בלאט 2 פון 7
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:16 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
ביסט נישט דער איינציגסטער, איך בין מיט דיר,
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:18 am
דורך פינטל
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ביסט נישט דער איינציגסטער, איך בין מיט דיר,
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:22 am
דורך zibala
ענדליך א לעזונג צום דירה קריזיס... מ'וועט פארזיכערען מאך דירות אין ווילי און די כוללים וועלן ספאנסערן טריפס צו חלק שמונה
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:30 am
דורך זינגער
איך שעם מיך אוועק...
באריס א איינוואוינער פון מאנטיסעלא וואס פארדינט מינימום וועידז און מאכט $200 א וואך, ווארט שוין אפאר וואכען אויף דעיע טאג וואס ער גייט קענען עפלייען פאר סעקשאן 8, ער שטייט אויף אביסעל פריער ווי איעדען טאג, פונקטליך 8 אזייגער, ער טרינקט א קאווע, ער לאזט זיך ארויס פון זיין הויז צום סעקשאן 8 אפיס, ס'ווערט עהם שווארץ פאר די אויגן, נעה ענדערשער ווייס פון די טליתים, זיין מח הייבט אן פארן אויף 100 מייל א שעה... ווער קען אויסגעפונען וואס ער טראכט צו זיך???
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:32 am
דורך איך גלייב
וואס טוט זיך למעשה ווער איז פריער דער אימעילער אדער דער וואס ווארט אויף די ליין ?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:35 am
דורך derech eretz
זינגער האט געשריבן:איך שעם מיך אוועק...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:38 am
דורך פלעכטער
derech eretz האט געשריבן:זינגער האט געשריבן:איך שעם מיך אוועק...
אבער וואס טוט מען נישט פאר פרנסה. פשוט נבילה בשוק, אכטער איז א האלבע פרנסה!
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:38 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
@לאמפ
ביסט שוין גארנישט די איינציגסטער, ס'עסט מיר ווען איך זעה אזאנס, דערנאך וואונדערט מען זיך פארוואס דער גוי האט דיר פיינט ווען ער זעהט אזאלכע ליניעס...
אנשטאט צו 'פאקאוסען' ווי אזוי צו מאכן מער געלט און זיך עקספענדן מ'זאל קענען לעבן ווי א נארמאלע מענטש -- לייגט מען זיך בידים אריין אין א "באקס" וואס מ'קען זיך שווער ארויסזעהן...
כ'האב פאריגע וואך גערעדט צו א יונגערמאן וואס האט עס שוין פאר 8-9 יאר און ער האט עס יעצט געלאזט פאלן (נישט ריסערטיפייד) זאגט ער מיר אז ס'האט אים אזוי צוגרינד געלייגט בשעת ווען אלע יארן האט ער געהאט צענדליגע פלעצער זיך צו עקספענדן און דער 'אכטער' האט אים אפגעהאלטן דערפון,
בלייבט נאר איבער צו זעהן וואס וועט ווערן מיט די אלע מענטשן און אפשר וועלן זיי זיך כאפן אז די באשעפער קען אריין שיקן 'גראדערהייט' אסאאאאך געלט,
בעיני ראיתי מענטשן וואס האבן דאס אויפגעגעבן במסירת נפש נישט זעהנדיג ווי אזוי זיי גייען קענען ענדיגן די חודש, למעשה האט זיי דער באשעפער אריין געשיקט פון גאר אומגעראכטענע וועגן און זיי לעבן היינט אויף די זעלבע סטאנדארט ווי דעמאלט און זיי לייגן אוועק די זעלבע סאך געלט, נאר מיט 'איין' חילוק אז זיי האבן נישט קיין 'שום' פראגראמען היינט...
בקיצור א שיעור אין חובת הלבבות וואלט 'בכלל' נישט געשאדט ווען איינער זאל זיך יעצט אויפשטעלן און פארלערנען בשעת דער עולם ווארט אין די ריזיגע לאנגע ליניעס...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:48 am
דורך גוגל
א שאד ער האט אויס אויפגעגעבן! ער האט עס געקענט אוועקגעבן
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 8:52 am
דורך ברוקלינער יונגערמאן
איבערגעבן איז א מעשה פון א שטיק צייט, ער האט זיך געוואלט אראפזעהן דערפון ווי אומשנעלסטענס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:05 am
דורך שטרוי
יאפ, ווער ס'האט געהאט שכל האט מיטגענומען א בענקל מיט א שירעם...
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:29 am
דורך געראטעוועט
לאמפ האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וועמען עס באדערט וואס מען זעהט דא אויף די בילדער פון מאנטיסעלאו?
האבן די כוללים וואס האבן אראנדשירט באסעס און געמוטיגט אינגעלייט ארויסצופארן, געטראכט פון די פאטענציאלע פראבלעמען און העצעריי מצד די לאקאלע באפעלקערונג וואס אזא ליניע פון הונדערטער אויסשטעטישע חסידים קען אנמאכן?
איך האף אז איך בין נישט גערעכט.
ה''י
מען האט פארדעם מורא געהאט
אויף די כוללים וואס האבען דאס ארעזשירט איז נישטו קיין ווערטער
ווער ווייסט וואסערע תוצאות דעיס קען ברענגן
כ'האף אז די אלע האבען נישט ארויסעמופט יעצט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:40 am
דורך געראטעוועט
געראטעוועט האט געשריבן:אז מען רעדט פין אפלייען אין אנדערע געגנטער
איז זייער וויכטיג צו מערקן, וויבאלד עס זענען מעגליך זענען דא איינצעלנע יחידים וואס נעמען עס נישט אין באטראכט בעפארן אפלייען, אבער איז קריטיש וויכטיג יא צו נעמען אינאכט
א- ווען מען באקומט סעקשאן 8 אויף א צווייט פלאץ דארף מען מען ע''פ רוב אהינגיין וויאנען לכה''פ פאר 1 יאר
זיי האבען איבער גענוג וועגן צו באמערקן אויב איינער שפילט אויס די סיסטעם, וואס דעמאלט מאכט ער א חילול השם אין שאדט אויך פאר אנדערע
עס זענען ליידער דא גענוג וד''ל
מ'טאר נישט זיין קיין כפיו טובה, וויפיל קאפווי עס זאל נאר נישט אויסקוקען איז יעדער מודה אז עס איז ווערד אין מ'טאר נישט זיין קיין אויבער חכם
ב - אין ווען מען וואינט דארט דארף מען זיכער מאכען אז מ'זאל זעהן אז איר וואינט דארט, אפילו איר האט אין פלאן צו וויאנען דארט נאר 1 יאר
די שניי זאל זיין טעגליך געשארט
אינדרויסן פין הויז זאל זיין ליכטיג
די גארביטזש זאל זיין מסודר
אפילו די ארבעטס אין די סיטי זאלסטו קויפן מיט דיין קארטל אין לאקאלע געשפעט, ס'שוין דא כמעט איבעראל כשר'ע געשעפטן
דיין באנק אקאונט זאל זיין פין א לאקאלע באנק חוץ אויב דיין אלטע באנק האט א ברענטש לאקאל איז גענוג אז מען טוישט די אדרעס
אלע דיינע ביללס, קרעדיט קארדס, אינשרונס, וכו' זאלען געטוישט ווערן צו דיין נייע אדרעס
טויש אלע דיינע פראגראמען צו די לאקאלע יומען ריסארס אפיס (אפילו עס קומט מיט קאפוויי)
פארמאך אלע יוטילעטי'ס פין דיין אלטע דירה, זאל דער נייער תושב עס איבערנעמן
פאר נישט צירוק אריין אין שטאט פאר דיינע געווענליכע דאקטורים באזוכן אפילו איר זענט זייער צוגעבינדען צו די אלטע דאקטער, נוץ די דאקטורים פין דיין נייע שכונה סיי פאר דיר אין סיי פאר דיינע קינדער
עפן א לאקאלע טעלעפאון ליין אפילו די האסט עטליכע סעלפאון'ס
אפגערעדט, אז דיין פאסט קעסטל זאל ווערן געהעריג קער גענומען, אפילו ביזט צוגעוואינט פין שטאט אז מ'ווארפט דיר אריין די פאסט אינטערן טיר
שיק דיינע קינדער אין לאקאלע מוסדות
אין אזוי ווייטער טוה אלעס פין דארט פינקט ווי די וואלטס זיך אריבערגעצויגן 'אנע פלענער פין צירוקמופן נאך 12 חדשים'
טראכט נישט אז די מופסט ממילא צירוק נאך א יאר, ערשטנס ווייל דאס עצם ווייזן אז די ווילסט נאך א יאר מופן מאכט א שלעכטע רושם, והעיקר מאכסט עס אויסקוקן אז די וויאנסט באמת נישט דארט
די מציאות האט געוויזען אז אין יעדע שכינה האט מען זיך געקענט מסדר זיין מיט אלע באדערפענישן אין איר וועט אויך קענען
דינא דמלכותא דינא
אין א זייטיגע נאטוץ, ווען די יאר ענדיגט זיך אין איר ווילט צירוקמופן, טראכט גיט אריין אויב עס לוינט זיך,
איר האט שוין געזעהן די געשמאק פין נישט וויאנען אין שטאט,
אין עס האט אייך גארנישט געשאדט דאס אפוועזנהייט פין די מאמעס פארטוך
באקומען פרייוועט
א אינגערמאן איז לעצטנס געווארן אפראווד אין קאנעטיקעט, ביים אראפגיין צו זייער אפיס האבן זיי אים געזאגט, אז ער זאל זיין וואויל ווייל זיי ווייסן אז מאנכע בלייבן וואוינען אינעם ערשטען דירה און וואוינען נישט עכט דארט ביי זיי..! דער אינגערמאן האט עס אויפגעגעבן!
(שיק נישט ווייטער בשמי)
עס איז שוין געווען פעלער וואס האבען יא גענומען אין ס'נישט גיט געווען וד''ל
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:44 am
דורך נאטרוליסט
די אנטיסעמיטיזם וואס דאס ברענגט רח"ל איז נישט צום באשרייבן.
ס'איז טאקע אין אמעריקע, א FREE קאנטרי, אבער UM און אלע "אוהבי ישראל" וועלן ארויפשפרונגען דערויף.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:45 am
דורך אלף בית
זינגער האט געשריבן:איך שעם מיך אוועק...
באריס א איינוואוינער פון מאנטיסעלא וואס פארדינט מינימום וועידז און מאכט $200 א וואך, ווארט שוין אפאר וואכען אויף דעיע טאג וואס ער גייט קענען עפלייען פאר סעקשאן 8, ער שטייט אויף אביסעל פריער ווי איעדען טאג, פונקטליך 8 אזייגער, ער טרינקט א קאווע, ער לאזט זיך ארויס פון זיין הויז צום סעקשאן 8 אפיס, ס'ווערט עהם שווארץ פאר די אויגן, נעה ענדערשער ווייס פון די טליתים, זיין מח הייבט אן פארן אויף 100 מייל א שעה... ווער קען אויסגעפונען וואס ער טראכט צו זיך???
איך באוואונדער דיין רחמנות.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:46 am
דורך Hershela
video of the long line
(deleted)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:47 am
דורך איפה פייביש
חילול השם איום ונורא! אין מיינע אויגען
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:50 am
דורך יאנקעל פעדראטשיק
איפה פייביש האט געשריבן:חילול השם איום ונורא! אין מיינע אויגען
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:51 am
דורך געראטעוועט
גענוג
אויפהערן צו כאפען אין ארומשיקן קליפס
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:51 am
דורך פשוט'ער אידל
געראטעוועט האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:בין איך דער איינציגסטער וועמען עס באדערט וואס מען זעהט דא אויף די בילדער פון מאנטיסעלאו?
האבן די כוללים וואס האבן אראנדשירט באסעס און געמוטיגט אינגעלייט ארויסצופארן, געטראכט פון די פאטענציאלע פראבלעמען און העצעריי מצד די לאקאלע באפעלקערונג וואס אזא ליניע פון הונדערטער אויסשטעטישע חסידים קען אנמאכן?
איך האף אז איך בין נישט גערעכט.
ה''י
מען האט פארדעם מורא געהאט
אויף די כוללים וואס האבען דאס ארעזשירט איז נישטו קיין ווערטער
ווער ווייסט וואסערע תוצאות דעיס קען ברענגן
כ'האף אז די אלע האבען נישט ארויסעמופט יעצט
די אבסורד איז הימל שרייענד. די "בעלי בתים" פון די כוללים, די 'נשיאי הכולל', זיי העכערן רענט פרייזן ווי משוגע, און שטעלן צו ברוב טובם א באס פאר 'זייער' כולל צום 8טער ליניע אין מאנטיסעלאו צו קענען באצאלן די ריזזיגע רענט פרייזן. א גוטסקייט פון בעלי בתים.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:53 am
דורך צייטליך
די בילדער און קליפ איז ביזי בזיונות! כ'קען דאס נישט פארשטיין. און וועלמיר עס לאזן ביי דעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 9:59 am
דורך אלץ ווייזער
געראטעוועט האט געשריבן:גענוג
אויפהערן צו כאפען אין ארומשיקן קליפס
די קליפס זענען שוין ממילא געכאפט, וואס איז די שטער אז עס ווערט ארומגעשיקט?,
אויב איך מעג פרעגן?.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:11 am
דורך געראטעוועט
נישט אלעס ברבים
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:26 am
דורך פשוט'ער אידל
אלץ ווייזער האט געשריבן:געראטעוועט האט געשריבן:גענוג
אויפהערן צו כאפען אין ארומשיקן קליפס
די קליפס זענען שוין ממילא געכאפט, וואס איז די שטער אז עס ווערט ארומגעשיקט?,
אויב איך מעג פרעגן?.
ווילסט ס'זאל אנקומען ווייטער? למשל אז פארווערטס זעט דאס גייט ער נישט מאכן א לענגס און א ברייטס? און ח"ו פון דארט צו די מידיא.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 15, 2015 10:28 am
דורך צייטליך
יונייטעד ניו יארק (א פליגעל פון יונייטעד מאנראו) שרייבט שוין אויף זייער פעיסבוק א שיינעם מעסעדזש דערוועגן, באגלייט מיט העסליכע תגיבות פון זייערע שטיצער.