בלאט 3 פון 7

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:32 am
דורך פר בן בקר
אויף YWN איז דא די קליפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:33 am
דורך געראטעוועט
פר בן בקר האט געשריבן:אויף YWN איז דא די קליפ.
ה''י
קען מען זעהן עס זאל אראפגיין?
חוץ פין דעם פארשעמט עס מענטשן

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:38 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
געראטעוועט האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:אויף YWN איז דא די קליפ.
ה''י
קען מען זעהן עס זאל אראפגיין?
חוץ פין דעם פארשעמט עס מענטשן

פון פארשעמען האבעך נישט אזוי מורא, זיי האבן אונז אלע מער פארשעמט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:38 am
דורך Hershela
איינע פון די פראבלעמען פארוואס עס איז נאך נישט עסטעבלישט געווארען א נייע געגענט געאייגעגנט פאר אנ"ש די לעצטע צענדליגע יאהרן איז וועגן טייל מענטשען אימפארטען אריין פון אפסטעיט די אכטער קיין וויליאמסבורג.
איך האף אז זיי זאלען ארויפלייגען א פארבאט צו טרענספערען צו א טייערערע געגענט.
ווי גיט וואלט געווען ווען מען טאר ווען נישט טרענספערען צו א טייערער געגענט , אלע אידען וואס באקימען די אכטער און מאנטיסעלוי, וואדברידזש, קענעטיקעט, וואלטען געטרעספערט צו דזשערסי סיטי, טשעסטער, בלומענבורג , און בינגא !!!! איך האב ווי צי מאפען !
אבער אזוי ווי לאנג די עולם טרענספערט קיין ווילי מיז איך דא וואוינען ווייל מיין חבר איז א דריי קאפ און ער שטייט מיט א שירעם צעהן שעה אין מאנטיסעלוי !!!!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:57 am
דורך מיסטעריעז
געראטעוועט האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וועמען עס באדערט וואס מען זעהט דא אויף די בילדער פון מאנטיסעלאו?

האבן די כוללים וואס האבן אראנדשירט באסעס און געמוטיגט אינגעלייט ארויסצופארן, געטראכט פון די פאטענציאלע פראבלעמען און העצעריי מצד די לאקאלע באפעלקערונג וואס אזא ליניע פון הונדערטער אויסשטעטישע חסידים קען אנמאכן?

איך האף אז איך בין נישט גערעכט.
ה''י
מען האט פארדעם מורא געהאט
אויף די כוללים וואס האבען דאס ארעזשירט איז נישטו קיין ווערטער
ווער ווייסט וואסערע תוצאות דעיס קען ברענגן
כ'האף אז די אלע האבען נישט ארויסעמופט יעצט

הרב געראטעוועט, אויב מעג איך פרעגן
אויף די סייט וואו עס ווערן געמאלדן די עפענונג פון וועיטינג ליסטס איז די מאנטיסעללא אפענינג נאכאלס נישט דא.
איך האב עס געזוכט אנליין און דערווייל נישט געטראפן (אפשר האב איך נישט געזוכט גענוג? נישט אויסגעשלאסן).
די מקור פון וואו איר האט עס געברענגט איז א צייטונג, וואס איך גלייב אז די כולל אינגעלייט אין שטאט זעען עס נישט.
זאת אומרת אז ווען נישט די מעלדונג דא און די אינטערוויו אויף קול מבשר (נאך?) וואלטן די אינגעלייט נישט געוויסט פון די גאנצע זאך.
אויב אזוי פרעג איך; ווער האט געבעטן צו דערציילן אז מען קען אראפפארן און פירסט קאם פירסט סערוו? האט מען נישט אינאכט גענומען אז עס קען געשעהן דאס וואס עס איז געשעהן?
יעצט צו באשולדיגן די כוללים און זייערע שטיצער איז קיין קונץ נישט.

איך ווארט צו הערן מיין טעות

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:08 am
דורך אינוועסטער
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
בעיני ראיתי מענטשן וואס האבן דאס אויפגעגעבן במסירת נפש נישט זעהנדיג ווי אזוי זיי גייען קענען ענדיגן די חודש, למעשה האט זיי דער באשעפער אריין געשיקט פון גאר אומגעראכטענע וועגן און זיי לעבן היינט אויף די זעלבע סטאנדארט ווי דעמאלט און זיי לייגן אוועק די זעלבע סאך געלט, נאר מיט 'איין' חילוק אז זיי האבן נישט קיין 'שום' פראגראמען היינט...

בעיני ראיתי יונגעלייט וואס האבן עס אויפגעגעבן מיט מסירת נפש, און נאך א שטיק צייט אהנע פראגראמען, צאלנדיג 100-200 א וואך אינקאם טעקס, האבן זיי -דערשטיקטערהייט- מיט מסירת נפש עפלייט פאר פראגראמען ...

די העצע פארשפעטיגט נישט צו קומען

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:38 am
דורך יענער פויגעל
איך ווייס נישט ווי די אחריות איז? עטץ האטס א אננונג ווי די שונאי ישראל באלעקן זיך די פינגער מיט דעם סצענע? זיי גייען האבען צו העצן פאר א לאנגע צייט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:44 am
דורך פאטאקי08
אויב די קליפס טארן נישט דא זיין
טאר דאס אויך נישט דא זיין

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:52 am
דורך יענער פויגעל
פארוואס נישט?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:55 am
דורך קאווע באנדל
WHAT A חילול ה'!
WHAT A חילול ה'...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:55 am
דורך פשוט'ער אידל
געראטעוועט האט געשריבן:
פר בן בקר האט געשריבן:אויף YWN איז דא די קליפ.
ה''י
קען מען זעהן עס זאל אראפגיין?

פארגעס. זיי זענען אומ'אחריות'דיגע מטורפים, בכלל, כ'מיין זיי האבן אונז נישט מער ליב ווי UM.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:56 am
דורך שמאטע
צייטליך האט געשריבן:אייוועלט.קאם (וואס האט א פליגעל מיט'ן נאמען "ישוב העולם - דירות און ישובים") שרייבט שוין אויף זייער פארום א שיינעם אשכול דערוועגן, באגלייט מיט העסליכע תגיבות פון זייערע שטיצער.

(סארי צייטליך :wink: )

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 11:58 am
דורך ביבער היט
קולמע וואלט זיך געדארפט באווארענען פון פריער נישט צו רייצן דעם עולם אהינצופארן

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 12:28 pm
דורך הרב_שלום
די גוי האט אלע רעכטן צו אפלייען פונקט ווי די איד
היינט דערציילט מיר א גוי וואס אן אחדות'דיגע פאלק כלל ישראל איז אז מען העלפט זיך איינע די צווייטען

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 12:45 pm
דורך זינגער
וואס איז געבליבען, קען מען עפלייען דורך אימעיל?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 1:00 pm
דורך פשוט'ער אידל
הרב_שלום האט געשריבן:די גוי האט אלע רעכטן צו אפלייען פונקט ווי די איד
היינט דערציילט מיר א גוי וואס אן אחדות'דיגע פאלק כלל ישראל איז אז מען העלפט זיך איינע די צווייטען

הלוואי וואלטן טאקע אלע גוים געטראכט אויף אונז וויאזוי איך וויל זיי זאלן...

רוב טראכטן אבער אויף זייער וועג. און מיר טארן נישט אריינשפילן.

חוץ פון דעם פארשטייסטו אויך די ווייטאג פון די לאקאלע גויטעס וואס האבן געפלאנט צו באקומען סעקשן 8 היינט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 1:31 pm
דורך גליטשעדיג
לא תחנם
נוץ דיין מדת הרחמנות אויף אידן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 2:03 pm
דורך ברוקלינער יונגערמאן
אינוועסטער האט געשריבן:
ברוקלינער יונגערמאן האט געשריבן:
בעיני ראיתי מענטשן וואס האבן דאס אויפגעגעבן במסירת נפש נישט זעהנדיג ווי אזוי זיי גייען קענען ענדיגן די חודש, למעשה האט זיי דער באשעפער אריין געשיקט פון גאר אומגעראכטענע וועגן און זיי לעבן היינט אויף די זעלבע סטאנדארט ווי דעמאלט און זיי לייגן אוועק די זעלבע סאך געלט, נאר מיט 'איין' חילוק אז זיי האבן נישט קיין 'שום' פראגראמען היינט...

בעיני ראיתי יונגעלייט וואס האבן עס אויפגעגעבן מיט מסירת נפש, און נאך א שטיק צייט אהנע פראגראמען, צאלנדיג 100-200 א וואך אינקאם טעקס, האבן זיי -דערשטיקטערהייט- מיט מסירת נפש עפלייט פאר פראגראמען ...

סאו דער באשעפער'ס האט נאר געהאט איין וועג צו געבן פאר זיי פרנסה דורך פראגראמען....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 2:11 pm
דורך יהיה כן

בתחילה איז געווען אנגעשריבן די שפע פאר די גוים, אבער היות די יונגעלייט האבן זיך פארבעסערט האט דער מסבב כל הסיבות אזוי געפירט, אז די שפע זאל אריבער גיין פון די גוים צו די יודן......, (זיי זענען נישט געווען אזוילכע צדיקים אז די יניקה זאל אנקומען דירעקט צו זיין, און מחמת גודל הקטרוג, האט דער רבוש"ע מסתיר געווען די שפע עס זאל גיין בבחינת אחוריים דורך די גוים...)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 2:39 pm
דורך יעקב צוקערמאן
פיל דיך נישט אזוי צוקלאפט, סאליוואן קאונטי איז פיל מיט מעדיקעיד געניסער און וועלפעיר געניסער און דראג רעהאביליטאציע באנוצער ועוד ועוד.
ווען א גוי פילט אויס א סאושעל סערוויס אפליקעישאן איז דאס סאך שווערער פאר די אינסטאצנן, מען דארף מברר זיין דעם טאטן מאמן פון יעדן קינד, און צי מען צאלט טשיילד סופארט ועוד ועוד ועוד. זיי פרייען זיך ווען אידן קומען צו די אפיסעס, אלעס איז גראד און כשר וישר. אז אידן האבן שכל אויסצונוצן די רעגירונגס פראגראמען, כה לחי, אז עס שטעכט אפאר פארשטונקענע בני עשיו זאלן זיי זיך באגראבן. זיי האבן אונז פיינט סיי וויאזוי

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 2:56 pm
דורך געראטעוועט
מיסטעריעז האט געשריבן:
געראטעוועט האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וועמען עס באדערט וואס מען זעהט דא אויף די בילדער פון מאנטיסעלאו?

האבן די כוללים וואס האבן אראנדשירט באסעס און געמוטיגט אינגעלייט ארויסצופארן, געטראכט פון די פאטענציאלע פראבלעמען און העצעריי מצד די לאקאלע באפעלקערונג וואס אזא ליניע פון הונדערטער אויסשטעטישע חסידים קען אנמאכן?

איך האף אז איך בין נישט גערעכט.
ה''י
מען האט פארדעם מורא געהאט
אויף די כוללים וואס האבען דאס ארעזשירט איז נישטו קיין ווערטער
ווער ווייסט וואסערע תוצאות דעיס קען ברענגן
כ'האף אז די אלע האבען נישט ארויסעמופט יעצט

הרב געראטעוועט, אויב מעג איך פרעגן
אויף די סייט וואו עס ווערן געמאלדן די עפענונג פון וועיטינג ליסטס איז די מאנטיסעללא אפענינג נאכאלס נישט דא.
איך האב עס געזוכט אנליין און דערווייל נישט געטראפן (אפשר האב איך נישט געזוכט גענוג? נישט אויסגעשלאסן).
די מקור פון וואו איר האט עס געברענגט איז א צייטונג, וואס איך גלייב אז די כולל אינגעלייט אין שטאט זעען עס נישט.
זאת אומרת אז ווען נישט די מעלדונג דא און די אינטערוויו אויף קול מבשר (נאך?) וואלטן די אינגעלייט נישט געוויסט פון די גאנצע זאך.
אויב אזוי פרעג איך; ווער האט געבעטן צו דערציילן אז מען קען אראפפארן און פירסט קאם פירסט סערוו? האט מען נישט אינאכט גענומען אז עס קען געשעהן דאס וואס עס איז געשעהן?
יעצט צו באשולדיגן די כוללים און זייערע שטיצער איז קיין קונץ נישט.

איך ווארט צו הערן מיין טעות

קיינער האט נישט גערעכנט אז עס גייט זיין וואס איז געווען ספציעל ווען אז ס'איבערגעטריבן אראפצופארען אין כמעט קיינער גייט נישט באקומען פין די 400 אפענע סלאטס
געראטעוועט האט געשריבן:אויב איינער וואינט נישט דארט וואס וויל אראפארען פארטאגס ווייל אפשר וועט ער זיין פין די 400 איז מעגליך איבערגעטריבן

(ביי איין פאל האבען זיי גענפרט אז די ערשטע 250 פין די פרישע 400 גייט פאר מענטשן וואס זענען שוין אויף א פריעדיגע וועיטינג ליסט, בלייבט איבער 150 וואס די דארטיגע איינוואינער האבען א דין קדומה)
די גרעסטע פראצענט איז טאקע געקומען פין איין קלענערע אין ארימע געגנט, אדער כולל יונגעלייט וואס ווי איך פארשטיי ליינען זיי נישט אייוועלט
אבער מען דארף אייביג האבען א 5'טע שו''ע
אז די ווילסט ווייטער ציען די נושא קענסטו אין פרייוועט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 3:56 pm
דורך קאווע באנדל
גליטשעדיג האט געשריבן:לא תחנם
נוץ דיין מדת הרחמנות אויף אידן.

חילול ה' האט נישט קיין תירוץ

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:05 pm
דורך זאכליך
השתדלות אויף נישט גראדע וועגן איז היפך בטחון.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:37 pm
דורך קנאפער ידען
זאכליך האט געשריבן:השתדלות אויף נישט גראדע וועגן איז היפך בטחון.

סעקשאן אכט איז נישט גראד? די לעצטע מאל איך האב געטשעקט גיבט דאס דער גאווערמענט הארצן גערן פאר די וואס נויטיגן זיך דערינען אן קיין שום נישט גראדקייטן.
(אויב דו ווייסט אז עס איז דא אזאנע וואס טוען נישט גראדע זאכן שרייב נאר לגבי זיי, אבער איבער דער כלל ווייסטו דאך נישט.)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 4:39 pm
דורך מיסטעריעז
אראפפארן קיין מאנטיסעללא פארטאגס (אדער ביינאכט) און ווארטן שעות אין די ליין אויף א ספק ספיקא, איז אין מיינע אויגן נישט גראד.