ביי ביי וויליאמסבורג! קיין וואו גייט מען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

ביי ביי וויליאמסבורג! קיין וואו גייט מען?

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 2:16 pm

דאס ווייסט מען שוין קלאר אז וויליאמסבורג איז קיין אפציע מער. די פרייזן זענען הימל הויך, און דער ווי געשריי איז נאך העכער, ועל כולם אפילו פאר געלט איז נישטא קיין דירות, עס איז פשוט נישטא.

אצינד איז דא אויפן טיש דריי אפציעס ווי מען רעדט פון מופן, דשורסי סיטי, לעיקוואד ניו דזשורסי , בלומינגבורג ניו יארק

וועלכע פלאן איז אייך דאס מערסטע צום הארצן און פארוואס?
לעצט פאראכטן דורך הערליך אום מוצ"ש דעצמבער 12, 2015 5:51 pm, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:00 pm

זשערסי סיטי:
מעלות: ביליג און נאנט
חסרונות: קאנטי/קעמפ עקספענסעס במקומו עומדת

לעיקוואד:
מעלות: הרחבת הדעת + א טענענט
חסרונות: היבש טייער פאר א יונגערמאן צו קויפן

בלומינגבערג:
מעלות: קאנטרי א גאנץ יאר
חסרונות: ווייט פון שטאט, טעקס זייער טייער (לעת עתה ביי די נייע דירות)

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:01 pm

לייג צו אן אנקעטע
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

להודיע
שר האלף
תגובות: 1902
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:06 pm

מיין אשת חיל וויל נאר הערן פון לעקוואויד, וועט מען מסתם דארט אנקומען א שיינעם טאג בעז"ה.

אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3246
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

תגובהדורך הערליך » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:12 pm

נאך זייער ערענסט אריינקוקן אין יעדע פון די דריי, גיי איך אי״ה קיין לעיקוואד, כאטש אויף דאלער און סענטס איז עס טייערער פון די אנדערע צוויי, אבער למעשה איז עס א געהעריגע עסטעבלישד שטאט, מיט אלעס וואס א יודישע שטאט דארף, דער איינציגסטע זאך וואס פעלט דארט איז, עכט היימישע סאטמערע מוסדות, וואס איך מיין איז, אוודאי איז דארט דא גאר חשובע פיינע מוסדות, אבער למעשה פאר א וויליאמסבורגער סאטמערער תושב, ווי די ב״ב גייט מיט די לבוש וואס דער רבי זי״ע האט געוואלט, איז זייער שווער צו גיין אין די עקזיסטירענדע מוסדות אין לעיקוואד, אויב אבער סאטמער שטעלט אויף דארט מוסדות אויפן שטייגער פון וויליאמסבורג, איז דער פראבלעם געסאלווד

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 700
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:20 pm

ירושלים!

מעלות: כה אמר ה' צבאות הנני מושיע את עמי מארץ מזרח ומארץ מבוא השמש. והבאתי אותם ושכנו בתוך ירושלים והיו לי לעם ואני אהיה להם לא-לוקים באמת ובצדקה: (זכריה ח')

בביאת הגואל בב"א!
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:32 pm

ווען איך זאל דארפן יעצט מופען וואלט לעיקוואד געווען מיין ערשטע אויסוואל גרינוויל די צווייטע, מאנסי די דריטע, און בלומינבורג די פערדע..

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 6:15 pm

מאנסי איז נישט אויפן ליסט, ביי מיר איז אויך לעיקוואד די ערשטע אויסוואל, גרינוויל א צווייטע, בלומינבורג איז נישט קיין אפציע ביי מיר, פאר אזא אפציע קען מען שוין גיין קיין מאנרא

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 6:20 pm

ווען כ'מוף ווען וואלט איך געגאנגען ערגעץ אין די מאונטענס א שטייגער ווי סאוט פאלסבורג, סוואן לעיק וכדומה.
הק' איש ימיני

פרידן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 7:45 pm

מחותן האט געשריבן:ווען איך זאל דארפן יעצט מופען וואלט לעיקוואד געווען מיין ערשטע אויסוואל גרינוויל די צווייטע, מאנסי די דריטע, און בלומינבורג די פערדע..

ווען איך דארף נישט מופן בלייב איך אין וויליאמסבורג
דעות ווען מען דארף נישט מופן קען מען לכאורה נישט רעכענען עס פעלט רוב שיקול הדעת

בוידעם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 7:49 pm

מען קען אויך זאגן א פארקערטע סברא, דער וואס דארף מופן איז אונטער די פרעשור, און עס פעלט אים די ריכטיגע שיקול הדעת.
דע שיכולים לצעוק בקול דממה דקה

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6025
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 7:52 pm

פרידן, דו מיססד זיין "פוינט".
וואו איז דָוִי?

גיי שוין גיי
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 8:07 pm

איך וואלט ערענסט אריינגעקוקט און בלומינגרויוו נ. י. הארט נעבן ק״י
בין איך לעצטענס ארום געפארן דארט אפאר מאל.
א שיינע שטילע רואיגיע געגענט. שפאט ביליג.
ס׳האט די מעלות פון מאנרא דהיינו. די עקזעסטירענדע מוסדות.
גראסערי׳ס שאפינג סטאר׳ס דאקטוירים אדג. קען מען נוצען פון די שטעטעל
לעמות זה ביסטו נישט למעשה און שטעטעל ,
וואוינסט פרייוועט.

שוין דא דארט דריי פיר אידן נאך א פאר גייען יעצט קלאזען איה.
קוקט אויס א פיינע אפציע. !!

שעבאשנוט
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 8:12 pm

פאר איינעם וועמען קר״י מוסדות והגלילות זענען צום הארצן, איז עס אוודאי א פיינע געדאנק

גיי שוין גיי
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 8:29 pm

שעבאשנוט האט געשריבן:פאר איינעם וועמען קר״י מוסדות והגלילות זענען צום הארצן, איז עס אוודאי א פיינע געדאנק

איך מיין אז עניוואן וואס טראכט פון צו גיין קיין בלומינגבערג איז קר״׳ מוסדות נאך אזוי צום הארצן ,

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 9:16 pm

Jersey city is the option

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר חמש מאות
תגובות: 752
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 9:18 pm

טעגלאש האט געשריבן:מאנסי איז נישט אויפן ליסט, ביי מיר איז אויך לעיקוואד די ערשטע אויסוואל, גרינוויל א צווייטע, בלומינבורג איז נישט קיין אפציע ביי מיר, פאר אזא אפציע קען מען שוין גיין קיין מאנרא

אפשר זאגט איר מיר ווי אין קרית יואל קען מען באקומען א דירה פאר $106 א ס.פ.?

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:27 pm

פארפלאנטערט האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:מאנסי איז נישט אויפן ליסט, ביי מיר איז אויך לעיקוואד די ערשטע אויסוואל, גרינוויל א צווייטע, בלומינבורג איז נישט קיין אפציע ביי מיר, פאר אזא אפציע קען מען שוין גיין קיין מאנרא

אפשר זאגט איר מיר ווי אין קרית יואל קען מען באקומען א דירה פאר $106 א ס.פ.?

צוויי תגובות ארויפצו רעדט מען פון בלומינגראוו, בשכינות פון מאנרא.

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:42 pm

בלומינגראוו איז אויך גאר א פיינע אפציע ווי מ'קען טרעפן שיינע הייזער רעדי טו מאוו-אין פאר צוויי הונדערט טויזענט דאללער רעינזש,
אבער ס'איז גוטע צען מינוט רייזע מיט א קאר פאוינט טו פאוינט און ס'מוז נישט זיין אז "אלע" מוסדות וועלן ווילן שיקן באסעס ביז אהין,
חוץ מזה האט עס די פראבלעם פון טעקסעס העכער פון קרית יואל ס'לויפט ארום צוועלעף אלפים א יאר,
אבער די געגענט אה..... מאנסי (די אמאליגע....) בתפארתו,
גייט ארויף אויף זילאו אדער טראליא סייט'ס מ'קען פארגאפט ווערן פון די געגענט, שיינע שטילע גאסן און אסאך האבן שווים באסיינען אין די בעק יארדס,
אדרבה איבערצייגט אייך אליינס...

פרידן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 11:07 pm

בוידעם האט געשריבן:מען קען אויך זאגן א פארקערטע סברא, דער וואס דארף מופן איז אונטער די פרעשור, און עס פעלט אים די ריכטיגע שיקול הדעת.

ס'איז אבער נישט נוגע ווייל ציוויסען וועלעכע גייט זיך אויסלאזן דארף מען וויסן וואס די פאר וועם ס'איז נוגע האט צי זאגן
אין דאס איז וואס איך האב געזאגט מען קען נישט וויסן פין איינעם וואס האט נישט די פרעשער וואס איינער וואס האט עס יא גייט טוען
לעצט פאראכטן דורך פרידן אום פרייטאג דעצמבער 11, 2015 12:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שלום הלוי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 27, 2014 8:27 pm

תגובהדורך שלום הלוי » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 11:28 pm

בלומינגרוב געפעלט פאר מיר מער מיין צווייטע אפשען איז קרית יואל א היימישע סביבה ו איז פאר מיר דאס וויכטיגסע

פרידן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 12:02 am

לויט ווי עס זעט אויס וועלן עלטערע יונגעלייט וואס זענען מסודר מיט פרנסה אין שטאט גיין קיין שערזי סיטי

יונגערע יונגעלייט וואס מוטשענען זיך אליין צו קויפן וועלן גיין קיין לעיקוואד

בעלי בתים וועלן קויפן הייזער פאר זייערע קינדער אין בלומבערג

אין די הסבר איז ווייל איינער וואס איז האט א גרויסער משפחה אין ער איז מסודר מיט א פרנסה אין מיט זיין טאג, איז זייער שווער צו מופן ווייט, אין טוישן לייף סטייל, ער וועט ענדערשט זיכן דארט ווי עס איז נאנט אין ביליגער, ער שפירט זיך שוין גענוג זעכער צינעמען אזאך אויף די אייגענע האנט אין האט שוין גרויסע קענדער האט זי נישט אזוי מורא פין שווארצע שכנים, ע"כ ווען ער גייט קיין שערסי סיטי

א יונגערע יונגעמאן וואס מוטשעט זיך אליין צו קויפן, איז רואיג צי לייגן זיין געלט אין לעיקוואד וויל עס איז א אידישער שטאט, אין ער שפירט אז סיי וואס ווי ווען קען ער ווייטער פארקויפן , ער וועט נישט זוכען צו גיין ערגעץ ווי דע סיסטעם בעקט נישט, ער וועט גיין דארט ווי ס'טוט זעך ווי זיינע חברים גייען, אין ער וועט אויך נישט לייגן געלט אין בלומבערג ווייל ער וועט נישט וועלן מיט זיין אפגעהארוועטע געלט אויספראבירן נייע זאכן עס איז אינגאנצען ניי אין האט מורא ער וועט בלייבן לעקיש, אין די שחורים אין שערסי סיטי וועט אויך נישט העלפן ער זאל דארט גיין מיט זיין יונג ווייבל אן גרויסע קינדער אינדערהיים

בעלי בתים וועלן ליב האבן בלומבערג וויל עס איז א אייגענע זאך אייגענע שטאט (אזויי ווי זיי האבן ליב אז זיי זענען בעלי בתים נישט יענעמס ארבייטער) אלץ סאטמארער וועלן זיי וועלן אז זייערע קינדער זאלן דארט זיין אין זיי וועלן נישט זיין אזוי דערשראקן צי אינוועסטען ווייל עס איז ב"ה נישט קיין געבארגטע געלטער אין אויך נישא אראפגעצופטע, אין עס איז נישט אזוי סאך געלט פאר זיי נישט צו טרייען, אין עס איז נעבן מאנראוי מאנסי אין די סיסטעם בעקט עס, מש"כ לעיקוואד איז פאר זיי א בריה חדשה אין א מאדערנע שטאט (סארי דארט רופט מען עס ליטוויש) רוב היימישע זענען שוין 100טער מאל דורך געפארן EXIT 116 מען פילט זיך נאנט דערמיט אין איימאל צוויימאל אדער קיינמאל לעיקוואד
עס האט נאך מער הסבר אויך, דאס איז עס אין קורצן
כן נראה לענ"ד

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1122
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 12:59 am

מ'מופט, מ'סיינט קאנטראקט, מ'האט שוין געקלאוזט, ווער איז די 'מעעע' קען איך האבן נעמען?
אפטימיזם איז אייביג ווייט אנגעקומען! אין שווערע צייטן זענען די אפטימיסטן די וואס האלטן זיך!

פרידן
שר האלף
תגובות: 1511
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 1:06 am

אפטימיסט האט געשריבן:מ'מופט, מ'סיינט קאנטראקט, מ'האט שוין געקלאוזט, ווער איז די 'מעעע' קען איך האבן נעמען?

איך האב דורך געקוקט די גאנצע אשכול איך זעה נישט ווי עס שטייט מ'מופט מ'סיינט קאנטראקט
מ'האפט אז די אייבשטער זאל העלפן אין עס זאך זיך אויסארבייטן

גיי שוין גיי
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » פרייטאג דעצמבער 11, 2015 1:09 am

ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:בלומינגראוו איז אויך גאר א פיינע אפציע .........
חוץ מזה האט עס די פראבלעם פון טעקסעס העכער פון קרית יואל ס'לויפט ארום צוועלעף אלפים א יאר,
...

ווענעדט זיך וועלעכע הויז סאיז דא קלענערע הייזער וואס טעקס איז בלויז 6-7 אלפים א יאר.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט