מאנסי?!
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
מאנסי?!
מאנסי, מאנסי און נאכאמאל מאנסי.
דאס איז וואס מען הערט אין די לעצט תקופה איבעראל. אין מקוה, אויף קולמע, און אין לאנטש רום אין ישיבה. אלס דרייט זיך ארום מאנסי. פאליטישע נייעס, קאנסטרוקציע נייעס, און מיידל שולע נייעס. דאכציך אז פון אלע אשכולות וואס זענען געעפנט געווארן אין די לעצטע תקופה אויף אייוועלט זענען ס'מערסטע געווען איבער מאנסי. (און אט האט איר נאך איינס....)
מאנסי טוט אנדייטן אויף א געוויסע געגענט אין ראמאפא, ראקלענד קאונטי אויף דעם מערב זייט פון דעם האדסאן ריווער, ביים גרעניץ צווישן ניו יארק און ניו דזשורזי.
מאנסי, וועלכע איז א ווילעדזש וואס האט טאקע פארמאגט פון די ערשטע אידישע איינוואוינער אין ראמאפא, איז אבער בלויז איינס פון א רייע ווילעדזשעס אין ראמאפא, אין וועלכן אידן וואוינען היינט צו טאגס.
פון די קליינע אידישע געמיינדע וועלכע האבן געוואוינט אין מאנסי אין די י' יארן, בעיקר די ישיבה תורה ודעת אונטער די פירערשאפט פון הרב מענדלאוויטש ז"ל - וועמען עס איז לכאורה צו פארדאנקען דאס וואס מען רופט די גאנצע געגענט מאנסי (טראצדעם וואס אידן האבן צוערשט געוואוינט אין דעם דערנעבנדן ספרינג וואלי) - איז זיך היינט צו טאגס צו וואקסן א ריזיגע אידישע ישוב לארכה ולרחבה פון ראמאפא, וועלכע פארמאגט היינט צוטאגס הונדערטער מוסדות התורה, און בתי מדרשים לענגאויס אירע פילצאליגע שטעט און דערפלעך אריינגערעכנט מאנסי, ספרינג וואלי, כתר, וואיאלע, עירמאנט, טשעסטנאט רידזש, און - דאכציך - סאפערן.
לאור האמור, וואלט שוין דער נאמען מאנסי געדארפט אויסוואקסן די איינוואוינער פון ראמאפא. מען וואוינט שוין נישט היינט נאר אין מאנסי. מען וואוינט שוין היינט אין גאנץ ראמאפא. עס האט נישט קיין זין צו רופן דעם געגענט בלויז מאנסי על שם איין קליינע געגענט וועלכע געפינט זיך אין איר. עס איז ווי מען זאל ווען רופן ירושלים מיטן נאמען מאה שערים צוליב דעם וואס עס איז איינע פון אירע געגענטן.
די צייטונגען און די אידישע ראדיא, דארף שוין און מעג שוין טוישן דעם נאמען פון מאנסי צו "ראמאפא". ראמאפא איז דאס ארט וואו פילע אידן וואוינען אין ראקלענד קאונטי. נישט בלויז מאנסי.
כנלע"ד.

איין קליינע תיקון, מאנסי איז א העמלעט נישט א ווילידזש
- מיין שטעלונג
- שר האלף
- תגובות: 1563
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
- לאקאציע: אין מוח
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
מאנסי Monsey New York האט נישט קיין שום אייגענע גאווערמענט. קיין Police דעפט. קיין Village. גארנישט. די איינציגסטע זאך וואס זיי האבן איז די Monsey Post Office וואס איז א גרעסער regional פאסט אפיס.
אבער וואס מאנסי האט יא איז ב"ה, בתי מדרשים, ישיבות, תלמוד תורה'ס, און גאר א סאך חסד. ווי למשל Chaverim.
עס פעלט אויך נישט אין מאנסי קיין עסקנים און קנאקערס.

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- מאנסי שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 261
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am
- Think and Thank
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5672
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 11:08 pm
מיין שטעלונג האט געשריבן:, בעיקר די ישיבה תורה ודעת אונטער די פירערשאפט פון הרב מענדלאוויטש ז"ל -
תורה ודעת אין מאנסי?!
איר מיינט לכאורה בית מדרש עליון.
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
מאנסי שטופער האט געשריבן:האללאוי...! שיעור ניש פאגעסן וואס נאך מאנסי האט, אסאך מעשיגאים!!! אמת, יעדע שטאט האט, אבער ביינונז ריספעקט מען זיי, מ'מאכט זיי שפירן באקוועם, אין יאפ איהר זענט אויך וועלקאם....
you are welcome...
ווען השי"ת האט באשאפן די וועלט האט ער גענומען אלע משוגים און זיי ארייגעלייט אין א זאלץ מעסטעל און געספרינקעלט אויף די וועלט. העכער מאנסי איז די דעקעל אראפגעפאלן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2928
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
Kosher Travel האט געשריבן:מאנסי שטופער האט געשריבן:האללאוי...! שיעור ניש פאגעסן וואס נאך מאנסי האט, אסאך מעשיגאים!!! אמת, יעדע שטאט האט, אבער ביינונז ריספעקט מען זיי, מ'מאכט זיי שפירן באקוועם, אין יאפ איהר זענט אויך וועלקאם....
you are welcome...
ווען השי"ת האט באשאפן די וועלט האט ער גענומען אלע משוגים און זיי ארייגעלייט אין א זאלץ מעסטעל און געספרינקעלט אויף די וועלט. העכער מאנסי איז די דעקעל אראפגעפאלן.
די ווארט ווערט געזאגט אויף ביהמ''ד שומרי שבת אין בארא פארק...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:מאנסי שטופער האט געשריבן:האללאוי...! שיעור ניש פאגעסן וואס נאך מאנסי האט, אסאך מעשיגאים!!! אמת, יעדע שטאט האט, אבער ביינונז ריספעקט מען זיי, מ'מאכט זיי שפירן באקוועם, אין יאפ איהר זענט אויך וועלקאם....
you are welcome...
ווען השי"ת האט באשאפן די וועלט האט ער גענומען אלע משוגים און זיי ארייגעלייט אין א זאלץ מעסטעל און געספרינקעלט אויף די וועלט. העכער מאנסי איז די דעקעל אראפגעפאלן.
די ווארט ווערט געזאגט אויף ביהמ''ד שומרי שבת אין בארא פארק...
נישט אמת! עס ווערט געזאגט אויף מאנסי!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2928
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
Kosher Travel האט געשריבן:נאך פונדערהיים האט געשריבן:Kosher Travel האט געשריבן:מאנסי שטופער האט געשריבן:האללאוי...! שיעור ניש פאגעסן וואס נאך מאנסי האט, אסאך מעשיגאים!!! אמת, יעדע שטאט האט, אבער ביינונז ריספעקט מען זיי, מ'מאכט זיי שפירן באקוועם, אין יאפ איהר זענט אויך וועלקאם....
you are welcome...
ווען השי"ת האט באשאפן די וועלט האט ער גענומען אלע משוגים און זיי ארייגעלייט אין א זאלץ מעסטעל און געספרינקעלט אויף די וועלט. העכער מאנסי איז די דעקעל אראפגעפאלן.
די ווארט ווערט געזאגט אויף ביהמ''ד שומרי שבת אין בארא פארק...
נישט אמת! עס ווערט געזאגט אויף מאנסי!
איך הייב שוין אן אינצוזעהן אז ביזט גערעכט...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
די אוגארישע אידן פלעגן טענה'ן אז דאס וואס די וועלט זאגט 'אונגערישע נער'נים קומט פון די פוילישע אידן וואס האבן געוואונט אין פוילן און קיינמאל נישט געקענט די אונגארישע אידן, די איינציגעסטע אונגארישע אידן וואס זיי האבן געזען זענען געווען די וואס זענען ארויס פון אונגערן געגאנגען קיין פוילן. און נאר ווער איז ארויסגעגאנגן פון אונגערן קיין פוילן, נאר א נער, האבן זיי געמיינט אז אלע אונגערישע אידן זענען נער'נים... ודי
- פיצי קעפעלע
- שר האלף
- תגובות: 1496
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: Rockland County NY
- פארבינד זיך:
דיקשאנערי-אלערט!
פאר מ׳גייט ווייטער דיסקאסירן איבער מאנסי און נארמאלקייט, וואס אייגנטליך באדייט דאס ווארט ׳נארמאל׳: עני דעסקריפציע פליז??
(איין זאך ווייס איך; איינער וואס זיין לעבן איז אויסגעשטעלט און זאכן וואס ער טוט איז בכדאי זיך אריינצופאסן און די זאך וואס הייסט ׳נארמאל׳ איז ביימיר אבסעלוטלי ׳נישט׳ נארמאל)
אגב, מאנסי איז זייער א ׳געשמאקע׳ שטאט..!
פאר מ׳גייט ווייטער דיסקאסירן איבער מאנסי און נארמאלקייט, וואס אייגנטליך באדייט דאס ווארט ׳נארמאל׳: עני דעסקריפציע פליז??
(איין זאך ווייס איך; איינער וואס זיין לעבן איז אויסגעשטעלט און זאכן וואס ער טוט איז בכדאי זיך אריינצופאסן און די זאך וואס הייסט ׳נארמאל׳ איז ביימיר אבסעלוטלי ׳נישט׳ נארמאל)
אגב, מאנסי איז זייער א ׳געשמאקע׳ שטאט..!
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2928
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
Graphic24 האט געשריבן:דיקשאנערי-אלערט!
פאר מ׳גייט ווייטער דיסקאסירן איבער מאנסי און נארמאלקייט, וואס אייגנטליך באדייט דאס ווארט ׳נארמאל׳: עני דעסקריפציע פליז??
(איין זאך ווייס איך; איינער וואס זיין לעבן איז אויסגעשטעלט און זאכן וואס ער טוט איז בכדאי זיך אריינצופאסן און די זאך וואס הייסט ׳נארמאל׳ איז ביימיר אבסעלוטלי ׳נישט׳ נארמאל)
אגב, מאנסי איז זייער א ׳געשמאקע׳ שטאט..!
עס איז דא איינער אויפן וועלטל דא וואס זיין סיגנעטשער לויטעט:
"נארמאל" איז נאר א סעטינג אויפן וואשמאשין...
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:Graphic24 האט געשריבן:דיקשאנערי-אלערט!
פאר מ׳גייט ווייטער דיסקאסירן איבער מאנסי און נארמאלקייט, וואס אייגנטליך באדייט דאס ווארט ׳נארמאל׳: עני דעסקריפציע פליז??
(איין זאך ווייס איך; איינער וואס זיין לעבן איז אויסגעשטעלט און זאכן וואס ער טוט איז בכדאי זיך אריינצופאסן און די זאך וואס הייסט ׳נארמאל׳ איז ביימיר אבסעלוטלי ׳נישט׳ נארמאל)
אגב, מאנסי איז זייער א ׳געשמאקע׳ שטאט..!
עס איז דא איינער אויפן וועלטל דא וואס זיין סיגנעטשער לויטעט:
"נארמאל" איז נאר א סעטינג אויפן וואשמאשין...
האסט עס ארויסגעכאפט פון מיין מויל!
Jokes aside, מאנסי איז גאר א געשמאק שטאט. ווי מען גייט קען מען פארקן. פארסט אין גראסערי, פארקינג. און... עס איז דא אלע מיני שאפינג, העלט קעיר און גאר אונטערסאנטע פארקס אלעס און די צען מייל ארום.
מען קען גיין מיט די קינדער איעדן פרייטאג צו א נייע פלאץ און נישט זאט ווערען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- נאך פונדערהיים
- שר האלפיים
- תגובות: 2928
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am
- מאנסי שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 261
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am
נאך א פונקט וואס קיינער האט נאכנישט ארויסגעברענגט.
די בתי מדרשים אין מאנסי!
אין אלע ווינקלען גיסן זיך פרעכטיגע געביידעס ווי ס'עיר קאנדישען באכעט טווענטי פאאר, טעיסטער טשויס איז נישט קיין פלאס וואס נאך ניין אזייגער קאסט עס געלט, ס'אינעם סטענדערט.. הייסע מקוה'ס באבעל'ן אין די קעלטסטע נעכט, די שויערס פאקן איין די בעסטע מעסארדזש, אין יעדע ווינקעלע האט נאך זיינע באשעפענישען וואס דער אייבירשטער איז דער איינציגסטער וואס ווייסט פארוואס זיי לעבן..
יוש איז דעיס אן הרחבת הדעת!
אין מ'סטאפט נישט בויען, יעצט געענדיגט תו''א, פאפא, באבוב, אין מ'רוקט שטיקער ביי סקווירא ראמען, וויזניץ ב''ב, וויזניץ מרכז, באר משה (ר''י לייפער) בעלזא כאפט זיך מיט.. איינעם פאגעסן? לעכוירע עטליכע..
דעיס איז חוץ די היכל התורה'ס פון ביידע סאטמאר, איילענדער, טאשנאד, וכו' אין יעצט בויעט וויזשניץ איינס וואס העט אלעס איינפאקען..
די בתי מדרשים אין מאנסי!
אין אלע ווינקלען גיסן זיך פרעכטיגע געביידעס ווי ס'עיר קאנדישען באכעט טווענטי פאאר, טעיסטער טשויס איז נישט קיין פלאס וואס נאך ניין אזייגער קאסט עס געלט, ס'אינעם סטענדערט.. הייסע מקוה'ס באבעל'ן אין די קעלטסטע נעכט, די שויערס פאקן איין די בעסטע מעסארדזש, אין יעדע ווינקעלע האט נאך זיינע באשעפענישען וואס דער אייבירשטער איז דער איינציגסטער וואס ווייסט פארוואס זיי לעבן..
יוש איז דעיס אן הרחבת הדעת!
אין מ'סטאפט נישט בויען, יעצט געענדיגט תו''א, פאפא, באבוב, אין מ'רוקט שטיקער ביי סקווירא ראמען, וויזניץ ב''ב, וויזניץ מרכז, באר משה (ר''י לייפער) בעלזא כאפט זיך מיט.. איינעם פאגעסן? לעכוירע עטליכע..
דעיס איז חוץ די היכל התורה'ס פון ביידע סאטמאר, איילענדער, טאשנאד, וכו' אין יעצט בויעט וויזשניץ איינס וואס העט אלעס איינפאקען..
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4222
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:מען לעבט דארט פון פארקס און פארקינג...
פארגינסט נישט? יע?
ווי אויך פון שיינע ליכטיגע דירות, אפילו די condos האבן חצירים און שפיהל פלעצער פאר די קינדער. און א אידישע אינגל ביז דער מצווה זעט נישט צאם וואס א קינד און ווילאמסבורג זעט און א האלבע שעה אויף בעדפארד עוו.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Kosher Travel האט געשריבן:נאך פונדערהיים האט געשריבן:מען לעבט דארט פון פארקס און פארקינג...
פארגינסט נישט? יע?
ווי אויך פון שיינע ליכטיגע דירות, אפילו די condos האבן חצירים און שפיהל פלעצער פאר די קינדער. און א אידישע אינגל ביז דער מצווה זעט נישט צאם וואס א קינד און ווילאמסבורג זעט און א האלבע שעה אויף בעדפארד עוו.
איז אין מאנסי דא בעסערע יונגעלייט ווייל אין זייער יוגענט זענען זיי נישט געוועהן אויסגעשטעלט צו נסיונות?
האב שכל און גיב א שמייכעל!
- מאנסי שטופער
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 261
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am
אלט מאנרא האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פון מאנסי, וואו קען מען ל"ג בעומר'ן יעצט?
ווען א צווייטע ניק פרעגט ווען וואלט איך געשיקט קיין היכל מנחם ווי ר' ש''מ רובאשקין גייט היינט פראווען א פארברענג, אבער אז איהר זענט נאך פון אלט מאנרא קענט איהר דאך גיין קיין סאקמאר ווי מ'פראוועט יעצט א גרויסע סעודה מיט א סיום מסכת, אויב דארפסטו עפעס דיפרענד, כאפ דיך אריבער קיין ספינקא עירמאנט ווי מ'טאנצט יעצט ביים הדלקה.
מאנסי שטופער האט געשריבן:נאך א פונקט וואס קיינער האט נאכנישט ארויסגעברענגט.
די בתי מדרשים אין מאנסי!
אין אלע ווינקלען גיסן זיך פרעכטיגע געביידעס ווי ס'עיר קאנדישען באכעט טווענטי פאאר, טעיסטער טשויס איז נישט קיין פלאס וואס נאך ניין אזייגער קאסט עס געלט, ס'אינעם סטענדערט.. הייסע מקוה'ס באבעל'ן אין די קעלטסטע נעכט, די שויערס פאקן איין די בעסטע מעסארדזש, אין יעדע ווינקעלע האט נאך זיינע באשעפענישען וואס דער אייבירשטער איז דער איינציגסטער וואס ווייסט פארוואס זיי לעבן..
דאכט זיך מיר אז סאטמאר1 האט נישט קיין אומזיסטע קאווע נאך כך וכך אזייגער אינדערפרי, א גאנצן טאג איז נישט צוגעשטעלט קיין קאווע דארט.
מקוה געלט פער חודש (און אפילו פער טאג אין געוויסע מקואות) קאסט מער ווי אין וויליאמסבורג.