קרית יואל אנעקסעישאן נייעס און אפדעיטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בילדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מוצ"ש אוקטובער 22, 2016 10:55 pm

אט אזוי האט געשריבן:ווי קומט אויס די שטחים פון די 164 אקער און ווער זענען די בעלי בתים?
ווער קען אביסל אויסקלארן די זאך?

די געשטרייפטע שטחים איז וואס מען וויל עניקסען.
די טונקעלערע איז די 164 (וואס איז יעצט ארויסקומען די פסק) און די ליכטיגערע איז די 508 (וואס איז יעצט אין אפעלעט קאורט).
AR-140829963.jpg

די יעצטיגע 508 איז שוין נאר 344, ווייל די 164 איז נכלל אין די 508.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מוצ"ש אוקטובער 22, 2016 11:24 pm

די בילד איז נישט אינטערסאנט ווייז מיר א נאנטע מאפע ווי סקומט אויס
שכח

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6926
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 23, 2016 12:00 am

ווי איז די 40 עיקער פון וועד הקרי'?
Fine Tuned Machine

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » זונטאג אוקטובער 23, 2016 10:38 am

נאך ברך משה מיין איך ביז עיקר'ס
סאדאם בן באראק חוסעין

dont care
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 7:47 pm

I heard thay filed for appeal is it true?
(Now I do care)

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2536
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 10:57 pm

וואס איז למעשה די מציאות כעת? איז די ענעקסעישאן שוין אין קראפט, אין בולעטין זעה איך יעצט אז די ווילידש האט דורכגעפירט ערב שבת קודש האזינו א רעזולאציע, וואס טוט פיינעלייזן די ענעקסעישאן און עס געשיקט צום סטעיט, און מיט דעם איז עס שוין א פאקט.

איז דאס וואר?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 11:38 pm

יונייטעד מאנראו שרייבט אז זייערע אדוואקטן (פרעזערוו האדסאן וואלי) געבן אריין אן אפיציעלע נאוטיס אוו אפיעל די וואך.

צי זיי וועלן באקומען א סטעי צי נישט, וועט מען דארפן ווארטן.

dont care
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 25, 2011 10:04 am

תגובהדורך dont care » זונטאג אוקטובער 30, 2016 2:24 am

Do you have a link?
(Now I do care)

יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:25 pm

היינט איז (לויט מיין חשבון) די לעצטע טאג וואס זיי קענען אריינגיבן די נאטיס אוו אפיל. כאטש זיי האבן טאקע פארשפראכן אן אפיל, האט אזאנס דערוווייל נישט פאסירט. דאס מיינט אז ביז געציילטע שעה'ן וועט מען וויסן אויב די פסק איז פיינעל אדער מ'וועט דארפן דורכשוויצן אן אפיל קודם.

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:26 pm

היינט איז שוין געווען טראקטארן אויפן שטח פון ר' יחזקאל בראך
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:27 pm

יונה האט געשריבן:היינט איז (לויט מיין חשבון) די לעצטע טאג וואס זיי קענען אריינגיבן די נאטיס אוו אפיל. כאטש זיי האבן טאקע פארשפראכן אן אפיל, האט אזאנס דערוווייל נישט פאסירט. דאס מיינט אז ביז געציילטע שעה'ן וועט מען וויסן אויב די פסק איז פיינעל אדער מ'וועט דארפן דורכשוויצן אן אפיל קודם.

מיין חשבון איז אויך אזוי.
יונייטעד מאנרא האט געמאלדן אז היינט 6:30 אווענט וועלן זיי מעלדן אן אפדעיט איבערן אפיעל.
עמער אויסווארטן.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:38 pm

*ברעיקינג !!!*

יום ה' לסדר *הלא כל הארץ לפניך הפרד נא מעלי* (לך לך)

אצינד איז אנגעקומען די שרעקעדיגע בשורה וואס מ'האט אזוי געציטערט אז דאס קען פאסירן, אבער אידן האבן פארט נישט געוואלט גלייבן אז דאס וועט געשעהן במציאות.

ליידער הרשעים כים נגרש, און די רשעי אומות העולם באקאנט מיטן נאמען *'יונייטעד מאנרא' אוניינעם מיט אלע ארומיגע קאונטיס נעבן קרית יואל* האבן אריינגעגעבן דעם *אפיעלס קלאגע* איבער צו דרייען די גינסטיגע אורטייל איבער די אנעקסעישאן פלאן פון די 164 עיקערס וואס איז נארוואס ארויסגעקומען פארגאנגענעם יום הקדוש.

עס איז ממש לא יאומן כי יסופר די לויטערע רשעות און אפענע האס און שנאה וואס ליגט אין דעם.

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, אז קרית יואל איז אויסגעלאפען פון שטחים אויף וואס מ'זאל קענען בויען פרישע דירות לויט די סטאנדארד וואס אונז חרדי'שע אידן געברויכען. אונזער ציבור וואקסט בליעה"ר יערליך, און ס'איז כלו כל הקיצין.

די פאזאטיווע נייעס איבער ערלויבן צו בויען אויף די 164 עיקערס געווען א *שטיקל* לעזונג צו די שרעקליכע דירות קריזיס וואס הערשט אצינד דא.
ועתה אהה, די רשעים ארורים קענען נישט אראפשלינגן די וואוקס און בליה פונעם הייליגען שטעטל וואס רבינו הקדוש זי"ע האט אויפגעשטעלט בערוב ימיו בדם לבבו. זיי האבן איינגעלייגט וועלטן און כוחות, און ליידער איז עס זיי געלונגען אפצושטעלען דאס הרחבת גבולי הקדושה.

די פאלשקייט פון די רשעים איז דאך אזוי גרויס. זיי שרייען אז מיר גייען דא פארפעסטעווען די לופט מיטן אויף בויען די 164 עיקערס, ווען אין מציאות שטעלט זיך אויס אז מ'גייט ניטאמאל בויען אויף 90 עיקערס דערפון. עס איז דא א גרויס חלק דערפון וואס רופט זיך *וועט-לענד* וואס מ'קען בשום אופן נישט בויען דערויף. נאכדעם האבן אייניגע בעלי בתים פון שטחים שוין פארקויפט ווייטער די פראפערטי פאר אינדיוויוזשעלס וואס פלאנען לגמרי נישט צו בויען פאר'ן ציבור. בלייבט איבער קוים 90 אקער לאנד וואס וואלט ווען געקענט עווענטועל געבויעט ווערן אויף איר דירות פאר'ן ציבור. דאס איז ממש א געלעכטער לגבי די אמת'דיגע געברויך פונעם שנעל וואקסענדיגען ציבור.

אט דעם גאולה פורתא האבן די רשעי אומות העולם אויך צובלאזן ווי א זייפן-בלאז, און קרית יואל האלט ליידער ביים שטאפל וואס זי האט געהאלטן די לעצטע 6 יאהר, א מאנגל אין דירות ווי וויליאמסבורג אדער אפשר ארגער.

*ולנו אין על מי להשען, אלא על אבינו שבשמים, ולה' הישועה!*

פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

תגובהדורך פארנעפלט » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:40 pm

ווילאג קען געדויערן אזא אפיעל?

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:41 pm

פארנעפלט האט געשריבן:ווילאג קען געדויערן אזא אפיעל?


איין באשעפער ווייסט

פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

תגובהדורך פארנעפלט » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:41 pm

שכח פאר די נייעס

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:44 pm

זיי האבן ביזדערווייל נאר אריינגעגעבן א מאושען , די שאלה צו זיי באקומען א סטעי בכלל און טאמער די אפיעל וועט ווערן אפילו אנגענומעם

אוועטאר
אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 867
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:48 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:*ברעיקינג !!!*

יום ה' לסדר *הלא כל הארץ לפניך הפרד נא מעלי* (לך לך)

אצינד איז אנגעקומען די שרעקעדיגע בשורה וואס מ'האט אזוי געציטערט אז דאס קען פאסירן, אבער אידן האבן פארט נישט געוואלט גלייבן אז דאס וועט געשעהן במציאות.

ליידער הרשעים כים נגרש, און די רשעי אומות העולם באקאנט מיטן נאמען *'יונייטעד מאנרא' אוניינעם מיט אלע ארומיגע קאונטיס נעבן קרית יואל* האבן אריינגעגעבן דעם *אפיעלס קלאגע* איבער צו דרייען די גינסטיגע אורטייל איבער די אנעקסעישאן פלאן פון די 164 עיקערס וואס איז נארוואס ארויסגעקומען פארגאנגענעם יום הקדוש.

עס איז ממש לא יאומן כי יסופר די לויטערע רשעות און אפענע האס און שנאה וואס ליגט אין דעם.

עס איז נישט קיין סוד פאר קיינעם, אז קרית יואל איז אויסגעלאפען פון שטחים אויף וואס מ'זאל קענען בויען פרישע דירות לויט די סטאנדארד וואס אונז חרדי'שע אידן געברויכען. אונזער ציבור וואקסט בליעה"ר יערליך, און ס'איז כלו כל הקיצין.

די פאזאטיווע נייעס איבער ערלויבן צו בויען אויף די 164 עיקערס געווען א *שטיקל* לעזונג צו די שרעקליכע דירות קריזיס וואס הערשט אצינד דא.
ועתה אהה, די רשעים ארורים קענען נישט אראפשלינגן די וואוקס און בליה פונעם הייליגען שטעטל וואס רבינו הקדוש זי"ע האט אויפגעשטעלט בערוב ימיו בדם לבבו. זיי האבן איינגעלייגט וועלטן און כוחות, און ליידער איז עס זיי געלונגען אפצושטעלען דאס הרחבת גבולי הקדושה.

די פאלשקייט פון די רשעים איז דאך אזוי גרויס. זיי שרייען אז מיר גייען דא פארפעסטעווען די לופט מיטן אויף בויען די 164 עיקערס, ווען אין מציאות שטעלט זיך אויס אז מ'גייט ניטאמאל בויען אויף 90 עיקערס דערפון. עס איז דא א גרויס חלק דערפון וואס רופט זיך *וועט-לענד* וואס מ'קען בשום אופן נישט בויען דערויף. נאכדעם האבן אייניגע בעלי בתים פון שטחים שוין פארקויפט ווייטער די פראפערטי פאר אינדיוויוזשעלס וואס פלאנען לגמרי נישט צו בויען פאר'ן ציבור. בלייבט איבער קוים 90 אקער לאנד וואס וואלט ווען געקענט עווענטועל געבויעט ווערן אויף איר דירות פאר'ן ציבור. דאס איז ממש א געלעכטער לגבי די אמת'דיגע געברויך פונעם שנעל וואקסענדיגען ציבור.

אט דעם גאולה פורתא האבן די רשעי אומות העולם אויך צובלאזן ווי א זייפן-בלאז, און קרית יואל האלט ליידער ביים שטאפל וואס זי האט געהאלטן די לעצטע 6 יאהר, א מאנגל אין דירות ווי וויליאמסבורג אדער אפשר ארגער.

*ולנו אין על מי להשען, אלא על אבינו שבשמים, ולה' הישועה!*


מזל טוב שיכנת ויואל משה קען נישט זיין בעסער , ווי עס קיקט אויס האט די שכינה נאר פארדינט פון דעם פון די אפיעל, ווייל עס מיינט נישט קיין סאך נאר זיי שטיפן עס אפ אויף א קארצע צייט, ביז דערווייל וועט זיך אים גרינגער פארקויפן די הייזער פון שכינות ויואל משה,
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 5:56 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:ליידער הרשעים כים נגרש, און די רשעי אומות העולם באקאנט מיטן נאמען *'יונייטעד מאנרא' אוניינעם מיט אלע ארומיגע קאונטיס נעבן קרית יואל* האבן אריינגעגעבן דעם *אפיעלס קלאגע*

אלע קאונטיס? אדער טאונס.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 6:12 pm

מזל טוב.
כ'האב אין די מינוט באקומען מיין ערשטע ריזענעבל אפפער פאר א הויז וועלכע איך פארקויף אין בלומינג גראוו, שוין אויף די מארקעט פאר 3 חדשים.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דאנארשטאג נובעמבער 10, 2016 8:53 pm

אלף בית האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:היינט איז (לויט מיין חשבון) די לעצטע טאג וואס זיי קענען אריינגיבן די נאטיס אוו אפיל. כאטש זיי האבן טאקע פארשפראכן אן אפיל, האט אזאנס דערוווייל נישט פאסירט. דאס מיינט אז ביז געציילטע שעה'ן וועט מען וויסן אויב די פסק איז פיינעל אדער מ'וועט דארפן דורכשוויצן אן אפיל קודם.

מיין חשבון איז אויך אזוי.
יונייטעד מאנרא האט געמאלדן אז היינט 6:30 אווענט וועלן זיי מעלדן אן אפדעיט איבערן אפיעל.
עמער אויסווארטן.

ס'איז שוין נאך זעקס דרייסיג.. זענן זיי ארויס געקומען מיט א סטעטמענט?

בעלבאטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 459
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 12:14 am

ר' יום טוב האט געשריבן:מזל טוב.
כ'האב אין די מינוט באקומען מיין ערשטע ריזענעבל אפפער פאר א הויז וועלכע איך פארקויף אין בלומינג גראוו, שוין אויף די מארקעט פאר 3 חדשים.


זיי דיך מסביר ביטע

די קויפסט אדער פארקויפסט?

א נייע מעשה
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 13, 2013 8:28 pm

תגובהדורך א נייע מעשה » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 11:08 am

מען האקט שוין שטיקער אויף ר' יחזקאל בראך'ס לאט

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 11:38 am

מ-וו און ק"י סקול דיסטריקט פירער וועלן מאנטאג האבן ערשטע עפנטליכע זיצונג איבער גרעניץ טוישונגען.

קלוגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 11:55 am

מ'דארף ווייטער דאווענען און בעטען פון אייבירשטער, המה כרעו ונפלו ואנחנו קמנו ונתעודד, זיי פירען נישט דער וועלט, דער אייבירשטער פירט עס, אונז פארלירען נישט קיין האפענונג,

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 12:29 pm

וואס זענען די פלענער ביי ר' יחזקאל בראך ?
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ווייסע זאקן און 8 געסט