סעקשאן אכט מעגליכקייט אין מאנטיסעלא - אפדעיטס און דעבאטעס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 663
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג יוני 16, 2015 1:19 pm

וועגן דעם האב איך ליב דעם אבאמא, ירום הודו, זאל אים דער באשעפער געבן א דריטן טערמין

ער האט אסאך געשניטן פון די רויבערייען וואס די בענק פלעגן באראבעווען ארימע מענטשן
און געס-וואט, ער איז קלוגער פון דעם **** בוש, ער וויל בשום אופן נישט שיקן קיין טרופן צום מיטל מזרח. זאלן זיי זיך דארטן אויסשעכטן. אז די חברה קענען זיך נישט לערנען צו לעבן צוזאמען זאלן זיי שטארבן צוזאמען

אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » דינסטאג יוני 16, 2015 1:35 pm

מר. קולמע אויף 114 האט א אינטערוויו מיט...
יא, איר האט געגעסט! מיטן הויפט רב פון מאנטעסעלאו, ער פריידט זיך זייער שטארק אז אזויפיל טויזענטער אידן קומען וואוינען אויף מאנטעסעלאו... :wink:

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » דינסטאג יוני 16, 2015 1:44 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געזען קיין אשכול מיט אזעלכע קלארע דערפרישענדע תגובות. קורץ און שארף און צו דער זאך.
ממש זיך צו באלעקן.
אויך איז צום לאכן פון די נערנים וועלכע ווילן מיך-דיך-זיך איינרעדן 1) אז מען ארבעט פלייסיג און מען שוויצט און מען ארבעט זיך ארויף, און מען לערנט זיך א פאך, מען שפרונגט אליינס אריין אין ביזנעס.... דאן.... איז מען סעטעלט......... כא כא כא כא כא
2) אז אן די פראגראמען איז מען גליקליך און מיט די פראגראמען אומגליקליך...... כא כא כא כא כא כא כא......

און דער פוינט פון עולם הפוך איז נאך שרייענדיגער פון אלעס דא אין די אמעריקאנער רעגירונג, די מינוט וואס די ווערסט אויס ארעמאן ביזטו שוין מיט 40,000 מיינוס אין דער ערד, צוליב פארלירן די פראגראמען און דעם טעקס ריטוירן. טא וואס וויל די צודרייטע אמעריקאנער רעגירונג, וואס האט גענוג געלט פאר אלערליי שטותים נאר נישט פאר אירע בירגער, ווארום שטיצן ארימעלייט איז דאך פוי פוי פוי ביי די רעפובליקאנער, אבער מאכן דעמאקראטיע אין איראק פאר א טריליאן דאלאר, איז גאר וואויל.
חסד לאומים חטאת

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער דאס איז קלאר אז מיט פראגראמען ארעסטירט מען זיך פארן לעבן אן קיין שאנס ארויסצוקריכן פונעם לאך.

קיינער האט נישט געזאגט אז מען גייט ארבעטן און מען לערנט זיך א פאך ווערט מען אויטאמאטיש סעטלט, דאס איז קלאר אז בזיעת אפיך תאכל לחם און מען דארף הארעווען שווער זיך ארויפצודראפענען אויפן לייטער, אבער דאס איז די איינציגסטע וועג צו אנקומען, ווייל אויב מען הייבט נישט אן דאן קומט מען נישט אן.
אייביג צום פינטל...

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 16, 2015 2:00 pm

פינטל האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:שוין לאנג נישט געזען קיין אשכול מיט אזעלכע קלארע דערפרישענדע תגובות. קורץ און שארף און צו דער זאך.
ממש זיך צו באלעקן.
אויך איז צום לאכן פון די נערנים וועלכע ווילן מיך-דיך-זיך איינרעדן 1) אז מען ארבעט פלייסיג און מען שוויצט און מען ארבעט זיך ארויף, און מען לערנט זיך א פאך, מען שפרונגט אליינס אריין אין ביזנעס.... דאן.... איז מען סעטעלט......... כא כא כא כא כא
2) אז אן די פראגראמען איז מען גליקליך און מיט די פראגראמען אומגליקליך...... כא כא כא כא כא כא כא......

און דער פוינט פון עולם הפוך איז נאך שרייענדיגער פון אלעס דא אין די אמעריקאנער רעגירונג, די מינוט וואס די ווערסט אויס ארעמאן ביזטו שוין מיט 40,000 מיינוס אין דער ערד, צוליב פארלירן די פראגראמען און דעם טעקס ריטוירן. טא וואס וויל די צודרייטע אמעריקאנער רעגירונג, וואס האט גענוג געלט פאר אלערליי שטותים נאר נישט פאר אירע בירגער, ווארום שטיצן ארימעלייט איז דאך פוי פוי פוי ביי די רעפובליקאנער, אבער מאכן דעמאקראטיע אין איראק פאר א טריליאן דאלאר, איז גאר וואויל.
חסד לאומים חטאת

איך ווייס נישט ווי אלט דו ביסט, אבער דאס איז קלאר אז מיט פראגראמען ארעסטירט מען זיך פארן לעבן אן קיין שאנס ארויסצוקריכן פונעם לאך.

קיינער האט נישט געזאגט אז מען גייט ארבעטן און מען לערנט זיך א פאך ווערט מען אויטאמאטיש סעטלט, דאס איז קלאר אז בזיעת אפיך תאכל לחם און מען דארף הארעווען שווער זיך ארויפצודראפענען אויפן לייטער, אבער דאס איז די איינציגסטע וועג צו אנקומען, ווייל אויב מען הייבט נישט אן דאן קומט מען נישט אן.
ישראל אשר בך אתפאר

נישט איך!
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 3:18 pm

תגובהדורך נישט איך! » דינסטאג יוני 16, 2015 7:18 pm

לאמפ האט געשריבן:@נישט איך!

מיט $750 א וואך \ $39,000 א יאר קען א אינגערמאן מיט איין קינד נישט אויסקומען דעם חודש און אויב וועט איר מאכן דעם חשבון וועט איר זעהן זעהן אז דער אינגערמאן איז הייליג גערעכט מיטן אפווארפן דעם אפפער.

רענט: $2100 א חודש \ $25,200 א יאר
יוטיליטי'ס-פאון: $250 א חודש \ $3000 א יאר
אינקאום טעקס: $150 א וואך \ $7800 א יאר
גראסערי-פיש-פלייש: $700 א חודש \ $8400 א יאר
העלט קעיר: $400 א חודש (ביליגסטע פלאן) \ $4800 א יאר

דאס מיינט אז פארן ספענדן אויף קליידער, שיך, מצות, ד' מינים, שכר לימוד, קאנטרי,באגעבו א.א.וו. איז ער אין א מיינוס פון איבער צען אלפים א יאר!

ומה יעשה הבן שלא יחטא?


האסט אויסגעלאזט איין שטארקע חלק וואס איך האב געשריבן, די ווייב ארבעט אויך און ברענגט עפעס געלט.

העלט אינשורענס:
פאר קינדער קען מען האבן טשיילד העלט פלאס (ווי מעדיקעיד מיט קליינע איינצאל). פאר א משפחה פון 3 מיט אינקאם פון 39ק קאסט דאס דאכט זיך $28 א חודש מאקסימום.
פאר ערוואקסענע אויב קיינער פון זיי קען נישט זיין אויף מעדיקעיד (...) קען מען האבן אינשורענס פון נ. י. סטעיט מיט אן חודש׳ליכע אפצאל אנגעפאנגען ביי עטליכע 70 דאלאר.
האב מיר צוריק $3600 פון דיין חשבון.

גראסערי, פיש, פלייש, קליידער און שיך קאסט איהם נאך נישט אזוי סאך ווי דו שרייבסט.
מצות, שכר לימוד צאלט ער נישט (טאקע בעביסיטער יא) און קאנטרי מאן דכר שמי׳?

נאכאמאל מ׳האט גערעדט פון אן ארבייטס פלאץ ווי עס איז נארמאל און אנגענומען צו בעטן (אדער באקומען אן בעטן) א רעיז אויב טויגט נאך א יאר.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יוני 16, 2015 7:41 pm

דער ארבעטס פלאץ צאלט נישט די העלט אינשורענס?
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג יוני 16, 2015 8:27 pm

איר זענט טיילווייז גערעכט וועגן די העלט קעיר קאסטן. איך האב נישט געכאפט אז די העלט קעיר קאסט וואס איך האב גערעכענט איז פאר א 'פלעטענום פלען'. עס זענען טאקע אויך דא ביליגערע פלענס (ארום $1200 א יאר) די שאלה איז אויף ווי ווייט עס קאווערט.

אפגעזעהן די העלט קעיר קאסטן, אן די הוצאה שטימט אייך עס יא?

וועגן דעם רעיז, לו יהא ער באקומט יא א שיינע רעיז נאך א יאר, דאן וועט ער דאך שוין יא ברויכן צאלן שכ"ל און האפענטליך האבן נאך א מויל צו פיטערן.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 16, 2015 8:31 pm

ווען ער באקומט ארויס איז שוין אדורך גענוג צייט אז דער לענדלארד בעט שוין אויך א רעיז... וחוזר חלילה וחס.
וואו איז דָוִי?

נישט איך!
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 3:18 pm

תגובהדורך נישט איך! » דינסטאג יוני 16, 2015 8:45 pm

די שאלה איז צו זאל מען זיך בויען מיט א גאנג פון בויען א קוריער און די אייגענע נאמען אז שפעטער ווען ער וועט האפנטליך קויפן א הויז/דירה זאל ער דאס קענען טוהן או קיין קאפוויי, צו ארבעטן שווער אן זיך אויפבויען א קוריער אדער נאמען אבער מאכן אפאר דאללער מער די 'ערשטע' פאר יאר און ביים קויפן דאס הויז/דירה זיך דרייען אן א קאפ?

מ'רעדט זאל נישט פון די קלענערע פראצענט וואס מענטשן וואס זענען מצליח אין א קורצע זמן מער ווי די המון עם. (בטחון דארפן אלע האבן)

__
מיסטעריעז האקט

איך הער אז היינט רעכנט זיך דער לענדלארד מיט דעם רעיז וואס דער אכטער גיבט, ער גייט ארויף וויפיל ער וויל אפגעזעהן צו מ'צאלט עס פון טאש

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דינסטאג יוני 16, 2015 8:54 pm

אין די נייעס היינט אז די רענט סטעיבילייטזט דירות רעגיולעישינס לויפן יעצט אויס, און ס'איז נישט געווארן באשטעטיעגט א פארלענגערינג,
דאס מיינט אז די לענדלארדס וועלען שוין האבן שבת צו מאכן, און די טענענטס וועלען סוכ"ס ענדיגן אין מאנטיסעלא...

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג יוני 16, 2015 8:55 pm

נישט איך! האט געשריבן:די שאלה איז צו זאל מען זיך בויען מיט א גאנג פון בויען א קוריער און די אייגענע נאמען אז שפעטער ווען ער וועט האפנטליך קויפן א הויז/דירה זאל ער דאס קענען טוהן או קיין קאפוויי, צו ארבעטן שווער אן זיך אויפבויען א קוריער אדער נאמען אבער מאכן אפאר דאללער מער די 'ערשטע' פאר יאר און ביים קויפן דאס הויז/דירה זיך דרייען אן א קאפ?

מ'רעדט זאל נישט פון די קלענערע פראצענט וואס מענטשן וואס זענען מצליח אין א קורצע זמן מער ווי די המון עם. (בטחון דארפן אלע האבן)

דאס איז זייער גוט אויב עס וואלט געווען א שאלה פון פארדינען מער אדער ווייניגער געלט. אבער ווי פריער ערווענט קען א פרישער יונגערמאן וואס ארבעט כשר נישט אויסקומען דעם טאג און לעבט אין א מיינוס, די שאלה איז נאר צו דער מיינוס איז צען אלפים אדער צוואנציג אלפים.

דאס געזאגט, איז נישט קיין אפציע פאר אזא אינגערמאן צו נעמען אין באטראכט לאָנג ראָן חשבונות בעת ער זינקט טאג טעגליך אין חובות.

הרב_שלום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » דינסטאג יוני 16, 2015 11:09 pm

אויף 85 Skillman בויט מען פאר יודען אדער גוים?
Follow @yncdeals

ברוקלינער יונגערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 08, 2015 1:04 am

תגובהדורך ברוקלינער יונגערמאן » מיטוואך יוני 17, 2015 12:28 am

הרב_שלום האט געשריבן:אויף 85 Skillman בויט מען פאר יודען אדער גוים?

פאר אידן, ס'איז פאר רענטעל'ס, 2 בעדרום'ס מיט קאך/דיינעט נישט קיין דיינונג רום

אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 02, 2013 9:08 pm

תגובהדורך פשוט'ער אידל » מיטוואך יוני 17, 2015 1:14 pm

זייער גוט. אראפ מיטן דיינונג רום. דאס פיצל קעכל איז קיין קאך נישט. געב מיר איין גרויסען עסן שטוב און פערטיג. #וויליאמסבורג
written using the Meshimer web filter

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 17, 2015 1:48 pm

אויב איין גרויסע שטוב איז גענוג, איז א מאביל האום פאר אייך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2709
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מיטוואך יוני 17, 2015 5:20 pm

SPUSMN האט געשריבן:אויב איין גרויסע שטוב איז גענוג, איז א מאביל האום פאר אייך.

ער וואס וואלט עס ווען געטון, ווען ס׳איז דא אין וויליאמסבורג ווי עס צו פארקן...
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך יוני 17, 2015 6:07 pm

אז עס איז נישט דא ווי עס צו פארקען קען מען עס דאבעל פארקען, און עס רוקען ווען דער פאליס קומט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך יוני 17, 2015 6:12 pm

שפוסמן, איר זאגט נישט שלעכט, אפשר ברענג איך א טרעילער (אזא ווי וויען האט), איך נעם א פערמיט, דראפ עס אראפ אין פראנט פון מיין הייזקע און פארדינג עס אלסס א 2 בעדרום אפט...
איך געב עס פאר ביליג $1800
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג יוני 18, 2015 1:41 pm

איינער אין ווילי האט אזוי געטון אין א בעקיארד

מען טאר נישט רעדן אויף רבנים קען איך נישט זאגן קיין נאמען
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג יוני 18, 2015 1:45 pm

דו רעדסט דען אויף איהם? דו דערציילסט א עובדא פון דעם צאדיק...
וואו איז דָוִי?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג יוני 18, 2015 1:48 pm

שאינו יודע האט געשריבן:איינער אין ווילי האט אזוי געטון אין א בעקיארד

מען טאר נישט רעדן אויף רבנים קען איך נישט זאגן קיין נאמען


whats wrong? וואסי שלעכט?
שאלה איז וויפיל ראטע ער האט געבעטן דערפאר, אבער מעגן מעג ער עס טוהן געזונטערהייט

עניוועי, קיין אכטער העטער נישט קענען קריגן דערפאר

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג יוני 19, 2015 9:32 am

פר בן בקר האט געשריבן:אין די נייעס היינט אז די רענט סטעיבילייטזט דירות רעגיולעישינס לויפן יעצט אויס, און ס'איז נישט געווארן באשטעטיעגט א פארלענגערינג,
דאס מיינט אז די לענדלארדס וועלען שוין האבן שבת צו מאכן, און די טענענטס וועלען סוכ"ס ענדיגן אין מאנטיסעלא...

איז דען דא רענט סטעבילייזד דירות אין ווילי?
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

mordechai
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 3:36 pm

תגובהדורך mordechai » דינסטאג יולי 14, 2015 10:11 pm

מצוה לפרסם
צוגעלייגטע
sec8 luach hatzibur.png

אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 3:12 pm

תגובהדורך געראטעוועט » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 6:33 pm

אין אנדערע נייעס
מ'האט די ב''ה אנגעהויבן רופן די ערשטע 100 געווינער פין די וועיטינג ליסט פאר א וואוטשער

אגב,
עסקנים אין אידן וואס העלפן ארויס דעם ציבור האבען געבעטן דער עולם זאל זיין אויפריכטיג
אין טוהן וואס מען דארף
די אפיס פין מאנטיסעלא סעקשאן 8 / עווערגרין איז אסאך שטערנגער ווי פעטסאטאון (די עיזשענסי וואס סערווירס גאנץ סאליוואן קאונטי אין אסאך היימישע אידן האבען דארט באקומען)
אין זיי האבען עטליכע מענטשן וואס זייער ארבעט איז צו כאפען פראוד אין האבען אסאך הצלחה
מאכט נישט קיין שאדען פאר זיך אין ''פאר אנדערע אידן''
proud user of
Geder

דריידל
שר האלף
תגובות: 1922
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 28, 2016 8:41 pm

קען איינער אפשר מסביר זיין פארוואס סעקשאן 8 אידן זאלן וועלן וואינען אין מאנטיסעלא? איז נישט וואדריזש אדער בלומינגברג סאך בעסער צוגעשטעלט פאר א פרומער איד?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: דממה דקה און 4 געסט