סעקשאן אכט מעגליכקייט אין מאנטיסעלא - אפדעיטס און דעבאטעס

אלעס איבער רענטן און קויפן א הויז

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מחותן
שר עשרת אלפים
תגובות: 10102
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 09, 2010 11:39 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחותן »

און אנדערע ווערטער זאגסטו אז אויב שרייבט מען נישט ארויס די ווארט ״יוד״ נאר מען שרייבט ״האסידיק״ דאן איז יא ערלוי ט צו שרייבען קעגן די גרופע.

שוין צייט זיי צו פייטען..
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14418
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

מיר יודען פרוביר שוין די לעצטע צוויי יאהר צו זיין נערמאלע מענטשען און ארויסמופען קיין בלומינגבערג אדער קרית יואל און די גוי האט שטעלט פיסלעך ביי בידע פלעצער
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

מאקאווער האט געשריבן:שרעקליך שרעקליך. מיר קוקן שוין באלד אויס ערגער ווי ציגאנער.
כמיין אה"נ אז מגעט נעמט מען און כש"כ ווען מהאט נישט קיין ברירה. אבער מיט דעם אלעם ווי פאסט דאס פארן עם הנבחר אזא אויפפירונג. פעעך ממש א גיעול נפש. היפך פון באשיידנקייט די יודישע מדה פון ביישנים. אז די נעמסט שוין יא. מאך עס נישט מיט אזא פרסום אז דער גוי זאל זיך אזוי ארויפכאפן דערויף און זיך "ס'מאקעווען" דערמיט

פעעך אזוי צו רעדן אויף אידן...

וואס איז אזא גיעול? איר האט געזען אז איינער האט געטון אדער גערעדט שלעכטס אויף א נישט איד? (אוי כ'האב פארגעסען זיי האבן א "קוואט" פונעם אנפירער פון NAACP וואס האט נארוואס גענומען זיין דאזע מאריכאונע, און וואוינט אזוי געמיטלעך און די רעירונג סובסידערטע עווערגרין הייזער...) איר מיזט טאקע קויפן אלע מיסט וואס די באקאנטע פארשאלטענע צייטונג ווארפט ארויף אויף אונזערע ארימע ברידער?

וויאזוי פונקטליך זאל איינער וואס איז בארעכטיגט צו נהנה זיין פון דעם פראגראם אנקומען צו אריינגעבן זיין אפליקציע? אונטער דער ערד צוזאמען מיט די אנטלעפאנע פון תפיסה?

און זאג נאר ווייסט איר אז רוב מאנטיסעלאו ווערט ממילא אויסגעהאלטען דורך די רעגירונג, פרעגט זיך נאר נאך פון איינער וואס האט דארט א דירה ווער ס'צאלט אים די רענט?

אונזערע שונאים האבן געטראפען נאך שטרוי אויף וואס זיך ארויפצוכאפן צו בארעכטיגן זייער ליידיגע שנאה, און דער עולם קויפט עס פאר גוט געלט!!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

איך האב קיין צייטונג נישט געליינט, נעכטן האט מיר איינער געשיקט דעם קליפ ווי מען שטייט אין די רייעס, עס איז א געפיל וואס שרייט זיך ארויס פון טיעפן הארץ, דער געפיל שרייט קולות וברקים, מען קען עס נישט שטיל מאכן, עפעס טויג נישט מיטן בילד, פארגעס פון די צייטונג א מינוט, זענען מיר ממש פונקט ווי די גוים? ממש ווי די שווארצע און די ספאניאלאס? דאס מיינען חז״ל מיט פשוט נבילה בשוק ואל תצטרך לבריות? עפעס איז ראנג מיט אונזער מיינדסעט אין דעם ענין, וצריך תיקון גדול מאוד, אונזערע זיידעס האבן זיך נישט אזוי געפירט
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך האב עפלייעט נעכטן דורך אימעיל, יעצט האט איך באקומען דעיע אימעיל פון זיי,

Hi,

Please refer to the cover letter for instructions on proper submission of the application.

Thank you,

Judy Kehrley
Section 8 Program Coordinator
Monticello Housing Authority
845-794-6855 x 310

איי געס מען קען נישט עפלייען דורך אימעיל.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

טעגלאש האט געשריבן:איך האב קיין צייטונג נישט געליינט, נעכטן האט מיר איינער געשיקט דעם קליפ ווי מען שטייט אין די רייעס, עס איז א געפיל וואס שרייט זיך ארויס פון טיעפן הארץ, דער געפיל שרייט קולות וברקים, מען קען עס נישט שטיל מאכן, עפעס טויג נישט מיטן בילד, פארגעס פון די צייטונג א מינוט, זענען מיר ממש פונקט ווי די גוים? ממש ווי די שווארצע און די ספאניאלאס? דאס מיינען חז״ל מיט פשוט נבילה בשוק ואל תצטרך לבריות? עפעס איז ראנג מיט אונזער מיינדסעט אין דעם ענין, וצריך תיקון גדול מאוד, אונזערע זיידעס האבן זיך נישט אזוי געפירט

זוך איך איין שחור אדער ספאניאלא, וואס צאלט טאקע 3000 דאלער א חודש רענט (פער פאמיליע) און פיל מער, הארטע גרינע וואלוטע קעש, אן קיין שום פראגראמען, ביטע געפין מיר אים איך וויל עם באזוכן

"וצריך תיקון גדול מאוד"..... המממ, וואס זאל מתוקן וווערן?, די טענענטס זאלן אפפיצן קיין דזשורסי סיטי?, וואו? כ'הער נישט?, די לענדלארד זאל זיך מתקן זיין??? ווער פונקטליך, כ'פארשטייניש

יא, אז מען וואוינט אינטער אוממענטשליכע אומשטענדן, זענען דאס די תוצאות.... אונזערע זיידעס האבן געוואוינט אין 'באראקן' אינטער אוממענטשליכע אומשטענדן, און עס האט טאקע משפיע געווען אויף זייער התנהגות......
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום דינסטאג יוני 16, 2015 9:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 14418
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

מיר טרייען שוין די לעצטע שטיק צייט צו טון וואס אונזער זיידעס האבן געטוהן און זיך צושפרייטען, אבער די גוי לאט נישט #בלומינבערג #קרית יואל אנעקסעשאן
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

צריך תיקון גדול גייט ארויף אויף: די סעט פון חופה וקדושין, גאווערמענט פראגרעמס, מען פראבירט ניטאמאל צו מען קען בכלל אן דעם
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

טעגלאש האט געשריבן:צריך תיקון גדול גייט ארויף אויף: די סעט פון חופה וקדושין, גאווערמענט פראגרעמס, מען פראבירט ניטאמאל צו מען קען בכלל אן דעם

ווילאנג מען וואוינט אינטער דער ערד, אן קיין לופט צו אטעמען, און מען ארבעט מן הבוקר עד צאת הנשמה צי באצאלן רענט, איז זייער שווער (אויב ס'איז בכלל שייך) מחליט צו זיין צי מען קען טאקע אן דעם...
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

וואלט נאך אלץ בעסער געוועהן אז מען פראבירט יא
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

טעגלאש האט געשריבן:צריך תיקון גדול גייט ארויף אויף: די סעט פון חופה וקדושין, גאווערמענט פראגרעמס, מען פראבירט ניטאמאל צו מען קען בכלל אן דעם
ישראל אשר בך אתפאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

טעגלאש האט געשריבן:וואלט נאך אלץ בעסער געוועהן אז מען פראבירט יא

און דעמאלטס אז מ'העט פראבירן, מיינסטע איין מינוט אז דער גוי וועט דיך מער רעספעקטירן?????, דער רעקארד וועט טאקע שטיל זיין???
איך זעה טעגליך אזוילכע ליינס פון שחורים ווייסע, כל המינים, ביים שטאטישן אפיס אויף דעקאלב, (שוין געווען אפילו ווען די ליינס האבן ארומגערינגלט די בלאק ווי ביי די הקפות) כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן עפעס א נייעס'ל דערוועגן אין די בלעטער
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

יהיה כן האט געשריבן:

די מהלך וויאזוי מען געוואוינט זיך צו איז נישט שכל׳דיג אפגעזען וואס דער גוי זאגט

סראלי האט געשריבן:

דאס האט נישט קיין שייכות אהער,
איך פארשטיי זייער גוט די וועלכע האבן זיך ארויס געשלעפט קיין מאנטיסעלא ווארטנדיג 10 שעה אויף א ישועה שאין בו ממש, דאס איז א תוצאה פון 'נויט'.... (כ'בין בכלל נישט זיכער אז קיינער דארט האט טאקע נאך נישט פראבירט עפעס אנדערש, והוי דן את כל האדם לכף זכות)
מען האט שוין גערעדט דערפון כמה פעמים דא, שולדיג איז דער צידרייטער סיסטעם פונם אכטער, וואס איז אויסגעשטעלט לכתחילה אז מען זאל זיין שטארק אנגעוויזן דערין (עס אפעקטירט די הויכע רענט פרייזן כידוע), און מען זאל זיך נישט ארויס זעהן דערפון, אבער וואס קען מען טוהן, ביז די 'עשירות' קומט אן מוז מען דאך אויך לעבן....
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

איך ווייס נישט צו וואס מען ענפערט וועגן די שנאה פון גוי צום יוד, דאס איז בכלל נישט דער נושא, דער גוי האט אונז פיינט ווייל מיר זענען יודן, איך האב נישט געליינט די צייטונגען, און עס פאראינטרעסירט מיט פונקט ווי דער פאראיאריגער שניי, דער מהלך ווי מיר זענען געווארן איינגעוואוינט צו נעמען און נעמען, וויפיל סגייט, ביז מסירת נפש, ועד בכלל, איז א גועל נפש פאר יעדן רעכדענקיגן מענטש, אפגעזעהן וויאזוי די נידעריגע פירן זיך אויף, מיר טארן נישט זיין ווי זיי.
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

יהיה כן האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:וואלט נאך אלץ בעסער געוועהן אז מען פראבירט יא

און דעמאלטס אז מ'העט פראבירן, מיינסטע איין מינוט אז דער גוי וועט דיך מער רעספעקטירן?????, דער רעקארד וועט טאקע שטיל זיין???
איך זעה טעגליך אזוילכע ליינס פון שחורים ווייסע, כל המינים, ביים שטאטישן אפיס אויף דעקאלב, (שוין געווען אפילו ווען די ליינס האבן ארומגערינגלט די בלאק ווי ביי די הקפות) כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן עפעס א נייעס'ל דערוועגן אין די בלעטער

די מהלך וויאזוי מען געוואוינט זיך צו איז נישט שכל׳דיג אפגעזען וואס דער גוי זאגט

דאס האט נישט קיין שייכות אהער,
איך פארשטיי זייער גוט די וועלכע האבן זיך ארויס געשלעפט קיין מאנטיסעלא ווארטנדיג 10 שעה אויף א ישועה שאין בו ממש, דאס איז א תוצאה פון 'נויט'.... (כ'בין בכלל נישט זיכער אז קיינער דארט האט טאקע נאך נישט פראבירט עפעס אנדערש, והוי דן את כל האדם לכף זכות)
מען האט שוין גערעדט דערפון כמה פעמים דא, שולדיג איז דער צידרייטער סיסטעם פונם אכטער, וואס איז אויסגעשטעלט לכתחילה אז מען זאל זיין שטארק אנגעוויזן דערין (עס אפעקטירט די הויכע רענט פרייזן כידוע), און מען זאל זיך נישט ארויס זעהן דערפון, אבער וואס קען מען טוהן, ביז די 'עשירות' קומט אן מוז מען דאך אויך לעבן....

איך פארשטיי אויך יעדן יחיד פאר זיך, אבער סטיל, דער ענין דארף א תיקון ביי אונז, איך רעד בכלליות, און ניין, שולדיג איז נישט דער אכטער, שולדיג איז דער סיסטעם וואס האט יענע יארן יעדן ארויפגעשטיפט דערויף
לעצט פארראכטן דורך טעגלאש אום דינסטאג יוני 16, 2015 9:49 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

יהיה כן האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:וואלט נאך אלץ בעסער געוועהן אז מען פראבירט יא

און דעמאלטס אז מ'העט פראבירן, מיינסטע איין מינוט אז דער גוי וועט דיך מער רעספעקטירן?????, דער רעקארד וועט טאקע שטיל זיין???
איך זעה טעגליך אזוילכע ליינס פון שחורים ווייסע, כל המינים, ביים שטאטישן אפיס אויף דעקאלב, (שוין געווען אפילו ווען די ליינס האבן ארומגערינגלט די בלאק ווי ביי די הקפות) כ'האב נאך קיינמאל נישט געזעהן עפעס א נייעס'ל דערוועגן אין די בלעטער

די מהלך וויאזוי מען געוואוינט זיך צו איז נישט שכל׳דיג אפגעזען וואס דער גוי זאגט

דאס האט נישט קיין שייכות אהער,
איך פארשטיי זייער גוט די וועלכע האבן זיך ארויס געשלעפט קיין מאנטיסעלא ווארטנדיג 10 שעה אויף א ישועה שאין בו ממש, דאס איז א תוצאה פון 'נויט'.... (כ'בין בכלל נישט זיכער אז קיינער דארט האט טאקע נאך נישט פראבירט עפעס אנדערש, והוי דן את כל האדם לכף זכות)
מען האט שוין גערעדט דערפון כמה פעמים דא, שולדיג איז דער צידרייטער סיסטעם פונם אכטער, וואס איז אויסגעשטעלט לכתחילה אז מען זאל זיין שטארק אנגעוויזן דערין (עס אפעקטירט די הויכע רענט פרייזן כידוע), און מען זאל זיך נישט ארויס זעהן דערפון, אבער וואס קען מען טוהן, ביז די 'עשירות' קומט אן מוז מען דאך אויך לעבן....

מערסטנס פון די חברה וואס זענען פארנומען דערמיט זענען די כולל יונגעלייט וואס האבן נאכנישט פרובירט אין זייער לעבן צו פארדינען געלט.

די איינציגסטע זכות וואס איך האב אויף זיי איז: אז מ׳גיבט, נעמט מען...
ישראל אשר בך אתפאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

סראלי האט געשריבן:[

די איינציגסטע זכות וואס איך האב אויף זיי איז: אז מ׳גיבט, נעמט מען...

מען גיבט נישט...., שוין יאאאאאארן וואס מען גיבט נישט, אבער די לענדלארד דאהי זענען נאך ציגעוואוינט צו די תקופה ווען מען האט יא געגעבן, דעריבער זעהט עס אויס ווי עס זעהט אויס....
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6747
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

יהי'

עס איז מער די פאקט אז די אידן וואוינען 50+ מייל אוועק

קומען צו לויפן אויף אלע פיר ווען מען הערט עפעס וועגן דעם אכטער, נישט קיין פארגלייך צו דיקאלב, וואס איז טעגליך, צוליבן זיין אין אזא געגענט, משא"כ מאנטיסעלא,

ופשוט מאוד.

און בכלל דארף דער סיסטעם א תיקון, ווייל רוב אינגעלייט וועלן מתפלל זיין אויף סעקשאן 8 ווי איידער אויף פרנסה, מען איז אבסעסט מיט די פראגראמען, און מען פאוקאסט צו שטארק דערויף
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

און בכלל דארף דער סיסטעם א תיקון, ווייל רוב אינגעלייט וועלן מתפלל זיין אויף סעקשאן 8 ווי איידער אויף פרנסה, מען איז אבסעסט מיט די פראגראמען, און מען פאוקאסט צו שטארק דערויף[/quote]
ישראל אשר בך אתפאר
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

טעגלאש האט געשריבן:איך ווייס נישט צו וואס מען ענפערט וועגן די שנאה פון גוי צום יוד, דאס איז בכלל נישט דער נושא, דער גוי האט אונז פיינט ווייל מיר זענען יודן, איך האב נישט געליינט די צייטונגען, און עס פאראינטרעסירט מיט פונקט ווי דער פאראיאריגער שניי, דער מהלך ווי מיר זענען געווארן איינגעוואוינט צו נעמען און נעמען, וויפיל סגייט, ביז מסירת נפש, ועד בכלל, איז א גועל נפש פאר יעדן רעכדענקיגן מענטש, אפגעזעהן וויאזוי די נידעריגע פירן זיך אויף, מיר טארן נישט זיין ווי זיי.

עס איז אזוי דער שטייגער ביי אלע אומות דא ארום אונז, ביי אלע פון זיי זענען פארהאן עניים וועלכע זוכן צו נעמען און ביי אלע זענען פארהאן פארקערט אויך, פיל דיך נישט אזוי ציקלאפט כאילו נאר ביי חרד'ישע אידן איז עס פארהאן, נאר מיר זענען בולט דאס מערסטע ווייל מיר זענען 'ודתיהם שונות מכל עם' מיר זעהן אויס אנדערש, און מיר פירן זיך אויף אנדערש.....

הרב שאינו יודע
זעהט אויס אז איר ווייסט נישט ווייל איר זעהט עס נישט

איך זעה עס יעדן טאג כ'וואוין דארט בשכינות, גוים 'מארבע כנפות הארץ' פון סודאן ביז מעקסיקא, קומען אהער קיין ניו יארק צו שטיין אין די ליין (ביי זייערע מדינות טיילט מען נישט אזוי סך)
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

ווער סאיז שולדיג פרעגסטע? כעל דיר זאגן, ווען איך האב חתונה געהאט, און כאניש געוואלט נעמען, האט מען מיך גרודפט עד החרמה, פון מיינע עלטערן און פון אירע, ווען אימער סאיז אינטער געקומען אזא סארט זאך ווי סלאטס סיי ווי, האב איך געקריגן פאוין קאלס פון אלע זייטן, מען האט גערופן די ב״ב אויך, ב״ה אז איך האב געפונען ארבייט ווי מען צאלט ערליך און גראד, און די חתונה האט זיך אויפגעהערט, פרעג איך אייך? קען מען בלעימען דעם כולל יונגערמאן? וויל ער דען בכלל דארט זיין? מיר לעבן אין א פארקערטע וועלט, די גראדע וועג איז נעמען און נעמען עד אין סוף, אין דער יונגערמאן וואס וויל פראבירן צו לעבן גראד, דער איז גאר דער משוגענער, איך קען נאך אסאך מעריך זיין, האב איך נישט די צייט איצט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

טעגלאש האט געשריבן:ווער סאיז שולדיג פרעגסטע? כעל דיר זאגן, ווען איך האב חתונה געהאט, און כאניש געוואלט נעמען, האט מען מיך גרודפט עד החרמה, פון מיינע עלטערן און פון אירע, ווען אימער סאיז אינטער געקומען אזא סארט זאך ווי סלאטס סיי ווי, האב איך געקריגן פאוין קאלס פון אלע זייטן, מען האט גערופן די ב״ב אויך, ב״ה אז איך האב געפונען ארבייט ווי מען צאלט ערליך און גראד, און די חתונה האט זיך אויפגעהערט, פרעג איך אייך? קען מען בלעימען דעם כולל יונגערמאן? וויל ער דען בכלל דארט זיין? מיר לעבן אין א פארקערטע וועלט, די גראדע וועג איז נעמען און נעמען עד אין סוף, אין דער יונגערמאן וואס וויל פראבירן צו לעבן גראד, דער איז גאר דער משוגענער, איך קען נאך אסאך מעריך זיין, האב איך נישט די צייט איצט

לאו דוקא, (אויסער אז דו האלסט אז מען דארף טאקע צישפארן אלע כוללים און שיקן דעם גאנצן עולם ארבעטן נאך אינמיטן די שבע ברכות, שוין מעג איך מחולק זיין מיט דיר)
און לאמיר זיך אפשטעלן א רגע און מאכן גלייכע חשבונות,
זאג מיר ביטע, וויפיל האלסטו בערך קען א שנה ראשונה יונגערמאן פארדינען גראד נאך די חתונה, אויב גייט ער תיכף ארבעטן?
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8635
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

יהיה כן האט געשריבן:
טעגלאש האט געשריבן:איך ווייס נישט צו וואס מען ענפערט וועגן די שנאה פון גוי צום יוד, דאס איז בכלל נישט דער נושא, דער גוי האט אונז פיינט ווייל מיר זענען יודן, איך האב נישט געליינט די צייטונגען, און עס פאראינטרעסירט מיט פונקט ווי דער פאראיאריגער שניי, דער מהלך ווי מיר זענען געווארן איינגעוואוינט צו נעמען און נעמען, וויפיל סגייט, ביז מסירת נפש, ועד בכלל, איז א גועל נפש פאר יעדן רעכדענקיגן מענטש, אפגעזעהן וויאזוי די נידעריגע פירן זיך אויף, מיר טארן נישט זיין ווי זיי.

עס איז אזוי דער שטייגער ביי אלע אומות דא ארום אונז, ביי אלע פון זיי זענען פארהאן עניים וועלכע זוכן צו נעמען און ביי אלע זענען פארהאן פארקערט אויך, פיל דיך נישט אזוי ציקלאפט כאילו נאר ביי חרד'ישע אידן איז עס פארהאן, נאר מיר זענען בולט דאס מערסטע ווייל מיר זענען 'ודתיהם שונות מכל עם' מיר זעהן אויס אנדערש, און מיר פירן זיך אויף אנדערש.....

הרב שאינו יודע
זעהט אויס אז איר ווייסט נישט ווייל איר זעהט עס נישט

איך זעה עס יעדן טאג כ'וואוין דארט בשכינות, גוים 'מארבע כנפות הארץ' פון סודאן ביז מעקסיקא, קומען אהער קיין ניו יארק צו שטיין אין די ליין (ביי זייערע מדינות טיילט מען נישט אזוי סך)

און נאכאמאל, און נאכאמאל...

ס׳נישט קיין חילוק וואס דער גוי טוט אדער זאגט.

ס׳נישט קיין שום פראבלעם אז דער ״עני בישראל״ נעמט מיט ביידע הענט.

דער פראבלעם איז ווען מ׳הייבט אן נעמען אלצדינג נאך בעפאר מ׳האט א שאנס געהעריג צו פארדינען. מ׳דערקלערט זיך עני בעפאר מען האט אפילו פרובירט נתעשר צו ווערן...
ישראל אשר בך אתפאר
אוועטאר
פשוט'ער אידל
שר חמש מאות
תגובות: 941
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 02, 2013 9:08 pm

באאם!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פשוט'ער אידל »

יעצט גערעדט צו זיי
1 - זיי האבן "נישט" קיין סלאטס אוועיליבל. הייבט זיך נישט אן די נומבער 400. ס'גאנצע זאך דא איז ארויפצוגיין אויפן וועיטינג ליסט. און זיי קענען נישט וויסן ווען זיי גייען באקומען סלאטס. "כ'ווייס נישט ווער ס'האט ענק געזאגט 400".
2 - די אימעילס זענען "נישט" אנגענומען.
3 - זיי גייען קודם רופן די מאנטיסעלאו איינואוינער.

אויב איז דאס אמת וואס זי זאגט, איז עס א לעקציע אויף להבא אז #מ'דארף-זיין-נארמאל. 2:00AMליינס#
written using the Meshimer web filter
שרייב תגובה

צוריק צו “דירת קבע”