קרית יואל אנעקסעישאן נייעס און אפדעיטס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

תורה לערנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » מיטוואך יולי 08, 2015 11:38 pm

[quote="סמארט גאי"][quote="תורה לערנער"][quote="יואב בן צרויה"]איך זעה אין זייער סטעיטמענט אז די ביל איז דורכגעגאנגען מיט ״איבערוויגענדע״ שטיצע. דאס מיינט אז די לעגיסלאטורן האבן די שטימען איבערצוקומען דעם וועטא?[/quote]
צוויי דריטל פון ביידע הייזער קענען עס איבערקומען[/quote]
האבן זיי געהאט 2 דריטל אין סענאט ?[/quote]

אין ביידע צוויי האבן זיי געהאט צווי דריטל
לעגיסלעטאר 110 יא 33 ניין
סענאט 44 יא 19 ניין
לעצט פאראכטן דורך תורה לערנער אום דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך יולי 08, 2015 11:54 pm

לויט ווי ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט, איז עס פשוט קעגן די קאנסטיטוציע פון די סטעיט אז די קאונטי זאל האבן א ווארט אויף אנעקסעישאן דארט ווי ס'אפעקטירט נישט אירע גרעניצן,

איז דאס ריכטיג ? וואלט דאס געקענט זיגן אין קאורט ?
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:03 am

האט ער אנגעגעבן א סיבה פארן וועטא? פארשטייט זיך חוץ כוחו של אותו זקן...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:05 am

איך בין איהם נישט מקנא מיט די נאכווייען...

עס מוז ארויסגעברענגט ווערן, אז אנדערש ווי אין אנדערע מקומות, האבן די אפיציעלע ווילעדזש באהערדע נישט געטוהן קיין שום שריט סתם אויפצורייצן, צוריק צו שטויסן, באשמוצן, אדער רודערן סיי וויאזוי קעגן די פאליטישאנס וואס קעמפן דערגעגן אדער קעגן די שכינים ארום. סתם העצעריי, סטעיטמענטס, טוויטער מעסעדזש, אינטערוויאס, איז נישט געמאכט געווארן. די איינציגסטע וואס העצן ארום זענען די שכנים אינעם רעקארד (און עטליכע דא אויף אייוועלט..) אלעס גייט צווישן זיך.

פון די קרית יואלער זייט איז שטיל, מען הערט נישט גארנישט, רוב תושבי קרית יואל באזוכען נישט אייוועלט און ווייסן כמעט נישט וואס עס גייט פאר. נאר ווען עס פעהלט ממש אויס ווי ביים פאבליק הירינג, דאן לאזט מען זיך הערן וויפיל עס פעהלט אויס.

אין די זעלבע צייט זיצט נישט די ווילעדזש מיט פארלייגטע הענט נאר פון אונטער די קוליסן דריקט מען די ריכטיגע קנעפלעך ובסייעתא דשמיא קומט מען אהן ווי מען וויל אנקומען. דאס איז די ריכטיגע אפטייטש פון עוסקים בצרכי ציבור באמונה. כה לחי, ויהא ה' עמכם גבורי החיל!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5635
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:07 am

עקבי לייןזיין בריוו אין די ערשטע תגובה אויף די פעידזש, שפתיים ישק וואס ער שרייבט.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3116
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:07 am

עקבי הצאן האט געשריבן:האט ער אנגעגעבן א סיבה פארן וועטא? פארשטייט זיך חוץ כוחו של אותו זקן...



סמארט גאי האט געשריבן:לויט ווי ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט, איז עס פשוט קעגן די קאנסטיטוציע פון די סטעיט אז די קאונטי זאל האבן א ווארט אויף אנעקסעישאן דארט ווי ס'אפעקטירט נישט אירע גרעניצן

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5635
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:12 am

פ' לך לך האט געשריבן:איך בין איהם נישט מקנא מיט די נאכווייען...

עס מוז ארויסגעברענגט ווערן, אז אנדערש ווי אין אנדערע מקומות, האבן די אפיציעלע ווילעדזש באהערדע נישט געטוהן קיין שום שריט סתם אויפצורייצן, צוריק צו שטויסן, באשמוצן, אדער רודערן סיי וויאזוי קעגן די פאליטישאנס וואס קעמפן דערגעגן אדער קעגן די שכינים ארום. סתם העצעריי, סטעיטמענטס, טוויטער מעסעדזש, אינטערוויאס, איז נישט געמאכט געווארן. די איינציגסטע וואס העצן ארום זענען די שכנים אינעם רעקארד (און עטליכע דא אויף אייוועלט..) אלעס גייט צווישן זיך.

פון די קרית יואלער זייט איז שטיל, מען הערט נישט גארנישט, רוב תושבי קרית יואל באזוכען נישט אייוועלט און ווייסן כמעט נישט וואס עס גייט פאר. נאר ווען עס פעהלט ממש אויס ווי ביים פאבליק הירינג, דאן לאזט מען זיך הערן וויפיל עס פעהלט אויס.

אין די זעלבע צייט זיצט נישט די ווילעדזש מיט פארלייגטע הענט נאר פון אונטער די קוליסן דריקט מען די ריכטיגע קנעפלעך ובסייעתא דשמיא קומט מען אהן ווי מען וויל אנקומען. דאס איז די ריכטיגע אפטייטש פון עוסקים בצרכי ציבור באמונה. כה לחי, ויהא ה' עמכם גבורי החיל!

איך האף נאר אז די גוים ווייסן אז @HQsatmar איז נישט קיין אפיציעלע טוויטער אקאונט מצד סאטמאר, אנדערש ווי די איינדרוק וואס ער פראבירט צו מאכן אין זיין פראפייל (קהל וואלט טאקע געמעגט שטום מאכן דעם חכם פון די מה נשתנה).
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:19 am

מיסטעריעז האט געשריבן:עקבי לייןזיין בריוו אין די ערשטע תגובה אויף די פעידזש, שפתיים ישק וואס ער שרייבט.

די תגובות אינעם פעידש רעגנט מיט א שטראם אז פון שלח'ן מיין תגובה איז שוין אריינגעקומען עטליכע תגובות.

אגב לכאורה קוקט במילא אויס אז די קאונטי איז גרייט אריינצושפרינגן אין א געריכט געראנגעל איבער די ו די ליגאליטעט פונעם ענוויראמענטל ריוויו, סאו איז צו פריצייטיג די פרייד פון די בעד, און טרויער פון די כנגד.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:21 am

הערליכע דאנק בריוו וואס איינער האט געשיקט פארן גאווערנער, ממנו ילמדו וכן יעשו


Governor Cuomo,

I never write politicians, and being a conservative Republican, I tend to favor different approaches than you on many an issue. Tonight, however, you've earned my sincerest respect. Your veto tonight of the Annexation bills were likely more historic than even you could imagine.

New Yorkers are an inclusive society, not only of ethnic diversity but of various culture and tradition. Tonight veto reassured me that the rule of law will forever stand between the unbiased & blind shield of our democracy and the rare slip of our best intentions . These bills weren't meant to protect the aesthetics of a region, but its demographics. You saw thru the cracks, read between the lines and showed great courage taking an unpopular stance protecting the very backbone of our most precious principals.

I know how New Yorkers think, I know how true New Yorkers feel. I'm a (down-state) New Yorker myself. And I'm also an Hasidic Jew. Without any vested interest in the KJ village, her residents' or its' growth, I thank you not for the result of your position, rather for the meaning of it. It undoubted will awaken the legislator and most importantly my fellow citizens that without freedom for all, there's freedom for none.

Thank you Governor Cuomo! You're still the Democrat I couldn't get myself to vote for, nonetheless, you're now my 'hero'.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:22 am

תורה לערנער האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
תורה לערנער האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:איך זעה אין זייער סטעיטמענט אז די ביל איז דורכגעגאנגען מיט ״איבערוויגענדע״ שטיצע. דאס מיינט אז די לעגיסלאטורן האבן די שטימען איבערצוקומען דעם וועטא?

צוויי דריטל פון ביידע הייזער קענען עס איבערקומען

האבן זיי געהאט 2 דריטל אין סענאט ?


אין סענאט נישט אין לעגיסלעטאר יא
לעגיסלעטאר 110 יא 33 ניין
סענאט 44 יא 19 ניין


44 צו 19 איז מער ווי צוויי דריטל אויף מיין קאלקולעיטאר.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

תורה לערנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 411
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2013 4:12 pm
לאקאציע: אין כולל

תגובהדורך תורה לערנער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:26 am

מי חכם האט געשריבן:
תורה לערנער האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
תורה לערנער האט געשריבן:
יואב בן צרויה האט געשריבן:איך זעה אין זייער סטעיטמענט אז די ביל איז דורכגעגאנגען מיט ״איבערוויגענדע״ שטיצע. דאס מיינט אז די לעגיסלאטורן האבן די שטימען איבערצוקומען דעם וועטא?

צוויי דריטל פון ביידע הייזער קענען עס איבערקומען

האבן זיי געהאט 2 דריטל אין סענאט ?


אין סענאט נישט אין לעגיסלעטאר יא
לעגיסלעטאר 110 יא 33 ניין
סענאט 44 יא 19 ניין


44 צו 19 איז מער ווי צוויי דריטל אויף מיין קאלקולעיטאר.

גערעכט סארי זיך פאררעכנט גענוצט מיין קעפל זעהט אויס ס'ארבעט נישט גוט ביינאכט

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:35 am

מיסטעריעז האט געשריבן:wow זיי שימפן...
פארוואס ווערט דאס וועטאאירן "insulting and offensive" וויבאלד ער האט עס וועטאאירט אום 11pm?...


איך ווייס נישט וואס יונייטעד מאנרא האט געמיינט, אבער וועטאאירן א ביל 11 א זייגער ווייזט סתם אזוי אויף בעקרום דיעלס אונטערן טיש, איינער וואס האט א געהעריגע סיבה ווארט נישט ביז אזא צייט. אבער דאס איז נישט קיין סיבה פאר יונייטעד מאנרא זיך צו רעגן. דאס איז סתם ביזנעס עז יוזשועל ביי קאומא'ן.

למעשה, אויבן אויף האט קאומא א סאליד סיבה, איך בין נאר מסופק צי די אווערסייט אין די סטעיט רעגירונג איז טאקע אזוי לויז אז מ'קען דורכגליטשן אלע קאמיטעען א געזעץ וואס איז לכאורה א קלארע סתירה מיט די קאנסטוטיציע. קוקט נישט אויס ווי עמיצער איז דארט חייש לזילותא דבי דינא. אדער יתכן עס איז טאקע נישט אזוי קלעיר קאט ווי קאומא מאכט עס.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג יולי 09, 2015 12:58 am

מיסטעריעז האט געשריבן:(קהל וואלט טאקע געמעגט שטום מאכן דעם חכם פון די מה נשתנה).


נישט נאר איהם נאר אויך נאך עטליכע וועלכע שיקן מעסעדזשעס און פירן דעבאטעס. איך מיין אז די גאנצע אפיעל פון סיינען אויף credomobilize.com איז אויך נישט געקומען פון אן אפיציעלן מקום

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6088
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: וואו דער מח איז

תגובהדורך שטארק זיך » דאנארשטאג יולי 09, 2015 1:53 am

ב״ה דער גאווערנער האט וועטאאירט דעם ביל, עס איז צו האפן אז די שרי צדקה וחסד ווי ר׳ יחזקאל בראך הי״ו און ר׳ אברהם בער יאקאבאוויטש הי״ו און דוכט זיך אז משפחת ר׳ שלמה מיכל ראזנער ע״ה האט נאך דארט גאנץ א שיינע חלקה. און די פילע משפחות וואס האבן לאטס אין די געגענט וועלן קענען צושטעלן וואוין ערטיר פאר אחינו בני ישראל. וועמען דער רבוש״ע וועט העלפן עס צו קענען עפארדן...
----
וויצן אין די זייט געלייגט, איז גוט אז די UM האט געכאפט זייער פראסק. לאמיר נאר האפן מען וועט נישט שפילן צופיהל ׳געווינער׳, אולי וועט די העצעריי זיךמאויפהערן.
זאג מיר: סי-נארמאל!? (בנעימת מונח רביע, באקצענט ירושלמי)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:27 am

שטארק זיך שטארק זיך מיין קינד
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

אוועטאר
מאקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

תגובהדורך מאקאווער » דאנארשטאג יולי 09, 2015 3:42 am

קען איינער ביטע זאגן בקיצור וואס מיינט דאס ליעד עדזשענסי

און צו קען דער גאווערנער טאקע גיין קעגן צוויי דריטל פונעם לעגיסלאטור?

אגב נאך א גוטע זאך קומט ארויס דערפון, אויב דער גאווערנער וואלט דאס נישט וועטאאירט וואלטן זיי (אלע אונזערע גוטע פריינד יודן ווי נישט יודן ) זיך נישט אפ געשטעלט ביי דעם נאר וואלטן געהאט דעם מוט ווייטער אונטערצוברענגען און ווייטער חרוב מאכן דעם הייליגען ווילידזש אוו קרית יואל. אזוי זאלן זיי אלע גוט איינמאכן און זיך דערווייל ספראווען מיטן וויטא און צופלאצט ווערן און אוועק מופן פונעם טאון אף מאנרא און פארקויפן זייערע שטחים פאר יודן...

לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)

חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

תגובהדורך חיל » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:39 am

עמיצער האט דוכט זיך אויפגעברענגט דא נעכטן אז ער האט אריינגערופן דעם גאווערנארס אפיס נאך 5:00 נאכמיטאג און מען האט אים געזאגט אז די געזעצן וואס דער גאווערנאר וועטאאירט האט נישט קיין שייכות מיט די געווענליכע אפיס שעות. ווייזט אויס אז דאס איז א רוטין.
עס איז געווען צוויי דריטל אינעם אסעמבלי/סטעיט סענאט אבער וויבאלד די שנעלסטע עס נאכאמאל אויפצוברענגען אנידערצושטימען איז אין עטליכע חדשים איז עס אירעלעוואנט. (אסאך וועטאירטע געזעצן ווערן קיינמאל נישט אויפגעברענגט אנידערצושטימען טראץ וואס עס איז דורך צוויי דריטל)
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5635
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יולי 09, 2015 7:52 am

סמארט גאי האט געשריבן:לויט ווי ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט, איז עס פשוט קעגן די קאנסטיטוציע פון די סטעיט אז די קאונטי זאל האבן א ווארט אויף אנעקסעישאן דארט ווי ס'אפעקטירט נישט אירע גרעניצן,

איז דאס ריכטיג?

א איינצעלנע שורה, אבער מפורש
http://www.dos.ny.gov/info/constitution ... ments.html (אות ד')

וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה
וואו איז דָוִי?

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג יולי 09, 2015 8:03 am

בלאט
צוגעלייגטע
20150709_080250.jpg

חיל
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 5:53 pm

תגובהדורך חיל » דאנארשטאג יולי 09, 2015 8:11 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:לויט ווי ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט, איז עס פשוט קעגן די קאנסטיטוציע פון די סטעיט אז די קאונטי זאל האבן א ווארט אויף אנעקסעישאן דארט ווי ס'אפעקטירט נישט אירע גרעניצן,

איז דאס ריכטיג?

א איינצעלנע שורה, אבער מפורש
http://www.dos.ny.gov/info/constitution ... ments.html (אות ד')

וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

עס שטייט אינעם קאנסטיטוציע אז די קאונטי 'לעגיסלעטאר' קען נישט האבן א ווארט. דער סקאופיס איז אבער אויפגעקומען מיט א פלאן אז דאס מיינט נישט די קאונטי פלענינג באורד.
אינוועסטיגאטיוו רעפארטער

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג יולי 09, 2015 8:38 am

לחיים
צוגעלייגטע
IMG-20150709-WA0032.jpg

מי יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4958
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג יולי 09, 2015 8:41 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:לויט ווי ער שרייבט אין זיין סטעיטמענט, איז עס פשוט קעגן די קאנסטיטוציע פון די סטעיט אז די קאונטי זאל האבן א ווארט אויף אנעקסעישאן דארט ווי ס'אפעקטירט נישט אירע גרעניצן,

איז דאס ריכטיג?

א איינצעלנע שורה, אבער מפורש
http://www.dos.ny.gov/info/constitution ... ments.html (אות ד')

וואס איך פארשטיי נישט איז, זינט זיין וועטאאירן האט א שטארקע לעגאלע סיבה (און פון זיין בריוו זעהט אויס אז ער וויל אז "דאס" זאל זיין די סיבה פארוואס ער האט עס געטון), פארוואס טוט מען פייערן און הוליען און איהם אפלאדירן אז ער האט עס געטון מחמת גוטסקייט צו קר"י און אזוי ארום נאכמער אויפרעגן די חברה, אז קאומא איז אויף קר"י צד, ווען מען קען עס פשוט מאכן פאר א לעגאלער שריט? אתמהה

ברוך הטוב והמטיב אויף די גוטע נייעס
===
ווי איך פארשטיי פונקט ווי מ'קען מטהר זיין השרץ בק"נ טעמים להבדיל א"א הבדלות קען מען דורכפירן געזעצן געבויט אויף וכו' וכו', און ס'איז קלאר אז קאומאו האט עס געטון אלס קרית יואל, און ער ערווארט מן הסתם אן אפרישיעשאן אויך, און ווען ער איז חלילה א שונא ישראל וואלט ער געטראפן אין וועלכע געזעץ אנצוהענגן פארוואס ס'זאל נישט דורכגיין, און סתם קרית יואל זאל שטיין איינגעמאכט און שטיל אן קיין יישר כח, און די שונאי ישראל זאלן אים אטאקירן, דאס איז בכלל נישט קיין מהלך, ער ווייסט נישט פון די גמרא הנעלבין ואינם עולבין
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג יולי 09, 2015 9:08 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

גלייך מיר נישט אריינצורעדן אויף די נושא, אבער געווען ביים רעקארד צו זוכן עפעס און געפינען א "בריוו צו די רעדאקציע" וואס וואלט רואיג אריינגעפיט אין בערלינער שטורעמספירער צייטונגען צירקע תרצ"ט. מען דארף נישט צולייגן קיין אות אחת, עס רעדט פאר זיך אליינס. ווער עס האלט נאכדעם אז אנעקסעישאן האט עפעס מיט וואסער סוער ענווייראנמענט קאמיוניקאציע ליד עידזשענסי קאומא סקופיס, ודל ודוק ואכמל עטסעטרע, וועט אזוי האלטן אפילו אליינס אין מדבר.

די טיפשות און שקרים ביז די וואלקנס האב איך געלאזט (מען "גיט אונז לאנד"? במתנה? מען צאלט נישט קיין פראפערטי טעקס? די טויזנטער מערידזש לייסענסעס קע"ה זענען אומלעגאל? דער פראבלעם איז געדיכטע הייזער אדער ברייטע הייזער מיט טעניס קארטס און דרייוועיס און סווינג סעטס? הא, און ער דערמאנט נישט קיין ווארט פון וואסער, סוער, ענווייראמענט, זירא, ועוד ועוד, גיי טענה. בכלל די שפראך! העט ער געשריבן האלב אזוי קעגן אנדערע מינאריטעטן וואלט שוין געווען נאציאנאלע באיקאטן נישט קעגן די רעקארד, נאר די אלע קאמפאניס וואס אדווערטייזן אין די רעקארד...! אבער היינו טעמא והיינו טעמא...) ליינט און שטוינט - אדער ליינט און קוועלט, ברוך ד' אשר לא השבית לנו גואל, און אפילו מיט אזעלכע בריווען, און טויזנטער וואס האלטן אזוי שטיל אדער הויך, יונייטעד מאנראו און אלע אנדערע מאסקעס, האלט ב"ה קרית יואל וואו עס האלט, און אזוי ווייטער בס"ד.




Letter: Hasidic community growth detrimental
email print Comment 6 1recordonline.comWriterPosted Jul. 8, 2015 at 4:20 PM Posted Jul. 8, 2015 at 4:20 PM

I have just read the most detrimental letter/document about Kiryas Joel. Here's the rub: KJ is a grand scale of what we are all facing in Orange and Sullivan counties. One only has to look to Bloomingburg for further proof. These subsets of Hasidim are popping up all along our beautiful counties without regard to the obvious decimation of our communal lands.The Stevensville Hotel, Day Top, it just never ends what property they will accumulate to their end, which is, of course, tax exempt.
Further, they claim that because "never again" that they will repopulate the Hasidic community, we should continue to give them land and perpetuate their illegal dependence on New York state.
They marry within the community to ensure pure children but end up with an inordinate number of mentally deficient children. And that necessitates an inordinate number of tax-free schools for the handicapped! In our own Beechwood Community here in White Lake, we are facing the same reality. Shaya Boymelgreen seeks to build 30,000 square feet of dwellings in this tiny community. That figure only includes the housing specifically. Then there are driveways, perhaps swing sets, tennis, whatever, which, obviously will increase their "need" for 30,000 square feet of property carved into the woods here. There is currently a place of worship - shul, temple? - that is not allowed in this community. Further, I have recently learned that since their marriages are not recognized by New York state and occur within their strict community, they have legal rights to welfare and medicaid and food stamps as each family is considered with an "unwed" mother, of teenage years to begin having children throughout child-bearing years, into the thirties. Welfare fraud, to say the least, is a serious situation in this area. They're killing us!
Kate Payne
White Lake


נאך אויסטערלישע דרוק פון יחידים האט דער רעקארד אראפגענומען דעם העסליכן שאנדפולן בריוו/ארטיקל, ומכאן הקריאה יוצאת לאחינו מבשרינו, ווען איר זעט אזא האספולן ארטיקלן, קאמענט, בילד אדער סיי וואס, האלט אייך נישט צוריק פון קאנטאקטן שעם פובליצירער און האלטס אים פאר, היתכן די לאזט אזוינס צו!! ווייניג פון אונז האבן אינטערנעט קאנעקשן, נו מה טוב ומה נעים, אבער פון די אנדערע זייט מוזן די וואס האבן יא פארבינדונג דעקן פאר די אלע וואס האבן נישט, מ'קען אזויפיל אויפטון אראפצונעמען די שמוציגע מאסקע וואס מ'האט ארויפגעלייגט אויף אינז, ודי בזה

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג יולי 09, 2015 9:35 am

אבי.גערעדט האט געשריבן:לחיים
צוגעלייגטע
IMG-20150709-WA0001.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3002
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דאנארשטאג יולי 09, 2015 9:37 am

יעצט הייבט זיך אן די ריכטיגע פייטס
ווייל ביז יעצט האבן זיי געהאלטן אז אויב גייט די בילס דורך (וואס באמת קען עס שוין יעצט איך רעד נאך פארן וועטארירן נישט שאטן) וועלן זיי זיך בארואיגן פאר אביסל
אבער יעצט אז עס איז דורך געפאלן גייען זיי אריין אין קאורט
וואס לויט ווי איך האב געהערט האבן זיי 2 זאכן
1) אסאך געלט פאר די קאורטס
2) שוין רעדי די פעיפערס אריין צו געבן
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט