קרית יואל אנעקסעישאן נייעס און אפדעיטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:29 pm

farshlufen האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האלט איך ווי ווישוואש דא, אבער ס'איז א שאד צו רעדן צו די וואנט.

די באערדע האלטן אבער אז עס קומט זיך א עפענטליכן דאנק און אנערקענונג פארן גאווערנער פאר זיין הילף.

גערעכט, אבער אלעס האט נארמאלער מהלך.

די נארמאלע מהלך איז פאר אפישעלס צו באדאנקען א אפישעל וואס האט א טובה געטוען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:32 pm

שמאטע האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האלט איך ווי ווישוואש דא, אבער ס'איז א שאד צו רעדן צו די וואנט.

די באערדע האלטן אבער אז עס קומט זיך א עפענטליכן דאנק און אנערקענונג פארן גאווערנער פאר זיין הילף.

גערעכט, אבער אלעס האט נארמאלער מהלך.

די נארמאלע מהלך איז פאר אפישעלס צו באדאנקען א אפישעל וואס האט א טובה געטוען.

וואו שטעקט די דאנק אין די בילדער? אודאי דארף מען דאנקען, אבער אין די בילד זע איך מער א סטעיטמענט "אונז זעמיר גוט מיט'ן גאווערנאר" ווי א דאנק.
און אזא סטעיטמענט איז לענ"ד א טעות צו לופטערן יעצט.
לעצט פאראכטן דורך ווישוואש אום דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:33 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:32 pm

farshlufen האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האלט איך ווי ווישוואש דא, אבער ס'איז א שאד צו רעדן צו די וואנט.

די באערדע האלטן אבער אז עס קומט זיך א עפענטליכן דאנק און אנערקענונג פארן גאווערנער פאר זיין הילף.

גערעכט, אבער אלעס האט נארמאלער מהלך.


אויף "וואס" זאגסטו אז ס'יז נישט קיין 'נארמאלע' מהלך, אויפ'ן בלאט?
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:36 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
צייטליך האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:גראדע האלט איך ווי ווישוואש דא, אבער ס'איז א שאד צו רעדן צו די וואנט.

די באערדע האלטן אבער אז עס קומט זיך א עפענטליכן דאנק און אנערקענונג פארן גאווערנער פאר זיין הילף.

גערעכט, אבער אלעס האט נארמאלער מהלך.

אויף "וואס" זאגסטו אז ס'יז נישט קיין 'נארמאלע' מהלך, אויפ'ן בלאט?

צייטליך זאגט דאך אז דאס קומט דירעקט פון די באעהרדע...
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:45 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

גלייך מיר נישט אריינצורעדן אויף די נושא, אבער געווען ביים רעקארד צו זוכן עפעס און געפינען א "בריוו צו די רעדאקציע" וואס וואלט רואיג אריינגעפיט אין בערלינער שטורעמספירער צייטונגען צירקע תרצ"ט. מען דארף נישט צולייגן קיין אות אחת, עס רעדט פאר זיך אליינס. ווער עס האלט נאכדעם אז אנעקסעישאן האט עפעס מיט וואסער סוער ענווייראנמענט קאמיוניקאציע ליד עידזשענסי קאומא סקופיס, ודל ודוק ואכמל עטסעטרע, וועט אזוי האלטן אפילו אליינס אין מדבר.

די טיפשות און שקרים ביז די וואלקנס האב איך געלאזט (מען "גיט אונז לאנד"? במתנה? מען צאלט נישט קיין פראפערטי טעקס? די טויזנטער מערידזש לייסענסעס קע"ה זענען אומלעגאל? דער פראבלעם איז געדיכטע הייזער אדער ברייטע הייזער מיט טעניס קארטס און דרייוועיס און סווינג סעטס? הא, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט פון וואסער, סוער, ענווייראמענט, זירא, ועוד ועוד, גיי טענה. בכלל די שפראך! העט ער געשריבן האלב אזוי קעגן אנדערע מינאריטעטן וואלט שוין געווען נאציאנאלע באיקאטן נישט קעגן די רעקארד, נאר די אלע קאמפאניס וואס אדווערטייזן אין די רעקארד...! אבער היינו טעמא והיינו טעמא...) ליינט און שטוינט - אדער ליינט און קוועלט, ברוך ד' אשר לא השבית לנו גואל, און אפילו מיט אזעלכע בריווען, און טויזנטער וואס האלטן אזוי שטיל אדער הויך, יונייטעד מאנראו און אלע אנדערע מאסקעס, האלט ב"ה קרית יואל וואו עס האלט, און אזוי ווייטער בס"ד.



Letter: Hasidic community growth detrimental
email print Comment 6 1recordonline.comWriterPosted Jul. 8, 2015 at 4:20 PM Posted Jul. 8, 2015 at 4:20 PM

I have just read the most detrimental letter/document about Kiryas Joel. Here's the rub: KJ is a grand scale of what we are all facing in Orange and Sullivan counties. One only has to look to Bloomingburg for further proof. These subsets of Hasidim are popping up all along our beautiful counties without regard to the obvious decimation of our communal lands.The Stevensville Hotel, Day Top, it just never ends what property they will accumulate to their end, which is, of course, tax exempt.
Further, they claim that because "never again" that they will repopulate the Hasidic community, we should continue to give them land and perpetuate their illegal dependence on New York state.
They marry within the community to ensure pure children but end up with an inordinate number of mentally deficient children. And that necessitates an inordinate number of tax-free schools for the handicapped! In our own Beechwood Community here in White Lake, we are facing the same reality. Shaya Boymelgreen seeks to build 30,000 square feet of dwellings in this tiny community. That figure only includes the housing specifically. Then there are driveways, perhaps swing sets, tennis, whatever, which, obviously will increase their "need" for 30,000 square feet of property carved into the woods here. There is currently a place of worship - shul, temple? - that is not allowed in this community. Further, I have recently learned that since their marriages are not recognized by New York state and occur within their strict community, they have legal rights to welfare and medicaid and food stamps as each family is considered with an "unwed" mother, of teenage years to begin having children throughout child-bearing years, into the thirties. Welfare fraud, to say the least, is a serious situation in this area. They're killing us!
Kate Payne
White Lake

די רעקארד האט יעצט ארויסגעלייגט א עפענטליכע אנטשולדיגונג איבער דעם העצערישן בריוו נאך אומגעהויערע דרוק אין די סאושעל מידיאו דערקעגן.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:52 pm

צייטליך האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

וגם לרבות אז די בילדער פון קואמא אין סאטמאר באלאנגט נישט אויפ'ן פראנט פעידזש פונעם בלאט די וואך.

אהא, וועמען פלאנסטו איינצורעדן אז עס האט אים פשוט געשטערט דאס געזעץ? ער האט גארנישט געטוען נישט-לעגאל דא וואס מ'דארף באהאלטן. און עס ווייסן אלע אז ער האט געהאט א שיינע אויפנאמע אין קר"י בעת ער איז נישט געווען אין טאון אוו מאנראו וכדו. דאס איז נישט קיין סוד, עס פארשטייט דאס יעדער.

עס ווייסט יעדער אז בעת דער גאווערנער האט פארלוירן אין ארענדזש קאונטי ביי די וואלן האט ער אבער געהאט אלע אידישע וואוטס. סיי אין קרית יואל און סיי איבער די גאנצע סטעיט. עס איז קלאר אז שטימען העלפן. און ווען אגודת ישראל, OU, הייקינד וכדו' שיקן בריוו'ן צו אים פאטרעטן זיי די אידישע ברוקלין וועלעכע האבן געשטימט פאר אים און ער רעכענט זיך דערמיט. דאס איז קיין סוד און די קענסט אים נישט פארהאלטן דעראויף. אזוי גייט עס מיט פאליטישאנס. פונקט ווי ווען דער בעה"ב פון קעיבל ווישאן, דער ריזיגער ביליאנער און ביישטייערער פאר די קאומאו קאמפיין האט געשיקט א בריוו קעגן קר"י צו באאיינפלוסן דעם גאווערנער פארקערט, וויבאלד ער איז א ביישטייערער פאר אים. און UM האט נישט געהאט קיין פראבלעם ארויפצולייגן דעם בריוו.

ווען זיין פאטער און פאטאקי האבן זיך איבערגעארבייט פאר די קרית יואל סקול דיסטריקט און געפייט מיט די סקול יוניאנס און די פעדעראלע געריכט איז זיי נישט אנגעגאנגען דאס געזעץ אזוי שטארק, אוודאי האט מען געטוען אלעס פארן געזעץ, אבער פריינד העלפן פריינד אויף ביידע וועגן און אזוי ארבייט עס. איך זעה נישט וואס עס איז דא צו באהאלטן - ווילאנג עס איז אלעס געטוען לעגאל - און אלע ווייסן דאס און פארשטייען דאס.

מיסטעריעז, אויב דאס איגנארירן די געזעץ, לאזט אים נישט שלאפן רואיג ווילאנג ער וועטאירט עס נישט, וואלט ער עס געלאזט די קאורטס מסדר זיין, און ער וואלט מיטגעפארן מיט די איבערוויגענדע מאיאריטעט אין ביידע הייזער און באשטעטיגט די געזעץ, אדער זיך נישט וויסנדיג געמאכט, שב ואל תעשה, איך האב נישט געזעהן קיין סיבה פארוואס ער זאל זיך שמוציג מאכן די הענט און זיך אריינמישן אין די היציגע דעבאטע,

ס'איז קלאר אז ער האט עס געטוהן "פאר א סיבה", מ'קען דן זיין ארויף און אראפ וואס די סיבה קען זיין, דא האט איר אפאר "קען זיין'ס" 1) אז די חרידישע פאליטישאנס זאלן נישט צופיל איבערקערן ווען ער קומט מיט זיין תועבה פלאטפארמע 2) ער האט ליעב סאטמער, פונקט ווי זיין טאטע האט ליעב געהאט סאטמער, און ער האט געזעהן אז די אפאזיציע איז נישט גערעכט ביי די אישו 3) ס'קען זיין אז ער וויל צוריק עפעס א טובה פון די אידישע פאליטישאנס, ביי די נעקסטע בודזשעט פארהאנדלונגן,

איך גלייב שווער אז די 'אידישע שטימען' האט עס געמאכט, ווייל אונז זענען ממש א פארזעעניש ווען ס'קומט צו וואלן, און ער דארף גארנישט מורא האבן אויב גאנץ קרית יואל און ווילי צוזאמען וועלן שטימען פאר זיין אפאנענט, ס'מאכט במילא נישט אויס,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:57 pm

סמארטי, מעולם לא עלתה על דעתי אז ער האט עס געטון פאר גערעכטיגקייט, 100% אז ער האט עס געטון פאר קר"י, איך האב נאר געזאגט אז די יישר כח (אין פאבליק, און סאושעל מידיע וכו' וכו' וכו') זאל אבער ענדערש מער ארויסברענגען די נקודה אז ער האט זיך אנגענומען פאר געזעץ ווי דאס אז ער האט זיך אנגענומען פאר קר"י

.
מיסטעריעז האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

ווי איך פארשטיי פונקט ווי מ'קען מטהר זיין השרץ בק"נ טעמים להבדיל א"א הבדלות קען מען דורכפירן געזעצן געבויט אויף וכו' וכו', און ס'איז קלאר אז קאומאו האט עס געטון אלס קרית יואל, און ער ערווארט מן הסתם אן אפרישיעשאן אויך, און ווען ער איז חלילה א שונא ישראל וואלט ער געטראפן אין וועלכע געזעץ אנצוהענגן פארוואס ס'זאל נישט דורכגיין, און סתם קרית יואל זאל שטיין איינגעמאכט און שטיל אן קיין יישר כח, און די שונאי ישראל זאלן אים אטאקירן, דאס איז בכלל נישט קיין מהלך, ער ווייסט נישט פון די גמרא הנעלבין ואינם עולבין

אודאי זאל מען איהם באדאנקען, אבער מער לייגן א געוויכט אויף דאס אז ער האט עס געטון צו האלטן דאס יושר און געזעץ (לטובת קר"י) ווי אויף דאס אז ער האט זיך אנגענומען פאר קר"י אקעגן אירע העצערישע קעגנער.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:59 pm

@מיסטעריעז,
גערעכט
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:00 pm

וואס איז מיט אייך! וויאזוי קען א איד אזוי שנעל מסכים זיין צום צווייטען???

איר הרג'ט די ציל פון די אשכול... :lol:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12462
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:02 pm

שמאטע האט געשריבן:וואס איז מיט אייך! וויאזוי קען א איד אזוי שנעל מסכים זיין צום צווייטען???

איר הרג'ט די נקודה פון די אשכול... :lol:

האהא!! זאלסט קלאר וויסן אז די מאכט מיר אלעמאל שמייכלן, איבערהויפט אין די אשכול ווי עס איז שווער צובאקומען.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

היסטאריקער
שר מאה
תגובות: 244
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

An apology regarding a published letter to the editor

תגובהדורך היסטאריקער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:03 pm

emailprintCOMMENT0 1
Posted Jul. 9, 2015 at 12:17 PM
Updated at 12:19 PM

Wednesday, we published on recordonline.com a letter to the editor titled "Hasidic community growth detrimental," which included inflammatory speech.
The letter was not fully edited when it was published; after realizing its presence on recordonline.com, we removed the letter.
We apologize for publishing the letter.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:06 pm

גיי ווייס וויאזוי די נקודה איז געווארן א ציל..
kraitchmah עט גימעיל

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:23 pm

בס"ד
[אחרי שובי נחמתי, וואס דארף מען קייען וואסער... דער באשעפער פירט די הערליכע שטעטל כלילת יופי קעגן אלע וואס שטייען אויף דערקעגן, און ווער עס פארשטייט נישט אדער וויל נישט פארשטיין, נו שוין.]
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:54 pm

שנאפס האט געשריבן:גיי ווייס וויאזוי די נקודה איז געווארן א ציל..

האסט א פימפעל..
כ'מיין א פינטעל
אךך! א שפיץ!
נא! וויאזוי זאגט מען עס נאר?!.. אה, א ציל...
ווייסטו וואס? א נקודה... #וואטעווער :lol:
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:49 pm

1) ער נוצט א ספעציעלע פען ווען ער וועטאירט א ביל ?

2) מ'קען לויטן געזעץ נוצן א פענסיל ?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:52 pm

צייטליך האט געשריבן: פונקט ווי ווען דער בעה"ב פון קעיבל ווישאן, דער ריזיגער ביליאנער און ביישטייערער פאר די קאומאו קאמפיין האט געשיקט א בריוו קעגן קר"י צו באאיינפלוסן דעם גאווערנער פארקערט, וויבאלד ער איז א ביישטייערער פאר אים. און UM האט נישט געהאט קיין פראבלעם ארויפצולייגן דעם בריוו.

איך האב אבער געזען אז UM האט אראפ גענימען די בריוו עטליכע שעה נאך וואס זיי האבן עס ארויפגעלייגט. פארוואס?

ער איז דער בעה״ב פון קעבעיל וויזשען?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 2:56 pm

קרעפטיג האט געשריבן:ער נוצט א ספעציעלע פען ווען ער וועטאירט א ביל ?

אין א צערעמאנישע אקט אפצוצייכענען די קעמפ סעזאן האט ער גענוצט א קליפ-פען
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:30 pm

וואס פשט פון די בלאט פיקטשער אויף די פראנט פעיטש?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5313
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:31 pm

מחותן האט געשריבן:וואס פשט פון די בלאט פיקטשער אויף די פראנט פעיטש?


אפשר דאס
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:36 pm

די פראנט פעיטש קען נאך מאכען די זעלבע חרבנות וואס יענער האט געמאכט בשעתו מיטען קימען מיט א חושן משפט אינעם קארט רום, און די חרבנות וואס די דעמלאסדיגע העדליינס האבן אנגעמאכט...

ווי איז אביסל אחריות..

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:40 pm

@מחותן, זעה צייטליך'ס ענטפער איבער די בלאט פראנט פעידש.
ס'קיין שום פראבלעם צו זאגן 'ער איז מיין פריינט ווייל איך האב אים געהאלפן אנקומען צי די פאזיציע"

(אויך מיר א אישו פון א טישו!)
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:43 pm

ער האט גארנישט געענפערט ווייל זאגען א שכוח איז איין זאך, אבער שטעלן א פיקטשער וואס געט די אימפרעשין אז א דיעל איז אויסגעהאמערט געווארען אויף סאנז סטריט איז...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5983
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:45 pm

שמאטע, טייל זאגן אז ס'געמאכט א אישו פון א טישו, אנדערע זאגן אז מ'מאכט א טישו פון א אישו.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 17938
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:45 pm

שמאטע האט געשריבן:(אויך מיר א אישו פון א טישו!)

וועט מען באין ברירה מוזן נוצן א שמאטע אנשטאט א טישו.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:46 pm

א אישו פון א שמאטע גראמט נישט

#טריי יעצט
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטילער און 9 געסט