ביי ביי וויליאמסבורג! קיין וואו גייט מען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג אפריל 04, 2016 1:43 pm

כאפצעם האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:@ כאפצעם, "אכט" רומיגע דירה אין וויליאמסבורג פאר 750k, אפשר זאגט איר מיר ביטע אויף וועלעכע וועלט איר לעבט.

קענסט זיין ביזט גערעכט ס'איז אפשר א זיבן רומיגע דירה. די פוינט איז לגבי פעימענטס, א יונגערמאן וועם כ'קען צאלט אין דאמסי א מארטגעדזש פון $2100, און אין אפסטעיט צאלט מען די זעלבע אויב נישט מער...

אכט, זיבן, און אפשר גאר זעקס, און אפשר קאסט שוין היינט הונדערט דאלאר א פוס מער ועוד ועוד.

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » מאנטאג אפריל 04, 2016 3:17 pm

ערעב כאפצעם, זיי מיר מוחל, אבער דיינע תגובות ווערן מער און מער מאדנע ביי די מינוט..

דאמסי האט מען געצאלט - שוין "מיט באלד דריי יאר צוריק", 770 פאר "6 רומיגע" דירות, בערך 1800 סק. פיס, און 790 פאר "6 מיט א האלב רומיגע" דירות 1900 סק. פיס, (העכערע שטאקן זענען געווען אביסל ביליגער, בערך 20 ווייניגער א דירה, אין מאנסי זענען אבער נישט דא קיין פיפטע און זיבעטע שטאקן, איז עס נישט רעלעוואנט אהער), דאס איז די סאוט 8 זייט, וואס איז געווען ספעציעל ביליג ווייל ס'איז קעגן איבער די גרויסע נייע ארטיסטן בנינים, מה שאין כן ביי סאוט 9 זייט וואס איז נישט קעגן די ערלים זענען שוין די 1900 סק פיס דירות געגאנגען פאר 800, דאס איז אלעס פאר די געפליפעכץ, די פרייזן זענען דארט ארויף געשאסן ווי די שוים ביים עפענען דעם ביר פלעשל.

אין מאנסי קען מען "היינט" נאך קויפן 2200 סק פיס דירות פאר 600, אויך זייער טייער, בערך 250-260 א סק פיס, אבער א ווייטע פאלג מיך א גאנג פון די ווילאמסבורגער מציאות, היינט אין ווילי צאלט מען צווישן 500-600 פער סק פיס!.

Wake up and smell the coffee
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג אפריל 04, 2016 3:18 pm

ראש העיר האט געשריבן:ערעב כאפצעם, זיי מיר מוחל, אבער דיינע תגובות ווערן מער און מער מאדנע ביי די מינוט..

דאמסי האט מען געצאלט - שוין "מיט באלד דריי יאר צוריק", 770 פאר "6 רומיגע" דירות, בערך 1800 סק. פיס, און 790 פאר "6 מיט א האלב רומיגע" דירות 1900 סק. פיס, (העכערע שטאקן זענען געווען אביסל ביליגער, בערך 20 ווייניגער א דירה, אין מאנסי זענען אבער נישט דא קיין פיפטע און זיבעטע שטאקן, איז עס נישט רעלעוואנט אהער), דאס איז די סאוט 8 זייט, וואס איז געווען ספעציעל ביליג ווייל ס'איז קעגן איבער די גרויסע נייע ארטיסטן בנינים, מה שאין כן ביי סאוט 9 זייט וואס איז נישט קעגן די ערלים זענען שוין די 1900 סק פיס דירות געגאנגען פאר 800, דאס איז אלעס פאר די געפליפעכץ, די פרייזן זענען דארט ארויף געשאסן ווי די שוים ביים עפענען דעם ביר פלעשל.

אין מאנסי קען מען "היינט" נאך קויפן 2200 סק פיס דירות פאר 600, אויך זייער טייער, בערך 250-260 א סק פיס, אבער א ווייטע פאלג מיך א גאנג פון די ווילאמסבורגער מציאות, היינט אין ווילי צאלט מען צווישן 500-600 פער סק פיס!.

Wake up and smell the coffee



קען מען נאך קויפן אין מאנסי
2600 פיס
פאר 375$ אויך
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » מאנטאג אפריל 04, 2016 3:24 pm

דאס מיינט 144 א סקווער פיס, זאג מיר שנעל וואו דאס איז און צו וועלכע נאמען מ'דארף מאכן די טשעק, איך לויף שוין ווייערן א דעפאזיט.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג אפריל 04, 2016 3:26 pm

עס זענען דא מענטשען (איך ווייס גראדע נישט אויב כאפצעם איז איינע פון די) וואס האבן אן אגענדע-אינטערעסע אראפצומאלן אז דער מצב איז נישט אזוי שווארץ.

טעקסאס-הלמאי אין מאנסי צאלט מען דאך אויך.

חתן כלה דירות-הלמאי פלוני האט געטראפן א בעיסמענט פאר 14 מאות.

מארטגעזשעס- איז דאך בערך ווי אין מאנסי.

אינגעלייט אין א מיינוס?- הלמאי לויט חבירים און ידידים, קומט רוב עולם אויס אן קיין מיינוס.

מאנגעל אין דירות?- הלמאי קוק אין דבר יום.

עס קומט נישט צו גענוג דירות אין וויליאמסבורג עס זאל זיין מעגליך צו אקאמאדירען די 600 פרישע קאפעלס- הלמאי cascade.

ושערי תירוצים לא ננעלו, אז עמיצער וויל זיך אויפפירען ווי א בת היענה איז עיר המעטירה וויליאמסבורג די מערסט גאייגענטע שטאט פאר אים.

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » מאנטאג אפריל 04, 2016 5:36 pm

זייער גוט ארויסגעברענגט

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » מאנטאג אפריל 04, 2016 5:39 pm

איך האב 2 חבירים וואס האבן דירות אין דאמסי און געצאלט 900 טויזענט נאכן אראפלייגן בערך 300 טויזענט קעש

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מאנטאג אפריל 04, 2016 5:43 pm

די זעלבע טענהריי וואס מען האט געהאט ביי רענטאלס גייט זיך יעצט איבערחזרן ביי געקויפטע?

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:18 pm

ראש העיר האט געשריבן:ערעב כאפצעם, זיי מיר מוחל, אבער דיינע תגובות ווערן מער און מער מאדנע ביי די מינוט..

דאמסי האט מען געצאלט - שוין "מיט באלד דריי יאר צוריק", 770 פאר "6 רומיגע" דירות, בערך 1800 סק. פיס, און 790 פאר "6 מיט א האלב רומיגע" דירות 1900 סק. פיס, (העכערע שטאקן זענען געווען אביסל ביליגער, בערך 20 ווייניגער א דירה, אין מאנסי זענען אבער נישט דא קיין פיפטע און זיבעטע שטאקן, איז עס נישט רעלעוואנט אהער), דאס איז די סאוט 8 זייט, וואס איז געווען ספעציעל ביליג ווייל ס'איז קעגן איבער די גרויסע נייע ארטיסטן בנינים, מה שאין כן ביי סאוט 9 זייט וואס איז נישט קעגן די ערלים זענען שוין די 1900 סק פיס דירות געגאנגען פאר 800, דאס איז אלעס פאר די געפליפעכץ, די פרייזן זענען דארט ארויף געשאסן ווי די שוים ביים עפענען דעם ביר פלעשל.

אין מאנסי קען מען "היינט" נאך קויפן 2200 סק פיס דירות פאר 600, אויך זייער טייער, בערך 250-260 א סק פיס, אבער א ווייטע פאלג מיך א גאנג פון די ווילאמסבורגער מציאות, היינט אין ווילי צאלט מען צווישן 500-600 פער סק פיס!.

Wake up and smell the coffee

דו האסט א פראבלעם מיט ליינען? האט איינער געזאגט אז מאנסי איז ביליגער/זעלבע ווי וויליאמסבורג?!

מ'האט גערעדט פון מארטגעדזש פעימענטס; איינער האט געזאגט אז אין וויליאמסבורג צאלט מען גרעסערע מארטגעזשעס האביך געזאגט אז ס'נישט אמת צוברענגדיג א ראי' לדברי.

----
פון וועם כ'רעד האט געקויפט דריי יאר צוריק, ווי פונקטליך ס'האלט היינט ווייסעך נישט.
Mr. President Pls STOP! We are soooo tired of winning

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:30 pm

די מציאות איז יעצט אז א איינער וואס קויפט א דירה אין וויליאמסבורג איז פארמעגליך אדער א משפחה האט געלט ,א דורכשניטליכער יונגערמאן קען נישט קויפן א דירה יעצט ,אפילו א שיינע פארדינער

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7143
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מאנטאג אפריל 04, 2016 9:33 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:די מציאות איז יעצט אז א איינער וואס קויפט א דירה אין וויליאמסבורג איז פארמעגליך אדער א משפחה האט געלט ,א דורכשניטליכער יונגערמאן קען נישט קויפן א דירה יעצט ,אפילו א שיינע פארדינער

יכול להיות
Mr. President Pls STOP! We are soooo tired of winning

Kodak
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 5:37 pm

תגובהדורך Kodak » זונטאג מאי 08, 2016 12:58 pm

אגוטען חודש טייערע חברים, די לעצטע פאהר וואכען האב איך געלייגט אסאך מיילידש אויף די קאר, און געצאהלט אסאך גאזאלין, כמעט גאנץ חול-המועד זעמיר געוועהן אויף די ראודס, די זעלבע האט זיך אפגעשפילט די וואך נאך יומ-טוב, ווען אונז זענען ארומגעפארען, און געשטודירט אלע אופציעס פון די נייע שטעטעלעך, אונז האבען געמאכט א סאמערי, אבער נאך נישט קיין דעסישען, אפשר אויב כעל האבען צייט וועל איך אראפלייגען די פראוס און קאנס פון אלע פלעצער, אלע האבען גרויסע פראוס, אבער אלע האבען אזוי אויך חיסרונות, אונז זענען נאענט צו א פיינעל דעסישען, איך וועל געבען אפדעיטס ווען סאיז דא
איך עפרישיעיט יעדעם'ס העלפ.
א בילד נעמט מען מיט Kodak film

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » זונטאג מאי 08, 2016 2:35 pm

Can't wait
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג מאי 09, 2016 5:36 pm

looking forward
צו הערען אייער באריכט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מתוקים
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:22 am

תגובהדורך מתוקים » מאנטאג מאי 09, 2016 6:12 pm

Kodak האט געשריבן:אגוטען חודש טייערע חברים, די לעצטע פאהר וואכען האב איך געלייגט אסאך מיילידש אויף די קאר, און געצאהלט אסאך גאזאלין, כמעט גאנץ חול-המועד זעמיר געוועהן אויף די ראודס, די זעלבע האט זיך אפגעשפילט די וואך נאך יומ-טוב, ווען אונז זענען ארומגעפארען, און געשטודירט אלע אופציעס פון די נייע שטעטעלעך, אונז האבען געמאכט א סאמערי, אבער נאך נישט קיין דעסישען, אפשר אויב כעל האבען צייט וועל איך אראפלייגען די פראוס און קאנס פון אלע פלעצער, אלע האבען גרויסע פראוס, אבער אלע האבען אזוי אויך חיסרונות, אונז זענען נאענט צו א פיינעל דעסישען, איך וועל געבען אפדעיטס ווען סאיז דא
איך עפרישיעיט יעדעם'ס העלפ.


ביטע לאז וויסן ווי פריערת מיר האבן אויך גענומען די וואנדער שטעקן און ארום פארן יעדן דריטן טאג

סעמס
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » דינסטאג מאי 10, 2016 10:06 am

מיר צאלן אין דאמסי אביסל אריבער פיר אלפים, נאך טעקסעס און אינשורענס, דער דאוין פעימענט מיט אלע שאר ירקות (קלויזינג וכו׳) איז געוועהן צוויי הינדערט און דרייסיג אלפים

די איינציגע וואס צאלן קלענערע מארגעטשעס דא, זענען די וואס האבן אראפ געלייגט גרעסערע דאון פעימענטס.

כאפצעם, איר זענט ביטער מיסאינפארמירט

אוועטאר
בתוךשארישראל
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 25, 2015 10:50 am

תגובהדורך בתוךשארישראל » דינסטאג מאי 10, 2016 10:09 am

Kodak האט געשריבן:אגוטען חודש טייערע חברים, די לעצטע פאהר וואכען האב איך געלייגט אסאך מיילידש אויף די קאר, און געצאהלט אסאך גאזאלין, כמעט גאנץ חול-המועד זעמיר געוועהן אויף די ראודס, די זעלבע האט זיך אפגעשפילט די וואך נאך יומ-טוב, ווען אונז זענען ארומגעפארען, און געשטודירט אלע אופציעס פון די נייע שטעטעלעך, אונז האבען געמאכט א סאמערי, אבער נאך נישט קיין דעסישען, אפשר אויב כעל האבען צייט וועל איך אראפלייגען די פראוס און קאנס פון אלע פלעצער, אלע האבען גרויסע פראוס, אבער אלע האבען אזוי אויך חיסרונות, אונז זענען נאענט צו א פיינעל דעסישען, איך וועל געבען אפדעיטס ווען סאיז דא
איך עפרישיעיט יעדעם'ס העלפ.


וואלט געווען זייער אינטערעסאנט צו הערן/ליינען, ביטע.
המצפה לישועת ה' הקרובה לבוא

מתוקים
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:22 am

תגובהדורך מתוקים » דינסטאג מאי 10, 2016 10:13 am

סעמס האט געשריבן:מיר צאלן אין דאמסי אביסל אריבער פיר אלפים, נאך טעקסעס און אינשורענס, דער דאוין פעימענט מיט אלע שאר ירקות (קלויזינג וכו׳) איז געוועהן צוויי הינדערט און דרייסיג אלפים

די איינציגע וואס צאלן קלענערע מארגעטשעס דא, זענען די וואס האבן אראפ געלייגט גרעסערע דאון פעימענטס.

כאפצעם, איר זענט ביטער מיסאינפארמירט


זיי מוחל. צו צאלן אריבער 4000.00 א חודש נאר פאר דירה קאסטן ברויך מען פארדינען אריבער 1800.00 א וואך..... נאר צו אטעמען
און דערןיף צוריק צאלן חובות פון דאון פעימעינט.
און אנהייבן חתונה מאכן ..............

סעמס
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » דינסטאג מאי 10, 2016 10:16 am

מחול לך.

קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג מאי 10, 2016 10:21 am

א פחד און שרעק! ס'איז נישט צו גלויבען וואסארא געלטער מענטשען צאלען אוועק נאר צו וואוינען אין ווילאמסבורג, דאס איז נאך ביפאר טעקסעס, לאמיר אויפהייבען די פיס און זיך אפטראגען פון די משוגעת, ארויסגיין צו די נייע יישובים, ווי א טאג פריער,

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דינסטאג מאי 10, 2016 10:34 am

לייענעדיג דא וואלסטי און מאנרא כמעט אראפ געלייגט דע זעלבע, נאר געצאלט מיט אכט-ניין הינדערט דאלער ווייניגער א חודש
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6030
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מאי 10, 2016 10:39 am

קלוגער האט געשריבן:א פחד און שרעק! ס'איז נישט צו גלויבען וואסארא געלטער מענטשען צאלען אוועק נאר צו וואוינען אין ווילאמסבורג, דאס איז נאך ביפאר טעקסעס, לאציר הייבען די פיס און ארויסגיין צו די נייע יישובים, ווי א טאג פריער,

דער קומענדיגער גייט צולייגן אז דאס איז נאך פאר אינשורענס און מעינטענענס, דער נעקסטער נאך א דידאקשן, און די געשיכטע גייט ארומפארן: "איך ווייס פון איינער אין וויליאמסבורג וואס צאלט $4000 פאר די מארטגעדזש אליינס!"

כך היא דרכם של מעשיות...
וואו איז דָוִי?

מתוקים
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 10:22 am

תגובהדורך מתוקים » דינסטאג מאי 10, 2016 10:42 am

בעל דעת האט געשריבן:לייענעדיג דא וואלסטי און מאנרא כמעט אראפ געלייגט דע זעלבע, נאר געצאלט מיט אכט-ניין הינדערט דאלער ווייניגער א חודש

ווער רעדט פון דעם פרייז.? עס איז גאר אנדערש ווען מ'קען באקומן פאר 500,000.00 אויך

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג מאי 10, 2016 12:35 pm

@kodek

אווי איר זעט איז דא אגאנצער ציבור מיט אידן וואס ווארטן צו הערן אן אביעקטיווען אפשאצונג איבער די פרא'ס און קאנס פון יעדען יישוב.
איך שטעל מיך צו צום ציבור, און ווארט מיר צו הערן.

לוקינג פארווערד.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג מאי 10, 2016 1:01 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:@kodek

אווי איר זעט איז דא אגאנצער ציבור מיט אידן וואס ווארטן צו הערן אן אביעקטיווען אפשאצונג איבער די פרא'ס און קאנס פון יעדען יישוב.
איך שטעל מיך צו צום ציבור, און ווארט מיר צו הערן.

לוקינג פארווערד.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט