פרשת לך לך: חיזוק נחשונים קאמפיין

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

פרשת לך לך: חיזוק נחשונים קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

הקדמות און הסברים איבער דעים שרעקליכע דירות מאנגעל אין ברוקלין איז גענצליך איבעריג פאר יעדן שטאטישען איינוואינער. די פאקט אז די גלות הדעת קריזיס איז די הויפט גורם צום דירות מאנגעל, איז שוין אויך באקאנט לכל מי שיש לו מוח בקדקדו. אלזא, קיין חידושים אין דעים נושא איז בכלל נישט שייך צו שרייבן, און איז אוודאי נישט מיין ציהל דא.
אסאך ליינערס כאפן פשוט אן איבעל ווען מען עפענט א פרישע אשכול איבער די אויסגעדראשענע טעמע. (עס זענען שוין אפילו דא עטליכע אשכולות מיט מפתחות)

הכל מודים אז די דירות מצב אין שטאט איז אומדעטרעגליך, און עס קען נישט אזוי ווייטער אנגיין. און עס איז אויך יעדער (שטילערהייט) מודה אז שולדיג דערין זענען מיר אלע אינאיינעם. יא, איך און דו זענען אלע שולדיג אינעם פראבלעם! אוודאי איז אסאך גרינגער צו בלעימען די ווייב און אירע פרעינדס פארן נישט לאזן אוועקמופן. נאך געשמאקער איז צו באשולדיגען די רב / רבי / ראש הקהל פארן נישט בויען א שטעטל מיט אפאר הונדרעט אדער גאר עטליכע טויזענט פריוואטע דירות, פאר א ביליגע פרייז, און דערנאך נעמען א שטעקן און צווינגען דעים עולם זיך ארויסצוציען פון די שטאט.

פארשטייט זיך אז מיט די אלע טענות און מענות וועלן מיר אין ערגעץ נישט אנקומען, דאך איז נישט באקוועם מודה צו זיין אז מיר האבן פשוט נישט די קוראזש זיך צו נעמען איבער די אייגענע ביינער, און טוהן כל מה שביכלתנו זיך ארויסצוזעהן פון די שטאטישע דירות און ארויסמופען אויסער די גרעניצן פון ברוקלין.
ליידער זענען 99% פונעם ציבור נישט זוכה צו
זיין פון די נחשונים לדבר מצווה, וואס זכות הרבים איז תלוי בידם. עס איז אבער א דבר פשוט אז ווי מער נחשונים עס וועלן זיין, און ווי שנעלער זיי וועלן זיך ארויסצוען -צו סיי וועלכע געגענט- אלס גרינגער וועט זיין פארן איבעריגן עולם נאכצוקמען, און יעדער וועט דערפון הנאה האבן.

אלזא וואלט איך געוואלט פארשלאגן אז אין די וואך פון פרשת לך לך, ווען אונזער זיידע אברהם אבינו איז נתנסה געווארן מיט די שווערע נסיון פון לך לך מארצך וממולדתך ומבית אביך און און ער האט עומד געווען בנסיון, לאמיר זיך אלע פארנעמען צו מחזק זיין די היינטיגע נחשונים וועלכע טוהן די ריכטיגע שריט און צוהן זיך אוועק פונעם ישיבת כרכים קשה, טראכטענדיג דערביי למען אשר יצווה את ביתו ואת בניו אחריו ושמרו דרך ה'.

עטליכע פארשלאגן:

אויב האט איר א קרוב, חבר אדער שכן, וועלכער האט שוין געטוען למעשה די ריכטיגע שריט און זיך ארויסגעצויגען קיין Bloomingburg, Ellenville, , Monticello, South Fallsburg, Woodridge, Lakewood, Monroe, Monsey, Jersey city, אדער סיי וועלכע אנדערע שטאט, רופט אים אן און זאגט אים ווי ווייט איר זענט אים מחשיב פאר זיין העלדישע טריט. פראבירט צו אויסגעפונען אויב ער נויטיגט זיך אין סיי וואספארא הילף, פרנסה, מוסדות, וכדומה, און זעהט באמת איהם צו העלפן, איידעלערהייט פארשטייט זיך.

אויב ווייסט איהר פון איימיצען וואס וויל באמת נעמען די וואנדערשטעקן נאר ער דארף א שטיקל שטופ, זייט איהם מחזק ומעודד אז ער זאל נישט באקומען קיין קאלטע פוס.

אויב איהר ווייסט פון סיי וואספארא בעה"ב, רב אדער עסקן וואס איז עוסק אינעם ענין פון צושטעלן דירות פארן ציבור מחוץ לעיר, הייבט אויף א טעלעפאן און באדאנקט זיך פאר איהם. איר דארפט זיך בכלל נישט זארגן אז ער טוט עס נישט לשם שמים, נאר ער מיינט פשוט כבוד אדער געלט, אדער אפילו ביידע.

עס איז זיכער דא נאך וועגן וויאזוי צו מחזק זיין די נחשונים, אדרבא אויב האט איר סיי וואספארא קליינע געדאנק אדער גראנדיעזע פלאן טיילט עס דא מיט מיטען ציבור.

לסיכום, לא המדרש עיקר אלא המעשה. לאמיר אויסנוצן די וואך פון פרשת לך לך לחזק הנחשונים. הכונו למערכה
אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמפ »

א געוואלדיגער געדאנק!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

לאמפ האט געשריבן:א געוואלדיגער געדאנק!
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

בר דעת האט געשריבן:אויב האט איר א קרוב, חבר אדער שכן, וועלכער האט שוין געטוען למעשה די ריכטיגע שריט און זיך ארויסגעצויגען קיין Bloomingburg, Ellenville, , Monticello, South Fallsburg, Woodridge, Lakewood, Monroe, Monsey, Jersey city, אדער סיי וועלכע אנדערע שטאט, רופט אים אן און זאגט אים ווי ווייט איר זענט אים מחשיב פאר זיין העלדישע טריט.

מיין מיינונג איז אז אויב האט מען שוין געמופט דארף מען שוין בכלל נישט קיין חיזוק, [באמת ווענט זיך צו ווי מען האט געמופט] ווייל איינמאל מען איז ארויס פון די חריין, זעט מען גראד דו מעלות.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
קאוטש
שר מאה
תגובות: 171
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 18, 2015 12:11 pm
לאקאציע: פה גוגל וה'גוגל'ילות יצ''ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאוטש »

שבת לך לך מארצך
מיט א ריכטיגע בּליק
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 10, 2013 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א ריכטיגע בּליק »

לדעתּי לדעתּי איז פאר א יחיד זייער שװער צי נעמען אזא שריט אין ארױס גיין מארצך ומולדתּך ומבית אביך די דירה קריזיס איז װי קיינמאל בּעפאר אינזער חסידיש לייו סטייל איז דער הױפט סיבה אז דער אכצען יעריגע נארװאס פארהיירעטע װייבעל מיז זיין כסדר אינטער מאמעס פארטאך אנדערש װי דער גאנצע װעלט ירושלים יוכיחו אז מען קען חתונה האבען אין ירושלים אין זעלבן נאכט װאינען אין בית שמש אדער ביתּר וכו`לדעתּי איז דא איין איינציג עצה מען זאל מאכען א גרויס ארטיגע אסיפה אנשים ונשים מיט א זעלטענע אחדות פין אלע קהילות פאר אלע בּרוקלינע איינואוינער בארא פּארק -װמ"ס אין אױפקלערען מיט א שטורימישע װיי געשריי דאס געװיין פין טויזענטער משפּחות אין ארױס קימען מיט א הייסע רוף צוזאם שטעלן משפחה ומשפּחה אדער גרופּס ארויס צי גײן ציזאמען װי אימער דאס הארטץ באגערט ..אין תּיקף נאכען אסיפה זאל זיין װי א גרויסע עקספּא ריזיגע סעקשענס Bloomingburg, Ellenville, , Monticello, South Fallsburg, Woodridge, Lakewood, Monroe, Monsey, Jersey city,. מיט אלע עסקנים בראקערס מוסדות התּורה פאר אלעריי אינפא אין יעדע סעקשען זאל אהער שטעלן װי א סעלס פּערזאן סעליסט זייער פּראדוקט
הלואי זאל זיך מאכען אפאר עסקנים זיי זאלען אינטער נעמען אזא אסיפה אין דאס זאל װערען געספאנסערט דורך די אלע בראקערס פין יעדע שטעטעל ..מען דארף האבען דאס ערשטע עסקן זאל צוזאמנעמען די בּראקערס פין אלע נייע ישובים פאר א פּלאן. בּטוח אני בּאלה אז עס קען זיין א היסטארישע געשעניש
איבערגאנג
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 02, 2014 9:18 pm

Ou communities fair

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איבערגאנג »

די OU ארטאדאקס יוניאן מאכט דאס שוין עטליכע יאר. עס קומען אראפ א 40 אדער מער קהלות איבער אמעריקא און יעדער איז מסביר זייערע מעלות. עטליכע געבן סובסידייזט שכר לימוד, מעמבערשיפ וכו׳ פאר די ערשטע יאר צוויי
https://www.ou.org/fair/
במקום שאין איש...
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 04, 2014 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך במקום שאין איש... »

אזא אסיפה גדולה איז לעבנסוויכטיג אלץ די "נעקסטע סטעפ" נאכדעם וואס בלומינבערג און דזשערסי סיטי ווערן שוין ב"ה א מציאות; די איינציגע אפהאלט דערווייל, ליידער, איז דאס זיך נישט נעמען אין דער האנט, און א געזונטער שטופ, דורך דרשות פון רבנים ועסקנים איבער דעם חובת השעה "ברוחניות ובגשמיות" צו מופן למענינו ולמען דורותינו, אינאיינעם מיט אינפארמירנדע פאנעלן פון בראוקערס - קען זיין א שטארק'ער הילף אין טוישן דעם פארלוירענעם דעת הקהל.
איבערהויפט איז דאס גילטיג ביי די פרויען, ווי איך האב געהערט א שטיק צייט צוריק אויף אן אינטערוויאו אויף קול מבשר מיט א בעלזער יונגערמאן וואס האט זיך געצויגן קיין לעיקוואוד, איז זיין גאנצער אפהאלט געווען אז זיין ווייב האט נישט געוואלט הערן דערפון, און בלויז נאך א אסיפה ביי עמיצן אין שטוב ספעציעל פאר פרויען האט זי זיך ב"ה געטוישט איר מיינונג!
אן א שיעור יונגעלייט וועלן מודה זיין (נאך א לענגערן שמועס, אויב זיי וועלן זיך שפירן גענוג באקוועם מודה צו זיין...) אז די גאנצע פראבלעם איז בלויז די פרויען וואס זענען נישט מסכים צו מופן, און זאגן פאר'ן מאן "הענג און ברענג" (געלט...). באמת איז פאר פרויען באמת שווערער צו מופן, אבער ההכרח לא יגונה, מ'קען אזוי מער נישט אנגיין.
נשים עם בפני עצמן, א געלונגענע אסיפה פאר זיי מיט ספעצעילע דרשנים/דרשניות וואס רעדן זייער שפראך, (א ביישפיל ווי "החומה" האט געטון מיט די אינטערנעט טעלעפאנען, דוק ותשכח) קען אויפטון א ווועלט - מ'קען ברענגען מיליאנען ישובים, אן די פרויען'ס קאאפעראציע קען מען גארנישט דורכפירן!
אנו עמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנו עמך »

במקום שאין איש... האט געשריבן:אזא אסיפה גדולה איז לעבנסוויכטיג אלץ די "נעקסטע סטעפ" נאכדעם וואס בלומינבערג און דזשערסי סיטי ווערן שוין ב"ה א מציאות; די איינציגע אפהאלט דערווייל, ליידער, איז דאס זיך נישט נעמען אין דער האנט, און א געזונטער שטופ, דורך דרשות פון רבנים ועסקנים איבער דעם חובת השעה "ברוחניות ובגשמיות" צו מופן למענינו ולמען דורותינו, אינאיינעם מיט אינפארמירנדע פאנעלן פון בראוקערס - קען זיין א שטארק'ער הילף אין טוישן דעם פארלוירענעם דעת הקהל.
איבערהויפט איז דאס גילטיג ביי די פרויען, ווי איך האב געהערט א שטיק צייט צוריק אויף אן אינטערוויאו אויף קול מבשר מיט א בעלזער יונגערמאן וואס האט זיך געצויגן קיין לעיקוואוד, איז זיין גאנצער אפהאלט געווען אז זיין ווייב האט נישט געוואלט הערן דערפון, און בלויז נאך א אסיפה ביי עמיצן אין שטוב ספעציעל פאר פרויען האט זי זיך ב"ה געטוישט איר מיינונג!
אן א שיעור יונגעלייט וועלן מודה זיין (נאך א לענגערן שמועס, אויב זיי וועלן זיך שפירן גענוג באקוועם מודה צו זיין...) אז די גאנצע פראבלעם איז בלויז די פרויען וואס זענען נישט מסכים צו מופן, און זאגן פאר'ן מאן "הענג און ברענג" (געלט...). באמת איז פאר פרויען באמת שווערער צו מופן, אבער ההכרח לא יגונה, מ'קען אזוי מער נישט אנגיין.
נשים עם בפני עצמן, א געלונגענע אסיפה פאר זיי מיט ספעצעילע דרשנים/דרשניות וואס רעדן זייער שפראך, (א ביישפיל ווי "החומה" האט געטון מיט די אינטערנעט טעלעפאנען, דוק ותשכח) קען אויפטון א ווועלט - מ'קען ברענגען מיליאנען ישובים, אן די פרויען'ס קאאפעראציע קען מען גארנישט דורכפירן!


זאגסט א שטארקע פוינט
איך בין געזעסן אויף א מיטינג בנוגע די דירות קריזיס מיט א גרויסער פירער פון איינע פון די סאמע גרעסטע קהילות אין ניו יארק
דער איש הציבור האט מיר געזאגט זייער קלארע ווערטער:
"ווילאנג עמיצער וועט נישט צוזאמנעמען אפאר טויזנט אינגע פרויען און ערוואקסענע מיידלעך זיי צו געבן צו פארשטיין דאס נחיצות פון נעמען דעם לך לך אין די האנט אריין וועט זיך זייער שווער רירן די מצב פאראויס"
אנו עמך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנו עמך »

א דאנק אייך @בר דעת
גיימיר שוין אנקלינגען א נאנטער קרוב וואס האט מקיים געווען דעם לך לך און אריינגעבן הויפענעס חיזוק
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ארויפגעברענגט לכבוד פרשת לך לך.

עס לאזט זיך נישט גלייבן אבער עס איז א מציאות, אז אלע שטעט האבן בסייעתא דשמייא געמאכט גרויס פארשריט במשך די פארלאפענע יאר. ווי מיר שטייען יעצט האבן אין תשע"ו היבש איבער 150 משפחות זיך ארויסגעצויגן פון די סיטי, און געמופט קיין בלומינגבערג, דזשערסי סיטי, מאנטיסעלא, סטעטען איילענד, וכו. וכו. און נאך הונדרעטער משפחות זענען שוין פעסט באשלאסן צו מופן, און זיי טוען די נויטיגע שריט עס צו קענען דורכפירען בפועל אין די קומענדיגע חדשים בע"ה. ווי אויך מאכט די נייע לעיקוואד דיוועלאפמענט, גאר שנעלע פארשריט.

עס איז אבער זיכער נאך אלץ בבחינת כל התחלות קשות, און די נחשונים קענען נוצן חיזוק, און מיר דארפן זיי ארויסהעלפן מיט אלעם וואס איז שייך.

ווער עס האט סיי וואספארא געדאנק וואס מיר קענען טוען צו מחזק זיין די נחשונים, ווערט געבעטן זיך צו לאזן דא הערן.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

גיבטס דא
קורצע חיזוק / וואונטשען
פאר די נחשונים פונם נייע ישוב ״קענווי איילענד''
נעבן לאנדאן

viewtopic.php?f=98&t=30972
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די שרעקליכע דירות מאנגעל
אטעטשמענטס
lomir dertzillen.jpg
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

און שוין ווידער האלט מען ביי פרשת לך לך, אבער היי יאר געפאלט עס שוין אין תשע"ח!

עס לאזט זיך זאגן אז אנדערש ווי אלע אנדערע נסיונות ופגעי הזמן וועלכע ווערן נאר שווערער פון יאר צו יאר, ווערט אבער די נסיון פון לך לך מארצך גרינגער און גרינגער פאר די אידן וואס זענען נאך פארבליבען און שטאט, און ווילן מאכן די נויטיגע טויש און זיך ארויסציען פון שטאט. כהיום זענען שוין פארהאנען מערערע זאכליכע אפציעס פאר ווער עס האלט באמת דערביי. ווי אויך איז שוין די סטיגמע פון איינער וואס מופט אוועק כמעט אדער גענצליך פארשווינדען, אדרבה רוב עולם באטראכט די נחשונים ווי העלדן, און טראכטן הלוואי ווען איך קען עס נאכמאכן.

נאך אלץ זענען אבער פארהאנען אסאך מענטשן וואס נויטיגען זיך אין אביסל חיזוק און א שטופ ארויסצוברענגן זייער מחשבה מכוח אל הפועל, און מיט די ריכטיגע סופארט וועלן זיי בס"ד טון די ריכטיגע שריט נאך די יאר שנת תשע"ח.

אלזא לאמיר טוען למעשה און מחזק די אלע נחשונים, און אזויארום וועלן מיר העלפן הונדרעטער אידן.

ביטע מיטטיילן אייער געדאנקן וואס נאך מיר קענען טון צו מחזק זיין די נחשונים.
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בר דעת האט געשריבן:און שוין ווידער האלט מען ביי פרשת לך לך, אבער היי יאר געפאלט עס שוין אין תשע"ח!

עס לאזט זיך זאגן אז אנדערש ווי אלע אנדערע נסיונות ופגעי הזמן וועלכע ווערן נאר שווערער פון יאר צו יאר, ווערט אבער די נסיון פון לך לך מארצך גרינגער און גרינגער פאר די אידן וואס זענען נאך פארבליבען און שטאט, און ווילן מאכן די נויטיגע טויש און זיך ארויסציען פון שטאט. כהיום זענען שוין פארהאנען מערערע זאכליכע אפציעס פאר ווער עס האלט באמת דערביי. ווי אויך איז שוין די סטיגמע פון איינער וואס מופט אוועק כמעט אדער גענצליך פארשווינדען, אדרבה רוב עולם באטראכט די נחשונים ווי העלדן, און טראכטן הלוואי ווען איך קען עס נאכמאכן.

נאך אלץ זענען אבער פארהאנען אסאך מענטשן וואס נויטיגען זיך אין אביסל חיזוק און א שטופ ארויסצוברענגן זייער מחשבה מכוח אל הפועל, און מיט די ריכטיגע סופארט וועלן זיי בס"ד טון די ריכטיגע שריט נאך די יאר שנת תשע"ח.

אלזא לאמיר טוען למעשה און מחזק די אלע נחשונים, און אזויארום וועלן מיר העלפן הונדרעטער אידן.

ביטע מיטטיילן אייער געדאנקן וואס נאך מיר קענען טון צו מחזק זיין די נחשונים.

;l;p- ;l;p-
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מען קען עפענען א גאופאנדמי אדער א ענליכע סארט קאמפיין צו העלפן מיט א פאר דאלער פאר יעדן וואס נעמט די קוראדזש און טוט צום זאך.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

דאס איז א שטארקע געדאנק, אבער עס דארף קודם ווערן גוט אויסגעארבעט. ווער טיילט אויס די געלט, ווער באקומט די געלט, וכו, וכו.

אדרבה לאמיר הערן וואס דער עולם זאגט דערויף.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

דארפן נאך די נחשונים חיזוק?
אוועטאר
moishy56
שר עשרת אלפים
תגובות: 19657
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: פרשת לך לך: חיזוק נחשונים קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

בר דעת האט געשריבן:לאמיר אויסנוצן די וואך פון פרשת לך לך לחזק הנחשונים.
הכונו למערכה

;l;p-
.

טעקסט בלויז די ווארט INFO צו 718-480-0545 און מען ארלעדיגט דיר א פאלעסי #קהלייף
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: פרשת לך לך: חיזוק נחשונים קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ווי עס האלט היינט צוטאגס דארפן די שטאטישע פארבליבענע ענדערש די חיזוק.

איך בין נייגעריג אויב מענטשן וואס ווילן ארויסמופן פון שטאט ווערן נאך אפגערעדט דערפון דורך די עלטערן אדער באקאנטע. עכ"פ די מצב האט זיך גאר שטארק געטוישט לטוב אין די לעצטע פאר יאר.
בר דעת
שר האלף
תגובות: 1408
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

Re: פרשת לך לך: חיזוק נחשונים קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

ארויף!

עזור נא את הנשארים...
ארענדש דזשויס
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 10, 2021 9:35 pm

Re: פרשת לך לך: חיזוק נחשונים קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארענדש דזשויס »

זייער א שטארקע געדאנק!

כוויל צולייגען א עקסטערע שטאפל
סידא אסאך אינגעלייט וואס זענען גרייט צו מאכן א מאוו און די ווייבער זענען שוין אויך מסכים, און דא קומט אריין עלטערען

זייער אסאך עלטערען מישן זיך אריין און לייגען זיך אין די לענג און אין די ברייט נישט צו לאזען די קינדער ארויסמאפען. ״ווייל וואס גייט יענער זאגן״

דרך אגב, ר׳ אליעזר קרויס האט ארומגערעדט דעי וואך אויף ק״מ וועגען דעי נושא

אלזא, אויב ווייסט איר פון א פארפאלק וואס האט חשק ארויסצומופען און די ביסט היימיש מיט איינע פון די עלטערען, זייטס זיי מחזק אויף סיי וואספארא אויפן אויף דעם וואס די קינדער ווילן ארויסמופען.
אוועטאר
אריזאנע
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 9:39 pm

Re: פרשת לך לך: חיזוק נחשונים קאמפיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אריזאנע »

we missed the opportunity this year
]אויב ווילט איר א מארגעטש זאל אפראווט ווערען קאנטאקט Yoel Goldberger
NMLS ID # 2214436
Cell:‪(520) 217-0219‬
[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”