סעקשאן אכט מעגליכקייט אין מאנטיסעלא - אפדעיטס און דעבאטעס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

מאנטיסעלאו

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 16, 2015 10:22 am

למעשה, לויטן רעקארד אז מ'רעדט יעצט פון 50 אפענע סלאטס און ווי זיי שרייבן אז זיי גיבן א פארצוג פאר סאליווען קאונטי איינוואוינער קוקט נישט אויס ווי אפילו איין אינגערמאן וועט דארט באקומען עפעס:

Johnson said they accepted applications from anyone, regardless of where they lived - as long as their applications were complete and they had a proof of residence.
Within the complex requirements, applications are first-come, first-served, Mir said.
However, preference will be given to Sullivan residents, according to Johnson.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 16, 2015 10:24 am

א לעקציע אויף להבא? אייביג איז אנדערש יעדע מקום האט זיך זיינע אפציעס.
איין לעקציע איז עס, אז ווען עס שטייט אז מען קען עפלייען פאר די וועיטינג ליסט קען מען עפלייען פאר די וועיטינג ליסט און פאר גארנישט מער.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 16, 2015 10:34 am

סראלי האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:וואלט נאך אלץ בעסער געוועהן אז מען פראבירט יא

און דעמאלטס אז מ'העט פראבירן, מיינסטע איין מינוט אז דער גוי וועט דיך מער רעספעקטירן?????, דער רעקארד וועט טאקע שטיל זיין???
איך זעה טעגליך אזוילכע ליינס פון שחורים ווייסע, כל המינים, ביים שטאטישן אפיס אויף דעקאלב, (שוין געווען אפילו ווען די ליינס האבן ארומגערינגלט די בלאק ווי ביי די הקפות) כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן עפעס א נייעס'ל דערוועגן אין די בלעטער

די מהלך וויאזוי מען געוואוינט זיך צו איז נישט שכל׳דיג אפגעזען וואס דער גוי זאגט

כאגערעדט צו שכל'דיג, ער זאגט מיר אז ער האט שוין גאר אסאך געטון אין די נושא, דערווייל האט ער נאר איין עצה, נישט די בעסטע, און עס איז גילטיג נאר אויף איין יאר. אז דער אינגערמאן מיטן ווייב זאלן א טאג נאך די ש"ב גיין ארבעטן, מאכן בערך 500 א וואך (סך הכל 52000 א יאר) אראפצאלן א פיינע פראצענט פאר די רעגירונג, 24000 וועט גיין פאר רענט, נאך א אלף צוויי פאר יוטילעטיס, נאך איינס צוויי פאר עסן וכו'
העלטה אינשורענס ווייסט ער נאכנישט וואו אריינצושטיפן, און עס איז נאר גוט פאר איין יאר ווייל נאך די ערשטע קינד גייט מען איר דאך ווארפן...

#שכל'דיג

און דאס אלעס אן די ברענדיגע פראגע פון תורה מה תהא עלי'
וואו איז דָוִי?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 16, 2015 10:37 am

מיסטעריעז האט געשריבן:

זאגסטוך יא גוט: אריינגיין אין א דירה וואס מען קען נישט באצאלן איז אויך נישט שכל׳דיג...
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 16, 2015 10:41 am

סוי דו קומסט צוריק צום אלטן, אז מען מוז מופן. פראגראמען קומען נישט אריין אינעם בילד.
וואו איז דָוִי?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 16, 2015 10:48 am

מיסטעריעז האט געשריבן:סוי דו קומסט צוריק צום אלטן, אז מען מוז מופן. פראגראמען קומען נישט אריין אינעם בילד.

מ׳דארף ״טרייען״ צו טון נארמאל. די אידן אין די פראדזשעקטס זענען מיט די פליישיגע אויגן די גליקליכסטע, ניין? זיי האבן דאך א דירה פאר אפאר הונדערט דאלאר.

און קוק ווי זיי זענען אנגעקומען.
לעצט פאראכטן דורך סראלי אום דינסטאג יוני 16, 2015 11:11 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 16, 2015 10:57 am

די אידן פון די פראדזשעקס מיט די אינגעלייט פון היינט זענען צוויי אנדערע מסכתות, נישט שייך צו פרעגן פון איין צו די אנדערע.

דער היינטיגער אינגערמאן קען "טרייען" ביז מארגן, דער דלות פאטשט איהם צוריק אין פנים צו ער ארבעט יא צו ער ארבעט נישט, אהן די מינדעסטע פראגראמען קען ער נישט סורווייוון אפי' איין חודש נאך די חתונה, פינטל.
ווילאנג מען איז אין די דירות מאנגל (איבעראל איז עס דא, אין מאנסי, אין קעי דזשעי, אין ווילי און אין ב"פ) "מוזן" זיי צוקומען דערצו, נישטא קיין אנדערע מציאות.
גייסטו זאגן "מופטס", איך ווייס דערפון און זיי אויך און עס איז א שאד צו חזר'ן פארוואס מען טוט עס נישט.
וואו איז דָוִי?

נישט איך!
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 13, 2014 3:18 pm

תגובהדורך נישט איך! » דינסטאג יוני 16, 2015 11:02 am

יהיה כן האט געשריבן:לאו דוקא, (אויסער אז דו האלסט אז מען דארף טאקע צישפארן אלע כוללים און שיקן דעם גאנצן עולם ארבעטן נאך אינמיטן די שבע ברכות, שוין מעג איך מחולק זיין מיט דיר)
און לאמיר זיך אפשטעלן א רגע און מאכן גלייכע חשבונות,
זאג מיר ביטע, וויפיל האלסטו בערך קען א שנה ראשונה יונגערמאן פארדינען גראד נאך די חתונה, אויב גייט ער תיכף ארבעטן?

כיהודה ועוד... ווי אנדערע האבן געזאגט די פראבלעם איז מענטעליטי וואס מ׳טרענירט

האסטו שוין געאפפערט א דזאב פאר א פרישע אינגערמאן צוויי יאר נאכ׳ן חתונה?
איך האב אנגעטראגן איינעם א גוטן פאסטן ביי א פראפעסיאנאלע פירמע פאר 750 א וואך גראד, נישט היימישע בעלי בתים וואס זענען געווען גרייט צו איהם טרענירן פון א.
א שנעלע חשבון פאר משפחה פון 3 בלייבט 600 א וואך אדער מער, די ווייב ארבעט נאך, און לאמיר זאגן די רענט איז מער ווי 2 אלפים.
ער האט עס נישט אנגענומען נאר וועט ענדערש ווייטער זוכן א נישט גראדע פעי וואס ער וועט לכאורה נישט קענען באקומען א גוטע רעיז נאך א יאר אבער פארלירט נישט די נישטיגע פראגראמען וואס ער האט.
#עולםהפוך

אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 3:12 pm

תגובהדורך געראטעוועט » דינסטאג יוני 16, 2015 11:07 am

ל.רוזן האט געשריבן:אין די רעקארד שטייט אז ס׳נאר אפן געווען 50 סלאטס, פון ווי האט דער עולם גענומען אז סדא 400 אפענע סלאטס?

Sent from my LGMS323 Using ForumTouch for Android

כ'הער אז זיי זאגען יעצט אז די ערשטע 350 איז געגאנגען פאר מענטשן פין א וועיטינג ליסט פין 5 יאר צירוק
סייוויאזוי וועט יעדער ארויפגיין אויף די פרישע וועיטינג ליסט
די רחמנות זענען נאר די וואס זענען אראפגעפארען וועגן דעם
proud user of
Geder

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג יוני 16, 2015 11:10 am

נא_שכל האט געשריבן:
מאקאווער האט געשריבן:שרעקליך שרעקליך. מיר קוקן שוין באלד אויס ערגער ווי ציגאנער.
כמיין אה"נ אז מגעט נעמט מען און כש"כ ווען מהאט נישט קיין ברירה. אבער מיט דעם אלעם ווי פאסט דאס פארן עם הנבחר אזא אויפפירונג. פעעך ממש א גיעול נפש. היפך פון באשיידנקייט די יודישע מדה פון ביישנים. אז די נעמסט שוין יא. מאך עס נישט מיט אזא פרסום אז דער גוי זאל זיך אזוי ארויפכאפן דערויף און זיך "ס'מאקעווען" דערמיט

פעעך אזוי צו רעדן אויף אידן...

וואס איז אזא גיעול? איר האט געזען אז איינער האט געטון אדער גערעדט שלעכטס אויף א נישט איד? (אוי כ'האב פארגעסען זיי האבן א "קוואט" פונעם אנפירער פון NAACP וואס האט נארוואס גענומען זיין דאזע מאריכאונע, און וואוינט אזוי געמיטלעך און די רעירונג סובסידערטע עווערגרין הייזער...) איר מיזט טאקע קויפן אלע מיסט וואס די באקאנטע פארשאלטענע צייטונג ווארפט ארויף אויף אונזערע ארימע ברידער?

וויאזוי פונקטליך זאל איינער וואס איז בארעכטיגט צו נהנה זיין פון דעם פראגראם אנקומען צו אריינגעבן זיין אפליקציע? אונטער דער ערד צוזאמען מיט די אנטלעפאנע פון תפיסה?

און זאג נאר ווייסט איר אז רוב מאנטיסעלאו ווערט ממילא אויסגעהאלטען דורך די רעגירונג, פרעגט זיך נאר נאך פון איינער וואס האט דארט א דירה ווער ס'צאלט אים די רענט?

אונזערע שונאים האבן געטראפען נאך שטרוי אויף וואס זיך ארויפצוכאפן צו בארעכטיגן זייער ליידיגע שנאה, און דער עולם קויפט עס פאר גוט געלט!!

יעצט געזעהן די קליפ..

ניין איך שעהם זיך בכלל נישט צו זיין פון די גרופע!

די עולם שטייט איידל באשיידן אין די שורה, מאכן נישט קיין קולות און קיין געפילדער, מען האט אפגעכאפט 5 שחורים און זיין מאכן קולות.. כאטש די יודן באדערט די בילדער אסאך מער.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג יוני 16, 2015 11:13 am

די האסט געזעהן עמיצן האבן דא א פראבלעם מיטן וועג וויאזוי מ'איז געשטאנען אין די ליין? וואס באדעקסטו זיך די אויגן? מ'רעדט פונעם עצם געדאנק (ווי אויסגעשמועסט דא צענדליגער מאל)
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 16, 2015 11:20 am

מיסטעריעז האט געשריבן:די אידן פון די פראדזשעקס מיט די אינגעלייט פון היינט זענען צוויי אנדערע מסכתות, נישט שייך צו פרעגן פון איין צו די אנדערע.

דער היינטיגער אינגערמאן קען "טרייען" ביז מארגן, דער דלות פאטשט איהם צוריק אין פנים צו ער ארבעט יא צו ער ארבעט נישט, אהן די מינדעסטע פראגראמען קען ער נישט סורווייוון אפי' איין חודש נאך די חתונה, פינטל.
ווילאנג מען איז אין די דירות מאנגל (איבעראל איז עס דא, אין מאנסי, אין קעי דזשעי, אין ווילי און אין ב"פ) "מוזן" זיי צוקומען דערצו, נישטא קיין אנדערע מציאות.
גייסטו זאגן "מופטס", איך ווייס דערפון און זיי אויך און עס איז א שאד צו חזר'ן פארוואס מען טוט עס נישט.

ווינציג האבן די פלייס צו ארבעטן ווען זיי באקומען. די מער מ׳באקומט אלס קלענער איז דער דרייוו זיך אריינצווארפן אין א גוטע פרנסה. דוק ותשכח. סיי די פראגראמען געניסער און סיי די קינדער פון רייכע שטובער.
צו טון אלע פעולות און אינוועסטן אסאך צייט זיך ״מסדר״ זיין אויף דעם אופן איז נישט געזונט פאר׳ן מענטש. שארט טערם קוקט עס אויס גוט, אבער לאנג טערם נישט...
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » דינסטאג יוני 16, 2015 11:28 am

סראלי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:סוי דו קומסט צוריק צום אלטן, אז מען מוז מופן. פראגראמען קומען נישט אריין אינעם בילד.

מ׳דארף ״טרייען״ צו טון נארמאל. די אידן אין די פראדזשעקטס זענען מיט די פליישיגע אויגן די גליקליכסטע, ניין? זיי האבן דאך א דירה פאר אפאר הונדערט דאלאר.

און קוק ווי זיי זענען אנגעקומען.

ווי?
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג יוני 16, 2015 11:30 am

צייטליך האט געשריבן:די האסט געזעהן עמיצן האבן דא א פראבלעם מיטן וועג וויאזוי מ'איז געשטאנען אין די ליין? וואס באדעקסטו זיך די אויגן? מ'רעדט פונעם עצם געדאנק (ווי אויסגעשמועסט דא צענדליגער מאל)

פארוואס איך באדעק זיך די אויגן? געווען עטליכע נשים..

די עצם געדאנק איז טאקע ווייטאגליך.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5819
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג יוני 16, 2015 11:30 am

נישט איך! האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:לאו דוקא, (אויסער אז דו האלסט אז מען דארף טאקע צישפארן אלע כוללים און שיקן דעם גאנצן עולם ארבעטן נאך אינמיטן די שבע ברכות, שוין מעג איך מחולק זיין מיט דיר)
און לאמיר זיך אפשטעלן א רגע און מאכן גלייכע חשבונות,
זאג מיר ביטע, וויפיל האלסטו בערך קען א שנה ראשונה יונגערמאן פארדינען גראד נאך די חתונה, אויב גייט ער תיכף ארבעטן?

כיהודה ועוד... ווי אנדערע האבן געזאגט די פראבלעם איז מענטעליטי וואס מ׳טרענירט

האסטו שוין געאפפערט א דזאב פאר א פרישע אינגערמאן צוויי יאר נאכ׳ן חתונה?
איך האב אנגעטראגן איינעם א גוטן פאסטן ביי א פראפעסיאנאלע פירמע פאר 750 א וואך גראד, נישט היימישע בעלי בתים וואס זענען געווען גרייט צו איהם טרענירן פון א.
א שנעלע חשבון פאר משפחה פון 3 בלייבט 600 א וואך אדער מער, די ווייב ארבעט נאך, און לאמיר זאגן די רענט איז מער ווי 2 אלפים.
ער האט עס נישט אנגענומען נאר וועט ענדערש ווייטער זוכן א נישט גראדע פעי וואס ער וועט לכאורה נישט קענען באקומען א גוטע רעיז נאך א יאר אבער פארלירט נישט די נישטיגע פראגראמען וואס ער האט.
#עולםהפוך

דער בילד ווי דער עולם שטייט אין די ליין האט מיר אויך נישט געמאכט גוט פילן, איך ווייס נישט פארוואס, אבער כ'שעם מיך.
אבער במציאות דארף מען ארויסהאבן דעם בילד פון די אנדערע זייט אויך, די מציאות דא א אין אמעריקא איז, אויב ארבעטסטו גראד ווערסטו געשטראפט צו לעבן בעניות ודחקות.
מיין ווייב פלעגט ארבעטן 5 טעג א וואך 6 שעה טעגליך און געמאכט א געוויסע סומע וואס איז געווען גראד, די טאטאל סכום איז אויסגעקומען עטליכע הונדערט מער וויפיל מ'מעג מאכן (בכלל נישט גענוג צו קענען אויסהאלטן א משפחה), און זי איז נענש געווארן אז זי באקומט נישט קיין הילף, שפעטער אז די משפחה האט זיך פארגרעסערט האט זי אנגענומען א אנדערע דזשאב פון ממש א פערטל די צייט, און געס וואט, ולא נודע כי לא באו אל קרבינה, די הכנסה איז געווען די זעלבע, פארוואס, ווייל די חילוק וואס זי האט פארלוירן האט זי אפגענומען פונעם חסד לאומים חטאת, בעפאר דעם האט זי געהאט א עונש הלמאי דו ארבעטסט 5 טעג, נאכדעם אז זי איז געווארן וואויל זי האט געארבעט נאר 2 טעג האט זי געקענט בענעפטירן.
#עולם הפוך
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 16, 2015 11:35 am

סראלי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:די אידן פון די פראדזשעקס מיט די אינגעלייט פון היינט זענען צוויי אנדערע מסכתות, נישט שייך צו פרעגן פון איין צו די אנדערע.

דער היינטיגער אינגערמאן קען "טרייען" ביז מארגן, דער דלות פאטשט איהם צוריק אין פנים צו ער ארבעט יא צו ער ארבעט נישט, אהן די מינדעסטע פראגראמען קען ער נישט סורווייוון אפי' איין חודש נאך די חתונה, פינטל.
ווילאנג מען איז אין די דירות מאנגל (איבעראל איז עס דא, אין מאנסי, אין קעי דזשעי, אין ווילי און אין ב"פ) "מוזן" זיי צוקומען דערצו, נישטא קיין אנדערע מציאות.
גייסטו זאגן "מופטס", איך ווייס דערפון און זיי אויך און עס איז א שאד צו חזר'ן פארוואס מען טוט עס נישט.

ווינציג האבן די פלייס צו ארבעטן ווען זיי באקומען. די מער מ׳באקומט אלס קלענער איז דער דרייוו זיך אריינצווארפן אין א גוטע פרנסה. דוק ותשכח. סיי די פראגראמען געניסער און סיי די קינדער פון רייכע שטובער.
צו טון אלע פעולות און אינוועסטן אסאך צייט זיך ״מסדר״ זיין אויף דעם אופן איז נישט געזונט פאר׳ן מענטש. שארט טערם קוקט עס אויס גוט, אבער לאנג טערם נישט...

לאנג טערם איז דא איין עצה, מופן.
מען קען באקומען רעיזעס מיט באנוסעס מיט כל טוב וכל טוב, די רענט שטייגט אבער מיט סאך א שנעלערע גאלאפ.
ווען זיין וועידזש איז איהם גענוג יעצט אין זיין 1 אדער צוויי בעדרום דירה איז פאר איהם אבער אוממעגליך צו מופן אפי' נאר צו א דריי בעדרום דירה, וער רעדט נאך צו א פיר בעדרום.
אודאי, אז דאס נעמען האט א חסרון קיינער זאגט נישט אז עס איז כולו מעלות, אבער במציאות קען מען נישט אנגיין אהן דעם.

דאכט זיך מיר אז מיר האבן שוין איינמאל גערעדט דערוועגן.
וואו איז דָוִי?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 16, 2015 11:36 am

קאווע באנדל האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:סוי דו קומסט צוריק צום אלטן, אז מען מוז מופן. פראגראמען קומען נישט אריין אינעם בילד.

מ׳דארף ״טרייען״ צו טון נארמאל. די אידן אין די פראדזשעקטס זענען מיט די פליישיגע אויגן די גליקליכסטע, ניין? זיי האבן דאך א דירה פאר אפאר הונדערט דאלאר.

און קוק ווי זיי זענען אנגעקומען.

ווי?

אין ערגעץ נישט...

דריי דיך אין סאטמאר-קליימער דורכאויס׳ן טאג וועסטו פארשטיין
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דינסטאג יוני 16, 2015 11:39 am

@נישט איך!

מיט $750 א וואך \ $39,000 א יאר קען א אינגערמאן מיט איין קינד נישט אויסקומען דעם חודש און אויב וועט איר מאכן דעם חשבון וועט איר זעהן זעהן אז דער אינגערמאן איז הייליג גערעכט מיטן אפווארפן דעם אפפער.

רענט: $2100 א חודש \ $25,200 א יאר
יוטיליטי'ס-פאון: $250 א חודש \ $3000 א יאר
אינקאום טעקס: $150 א וואך \ $7800 א יאר
גראסערי-פיש-פלייש: $700 א חודש \ $8400 א יאר
העלט קעיר: $400 א חודש (ביליגסטע פלאן) \ $4800 א יאר

דאס מיינט אז פארן ספענדן אויף קליידער, שיך, מצות, ד' מינים, שכר לימוד, קאנטרי,באגעבו א.א.וו. איז ער אין א מיינוס פון איבער צען אלפים א יאר!

ומה יעשה הבן שלא יחטא?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 16, 2015 11:39 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:די אידן פון די פראדזשעקס מיט די אינגעלייט פון היינט זענען צוויי אנדערע מסכתות, נישט שייך צו פרעגן פון איין צו די אנדערע.

דער היינטיגער אינגערמאן קען "טרייען" ביז מארגן, דער דלות פאטשט איהם צוריק אין פנים צו ער ארבעט יא צו ער ארבעט נישט, אהן די מינדעסטע פראגראמען קען ער נישט סורווייוון אפי' איין חודש נאך די חתונה, פינטל.
ווילאנג מען איז אין די דירות מאנגל (איבעראל איז עס דא, אין מאנסי, אין קעי דזשעי, אין ווילי און אין ב"פ) "מוזן" זיי צוקומען דערצו, נישטא קיין אנדערע מציאות.
גייסטו זאגן "מופטס", איך ווייס דערפון און זיי אויך און עס איז א שאד צו חזר'ן פארוואס מען טוט עס נישט.

ווינציג האבן די פלייס צו ארבעטן ווען זיי באקומען. די מער מ׳באקומט אלס קלענער איז דער דרייוו זיך אריינצווארפן אין א גוטע פרנסה. דוק ותשכח. סיי די פראגראמען געניסער און סיי די קינדער פון רייכע שטובער.
צו טון אלע פעולות און אינוועסטן אסאך צייט זיך ״מסדר״ זיין אויף דעם אופן איז נישט געזונט פאר׳ן מענטש. שארט טערם קוקט עס אויס גוט, אבער לאנג טערם נישט...

לאנג טערם איז דא איין עצה, מופן.
מען קען באקומען רעיזעס מיט באנוסעס מיט כל טוב וכל טוב, די רענט שטייגט אבער מיט סאך א שנעלערע גאלאפ.
ווען זיין וועידזש איז איהם גענוג יעצט אין זיין 1 אדער צוויי בעדרום דירה איז פאר איהם אבער אוממעגליך צו מופן אפי' נאר צו א דריי בעדרום דירה, וער רעדט נאך צו א פיר בעדרום.
אודאי, אז דאס נעמען האט א חסרון קיינער זאגט נישט אז עס איז כולו מעלות, אבער במציאות קען מען נישט אנגיין אהן דעם.

דאכט זיך מיר אז מיר האבן שוין איינמאל גערעדט דערוועגן.

סא ער גייט גארנישט טון נארמאל ווייל ער וויל סעקשן אכט. און אויב באקומט ער עס וועט דער לענדלארד אים בעטן מיט א טויזנטער מער ווייל ער האט דאך דעם אכטער. סא פאר די טויזנט דאלאר פלאס א חודש איז ווערד נישט צו גיין ארבעטן ווי א נארמאלער מענטש?
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
פינטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 18, 2014 9:44 am
לאקאציע: סארי, כ'וועל זיין צוריק ביז אפאר מינוט...

תגובהדורך פינטל » דינסטאג יוני 16, 2015 11:45 am

עס איז אזא ווייטאג אז אינגעלייט, יונקי שדים שלא טעמו טעם ... ארעסטירן זיך בידים פארן לעבן.

איין זאך וואס איך פארשטיי נאכנישט, עס זענען דארט געווען פארזאמלט לכה"פ 500 אינגעלייט וואס האבן געקענט באשטיין צו מופן, פארוואס האט מען זיך נישט געקענט צוזאמענעמען מיט א יד אחת ארויסצומופן עניוועי?? פארוואס דארף מען צוקומען צו די אכטער???
(איך ווארט נישט אויף קיין תירוץ, איך ווייס עס שוין)
אייביג צום פינטל...

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6794
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג יוני 16, 2015 11:48 am

סראלי, סעקשן אכט איז שוין נאר נאכדעם וואס ער האט מעדיקעיד איז ער דאך שוין עלידזשעבל פאר סעקשן 8, נו זאל שוין זיין.

פריער האסטו געקוואוט טעגלאש אז די גאנצע פעקידזש פון חופה וקידושין + פראגרעמס איז נישט קיין נארמאלע זאך און עס איז ווייל מען "טרייט" נישט, האב איך געזאגט אז מען האט יישט וואס און וויאזוי צו טרייען, דער אינגערמאן וואס האט היינט חתונה האט נישט קיין "שום" מעגליכקייט צו לעבן נארמאל אן פראגראמען.

פינטל, זיי זענען געווען גרייט צו מופן אויף "מאקסימום" א יאר, טייל האבן דאס אויך נישט אין פלאן...
לעצט פאראכטן דורך מיסטעריעז אום דינסטאג יוני 16, 2015 11:54 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
וואו איז דָוִי?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דינסטאג יוני 16, 2015 11:50 am

פינטל האט געשריבן:עס איז אזא ווייטאג אז אינגעלייט, יונקי שדים שלא טעמו טעם ... ארעסטירן זיך בידים פארן לעבן.

איין זאך וואס איך פארשטיי נאכנישט, עס זענען דארט געווען פארזאמלט לכה"פ 500 אינגעלייט וואס האבן געקענט באשטיין צו מופן, פארוואס האט מען זיך נישט געקענט צוזאמענעמען מיט א יד אחת ארויסצומופן עניוועי?? פארוואס דארף מען צוקומען צו די אכטער???
(איך ווארט נישט אויף קיין תירוץ, איך ווייס עס שוין)

וויאזוי האט עמיצער געזאגט נעכטן: מ׳פארט פון ברוקלין קיין אופסטעיט צו באקומען סעקשן 8, און דערנאך אנשטאט בלייבן וואוינען דארטן בהרחוה קומט מען צוריק וואוינען אין די סיטי לעכער, אז דערנאך זאל מען ״מוזן״ פארן קיין אופסטעיט אין די זומער...
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
zibala
שר חמש מאות
תגובות: 512
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דינסטאג יוני 16, 2015 11:52 am

סיז א שווערער דיון, די מציאות איז אז די אלא פראגראמען שרויפן ארויף די פרייזען ווייל ווען עס וואלט עס נישט געווען וואלט קיינער דאס זיך נישט געקענט ערלויבן,

פון די אנדערע זייט ווילאנג א גרויס חלק ציבור נעמט דאס זענען זיי מיקר השער פאר א יעדעם איינעם ביז סיז א דאמינא עפעקט אום מען 'מוז' דאס האבן

דאס זעלבע איז ביי גראסעריס וויק פ. ס. ואכמל
שבעה מי יודע!?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דינסטאג יוני 16, 2015 11:59 am

סראלי האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:די אידן פון די פראדזשעקס מיט די אינגעלייט פון היינט זענען צוויי אנדערע מסכתות, נישט שייך צו פרעגן פון איין צו די אנדערע.

דער היינטיגער אינגערמאן קען "טרייען" ביז מארגן, דער דלות פאטשט איהם צוריק אין פנים צו ער ארבעט יא צו ער ארבעט נישט, אהן די מינדעסטע פראגראמען קען ער נישט סורווייוון אפי' איין חודש נאך די חתונה, פינטל.
ווילאנג מען איז אין די דירות מאנגל (איבעראל איז עס דא, אין מאנסי, אין קעי דזשעי, אין ווילי און אין ב"פ) "מוזן" זיי צוקומען דערצו, נישטא קיין אנדערע מציאות.
גייסטו זאגן "מופטס", איך ווייס דערפון און זיי אויך און עס איז א שאד צו חזר'ן פארוואס מען טוט עס נישט.

ווינציג האבן די פלייס צו ארבעטן ווען זיי באקומען. די מער מ׳באקומט אלס קלענער איז דער דרייוו זיך אריינצווארפן אין א גוטע פרנסה. דוק ותשכח. סיי די פראגראמען געניסער און סיי די קינדער פון רייכע שטובער.
צו טון אלע פעולות און אינוועסטן אסאך צייט זיך ״מסדר״ זיין אויף דעם אופן איז נישט געזונט פאר׳ן מענטש. שארט טערם קוקט עס אויס גוט, אבער לאנג טערם נישט...

דארף מען נאר א קוק טאן אויף די יונגעלייט'לעך אינטער די דרייסיג, וועלכע ווייסן ניטאמאל וואס די בריאה פון 'סעיף ח'' באדייט, (ווייל מען טיילט עס שוין נישט פאר צען יאר), וויפיל פון זיי זענען טאקע אזוי גליקליך ווי איר לייגט עס אראפ....

און אגב, הער איך גאר אז ס'רוב עולם דארט אין מאנטיסעלא זענען גארנישט געווען קיין שטאטישע, א גרויסער עולם איז געקומען פון סקווירא, (אזוי זעהט מען אויך אויף די בילדער)

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג יוני 16, 2015 1:15 pm

שוין לאנג נישט געזען קיין אשכול מיט אזעלכע קלארע דערפרישענדע תגובות. קורץ און שארף און צו דער זאך.
ממש זיך צו באלעקן.
אויך איז צום לאכן פון די נערנים וועלכע ווילן מיך-דיך-זיך איינרעדן 1) אז מען ארבעט פלייסיג און מען שוויצט און מען ארבעט זיך ארויף, און מען לערנט זיך א פאך, מען שפרונגט אליינס אריין אין ביזנעס.... דאן.... איז מען סעטעלט......... כא כא כא כא כא
2) אז אן די פראגראמען איז מען גליקליך און מיט די פראגראמען אומגליקליך...... כא כא כא כא כא כא כא......

און דער פוינט פון עולם הפוך איז נאך שרייענדיגער פון אלעס דא אין די אמעריקאנער רעגירונג, די מינוט וואס די ווערסט אויס ארעמאן ביזטו שוין מיט 40,000 מיינוס אין דער ערד, צוליב פארלירן די פראגראמען און דעם טעקס ריטוירן. טא וואס וויל די ******** אמעריקאנער רעגירונג, וואס האט גענוג געלט פאר אלערליי שטותים נאר נישט פאר אירע בירגער, ווארום שטיצן ארימעלייט איז דאך פוי פוי פוי ביי די רעפובליקאנער, אבער מאכן דעמאקראטיע אין איראק פאר א טריליאן דאלאר, איז גאר וואויל.
חסד לאומים חטאת

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט