעידיגן ביים מופען, אדער נאר פאר די חלק פון טוישן אדרעס?

אויב מיינסטו פאר אלעס וואס מ'ברויך, מיין איך אז די או"ה האבן אנדערע השגות ווי אונז, זייער TO-DO-LIST איז גאר אנדערש ווי ביי אונז ודו"ק

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג מארטש 04, 2016 10:21 am

רוב זאכן זענען common sense, ווי למשל פארשאפן באקסעס, וואס איז די שאלה זיכער דארף מען פארשאפן באקסעס.

נאר, ס'איז דא זאכן וואס איז גוט צו וויסן איינער מ'מופט. איינע פון די זאכן איז צו וויסן פארן מופן ווי מ'וויל לייגן די מעבל, די ספרים שאנק, וויאזוי מ'וויל אויסשטעלן די דיינונג רום און די שלאף צימערן. ווען די מופער'ס קומען אן מיט די מעבל פרעגן זיי ווי זיי זאלן עס אויפשטעלן, אויב מ'האט נישט קיין פלאן פון פארדעם, און מ'שטעלט עס נישט גוט אויס, שפעטער, איז שוין זייער שווער צו טוישן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » פרייטאג מארטש 04, 2016 4:34 pm

4) איינשרייבן די קינדער אין חדר/סקול

דאס איז נומבער איינס
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מוצ"ש מארטש 05, 2016 11:33 pm

1) סעווען געלט צו קענענן מופן.
2) האבן גענוג געלט צו מופן
3) אויסוועלן א שטאט ווי מען וויל מופן
4) זיך אומקיקיען פאר א דירה אין יענע שטאט
5) אויסוועלן א דירה וואס מען גלייכט
6) זיכער מאכען אז מען האט מוסדות פאר די קינדער אין יענע פלאטץ
7) שליסען די דיעל אויף די אויסגעוועלטע דירה

דערנאך איז דא עטליכע גיטע טיפס און עצות ווי צו זיך מסדר צו זיין ווען מען מופט, לאז וויסען ווען דו האלסט שוין ביי יענע שטאפעל.

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג מארטש 06, 2016 1:35 am

לגבי 15 מה ענין שמיטה אצל הר מניחות?
נישט אז אלע אנדערע פארשטיי איך יא אלא חד מינייהו נקט.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מארטש 06, 2016 2:27 am

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:לגבי 15 מה ענין שמיטה אצל הר מניחות?
נישט אז אלע אנדערע פארשטיי איך יא אלא חד מינייהו נקט.

טוישן די אדרעס אויף די לייסענס.

אדער ווייל אין אפסטעיט דארף מען וויכטיגער א קאר
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » זונטאג מארטש 06, 2016 11:38 am

מן הנסיון:

פאר[רוב] קינדער איז מופן אין אן אנדער שטאט, גאר א שווערע דורכגאנג, פיזיש און "גייסטיש", מען דארף אליין זיין צוגעגרייט פון פאראויס, און צוגרייטן די קינדער צו דעם, מיטשטיין און מיטפילן מיט זיי די ערשטע תקופה אויף טריט און שריט, און שטיין על המשמר נאכדעם מיט אפענע אויגן
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » זונטאג מארטש 06, 2016 1:05 pm

מזוזות,
ווינדאו שעידס
(הגה: מנהג ישראל לקנות ווינדאו שעידס הנעשים מפאפיר מקופל, או מניילון - פלאסטיק, הנקראים בלע"ז "טעמפארערי שעידס", ורק אחרי שנה או שנתיים מחליפין את הוילונות הארעיים עם הוילונות שהם כפי רוח הזמן ומנהג המקום).
די וואס ציען זיך פון א פארנומענע רעש'יגע שטאט צו אויסער'ן שטאט וואו מ'הערט נישט די גערודערס אגאנצן טאג, און מ'זעט ווינציגער מענטשן אויף די גאסן, איז וויכטיג איינצוקויפן מער סי די'ס און שפילצייגן כדי אנצופולן די צייט פאר די קינדער, און זיי צוביסלעך אפגעוואוינען פון די אבנארמאלע שטאטישע געוואוינהייט פון הערן טראקס און פייערשלער אגאנצן טאג, און פייפערייען פון אויטאס, און איבערפלוסיגע הויכע פארקער פון מענטשן.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » זונטאג מארטש 06, 2016 4:01 pm

ווישוואש האט געשריבן:
מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:לגבי 15 מה ענין שמיטה אצל הר מניחות?
נישט אז אלע אנדערע פארשטיי איך יא אלא חד מינייהו נקט.

טוישן די אדרעס אויף די לייסענס.

אדער ווייל אין אפסטעיט דארף מען וויכטיגער א קאר


איך ווייס אויך נישט פונקטליך, נאר איך ווייס איינער וואס האט געדארפט מופען צוליב סעקשען 8, האט ער מי געזאגט אז ער האט א גרויסע פרעשער וועגן טוישן די דרייווינג לייסענס צו יענע געגנט, און די מעדיקעיד וכו' - קען זיין נאר אין א אנדערע סטעיט איז די פראבלעם.

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » זונטאג מארטש 06, 2016 4:07 pm

זאכליך האט געשריבן:רוב זאכן זענען common sense, ווי למשל פארשאפן באקסעס, וואס איז די שאלה זיכער דארף מען פארשאפן באקסעס.

נאר, ס'איז דא זאכן וואס איז גוט צו וויסן איינער מ'מופט. איינע פון די זאכן איז צו וויסן פארן מופן ווי מ'וויל לייגן די מעבל, די ספרים שאנק, וויאזוי מ'וויל אויסשטעלן די דיינונג רום און די שלאף צימערן. ווען די מופער'ס קומען אן מיט די מעבל פרעגן זיי ווי זיי זאלן עס אויפשטעלן, אויב מ'האט נישט קיין פלאן פון פארדעם, און מ'שטעלט עס נישט גוט אויס, שפעטער, איז שוין זייער שווער צו טוישן.


איך רעד דא פון זאכן וואס יעדער ווייסט אז מ'דארף, אבער אויב מ'איז אויסגערעכנט פון פאראויס איז גרינגער די עסק.
פאר איך פאר זומער אין קאנטרי זאמעל איך שוין אן באקסעס פון 4-5 וואכן פאר קאנטרי, איך לייג אוועק אלע גראסערי דעליווערי באקסעס, צו האבן גרייט די וואך פאר מ'פארט.

געב א קוק וועסטו זעהן אז רוב מענטשן האבן נישט קיין כח צו טוהן זאכען וואס גייט ארויס פון די געווענליכע סדר היום, מ'וועט עס אפשטיפן די מערסטע וואס מ'קען, למשל פסח'דיג מאכן די ספרים וכו'.
איז די גלייכסטע זאך צו וויסן יעדע זאך וואס מ'דארף און האבן גענוג און נאך צייט צו מסדר זיין יעדע פרט על צד היותר טוב.

די לעצטע פאר יאהר למשל, איז אדווערטייזד א מחי'דיגע ליסטע אלעס וואס מ'דארף מסדר זיין ערב פסח, א טאג פאר פסח, ערב וכו' - ס'אסאך גרינגער ווי אלעס ליגט נאר און קאפ און מ'איז נאכדעם מורא'דיג מבוהל.

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

וויפיל מאל דארף מען ארויספארן פארן מופען?

תגובהדורך השפעות » זונטאג מארטש 06, 2016 4:11 pm

לאמיר זאגן אז מ'האט שוין ב"ה געטראפן א דירה און אפסטעיט.
וויפיל מאל בערך וועט אויסקומען אז מ'וועט דארפן ארויספארן קיין אפסטעיט מסדר זיין אלע זאכן?

ווער ס'האט לעצטנס געמופט ווערט געבעטן צו זאגן זיין ערפארונג!

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מארטש 07, 2016 7:52 am

עס מאכט אויס א חילוק אויב האסט געקויפט אדער געדינגען, מאנסי אדער קר״י..

השפעות
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » מאנטאג מארטש 07, 2016 9:39 am

מחותן האט געשריבן:עס מאכט אויס א חילוק אויב האסט געקויפט אדער געדינגען, מאנסי אדער קר״י..


שרייבן ביי ביידע
איש את רעהו יעזורו
נישט נאר איך וויל וויסען נאר יעדער וואס מאפט וויל וויסען, סיי צו ק"י סיי צו מאנסי - וכן להיפוך פון אפסטעיט צו די שטאט

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מארטש 07, 2016 10:43 am

אה, איך האב געמיינט אז דו ווילסט עפעס וויסען..

פאר די געלט וועל איך שוין ענדערש שרייבען מיין עקספיריענס מיט דרייוען א מאטער ביציקעל.

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7623
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מארטש 07, 2016 3:03 pm

מחותן האט געשריבן:וועל איך שרייבען מיין עקספיריענס מיט דרייוען א מאטער ביציקעל.
מחותן, איך כאפ דיר ביים ווארט, ס'דארף זיכער זיין אן אינטערסאנטע עקספיריענס...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5146
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מאנטאג מארטש 07, 2016 3:50 pm

זאכליך האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:וועל איך שרייבען מיין עקספיריענס מיט דרייוען א מאטער ביציקעל.
מחותן, איך כאפ דיר ביים ווארט, ס'דארף זיכער זיין אן אינטערסאנטע עקספיריענס...

שוין לאנג נאכן ווארט מען האלט שוין ביי חתונה מאכן די קינדער מען איז שוין אליינס א מחותן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

קמח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 12, 2011 12:31 pm

תגובהדורך קמח » מאנטאג מארטש 07, 2016 4:20 pm

העיקר זעה איך האט מען פארגעסן

בעטן פאר אסאך סייעתא דשמיא

און זיין גרייט אויף אסאך איבערראשונגען

(מער געלט פון וויפיל מ'האט גע'חלומ'ט, און זאכן ארבעטן פונקט קאפויער, דער טלפון ווערט אריבער געפירט א וואך שפעטער, וכו' וכו')

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג מארטש 07, 2016 11:55 pm

תמהואומר האט געשריבן:מן הנסיון:

פאר[רוב] קינדער איז מופן אין אן אנדער שטאט, גאר א שווערע דורכגאנג, פיזיש און "גייסטיש", מען דארף אליין זיין צוגעגרייט פון פאראויס, און צוגרייטן די קינדער צו דעם, מיטשטיין און מיטפילן מיט זיי די ערשטע תקופה אויף טריט און שריט, און שטיין על המשמר נאכדעם מיט אפענע אויגן


שטארקע נקודה!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

בעסטע
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:42 am

תגובהדורך בעסטע » מיטוואך אפריל 13, 2016 4:53 pm

??קען איינער ביטע מיר העלפן אויסוועלן א מאווינג קאמפעני

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך אפריל 13, 2016 5:28 pm

In upstate is excellent movers very popular

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך אפריל 13, 2016 7:10 pm

ברוקלין איז בי פי מאווערס די בעסטע

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1329
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך אפריל 13, 2016 8:30 pm

בן נון האט געשריבן:ברוקלין איז בי פי מאווערס די בעסטע
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

בעסטע
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:42 am

תגובהדורך בעסטע » מיטוואך אפריל 13, 2016 10:00 pm

אין אפסטעיט זאגט מיר איינער אז בנימין דער שלעפער איז מיט פופצן הונדערט דאלער ביליגער ווי עקסעלענט

?לוינט זיך צו גיין מיט איהם
?איינער האט געהאט עפעס עקספיריענס מיט איהם


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט