ביי ביי וויליאמסבורג! קיין וואו גייט מען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19986
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג דעצמבער 20, 2015 1:56 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אין היינטיגן דבר יום ביומו

געהזען און זיך געווינדערט ווער שטייט אונטער דעם?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » זונטאג דעצמבער 20, 2015 2:02 pm

קיין אנונג.

איך בין נייגעריג צו חוץ א טוויטער אקאונט (וואס איז א בריוט באקאנטע עסקנות צענטער, א שטייגער ווי דאס רופן די מאסן אידישע תושבי בלומינגבורג אנידערצושטימען גאווערנאר קאומאו, צוליב זיין אומפארגעבליכע זינד פון צוזאגן א פאנד וואס זאל ביישטייערן די געלטער וואס בלומינגבורג וואלט געדארפט כדי זיך אויפצולעהזן, צוליב די סטעיטס אינטערעסע אז עס זאלן זיין וואס ווייניגער ווילידזשעס) האט די "קאונסיל" א אפיס אויך...
וואו איז דָוִי?

גרינוויל
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2015 5:12 pm

תגובהדורך גרינוויל » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 10:38 am

דשערסי סיטי האט געוואלדיגע שטארקע מעלות קעגן די אנדערע פלענער

1) עס איז די ביליגסטע אויפן דאלאר, סיי צו קויפן און סיי צו דינגען
2) עס איז די נאנסטע צו וויליאמסבורג
2) עס איז די איינציגסטע פלאץ וואס מען קען מופן שוין איצט היינט, עס קענען אין פאקט מיטן אויבערשטנס הילף דארט וואוינען הינדערטער יודן אין גאר א קורצע צייט
זענט איר ערנסט דערביי צו מופן קיין דשערסי סיטי? מיר שטעלן צוזאם א גרופע צו מופן אינאיינעם איינמאל מיר פארמאגן הינדערט פיפציג משפחות, שיקט א אימעיל צו greenvilleivelt@gmail.com מיר וועלן אייך אי״ה כסדר אפדעיטן ווי עס האלט...

אוועטאר
ערליכע בחור
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:27 pm

תגובהדורך ערליכע בחור » פרייטאג דעצמבער 25, 2015 1:55 pm

וואס איז שלעכט מיט קרית יואל אליין? (חוץ אז סנישדא קיין דירות) איך וואוין אין קרית יואל און איך בין ב"ה זייער צופרידן
מען דארף זעהן זיך צו האלטן ערליך... חזק ואמץ...

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3247
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » מוצ"ש דעצמבער 26, 2015 11:22 pm

לעצט פאראכטן דורך הערליך אום מוצ"ש דעצמבער 26, 2015 11:38 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מוצ"ש דעצמבער 26, 2015 11:35 pm

הערליך האט געשריבן:https://www.dropbox.com/photos/shared_space/Yg5rgmPJTfFaUV8

ר' משה איז פון די איינציגסטע עסקנים וואס מיינען עס אמתדיג. נישט ווי פארשידענע צענדליגער עסקנים וואס זענען נאר דא פאר געלט און כבוד. ואכמ"ל

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 299
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » מוצ"ש דעצמבער 26, 2015 11:52 pm

זייער א גוטע בריוו, עס איז צום האפן אז עס זאל גוט פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים און אין די טעגליכע אויסגאבעס.

תושב בלומינגבורג
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:20 am

תגובהדורך תושב בלומינגבורג » זונטאג דעצמבער 27, 2015 12:00 pm

בר דעת האט געשריבן:זייער א גוטע בריוו, עס איז צום האפן אז עס זאל גוט פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים און אין די טעגליכע אויסגאבעס.

שטארקע חיזוק רייד, עס דארף ווען גרופירט ווערן צווישען די משפחות וואס מופען אוועק א פאראייניגטע חיזוק קאנפרענס זיך צו מחזק זיין אינאיינעם.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג דעצמבער 27, 2015 12:36 pm

תושב בלומינגבורג האט געשריבן:
בר דעת האט געשריבן:זייער א גוטע בריוו, עס איז צום האפן אז עס זאל גוט פארשפרייט ווערן אין די בתי מדרשים און אין די טעגליכע אויסגאבעס.

שטארקע חיזוק רייד, עס דארף ווען גרופירט ווערן צווישען די משפחות וואס מופען אוועק א פאראייניגטע חיזוק קאנפרענס זיך צו מחזק זיין אינאיינעם.

שלום עליכם צום נייעם ניק, תושה בלומינגבערג, מאכט אייך באקוועם.
איר וואוינט שוין דארט, אדער ווילט איר זיך אהינציען?

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג ינואר 15, 2016 3:54 pm

איינער פארציילט מיר אז ער טרעפט זיין חבר פרייטאג נאכמיטאג אויפן גאס וויינען, פשוטו כמשמעו. ער לויפט צי אין פרעגט וואס גייט פאר? ענטפערט יענער אז ער קומט יעצט פון זיין שוויגער ווי ער האט אויפגעפיקט קישקע לכבוד שבת אין די קישקע איז יעצט אריינגעפאלן דא אין גאס אינעם דרעין. זאגט ער עם די ביזט אויפן קאפ געפאלן פארדעם וויינסטו? ענטפערט ער איך וואוין דא אין ווילי אין צאל $3000 רענט פאר א לעכל אלעס כדי ערב שבת זאל איך קענען נעמען קישקע פון מיין שוויגער, אין דא איז די קישקע אריינגעפאלן אינעם דרעין זאל איך נישט וויינען?

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג ינואר 15, 2016 4:25 pm

ברוך שכוונתא

viewtopic.php?t=25134
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » מוצ"ש ינואר 16, 2016 11:02 pm

דריידל האט געשריבן:איינער פארציילט מיר אז ער טרעפט זיין חבר פרייטאג נאכמיטאג אויפן גאס וויינען, פשוטו כמשמעו. ער לויפט צי אין פרעגט וואס גייט פאר? ענטפערט יענער אז ער קומט יעצט פון זיין שוויגער ווי ער האט אויפגעפיקט קישקע לכבוד שבת אין די קישקע איז יעצט אריינגעפאלן דא אין גאס אינעם דרעין. זאגט ער עם די ביזט אויפן קאפ געפאלן פארדעם וויינסטו? ענטפערט ער איך וואוין דא אין ווילי אין צאל $3000 רענט פאר א לעכל אלעס כדי ערב שבת זאל איך קענען נעמען קישקע פון מיין שוויגער, אין דא איז די קישקע אריינגעפאלן אינעם דרעין זאל איך נישט וויינען?


זאגט עם ער קען שוין אפװישען די טרערען, זוך אריבערציען קיין זשורסי סיטי, און פאר בערך 2,3 הינדרעט דאללער א חודש האבען א קאר סערװעס װאס זאל איהם דעליװערען די קישקע (מיט אינשורענס אויב עס פאלט אין דרעין בטעות)
(אויסער אויב די שװיגער האט איהם געסטראשעט אז ער באקומט נישט קיין קישקע אויב ער מופט קיין זשרסי סיטי. אין אזא פאל אפשר קען די בני בית אדער ער אליין, נעמען קישקע לעסענס, איידער ער פארלירט די אייגענע קישקע)

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג מארטש 20, 2016 1:03 pm

איז דא אײן נארמאלע הסבר פארװאס אונז װאוין מיר נישט אזױ ?




שפאציר ארום אין די גאס , העסט משוגע װערן
עס האט די מעלות אז מען האט שכנים . און מען װאוינט פריװאט
https://www.google.com/maps/@33.5348123 ... 56!6m1!1e1
צוגעלייגטע
living 2.png
living 2.png (14.35 KiB) געזעהן 2892 מאל
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מארטש 20, 2016 1:06 pm

אן קיין קאר קען מען נישט אזוי וואוינען, עס איז נאך אלס ווייט פון א גראסערי בהמ"ד וכדו', ווייל ווי אזוי קען א גראסערי זיך אויסהאלטען פון די 20/30 שכנים ארום, אלא מאי מוז מען מאכן וויינגער גראסעריס איינס אין א ריזיגע געגענט דארף מען שוין וואקן ווייט, וכד' אידען אריז שווער צו וואוינען צושפרייט
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » זונטאג מארטש 20, 2016 1:18 pm

שװאכע תירוץ
קודם מען קען מאכן בײ א קארנער , װעט עס האבן הונדערטער קוסטומערס װאלקינג דיסטענס פון אלע 4 זײטן
און חוץ פון דעם זעמיר אלע מוחל אז די גראסערי װעט זײן 15-20 מוניט אװעק
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג מארטש 20, 2016 1:24 pm

גראסערי, דענטיסט, טאטע/שווער, ארבעט, בהמ"ד, חדר/ישובות, שמחות ועוד ועוד,
בקיצור די עולם וויל ענדערש קריכען אין די שניי/רעגן א שעה צוויי א טאג דאן ביסטו גערעכט,
אמת עס איז ענדערש פון צאלן 3 אלפים רענט אבער דעס האט נישט קיין שייכות, מען דארף קענען וואוינען סיטי סטייל און צאלן ביליג אויב עס איז דא וואו צו וואקסען,
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » זונטאג מארטש 20, 2016 1:25 pm

קיינער וויל נישט וויאוינען ווי אן אנטיסעמיט

אוועטאר
זאכליך
שר ששת אלפים
תגובות: 6992
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » זונטאג מארטש 20, 2016 1:29 pm

די פראבלעם מיט וויליאמסבורג איז נישט די סטייל פון די שטאט, די פראבלעם איז אז ס'איז איבערגעפילט.

גראדע איך האב ליעב סיטי לייף.
החותם, זאכליך.
קאמפלימענטן- - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - - -קריטיק

Kodak
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

תגובהדורך Kodak » פרייטאג אפריל 01, 2016 12:45 pm

שלום עליכם חשובער חברים, איך בליק שוין אריין אין די איי וועלט א לאנגע צייט, בלויז צו נאשען אינפערמעישאן, אויפפיקען לעצטע היימישע נייעס העדליינס, אבער נאר אזוי איין צוויי מאל א וואך, און נישט געהאט קיין חלום צו שרייבען דא אמאל, לעצטענס בין אין אבער געווארען מער א אפטע אריינקומער דא, טאקע צוליב דעי נושא וואס איך וויל אויפברענגען, און לכבוד דעם האב איך געעפענט דא א נאמען מיט רשות כתיבה, ענדליך נישט זיין ווי א שומע ואינן מדבר, איך האף איך וועל מיך קענען היימיש מאכען און באקומען מיין העלפ וואס איך דארף
---------

נאר א לאנגע צייט פון ספיקות און וואס צו טוען וועגען מיין האוזינג פראבלעם, און דעבאטעס מיט מיין חשובע אשת חיל, מיט מיינע עלטערען און אירע עלטערען, איז געבליבען אן קיין ספק אז בלייבען דא אין שטאט איז אינגאנצען נישט קיין אפשען, די שאלה איז נאר ווי אהין מיר גייען, פאר א שטיקעל צייט האט זיך געהאנדעלט ערענסט אויף מאנסי, אבער די פינאנס חשבונות האבען שטרענג געזאגט אז דאס איז נישט פאר מיין בוזשעט, אז מ'גייט שוין זאל שוין זיין אן דארפען אויסזעקלען די טאשען און די גמ"ח'ן, נאכדעם איז געווען אויפ'ן טיש קרית יואל, וואס איז נישט קיין סאך ביליגער פון מאנסי, און ס'האט נאך אפאר חסרונות, אויך ביי מאנסי און מאנרא דארף זיך די טאטע, די ווייב און קינדער עזשאסטען צו די אלט געזעצענע, און שפירען ווי גרינע נייע עולים, און צוקומען צו די חסד פון די איינוואוינערס צו אויפנעמען די געסט פריינטלעך, און אפגערעט ווען די אלט געזעצענע ווייזען א זויערע פנים, אזוי ווי זיי וועלען זאגען ווער האט דיך גערופען דא? ועוד

איז געבליבען די טשויס צווישען די עטליכע נייע יישובים אויף די מארק, בעיקר איז זשערסי סיטי, בלומינגבערג, לעיקוואד און בלומינג גראווו, וואס זענען מער צוגעשטעלט צו א נישט אויפגעריסענע באזשעט, הייזער זענען ביליג, און איז צאמגעשטעלט פון אלעס נייע עמיגראנטען, אלע קומען מער און ווייניגער פרישערהייט, עס הערשט אין די אטמאספעיר א פרייליכע און פרידליכע רוח, אפילו ס'איז נאך נישט אזוי צוגעשטעלט ווי די גרויסע שטעט, האט עס א חן און רואיגע שלווה'דיגע מצב

מיין חשובע עזר האט שוין אנגעהויבען די שאפינג, אונז זיצען שוין אפאר וואכען ביי סאפער מיט פלאר פלענס און בראשורען מיט ארויסגעפרינטע אימיילס אויפען טיש, א ספיירעל מיט נאוטס און אינפערמעישאן, אונז האלטען יעצט ביי אנהויבען ארומפארען זעהן די אלע געגנטען מיט די אייגענע אויגען, און דארטען ווי ס'איז שוין דא פערטיגע הייזער טוען מיר אונז ערעינזשען צו גיין זען, איך האף אונז זאלען צוקומען צו די ריכטיגע שווערע דעסיזשען צו אויסקלויבען אונזער נייע היים, איך וואלט אפרישיעיטעד ווער סקען מיר געבען אין א קיצור די מעלות פון יעדע פלאץ, ס'מעג אויך זיין אין אישי קעסטעל אריין, אזוי אונז ווילען שוין מופען נאך ביפאר זומער אדער דורעך אויס זומער, ישר כוח
א בילד נעמט מען מיט Kodak film

גענעראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך גענעראל » פרייטאג אפריל 01, 2016 12:55 pm

שלום עליכם, זייער געשמאקע שריפט.
שפיר דיך היימיש דא, נישט ווי די גרינע נייע צווישן די אלט געזעסענע...
ס'דערפרייט צו הערן פון איינעם וואס מאכט א ריכטיגן באשלוס, הלוואי זאל יעדער האבן די שטארקייט, חזק ואמץ!

good-life
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:43 pm
לאקאציע: אין גוטע הענט

תגובהדורך good-life » פרייטאג אפריל 01, 2016 1:02 pm

Kodak האט געשריבן: אויך ביי מאנסי און מאנרא דארף זיך די טאטע, די ווייב און קינדער עזשאסטען צו די אלט געזעצענע, און שפירען ווי גרינע נייע עולים, און צוקומען צו די חסד פון די איינוואוינערס צו אויפנעמען די געסט פריינטלעך, און אפגערעט ווען די אלט געזעצענע ווייזען א זויערע פנים, אזוי ווי זיי וועלען זאגען ווער האט דיך גערופען דא? ועוד


ברוכים הבאים איך פריי מיך צו זעהן א פרישן פנים און איך, צווישן אלע עלטערע פון מיר, נעם איך אייך אויף מיט העפליכקייט און פריינטליכקייט.
אבער ווען איך זעה א ליגנט געשריבן וואס קען ח''ו געליינט ווערן הונדערטער יארן שפעטער און האבן א שלעכטע אפעקט מיז איך מיך אנרופן.
איך רוף אויס הויך מיט די שטארקסטע קול וואס מעגליך אז די אויבענדערמאנטע ווערטער וואס איך האב דא צוגעברענט איז הויל ליגענט און מופרך מעיקרא.
איך זיך נישט אריינצוגיין אין סייקאלאזשי וואס עס האט אפשר צוגעברענגט א איד זאל שרייבן די דיבורים. אבער איך וויל יעדער זאל וויסן אז עס איז אויסגעזויגן פון פינגער עס איז דאמירן בעלמא.
(אין מאנסי איז דא אן אמת'ע טענה וואס די אידן האבן אויף די ניי געקומענע וואס עס איז שוין אויסגעמיעסט געווארן, אז זיי טרייבן ארויף די לייפסטייל, אבער איך זיך נישט אריינצוגיין דא אין דעם)

Gevald Geshrigen
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » פרייטאג אפריל 01, 2016 1:15 pm

so you may assume that kodak was referring to monsey and regardless whether right or wrong it is a still a fact that he will have to live with.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג אפריל 01, 2016 3:15 pm

Kodak האט געשריבן:שלום עליכם חשובער חברים, איך בליק שוין אריין אין די איי וועלט א לאנגע צייט, בלויז צו נאשען אינפערמעישאן, אויפפיקען לעצטע היימישע נייעס העדליינס, אבער נאר אזוי איין צוויי מאל א וואך, און נישט געהאט קיין חלום צו שרייבען דא אמאל, לעצטענס בין אין אבער געווארען מער א אפטע אריינקומער דא, טאקע צוליב דעי נושא וואס איך וויל אויפברענגען, און לכבוד דעם האב איך געעפענט דא א נאמען מיט רשות כתיבה, ענדליך נישט זיין ווי א שומע ואינן מדבר, איך האף איך וועל מיך קענען היימיש מאכען און באקומען מיין העלפ וואס איך דארף
---------

נאר א לאנגע צייט פון ספיקות און וואס צו טוען וועגען מיין האוזינג פראבלעם, און דעבאטעס מיט מיין חשובע אשת חיל, מיט מיינע עלטערען און אירע עלטערען, איז געבליבען אן קיין ספק אז בלייבען דא אין שטאט איז אינגאנצען נישט קיין אפשען, די שאלה איז נאר ווי אהין מיר גייען, פאר א שטיקעל צייט האט זיך געהאנדעלט ערענסט אויף מאנסי, אבער די פינאנס חשבונות האבען שטרענג געזאגט אז דאס איז נישט פאר מיין בוזשעט, אז מ'גייט שוין זאל שוין זיין אן דארפען אויסזעקלען די טאשען און די גמ"ח'ן, נאכדעם איז געווען אויפ'ן טיש קרית יואל, וואס איז נישט קיין סאך ביליגער פון מאנסי, און ס'האט נאך אפאר חסרונות, אויך ביי מאנסי און מאנרא דארף זיך די טאטע, די ווייב און קינדער עזשאסטען צו די אלט געזעצענע, און שפירען ווי גרינע נייע עולים, און צוקומען צו די חסד פון די איינוואוינערס צו אויפנעמען די געסט פריינטלעך, און אפגערעט ווען די אלט געזעצענע ווייזען א זויערע פנים, אזוי ווי זיי וועלען זאגען ווער האט דיך גערופען דא? ועוד

איז געבליבען די טשויס צווישען די עטליכע נייע יישובים אויף די מארק, בעיקר איז זשערסי סיטי, בלומינגבערג, לעיקוואד און בלומינג גראווו, וואס זענען מער צוגעשטעלט צו א נישט אויפגעריסענע באזשעט, הייזער זענען ביליג, און איז צאמגעשטעלט פון אלעס נייע עמיגראנטען, אלע קומען מער און ווייניגער פרישערהייט, עס הערשט אין די אטמאספעיר א פרייליכע און פרידליכע רוח, אפילו ס'איז נאך נישט אזוי צוגעשטעלט ווי די גרויסע שטעט, האט עס א חן און רואיגע שלווה'דיגע מצב

מיין חשובע עזר האט שוין אנגעהויבען די שאפינג, אונז זיצען שוין אפאר וואכען ביי סאפער מיט פלאר פלענס און בראשורען מיט ארויסגעפרינטע אימיילס אויפען טיש, א ספיירעל מיט נאוטס און אינפערמעישאן, אונז האלטען יעצט ביי אנהויבען ארומפארען זעהן די אלע געגנטען מיט די אייגענע אויגען, און דארטען ווי ס'איז שוין דא פערטיגע הייזער טוען מיר אונז ערעינזשען צו גיין זען, איך האף אונז זאלען צוקומען צו די ריכטיגע שווערע דעסיזשען צו אויסקלויבען אונזער נייע היים, איך וואלט אפרישיעיטעד ווער סקען מיר געבען אין א קיצור די מעלות פון יעדע פלאץ, ס'מעג אויך זיין אין אישי קעסטעל אריין, אזוי אונז ווילען שוין מופען נאך ביפאר זומער אדער דורעך אויס זומער, ישר כוח

שלום עליכם קאדעק,

אייער אפשאצונג איז זייער צו די זאך, לאמיר אייך פראבירן צו העלפן עס איז באמת א מעטער אף טעיסט, סא לאמיר פארשטיין וואס איז אייך וויכטיג.

1. די ערשטע פראגע, ווי וויכטיג איז פאר אייער בני בית צו זיין גאנץ נאענט צו די מאמע? (פארטעך בלע"ז).?

2. איז אייער ארבעט צוגעבינדען צו די שטאט?

3.גלייכט איר בעסער סיטי לייף אדער גרינע גראז?

4. אז די שטעטעל שטייט אונטער א קהלה איז פאר אייך א מעלה אדער א חסרון?

5. זוכט איר צו האבן א טענענט? אדער איר דארפט נישט די קאפ ווייטאג. א דירה און פארטיג.

6. ווילט איר קויפן א דירה וואס קומט גרייט כשלחן הערוך, אדער איר זענט גרייט אריינצולייגן עפארט צו טרעפן, איבערבויען וכולי.

אז איר וועט אליינס ענטפערן די 6 פראגן, וועט איר לכאורה האבן גאנץ א פיינע השגה וועלעכע שטעטעל איז פאר אייער תכונת הנפש און פאר די בני בית.

Kodak
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

תגובהדורך Kodak » זונטאג אפריל 03, 2016 5:05 pm

גוד לייף, הלוואי ביסטו גערעכט, ס'איז טאקע נישט איבעראל אזוי,טאקע נישט יעדער איז אזוי, אבער אסאך זענען יא אזוי, און פון אסאך וואס זאגען נישט ארויס אפען, טראכטען אזוי און קוקען דיך אן אזוי, זיי געבען דעם זייטיגען קוק און דעליווערען די מעסעזש מיט די שארפע אויגען

היימישע אינגערמאן, גוט געזאגט, רוב פון די כללים וואס דו כאפסט אן איז שוין ביי אונז אויפען טיש כמעט א יאר, צושניטען יעדע איינץ אין קליינע שטיקלעך, מיט ראשונים און אחרונים דעראויף, די שטעטלעך וואס כ'אב דעמאנט האט יעדע איינץ מעלות און חסרונות וואס די אנדערע האט נישט, אונז האלטען אינמיטען באזוכען און אויספורען די אלע ישובים צו באקומען די שמעק און טעיסט פון די נאענט, אויך האף איך צו באקומען ייעוץ און פערזענליכע גרוסען פון די חשובע חברים דא אויפען אייער וועלט,

א דאנק פאר די וואס האבען מיך שוין געענטפערט דא אין פארעם און דיע וואס האבען מיך גע'אישיט, איך קוק ארויס פאר נאך קאמענטס אויף די נושא
א בילד נעמט מען מיט Kodak film

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1415
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג אפריל 03, 2016 5:11 pm

Kodak האט געשריבן: אזוי אונז ווילען שוין מופען נאך ביפאר זומער אדער דורעך אויס זומער, ישר כוח

א גיטן
פון עקספיריענס וואלט איך דיר געראטען צו קודם זיין אויף זימער א וויילע אנשטאט קאנטרי אין יענעם יישוב ווי די ווילסט דיר ארויסציען אי"ה און דערנאך מאכן די ענדגילטיגער החלטה זיך ארויסצוציען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט