moneyMINDED האט געשריבן:ר' יום טוב האט געשריבן:750 סק. פוס איז א קליינע דריי רומיגע דירה. לויט דעם חשבון, מוז די הויז זיין מינימום 2,500 סק. פוס צו זיין בארעכטיגט פאר א 750 אקסעסערי.
די שאלה איז, צו מ'קען נעמען א variance פאר מער.
ווער דארף א עקססאסארי דירה בכלל ?
פארוואס פעלט עס אויס?
אז איינער וויל וואינען צוקוועטשט קען ער דיך וואינען אויף געציל בערגער
ביז היינט איז נישט געווען קיין שום לימיט'ס אויף ווי גרויס אן עקסעסערי מעג זיין. (ס'גראדע יא געווען, אבער נישט אין סקווער פוס, בלויז אין שלאף צימערן, וואס דערפאר זענען רוב צימערן טאקע נישט באצייכנט געווארן אלס "בעדרומס")
לדוגמא ביי אויש חברון/ראוונע, אנהאלט יעדע סינגל לאט "פיר" דירות. 2 גרויסע, און 2 רענטאלס אונטן. וויאזוי...? איינע פון די 2 גרויסע איז אן אקסעסארי, און די צוויי קלענערע אין בעיסמענט זענען אפיסעס. ודי.
ד.מ. אז דאס איז א צוגענליכע אפציע פאר א חלק ציבור. עס איז נישט אזוי קאסטבאר צו בויען און אויפהאלטן, וויבאלד עס איז א צוויי פאמיליע. מען באצאלט טאקע 10 אלפים א יאר טעקס, אבער מען האט אן אינקאם פונעם דירה אונטן.
יעצט מיטן נייעם געזעץ, וועט מען בלויז קענען בויען א סינגל פעמעלי, פלאס א 750 סק.פוס אקסעסערי, אדער 30 פראצענט פון די הויז גרויסקייט, וועלכע ס'איז ווינציגער. עס וועט לכאורה אויך זיין שטרענגע רעסטריקציעס צו פארזיכערן אז דאס ווערט בלויז באנוצט פאר פאמיליע, און נישט צום פארדינגען/פארקויפן.
אז איר קוקט ביי די געציילטע סינגל-פאמילי'ס ביי אויש, זיי צאלן אזויפיל ווי אריבער 25 אלפים א יאר טעקס..!
עס איז שוין פאראן וואדבארי דזשאנקשאן, א 350 סינגל פאמיליע דעוועלאפמענט. דאס איז שוין אין צוגאב צו די אנדערע טייערע געגנטער. דאס איז אבער נישט דער מארקעט געאייגנט פאר רוב ציבור. (וואס יא...? ס'טאקע נישט דא...)