דעת הקהל- וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

דעת הקהל- וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

בלומינגבערג
61
19%
זשערזי סיטי
83
26%
לעיקוואד
52
16%
אלע דריי
111
35%
קיין איינס נישט
11
3%
 
סך הכל שטימען: 318

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

הרב זכאי, טעיק איט איזי,

אייוועלט האט טאקע אסאך טרעפיק אבער האט למעשה זייער א קליינע השפעה אויפן אלגעמיינעם ציבור, איך בין זיכער אז 70-80 פראצענט מענטשען האבן ניטאמאל געהערט דערפון, בסך הכל קען דאס אפעקטירן איין- צוויי מענטשען וואס דרייען זיך אויף אייוועלט, אבער ס'האט כלל נישט קיין השפעה אויף א ברייטען פארנעם.

אייוועלט שרייבער/ליינער זענען עפ"י רוב אפיניענעטעד מענטשען וואס גלייכן צו לאזן הערן זייער מיינונג אנאנים אונטער א ניק, עפעס וואס זיי וואלטן נישט געזאגט אדער געזאגט אין א לייכטערן פארמאט אין ריעלוויל(איך גלייב אז רוב אקטיווע ניקס דא, זענען דירעקט שטילערע מענטשען אין ריעל לייף), און דאס נעמן אן אקטיווע ראלע אין אנליין געשרייבעריי ווי מ'דארף טראכטן פאר מ'שרייבט עפעס אז נישט איז מען ללעג ולקלס, שארפט נאך מער אויס די מוחות (אקעי נישט אלעמאל... מ'רעדט בכלליות), און אלץ רעזולטאט שארפערע אפיניענס, אפט באגלייט מיט שפיזיגע תגובות.


ס'איז א רחמנות צו זעהן ווי איינער מיט א obvious אגענדע, נעמצעך שרייבן ווי כאילו ער גייט דא קאנווינסען לימין או לשמאל, איך גלייב אז קיין איינער איז נאך נישט געווארן קאנווינסד און זיכער נישט קאנווינסד זיין ווייב מיט א תגובה פון אן אגענדע שטופענדען ניק, אשאד די ארבייט.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

סמארט גאי האט געשריבן:זאל ווען לאם האבן זיינע פראפערטיס אין דזשערסי סיטי וואלט ער שוין געהאט 500 תושבים.

500? אסאך מער...

אבער מיט דיין סברא אז בלומינגבורג'ס טויט קומט צוליב איר געאגראפישע ווייטקייט בין איך מחולק.
לעיקוואוד איז נישט מיט אזויפיל נענטער ווי בלומינגבורג אז עס זאל זיך דערקענען "אזא" חילוק.
און, איך וואלט געזאגט אז בלומינגבורג ברויך צו זיין פיל נענטער פסיכאלאגיש ביי דער וויליאמסבורגער ציבור, ווייל זי איז אינמיטן "אונזער וועג", מען איז געוואוינט דערצו, משא"כ די וועג קיין לעיקוואוד וואס איז א דבר חדש בינינו (ניין! איך רעד נישט וועגן "צמצום", נאר פשוט ווייל מען פארט נישט אהין אין פארגלייך צו בלומינגבורג וואס מען פארט אסאך דורך).
חוץ אויב וועט מען זאגן אז זינט מען האט עס אפגעלעיבלט אלס "אין קאנטרי" קוקט דאס אויס ווי א שרעקוועדיגע זומער-פרייטאג-רייזע פון דריי שעה. אבער אויב יא, דאן ברויכסטו הערשט פארשטיין וואס עס איז די פראבלעם פון דיין געבן פאר בלומינגבורג דעם "דזשיהאד" לעיבל, אזוי אומווילענדיג און מיט גאנץ א אנדערע כוונה קען מען מאכן א חורבן. (און אין א זייטיגן נאטיץ, מאכט עס דען סענס יענע רייד? נניח אז רוב ציבור איז יא דזשיהאדיסטן און זיי פלאנען טאקע צו פארבלייבן דארט. ערשטנס, מה להם און צום נייעם פראיעקט?! זיי וואוינען א שיינע פאר מינוט - מיט א קאר! - אפגעריקט. און, וויפיל זענען זיי? די "גאנצע" ציבור באשטייט דאך פון סך הכל 30 משפחות, מיט די ערשטע פאזע אנגעפילט זענען זיי ווי א נאדל אין א שטרוי זאק.)

געלעגער, ניין :wink:. יישר כחך.

פשוטער איד'ל, דו ביסט באמת ביי די מיינונג אז נידערן (אויב ער קען...) די רענט פרייזן פון די נייע דעוועלאפמענט וועט דירעקט פארשנעלערן די סוקסעס?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

זכאי האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:
יעצט זאל מיר קיינער נישט זאגן אז נאר אויף אייוועלט האלטן מענטשן אזוי אדער אזוי, און אין די ׳ריעל ווארלד׳ איז אנדערש.

וואס מיינען ענק ווער שרייבט אויף אייוועלט, מענטשן וואס זענען אין א ׳פעיק ווארלד׳?


ניין איך זאל דיר נישט זאגן?!?! הוי ווי איך גיי דיר זאגן, נישט זאגן נאר איך גיי שרייען "טאטע אין הימל וואו זענען די מענטשען אויף איי וועלט אין ריעל לייף ווען מ'דארף סאפאורט אויף גיין וואוינען קיין דזשערסי סיטי???

איך ווייס נישט וואס דא גייט פאר אבער אדער שעמט זיך דער עולם צו זאגן בגילו זייער מיינונג אדער רעד מען דא פון א געוויסע עידזש לאמיר זאגן ביז דרייסיג.

איך ווייס איין זאך איך וואלט שוין לאנג געווען אין דזשערסי סיטי אבער נישט קיין טאטע, נישט קיין מאמע, ברודער, שוועסטער, שווער, שוויגער, איז גינסטיג דערביי נאר זענען דערקעגן אויך. און די אלע האבן געטוען די ריסערדזש ביים עולם און קיינער 'נאכאמאל קיינער' איז נישט צירוק געקומען זייער פאזעטיוו.

און אויב איך מעג פרעגן, אויב איז דער עולם איז אזוי הייס פאר די זאך דאן פארוואס שטייט עס נאך ביי פיר משפחות די לעצטע צוויי חדשים, בעת וואס עס האט געהייסן לאנג צירוק אז ביז צוויי וואכן איז דא 12 משפחות אויף זעכער......

העסטו פרעגן פארוואס איך שריי ? ווייל עס טוט וויי שרייט מען.


זכאי, איך האב באמת מיטגעפיל מיט אייער סיטואציע, און איר זענט נישט די איינציגסטע. פרעגט אנדערע וואס ווילן זיך אוועקציען צו סיי וועלעכע פון די אנדערע שטעטלעך, וועט איר הערן אז זיי שטויסן זיך אן מיט א געוויסע מאס קעגנערשאפט פון די עלטערן, ביי איינעם מער און ביי איינעם ווייניגער. (דיי סיבות לויט ווי איך פארשטיי איז א. אווערפראטעקטיווניס. ב. באקוועמליכקייט פון די עלטערן. אדער גאר א געמיש פון ביידע). עס קען זיין אז קעגן זשערסי סיטי, וועט זיין א גרעסערע קעגנערשאפט פון עלטערן יעצט אויף די מינוט ווייל עס וואוינט נאר דארט 5 אידן.

אויב ווילט איר הערן אן עיצה, שמע בקולי איעצך, עס וועט אייך מאכן אסך גרינגער (בבחינת תפסת מרובה לא תפסת).


ערשטענס לייענט רואיג דורך וואס אי האב געהאט געשריבן עטליכע וואכן צוריק.

זשערסיסיטי עסקן האט געשריבן:איך ווייס נישט צו עס וועט זיין א' וארא אדער א' בא, אבער יא ווי עס זעט אויס וועט אין די נאענטע וואכן זיין 10 אידן איינוואוינערס מיט א שמיץ אריבער. און עס זעט אויס אז נאך פסח\שבועות וועלען זיין בעז"ה פון 30 ביז 50 משפחות.
איינע פון די זאכן וואס העלפט גאר שטארק פארשנעלערן די נייע צאל איינוואוינער איז די יעזורו רענטעל פראגראם. עס וואלט טאקע גווען כדאי עס אביסל מער אויסצושמועסן ווייל א חלק ניכר פונעם ציבור וואס זוכט צו מופען קוקט מיטאמאל אריין אין דעם אפשען מיטן חשבון אז אויב מופען זאל מען כאטש האבן אן אייגענע דירה. די סברא איז אודאי א ריכטיגע אינעם לאנגען טערמין, אבער אסך מאל ווי לאנג מען שפעקולירט אזוי, יא צו ניין, וואסערע דירה צו קויפן, פרעסט די חודשליכע רענט אויף, א חלק ניכר פון די "דאון פעימענט" וואס מען ברויך האבן צו קויפן.

טא לאמיר זיך באקענען מיט די מעלות פון רענטען אין זשערסי סיטי.

א. איר דארפט נישט האבן פרוטה פון פאראויס. איר באקומט א הערליכע דירה פיקסד פארטיג רעדי אררינצומופן פארן אומגלויבליכן פרייז פון 500-1000 א חודש.
ב. איר קענט שוין מופן.
ג. איר נעמט זערא ריסק, אויב געפעלט אייך נישט מחמת איזה סיבה קענט איר צוריק מופן קיין וויליאמסבורג. די איינציגסטע סייד עפעקט וועט זיין אז איר וועט זיך האבן געשפארט א צוואנציג אלפים במשך דעם יאר. (איר קענט בעטן אייער וויליאמסבורגע לענדלארד אז איר ווילט האלטן די דירה און איר וועט עס פארדינגען פאר א צווייטען במשך דעם יאר, אין קעיס איר דארפט צוריקקומען. געווענליך וועט אייער לענדלארד מסכים זיין דערצו).
ד. אז איר וואוינט שוין דארט איז אסך לייכטער צו טרעפן א מציאה צו קויפן, א זאך וואס איז היבש מצוי. אז איר וועט זיך דרייען דארט וועט איר בעז"ה קענען לייגן א האנט דערויף.

בקיצור נמרץ, מיטן דינגען א דירה היינט האט איר גארנישט צו דערלייגן און אלעס צו פארדינען.




צווייטענס , אז איר ווילט עס מאכן נאך גרינגער, קענט איר אנרופען יעזורו רענטעל דעפט. און זיך פשוט איינשרייבען אין די רענטעל גרופע וואס מופט ארויס אויף פסח וואס דאס מיינט אז איר וועט אנקומען צו א פלאץ ווי עס וואוינען 40-50 משפחות.

זאג דו אליין ווי קענסטו גיין ראנג??
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

אה גוט אז איך האב דיר אויף די ליין, זאג מיר טאקע פארוואס אין די וועלט הערט מען נישט פון די איידיע פון פסח נאר דא אויף איי וועלט? פארוואס זאל די גאס נישט וויסן פון דעם? עס קען דאך זיין 100 משפחות אי"ה, און נישט נאר פערציג.

און צום נושא, רענטען איז מיר נישט נוגע אויפן מינוט משום סיבות.
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

זכאי האט געשריבן:די נושא איז לאוו דווקא די געלט עס איז די סופאורט וואס יעדע נארמאלע מענטש דארף ווען ער טוט אזא שריט אין לעבן, און אויב נישט סופאורט כאטש נישט דאס פארקערטע.

עכ"פ איך מיין אז די עסקנים שאצן איבער די בליק פונעם עולם און מ'טוט נישט גענוג דאס אויפצובויען. איך פארשטיי אז מהאט נישט קיין אינוועסטערס וואס קענען אויסלייגן די נויטיגע געלט אבער עס וואלט געווען כדי צו מאכן די ריכטיגע אויפוואכונג.

און וועגן דעם האלט איך איז זייער וויכטיג צו האבן בעקינג פום א קהילה לאוו דווקא די חלק המוסדות נאר די גאנצע מצב ווטס דאס ברענגט מיט זיך, דער עולם זעהט אז מ'ממיינט עס ערענסט. עס טוט זיך אין דער איד וואך איין וואך אויס, אויפן וואנט אין ביהמד"ר וכו'

באדעם ליין: איי וועלט איז נישט אלעס.


עס איז זיכער דא נאך אסך פלאץ פאר ארבעט און פ.ר.

דער פאקט איז אבער גייטס אריין אין ביהמ"ד און כאפטס א שמועס מיט 10 אינגעלייט וואס איז פאר זיי נוגע למעשה, וועט איר זען אז דער עולם חלשט די מערסטע אז זשערסי סיטי מיט די ווייניגסטע פ.ר. זאל זיך אויסארבעטען.

יא, כל התחלות קשות, ובפרט ווען עס איז נישטא קיין אינוועסטאר וואס גיסט געלט, זאכן דויערן אביסל לענגער ווי מען וואלט געוואלט, אבער... זאכן רוקען זיך. עס איז יעצט דא 6 מענטשען וואס האבן געסיינט ליעסעס און געגעבן דעפאזיטס אויף פעב. דעם ערשטען, דאס איז ערענסטע פארשריט.
זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זשערסיסיטי עסקן »

זכאי האט געשריבן:אה גוט אז איך האב דיר אויף די ליין, זאג מיר טאקע פארוואס אין די וועלט הערט מען נישט פון די איידיע פון פסח נאר דא אויף איי וועלט? פארוואס זאל די גאס נישט וויסן פון דעם? עס קען דאך זיין 100 משפחות אי"ה, און נישט נאר פערציג.

און צום נושא, רענטען איז מיר נישט נוגע אויפן מינוט משום סיבות.

האטס אביסל געדולד, מען וועט בעז"ה הערן..
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

גוט גוט בשם השם נעשה ונצליח.
מ'וועט סטראגלן צוזאמען און אנקומען צוזאמען בעזה"ש.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

כווייס נישט ווי ווייט מ'קען מעסטן פון די אייוועלט מאמענטום, אבער זיכער מער ווי די דריידלעך אין ראדני..
בלושטיין
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 1:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלושטיין »

כאפצעם האט געשריבן:כווייס נישט ווי ווייט מ'קען מעסטן פון די אייוועלט מאמענטום, אבער זיכער מער ווי די דריידלעך אין ראדני..


עס ליגט עפעס פארשטעקט אונטער די דריידלעך, קוק גוט..

1) די קהילה אידארסירט עס און נעמען אחריות אויף מוסדות, א זאך וואס איז נומער 1 קאנסערן ׳ווען מען איז ערנסט׳ אוועקצומופן.

2) א אינגערמאן וואס גייט אריין צום רבין וועגן א דירה פראבלעם, אדער דורכרעדן בלומענבורג טוט ער אים זייער מחזק זיין אהינצומופן.
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18240
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

בלושטיין האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:כווייס נישט ווי ווייט מ'קען מעסטן פון די אייוועלט מאמענטום, אבער זיכער מער ווי די דריידלעך אין ראדני..


עס ליגט עפעס פארשטעקט אונטער די דריידלעך, קוק גוט..

1) די קהילה אידארסירט עס און נעמען אחריות אויף מוסדות,


דאס אז די קהילה אינדארסירט עס ווייסעך מען דאך שוין און מיט דעם אלעם זעה איך נישט די געוואלדיגע (אויב בכלל ) מאמענטום (מיין שוואגער איז לעצטען זוממער געווען קוקן בלומינגבורג און רעדט נאך עד היום אפ וועם ער קען נאר ).

בלושטיין האט געשריבן:א זאך וואס איז נומער 1 קאנסערן ׳ווען מען איז ערנסט׳ אוועקצומופן.

סשטייט נישט בעסער אין דעם פרט ווי אנדערע מקומות.


בלושטיין האט געשריבן:2) א אינגערמאן וואס גייט אריין צום רבין וועגן א דירה פראבלעם, אדער דורכרעדן דאס אוועקמופן קיין בלומענבורג טוט ער אים זייער מחזק זיין.

דער 'רבי' און אנדערע רבי'ס זענען יעדעם מחזק מיט וואס דעם יונגערמאנס אויסוואל איז.


דאס יא, דריידלעך אין ביהמ"ד דארפן ווען אין נארמאלע אומשטענדן יא זיין א מצב און אויפהייטערן אומבאשלאסענע מענטשן. ס'זעהט מיר אבער נישט אויס אז דאס איז די פאל דא.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

כאפצעם האט געשריבן:דאס יא, דריידלעך אין ביהמ"ד דארפן ווען אין נארמאלע אומשטענדן יא זיין א מצב און אויפהייטערן אומבאשלאסענע מענטשן. ס'זעהט מיר אבער נישט אויס אז דאס איז די פאל דא.

גענוי דאס האב איך פריער געשריבן, און דערמאן דיר וואס פאר צוויי יאר צוריק סוכות האבן די סיינס אין די סוכה און אין ביהמ"ד אויפגעטאן, איבערגעדריידט די שטאט! און נישט אויף סוכות, נאר ביז א' תצוה...

פארוואס? ווי דו זאגסט, עס איז געווען נארמאלע אומשטענדן, דער עולם האט נאר געזעהן דערין א ישועה און געווארן אויפגעהייטערט ביז גאר פון דעם פאקט אז ענדליך האט די קהילה זיך א שאקל געטון און זיך אריינגעלייגט אין לינדערן דעם עמך פראבלעם.

משא"כ יעצט, וואס די גאנצע געדאנק פון בלומינגבורג איז ביים עולם "שרעקליך קאלט!" צוליב זייער אסאך זאכן, סיי ווייל קהל'ס בעקינג מיינט שוין נישט אז עס איז געבעקט... סיי ווייל מען מיינט אז עס איז נאך דא פראבלעמען, די פאלשע ס.פ. נאמבערס איז ברייט באקאנט, און נאך און נאך וואס איז א שאד איבערצוקייען. ובנוסף צו די אלע זאכן איז נאך דא מעידזשער קאמפעטישן אויך, סיי מצד לעיקוואוד וואס עסט זיך אריין ביים עולם מיט א פעסטקייט (צוליב וואס זיי שטעלן אין פאקט מער צו - דערווייל [דאס אליינס דארף מען דאך מסביר זיין פאר די אידן אין גאס, אז בלומינגבורג'ס יעצטיגע אויסקוק איז א צייטווייליגע געצווינגענערהייט, צוליב די יעצטיגע זאונינג געזעצן], און צוליב וואס זיי פירן א פיינע מארקעטינג), און סיי מצד דזשערסי סיטי וואס דער עולם לייגט שטארק האפענונג דערויף (עס איז א כבדהו וחשדהו קאנצעפט).

טינקט מען זיך אבער איין די קאפ אין זאמד און "איך האב די זאך!", ווייל עס איז דא דריידלעך אין ראדני.

עלו והצליחו!
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

קיינמאל געהערט אז בלומינגבערגס אויסשטעל איז נאר צוליב זאונינג
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2494
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

בן נון האט געשריבן:קיינמאל געהערט אז בלומינגבערגס אויסשטעל איז נאר צוליב זאונינג


פונקט דאס געוואלט פרעגן, איז טאקע די צוקוועטשע דירות אין בלומינבורג צוליב זאונינג? אין מיין לעבן נישט געהערט אז אין וואלד דארף מען בויען צודריקטע גאסן צוליב זאונינג.
#בשיטה נישט
איציק
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 24, 2015 10:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איציק »

געהערט אז זיי האבן נישט געקענט מאכן א בעיסמענט און געהעריגע בעדרומס צוליב די זאונינג
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אזוינע מיני מאדנע הסבירים וואס מען הערט אלס, צוקוועטשט וועגן די זאונינג (היפוך המציאות, די זאונינג פארלאנגען אלס ווייניגער צוקוועטשט...), מען בעט נישט ביליג ווייל מען האט מורא די גוים וועלן קויפן.
שוין, זעט אויס דער עולם קויפט עס טאקע נישט.
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8569
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

חברה חברה, אביסל רואיג, ווערטס נישט אזוי צוהיצט.
איך זעה ענק פארשטייען גוט צו זאונינג אז ענק ווייסן גענוי וואס מען פארלאנגט און לאזט ביי אזא און אזא סארט דעוועלאפמענט, שיין שיין. אבער אויב אזוי אפשר איז מיר איינער מסביר וויאזוי פון א 125 לאקזשערי הייזער פלאן ווערט 396 יוניטס, און דאס זאל נאך הייסן א ערמה פון מר. לאמם צו אויסשפילן די זאונינג געזעצן? געפעלט מיר...
ובפרט ווען די אזוי-גערופענע "תירוץ" איז בסך הכל א 'מיסטעריעז'ע תגובה, און קומט בכלל נישט פון בלומינגבורג וכת הניקס שלהם. סוי עס קען זיין א פאלנער טעות מצדי.

אבער אביסל גערעכט זענט איר, איך האב מיר נישט זייער גוט אויסגעדרוקט, און מיין תגובה קען פארשטאנען ווערן ווי איך רעד פון די גאסן, ווען באמת רעד איך פון די סייז און שטאקן פון די דירות.


שרייטס נאר שרייטס...
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8677
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

די 396 יוניטס האט מען ארגינעל געדארפט בויען פאר זייערע גאלף קורס חלומות. שפעטער ווען זיי האבן באשלאסן עס צו בויען פאר אידן האבן זיי געמוזט בויען אקוראט ווי די אלטע פלענער אויף וואס זיי זענען געווארן עפראווד. דאס דארף זיין דער תירוץ פארוואס די הייזער זענען נאנט איינס צום צווייטן און איבער די שמאלע ראודס

(שוין אויסגעשמועסט דא געווארן מער ווי איינמאל. אבער ס׳דאך שוין א מנהג האשכול איבערצוקייען אלטע זאכן מדי חודש בחודשו.)
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אזוינע מיני מאדנע הסבירים וואס מען הערט אלס, צוקוועטשט וועגן די זאונינג (היפוך המציאות, די זאונינג פארלאנגען אלס ווייניגער צוקוועטשט...), מען בעט נישט ביליג ווייל מען האט מורא די גוים וועלן קויפן.
שוין, זעט אויס דער עולם קויפט עס טאקע נישט.

מען בעט נישט ביליג ווייל מען וויל נישט די גוים זאלן קויפן????

פון ווי נעמסטו אזא מאדנע תריץ? איך גלייב נישט איינע פון די בלומינגבערג עסקנים/דעוועלעפארס האבן עס געזאגט.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בן נון האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:אזוינע מיני מאדנע הסבירים וואס מען הערט אלס, צוקוועטשט וועגן די זאונינג (היפוך המציאות, די זאונינג פארלאנגען אלס ווייניגער צוקוועטשט...), מען בעט נישט ביליג ווייל מען האט מורא די גוים וועלן קויפן.
שוין, זעט אויס דער עולם קויפט עס טאקע נישט.

מען בעט נישט ביליג ווייל מען וויל נישט די גוים זאלן קויפן????

פון ווי נעמסטו אזא מאדנע תריץ? איך גלייב נישט איינע פון די בלומינגבערג עסקנים/דעוועלעפארס האבן עס געזאגט.

דו גלייבסט נישט, צו פאני, הא? דא האסטו וואס איינער שרייבט נאך בשם איינע פון די דעוועלאפערס אינעם בלומינגבערג אשכול.
(מוז נישט זיין אז דער דעוועלאפער האט עס טאקע געזאגט, איך מיין נאר ארויסצוברענגן אז די וואס ווילן פארטיידיגען בלומינבערג קומען איף מיט עפעס אזוינע מיני ווילדע דוחקים, ווי שמילאוויטש קנאה, זאונינג, גוים, וואס ברענגט ארויס ווינדער ביי יעדעם נארמאלער מענטש..
--
טאטעלע↓
פרייטאג דצמבר 18, 2015 9:55 am
טאטעלע האט געשריבן:
שמועה שמעתי אז די ערשטע תושבים וואס האבן שוין געקויפט דירות אין בלומינגבורג מיטשן זיך זייער צו קלויזן ווייל די באנק האלט נישט ביים ארויסגעבן א מארגעדש האלטנדיג אז די דירות איז נישט ווערד קיין 300000. קען עס איינער קאנפירמען? און אויב עס מאכט אפילו סענס?

שמועסנדיג מיט א חבר בנוגע די דירות,זאגט ער מיר אז ער האט געפרעגט איינע פון די דעוועלאפערס פארוואס טאקע קען מען נישט אראפלאזן די פרייזן אז די עולם זאל קומען צו לויפן בנוסף וועט די באנק גרינגער ארויסגעבן מארג.? די תירוץ איז געווען אז ער האט מורא אז די נישט אידישע וועלן קומען קויפן, אין אנדערע ווערטער מען נעמט עדווענטיש אז אידן וועלן דאך זיכער קויפן...חוץ פון דעם איז דען נישטא אן אנדערע עצה אויסצומיידן פון די גויאישע אויגן?און פארוואס האט קרית יואל נישט געהאט די פראבלעם אין די בראשית יארן
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך גלייב נישט אז די דעוועלעפאר האט עס טאקע געזאגט!


עס ליגט טאקע א אחריות אויף יעדער וואס וויל פארטיידיגן בלומינגבערג זיי זאלן אויפקומען מיט נארמאלע תריצים, און אודאי נישט זאגן קיין ליגענט!

די אלע נערישע לגיונות מאכט נאר א ערגערע נאמען פאר בלומינגבערג. און עס ארויפשמירן אויף די דעוועלעפאר מאכט אים שאדן. עס איז א גרויסע אחריות.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

בן נון האט געשריבן:
די אלע נערישע לגיונות מאכט נאר א ערגערע נאמען פאר בלומינגבערג. און עס ארויפשמירן אויף די דעוועלעפאר מאכט אים שאדן. עס איז א גרויסע אחריות.

איי פולי אגרי.
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

עס איז דא בערך 20 מיידלעך פאר די נעקסטע 10 יאר, סטאפ טראכטען נאר דשערסי סיטי אדער נאר בלומינבורג אדער נאר לעיקוואד, אלע דריי גייען אי״ה זיין פולשטענדיגע ישובים איינעם וועט עס דויערן לענגער און איינעם שנעלער, און עס איז דא פלאץ פאר נאך אפאר ישובים.

בדרך אגב ווי לעיקוואד האלט יעצט מיט זייער פארשריט איבער קאנטראקס סאך בעסער ווי בלומינבורג און ווי דשערסי סיטי איז געשטאנען און דיע יעצטגע, בעפארן בויען האבען אזויפיל קאנטראקס... דאס איז זיכער די עולם ווערט מער און מער אינטערסירט ארויס צו מופן, קיינער זאל זיך נישט איינרעדן אז ווילאמסבורג גייט בלייבן ליידיג, עס וועט אויסקוקען ווי ארץ ישראל, אלע נייע זענען געווארען פולשטענדיגע ישובים באט ירושלים און בני ברק זענען נאך אלס געבליבען טייער אנגעפילט.
..
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14499
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

לאמיר מאכען אן אנקעטע ווען איר האט די מעגליכגייט יעצט צו מופען ווי וואלט איר געמופט?
To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

וואו קען איך זען וויפיל היימישע אידן עס האבן זיך שוין אריינגעצויגן צו יעדע פון די נייע ישובים?
אפשר דארף זיין אן אשכול מיט טרוקענע ציפערן צו אפדעיטן כסדר בערך וויפיל עס האבן זיך שוין אריבערגעצויגן צו יעדע ישוב (און פון וועלכע חסידות, אויב מעגליך)
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מגיה האט געשריבן:וואו קען איך זען וויפיל היימישע אידן עס האבן זיך שוין אריינגעצויגן צו יעדע פון די נייע ישובים?
אפשר דארף זיין אן אשכול מיט טרוקענע ציפערן צו אפדעיטן כסדר בערך וויפיל עס האבן זיך שוין אריבערגעצויגן צו יעדע ישוב (און פון וועלכע חסידות, אויב מעגליך)

גא"מ טרוקענע ציפערן ווער עס האט.
לעיקוואד בעלזא 1
בעלזא 2
בלומינבערג נישט דעוועלאפמעמט (נישט סעק. 8)
בלומינגבערג דעוועלאפמענט
זשערסי סיטי.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”