דירות אין אולסטער קאונטי - Ulster county

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מצוה יונגעל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 11, 2016 5:18 pm

דירות אין אולסטער קאונטי - Ulster county

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצוה יונגעל »

מיין חבר האט מיר געבעטן דאס צו ארויפלייגן:

איך מיט נאך עטליכע משפחות האבן ת"ל באקומען סעקשאן 8 אין אולסטער קאונטי, דאס מיינט אז מיר מוזן וואוינען אין אולסטער קאונטי פאר כאטש איין יאר איידער עס ווערט טרענספערעבל.
א 3/4 יאר צוריק האבן שוין א צאל משפחות באקומען און זיי האבן זיך באזעצט אין עלענוויל נוי יארק. זיי האבן ב"ה געטראפן דירות אין א שיינע קאמפלעקס און זיך געמאכט שבת פאר זיך.
דארטן איז יעצט קיין ליידיגע דירות נישט פארהאנען, דערפאר מוזן מיר זוכן א מקום פון דאסניי, דאס קען אויך זיין אין עלענוויל אזוי אז מיר זרחן זיין עטוואס מוזרמים אבער פונקט אזוי, און אפשר לכתחילה, אין א געגנט וואס איז נענטער צו קרית יואל.

אנליין איז דא צו טרעפן א דירה דא און א דירה דארט, אבער מיר דארפן אפאר דירות צוזאמען.

עס זענען זיכער דא פיל דירות וואס זענען באמת גרייט צום פארדינגען נאר זענען נישט געליסטעט אנליין (א צאל קאנטריס און קעמפס זענען דאך זיכער דא, מען דארף נאר וויסן צו עס איז דא וואס איז געאייגענט פאר אונזער צוועק און עוועילעבל צו פארדינגען), נאר כדי זיי צו טרעפן דארפן מיר האבן קאנטאקט צו איינער וואס האט א ידיעה אין אולסטער קאונטי'ס מארקעט.

אויב האט איר אינפארמאציע אדער ווייסט פון איינער וואס וועט אונז קענען ארויסהעלפן, ביטע אונז לאזן וויסן.
ולמצוה גדולה יחשב

(אויב ווילט איר נישט שרייבן אינפארמאציע אין פובליק ביטע שיקט עס באישי)
Zik
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 19, 2014 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Zik »

ישבה אף אשען
Greenfield meadows איז נאנט,
איך האף אז זיי קענען העלפן חסידים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פרוביר דורך חב"ד פון אלסטער קאונטי:
http://chabadulstercounty.org
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מצוה יונגעל האט געשריבן:א 3/4 יאר צוריק האבן שוין א צאל משפחות באקומען און זיי האבן זיך באזעצט אין עלענוויל נוי יארק. זיי האבן ב"ה געטראפן דירות אין א שיינע קאמפלעקס און זיך געמאכט שבת פאר זיך.
דארטן איז יעצט קיין ליידיגע דירות נישט פארהאנען, דערפאר מוזן מיר זוכן א מקום פון דאסניי, דאס קען אויך זיין אין עלענוויל אזוי אז מיר זרחן זיין עטוואס מוזרמים אבער פונקט אזוי, און אפשר לכתחילה, אין א געגנט וואס איז נענטער צו קרית יואל.


אינעם "דער בית" פון די וואך ווערט באריכטעט איבער א נייער ישוב אין עלענוויל, קען איינער זאגן מער פרטים דערוועגן?
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס איז דאך דא די באקאנטע ארטאדאקסישע קהילה אין עלענוויל שוין מעהר פון 100 יאהר. איך האב באזוכט די קהילה בערך 10 יאהר צירוק. זיין זענען טאקע מאדערען אבער מערסטענס נישט קיין פרפעשינעלס (לויערס, דאקטוירים). זיי זענען מערסטענס עמך אידן.

די מרא דאתרא איז ראביי פראנק שליט"א. איך גלייב אז ער האט א שטיקן שייכות צו מאנסי.

איך גלייב אויך אז זיי וועלן גערן העלפן היימישע חסידישע אידן ווייל די קאמיוניטי צופאלט פון די עלטערע מענטשען.

http://koshertravelinfo.com/listings/co ... th-israel/
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”