וויפיל איז די שיעור?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

וויפיל איז די שיעור?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

וויפיל שטעטליך דארף מען האבן?

פארוואס קען מען נישט ווארטן אז איין שטעטל זאל זיך אויסארבייטן און דערנאך אנהייבן מיטן צווייטן?

פארוואס זאל די שטעטיל זיך בעסער אויסארבייטן ווי אלע פריערדיגע פלענער?

די און נאך ענליכע שאלות הערט מען לעצטענס פון מערערע מענטשען, ווען מען רעדט פון בלומינגבערג, בלומינג גראוו, דזשערסי סיטי, טשעסטער, יאנקערס, לעיקוואד, סטעטן איילענד, וכו, וכו.

הגם עס איז מיר נישט קלאר אויף וועם די קשיות באציהן זיך, איז עס אויף די קהילות וועלכע האבן לעצטענס אנאנסירט זייער שטיצע פאר עטליכע פראיעקטן? אדער איז עס געווענדעט צו די דעוועלאפערס וועלכע ארבייטען אויף פארשידענע ריכטונגען, אדער זענען די פראגעס אויף די עסקנים וועלכע ווירבלען כסדר מיט נייע געדאנקען ווי מען קען פלאצירן דעים ציבור. אלענפאלס, די תירוץ אויף די אלע קשיות ווענדט זיך בעיקר וועמען מען פרעגט, ווייל מען קען די נושא צונעמען און מערערע וועגן.

איך וויל מיר באציען צו די אלע קשיות מיט א קוק ווינקל פון א ציווילע בירגער א תושב וויליאמסבורג, פאר וועם די אלע פלענער פון נייע שטעטליך ווערן בעיקר געמאכט. און די עיקר שאלה איז, פעלט דען אויס אזויפיל שטעט אויפאמאל, און צו איז עס א טובה פאר אונז אז אזויפיל פלענער ווערן געמאכט אויף איינמאל, אדער איז עס גאר א חורבן, ווייל עס קען גורם זיין אז גארנישט זאל זיך אויסארבייטן.

די תירוץ לעניות דעתי, איז א היליכיגע יא! מען דארף האבן מערערע שטעט און שטעטליך, און עס איז בכלל נישט קיין סתירה איינס צום צווייטען.

די סיבה פאר מיין מיינונג איז נישט געבויעט אויף די אלע מאטאמאטישע חשבונות וואס מאנכע ווייזען אן, אמער, עס איז דאך יעצט דא א קיימא לן פון בערך פופציג נוירסערי קלאסן פאר מיידלעך אין וויליאמסבורג אליינס, קומט דאך אויס אז אין פופצען יאר ארום וועט מען דארפען האבן א יערליכע סופליי פון בערך 1250 דירות. אנדערע ווייזען גאר אן אז לויט די יעצטיגע געבורט ראטע פון קרוב צו דרייסיג מיידלעך א וואך בלי עין הרע, וועט מען אין אכצען יאר ארום דארפען בערך 1500 דירות יערליך. די אלע חשבונות זענען צי קאמפליצירט פאר מיין קורצזיכטיגען מוח, און עס דערמאנט מיר בלויז פון די באקאנטע באמבע קשיא, סוף כוידעש ווען די לבנה ווערט קלענער ווי וועלן די מענטשן האבן פלאץ?

מיין מיינונג איז באזירט אויף גענצליך עפעס אנדערש, נעמליך אז עס דארף שוין געשאפן ווערן א סופליי פין איבער צען טויזענט הייזער, צו קענען דעקן אונזער געברויך פאר
די קומענדיגע דריי פיהר יאר.

המשך יבא אי"ה
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אז מען טראכט אריין אביסל זעהט מען, אז די יעצטיגע מציאות אז די וויליאמסבורגער ציבור רירט זיך נישט ארויס פון דא אז ממש קעגן די לאגיק. יעדער ווייסט אז מען קען נישט און מען טאר נישט אזוי ווייטער אנגיין, אבער דאך פראבירט מען צו פארלענגערן אונזער אייגענע גלות עד כלות הגוף והנשמה.

שטעלט אייך פאר לו יצוייר עס איז נישט דא קיין יודן וואס וואינען יעצט אין וויליאמסבורג און איימיצער זאל קומען פארשלאגן די פאלגענדע הצעה: מען זעל מופן קיין וויליאמסבורג, עס איז דא צוועלף טויזענט אדער פופצן טויזענט דירות וואס זענען גרייט, עס זענען דא פערטיג געבויטע בנינים פאר מוסדות און בתי מדרשים , און גאנצע גאסן פון געשעפטן וואס מען קען תיכף איבערנעמען. עס איז נאר דא עטליכע פראבלעמען, ערשטענס די פרייזן זענען זייער טייער, דהיינו א צוויי בעדרום אזויגערופענע דירה הייבט זיך אן ביי $1,800 און א דריי בעדרום דירה איז מינימום $2,500 ווי אויך זענען די פרייזען צו קויפען א הויז שרעקליך הויעך, א סקווער פוס איז בערך $450. אויך איז דא נאך איין פראבלעם, אז מען איז ארומגענומען פון אלע זייטן מיט די שפלים שבאומות אויף אזוי ווייט אז זומער איז כמעט נישט מעגליך צו בלייבן מיט די קינדער, און אלע מוסדות שפארן פשוט צו און מען נעמט די קינדער אין ספעציעלע קעמפס אינדרויסן פון שטאט. עס איז זיכער אז קיינער וואלט נישט גענומען אזא פלאן אין באטראכט, מען וואלט דעם יעניגן פשוט אויסגעלאכט פארן קומען מיט אזא פארשלאג.

אלזא עס איז זיכער אז דא איז נישט אונזער פלאץ, מען איז פשוט דא ווייל עס איז שווער פאר רוב פון אונזער ציבור צו מאכן דעם טויש. וואס פונקטליך איז די שוועריגקייט זענען דא עטליכע הסברים, צי איז עס די סביבה וואס מען איז שוין צוגעוואינט, אדער די משפחה פון וועם מען קען זיך נישט שיידן אדער זענען עס די חברים און נאכמער די חברטעס וועמען מען קען חלילה נישט איבערלאזן. עס פארלאנגט זיך א שטארקע גבורה נישט צו קוקען אויף די אלע זאכן, און טוען וואס יעדער פארשטייט שכלדיג פאר ריכטיג, און זיך יא אויפהייבען און מופען פון וויליאמסבורג. הונדערטער מענטשן האבן עס שוין טאקע געטון, אבער פראצענטועל איז עס זייער א קליינע מספר.

די הויפט פראבלעם איז אבער די peer pressure מיט וואס אונזער ציבור איז ליידער געבענטשט. ווייניג ווילען זיין די וואס האבן געדארפט אוועקמופן קיין מאנדראו אדער קיין מושגענע מאנסי ווייל זיי האבן זיך נעבעעך זייער געמוטשעט, ענדערש וועט מען מען זיך קויפן א דירה פאר א מיליאן דאלאר און מכלומערשט זיין א ווליאמסבורגע עליטע גביר ודי. (נסתפקתי מאוד עם לכתוב השורות הנ"ל אבל דע עקא שכנים הם מאוד ונחוץ מאוד לדעת שזה העיקר גורם לצרותינו)

יעצט איז אזוי, כדי די ציבור זאל זיך אויפהייבן מאסנווייז און אנטלויפען פון דאנעט, פעלט זיך פשוט אויס די כופין אותו עד שיאמר רוצה אני מיטן הסבר פונעם רמב"ם, דהיינו אז די מניעות זאלן אוועקפאלן און אוטימאטיש וועט דער עולם הייבן פוס.
די מציאות וואס געשעט יעצט, ספעציעל און די לעצטע פאר חדשים אז גרויסע קהילות און פריוואטע עסקנים הערן נישט אויף צו האמערען איבער פארשידענע נייע שטעט און קומען מיט זאכליכע פלענער, שאפט א געוואלדיגע מצב פון דעם כופין אותו. עס וועט זיכער ברעכן די אייז, און הונדרעטער מענטשן וועלן יעצט טוען וואס זיי ווייסען און פארשטייען פאר ריכטיג.

און דא קום איך צו צום הויעכפונקט, ווי לאנג דארף נעמען פאר א שטאט פון בערך 13,000 משפחות וואס יעדער פארשטייט אז מען דארף פון דארט אוועק גיין, אז רוב עולם זאל טאקע טוען למעשה און אוועקמופן? דאס ווענדט זיך שוין וויאזוי די שטאט הייסט, אויב וואלט דאס געווען למשל מאנסי אדער לעיקוואד, קען אזא פראצעדור נעמען לכה"פ צען יאר. אויב אבער הייסט די שטאט וויליאמסבורג, ווי יעדער טוט וואס יעדער טוט, דארף די גאנצע מעשה נישט נעמען מער ווי דריי יאר. און אנדערע ווערטער, די זעלבע סיבה וואס עס איז יעצט אזוי שווער אוועקצומופען וועט אויך זיין די גורם -איינמאל די אייז איז געבראכן- אז מען וועט זיך נעמען אנטלויפען אין די מאסן.
די אלע וואס מוזן האבן א באגעבא און מוזן גיין און קאנטרי אדער קויפן א summer home וועלן יעצט לויפען אויף אלע פיהר און מופן קיין......

דאס ברענגט מיר צו מיין פריערדיגע מיינונג אז מען דארף האבן שטעט וואס קען אקאמאדירן 10000-15000 משפחות און בלויז דריי יאר. און פארשטייט זיך אז מען דארף דערצו האבן גלייך פון אנפאנג מערערע שטעט אויב נישט וועלן די פריייזן ארויפשיסן צו די וויליאמסבורגע פרייזן.

ידעתי גם ידעתי אז אסאך מענטשן וועלן זיך היבש אונטערשמייכלען ביים ליינען די שורות, אבל הנלע"ד כתבתי.
מה יקר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 15, 2015 1:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה יקר »

בר דעת האט געשריבן:
און דא קום איך צו צום הויעכפונקט, ווי לאנג דארף נעמען פאר א שטאט פון בערך 13,000 משפחות וואס יעדער פארשטייט אז מען דארף פון דארט אוועק גיין, אז רוב עולם זאל טאקע טוען למעשה און אוועקמופן? דאס ווענדט זיך שוין וויאזוי די שטאט הייסט, אויב וואלט דאס געווען למשל מאנסי אדער לעיקוואד, קען אזא פראצעדור נעמען לכה"פ צען יאר. אויב אבער הייסט די שטאט וויליאמסבורג, ווי יעדער טוט וואס יעדער טוט, דארף די גאנצע מעשה נישט נעמען מער ווי דריי יאר. און אנדערע ווערטער, די זעלבע סיבה וואס עס איז יעצט אזוי שווער אוועקצומופען וועט אויך זיין די גורם -איינמאל די אייז איז געבראכן- אז מען וועט זיך נעמען אנטלויפען אין די מאסן.
די אלע וואס מוזן האבן א באגעבא און מוזן גיין און קאנטרי אדער קויפן א summer home וועלן יעצט לויפען אויף אלע פיהר און מופן קיין......

דאס ברענגט מיר צו מיין פריערדיגע מיינונג אז מען דארף האבן שטעט וואס קען אקאמאדירן 10000-15000 משפחות און בלויז דריי יאר. און פארשטייט זיך אז מען דארף דערצו האבן גלייך פון אנפאנג מערערע שטעט אויב נישט וועלן די פריייזן ארויפשיסן צו די וויליאמסבורגע פרייזן.

ידעתי גם ידעתי אז אסאך מענטשן וועלן זיך היבש אונטערשמייכלען ביים ליינען די שורות, אבל הנלע"ד כתבתי.

דברים פשוטים
פארשטייט זיך אז ס'שמעקט פונעם אמת, אבער למעשה גייט עס נישט גיין אזוי שנעל, צוליב דעם וואס א גרויסער עולם אין ווילי האבן געקויפטע הייזער, מופט זיך נישט אזוי שנעל
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

אוודאי קען מען נישט פאראויס זאגן מיט א זיכערקייט וויאזוי זאכן גייען זיך אנטוויקלען. אבער לויט ווי דער מצב זעהט יעצט אויס און לויט די מצב רוח און די שטאט, גייט קומען א גרויסע אויפשאקעלונג.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

עס האלט נאך זייער זייער ווייט פון דעם.
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

לויט מיין חשבון מיז די היימישע ברוקלינע יודן ציבאקומען 5-7 שטעטלעך אין די נעקסטע 10 יאר איך מאך נישט קיין וויצן יעצט...

אז און וויליאמסבורג איז דא א ערך נישט זיכער אבער עפעס אזוי פון 1500 ביז 2000 קינדער פון כתה א' בארא פארק ווייס איז נישט אבער אויך א ריזן נאמבער דאן מאכט דיר אליינס די חשבון ווי אזוי עס גייט אויסקוקן און 10 יאר ארום...
איך מיין אז דזשירזי סיטי בלומענבערג לעקוואד איז צו ווייניג עס וועלן נאך אויף פאפן נאך אפאר געגנטן נאכדעם וואס די דריי וועלן עס אויספירן...

געב צייט און עס וועט אנקומען
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אויסגערעכנט האט געשריבן:לויט מיין חשבון מיז די היימישע ברוקלינע יודן ציבאקומען 5-7 שטעטלעך אין די נעקסטע 10 יאר איך מאך נישט קיין וויצן יעצט...

אז און וויליאמסבורג איז דא א ערך נישט זיכער אבער עפעס אזוי פון 1500 ביז 2000 קינדער פון כתה א'

איך מיין א שטיקל גוזמא, אבער נישט אזוי ווייט. איך וואלט געשאצט מער 1000-1200.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ארויפגעברענגט לכבוד די מאמעס פארטוך עפאכע...
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

ס'איז דאך די וואכידיגע סדרה.איש אמו וכו' תיראו.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

עס טוט זיך און קאכט זיך איבער די פרישע שטעט און שטעטליך. עס לאזט זיך זאגן אז די יאר תשע"ז איז געווען די דורכבראך ווען מערערע שטעט האבן באקומען די נויטיגע שטויסקראפט און גלאפירן ווייטער מיט פעסטע טריט צו ארויפקומען אויף די מאפע אלס עיר ואם בישראל.

אלזא פון דא און ווייטער קען זיך די באל אנהייבן צו דרייען גאר גאר שנעל, אויף א פארנעם וואס קיינער וואלט נישט פאראויסגעזאגט צוויי יאר צוריק.

עס וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן פון אלע מבינים וויאזוי זיי שאצן פאר די מצב פון די אלע שטעט און אויך די צוקנופט פון וויליאמסבורג אין די קומענדיגע פאר יאר.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

כשם שאין פרצופיהן שוין כך אין דיעותיהן שוין

פונקט ווי מענטשן פון זעלבן קרייז וואוינען אין פארשידענע אלטע שטעט איבער ניו יארק, ווייל יעדער האט אן אנדערן געשמאק, פונקט אזוי מוז זיין מערערע שטעטלעך, וואס יעדע פאר זיך האט אן אנדערן אויסקוק.

עס איז זיכער אז אלע נייע ישובים גייען זיך אי"ה אויסארבעטן און אויפ'ן גרויסן פארנעם.

נאך עטליכע יאר פון פלאגן זיך, איז אריין אין באוואוסטזיין פועם שטאטישן ציבור אז מען דארף מופן. יעצט דארף יעדער באשליסן וואו עס איז אים געשמאקער.
בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2016 8:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעלבאטיש »

דאס יאר איז געשען א זאך אז עטליכע נעמען וועם איך קען פון ווילימסבורג האבן פארקויפט זייער גרויסע קאנדא אדער הויז אין וויליאמסבורג פאר א מיליאן דאלאר אדער מער און זיך געהויבן קיין אפסטעיט און געמופט אין א פאלאץ פאר ביליג און געבליבן מיט רעשט געלט גענוג צו רעטייערן און חתונה מאכן די קינדער אן ארבעטען

דאס איז א דערהער וואס איז נישט געווען ביז יעצט ,דאס מיינט די שטאפל איז גענומען צו די נעקסטע לעוועל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”