בלאט 4 פון 11
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:33 pm
דורך קרעפטיג
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:און אפילו וואס מען מעג דארף מען נישט אלץ טאן, מען טאר נישט זיין קיין נבל ברשות התורה
דער סוחר וואס האט מיר געבעטן קנאפע צוויי הונדערט קרעפלעך פאר א שטאפן היט איז אויך א נבל ?
און דער אתרוג סוחר ?
און דער שטריימל סוחר (פאר תקנות) ?
און דער ציצית סוחר ?
און דער מצות סוחר ?
קען זיין זיי אלע זענען נבלים אדער אפשר נישט...
איינער קען דא חושן משפט ? איך נישט, אבער מ'פסקענט דא אינגרויסן, איך ווייס נישט, זייער שווער אבער צו זאגן אז די אלע וועלן גיין אין גהינם אזוי ווי איינער האט ערווענט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 1:35 pm
דורך יהיה כן
קרעפטיג האט געשריבן:יעקב צוקערמאן האט געשריבן:און אפילו וואס מען מעג דארף מען נישט אלץ טאן, מען טאר נישט זיין קיין נבל ברשות התורה
זייער שווער אבער צו זאגן אז די אלע וועלן גיין אין גהינם אזוי ווי איינער האט ערווענט.
העליך א פרעג טאן דעם שר של גיהנם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:06 pm
דורך יעקב צוקערמאן
ליסטען, איך טייל נישט גיהנום פאר קיין שום איד, אפילו אזעלכע וואס כ'וואלט זיי געוואלט גוט אויפפאטשן. איך וואונטש פאר יעדן אז ביים ארויפקומען אויבן זאל מען אים מצדיק זיין ביים דין, מהפך זיין בזכותו און אויפזוכן יעדן מליצה ישרה צו מאכן מצות מער ווי עבירות און איבערוועגן דעם וואגשאל לטובה.
יעצט אין יעדע עבירה, און אין ענין פון נבל ברשות התורה, איז דא אסאך מדריגות, און נאר דער באשעפער ווייסט ווי גרויס די נבלה איז
אן אנגעפאשעטער גוי, וואס פעלט אים נישט מכל טוב וטוב, און מחמות פשוטע תאוות הממון צאפט אויס דאס בלוט פון אידן וואס האבן נישט קיין ברירה און מוזן צוקומען צו האוזינג, ער נוצט אויס דעם נעבעכדיגן צושטאנד פון אידישע קינדער, און לאכט זיך אויס פון באשעפער און שטויסט אים אין פנים אריין פאר דאס אלעס גוטס וואס ער באשערט אים
אזוינס הייסט א הויכער שטאפל פון נבלה.
גאנץ אנדערש ווי דעם הוט סוחר וואס כדי צו קענען דעקן דאס חתונה מאכן די קינדער און זיך אפשפארן פאר רעטייערמענט, נוצט ער אויס זיין מארקעט און בעט א געפעפערטן פרייז. עס איז נבלה אפשר, אבער כרחוק מזרח ממערב.
אבער ווי פריערד.
מיר זענען דן לכף זכות אלע אידן, אפילו די אנגעפאשעטע, ווארום דער תאוות הממון און דער נסיון העושר איז טאקע א געפערליכער שטארקער נסיון. טאקע ווייל דעם ווייל עס שטייט נישט ארויס בפירוש אין די תורה אז מען טאר נישט זיין קיין נבל ברשות התורה. וואלט ווען געשטאנען קלאר אזוי ווי דער איסור חזיר, וואלט קיין שום איד עס נישט געטאן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 2:12 pm
דורך לא לנו
קיין איינער האט נאך נישט אהערגעברענגט דאס בלעטל בשלימות. ביטע וומ"ס איינוואוינער רופט אייך אן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:42 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לא לנו האט געשריבן:קיין איינער האט נאך נישט אהערגעברענגט דאס בלעטל בשלימות. ביטע וומ"ס איינוואוינער רופט אייך אן.
דאס וואס מען האט אהערגעברענגט, דאס איז דער גאנצער שלימות.... מען האט געלעזט דעם גאנצען רענט קריזיס אין צוויי בלעטער...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:44 pm
דורך בוידעם
צוויי בלעטער + א אנקעטע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:46 pm
דורך בני יששכר
היינט פארציילט מיר א איד
אז זיין חבר האט אפאר טענענט וואס זענען אים שוין שילדיג. א יאר מיט א האלב רענט אין האט פשוט רחמנות אויף די טענענעט'ס אלע האבן שטיבער מיט פינף אדער זעקס קינדער קעי''ה און ער ווייסט נישט וואס צי טון.
פרעג איך אים וויפל איז די רענט. זאגט
זיי דארפן צאלן 2800$
פרעג איך אים רבש''ע וואס טראכט ער פון ווי קען דער אינגערמאן וואס ארבייט סיי ווי דאס ציבאצאלן
דא האט זיך די שמועס געענדיגט....
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 4:56 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בני יששכר האט געשריבן:היינט פארציילט מיר א איד
אז זיין חבר האט אפאר טענענט וואס זענען אים שוין שילדיג. א יאר מיט א האלב רענט אין האט פשוט רחמנות אויף די טענענעט'ס אלע האבן שטיבער מיט פינף אדער זעקס קינדער קעי''ה און ער ווייסט נישט וואס צי טון.
פרעג איך אים וויפל איז די רענט. זאגט
זיי דארפן צאלן 2800$
פרעג איך אים רבש''ע וואס טראכט ער פון ווי קען דער אינגערמאן וואס ארבייט סיי ווי דאס ציבאצאלן
דא האט זיך די שמועס געענדיגט....
גראדע א שיינע זאך ער האט רחמנות איינע פון די אידישע מדות , ער איז א סך מער ראוי לשבח ווי דער וואס רודפט דעם טענענט אן רחמנות און נאכדעם גיט ער דאס פאר צדקה...
אבער פון די אנדערע זייט, האב איך א שאלה וואס האט דער אינגערמאן געטראכט בשעתן אינטערנעמען צו צאלען 2800 $ ???? אודאי איז זייער געשמאק צו האבען א דירה אין וומסב"ג ווי אלעס איז באקוועם און נישט אוועקמופען, אבער אויף וועמעס חשבון?? איז טאקע חו"מ (פאר די לענדלארדס און פאר די טענענטס) א זאך פון די פעסט חלילה?????
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 28, 2015 6:04 pm
דורך מטעמים
בני יששכר האט געשריבן:היינט פארציילט מיר א איד
אז זיין חבר האט אפאר טענענט וואס זענען אים שוין שילדיג. א יאר מיט א האלב רענט אין האט פשוט רחמנות אויף די טענענעט'ס אלע האבן שטיבער מיט פינף אדער זעקס קינדער קעי''ה און ער ווייסט נישט וואס צי טון.
פרעג איך אים וויפל איז די רענט. זאגט
זיי דארפן צאלן 2800$
פרעג איך אים רבש''ע וואס טראכט ער פון ווי קען דער אינגערמאן וואס ארבייט סיי ווי דאס ציבאצאלן
דא האט זיך די שמועס געענדיגט....
נו פארוואס פארדינגט ער עס נישט פאר גויים?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 10:37 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
מטעמים האט געשריבן:בני יששכר האט געשריבן:היינט פארציילט מיר א איד
אז זיין חבר האט אפאר טענענט וואס זענען אים שוין שילדיג. א יאר מיט א האלב רענט אין האט פשוט רחמנות אויף די טענענעט'ס אלע האבן שטיבער מיט פינף אדער זעקס קינדער קעי''ה און ער ווייסט נישט וואס צי טון.
פרעג איך אים וויפל איז די רענט. זאגט
זיי דארפן צאלן 2800$
פרעג איך אים רבש''ע וואס טראכט ער פון ווי קען דער אינגערמאן וואס ארבייט סיי ווי דאס ציבאצאלן
דא האט זיך די שמועס געענדיגט....
נו פארוואס פארדינגט ער עס נישט פאר גויים?
און פארוואס דינגט נישט דער יונגערמאן ערגעץ אנדערש? אין קרית יואל קען מען דינגען א דריי בעדרום פאר בערך 1500, אין זשערסי סיטי
בקרוב פאר 900, נא אבער עס איז דאך נישט קאנוויניענט.....און זיצען ביי יענעם און צאלען
גארנישט פאר 18 חדשים איז יא קאנוויניענט???
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 10:40 am
דורך יאנקעלע קליגער
און פארוואס צאלט ער נישט כאטש וויפיל ער קען יא?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 11:22 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:און פארוואס צאלט ער נישט כאטש וויפיל ער קען יא?
דער טבע פון מענטשען איז אזוי, איך קען ממילא נישט באצאלען די גאנצע, צאל איך שוין גארנישט. ריכטיג? ניין... אבער אזוי זענען מענטשען.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 12:31 pm
דורך SPUSMN
און אפשר צאלט ער יא וויפיל ער קען און איז איטערשטעליג כהיום 18 חדשים. מיר האבען דאך נישט געהערט די פרטים פון די מעשה.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 12:39 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:און אפשר צאלט ער יא וויפיל ער קען און איז איטערשטעליג כהיום 18 חדשים. מיר האבען דאך נישט געהערט די פרטים פון די מעשה.
ער צאלט אפשר וויפיל ער קען, עס איבער צענליגער און הונדערטער וואס צאלען
גארנישט. אויב וויסט איר נישט, פרעגט זיך אביסל נאך... ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט פארענטפערט מיין קושיא, מיט וואסערע רעכט דינגט אן ארבעטס אינגערמאן א דירה פאר 2800 אנשטאט אוועקמופען...
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 12:56 pm
דורך SPUSMN
ווייל ער האט נישט קיין ברירה, מען צווינגט אים. נישט יעדער איז אין גאנצען בעל הבית (צו בכלל בעל הבית) אויף דער דעסישען.
אןן נאכדעם זענען דא מענטשען וואס האפען אז ער וועט זיין א מוצלח.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 1:13 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:ווייל ער האט נישט קיין ברירה, מען צווינגט אים. נישט יעדער איז אין גאנצען בעל הבית (צו בכלל בעל הבית) אויף דער דעסישען.
אןן נאכדעם זענען דא מענטשען וואס האפען אז ער וועט זיין א מוצלח.
איר זענט גערעכט, איך דארף איבערפרעגן די שאלה
עס איז אבער דא צענליגער און הונדערטער וואס צאלען
גארנישט. אויב וויסט איר נישט, פרעגט זיך אביסל נאך... ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט פארענטפערט מיין קושיא, מיט וואסערע רעכט
דינגט אן ארבעטס אינגערמאן מיט זיין ווייב א דירה פאר 2800 אנשטאט אוועקמופען...
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 1:20 pm
דורך Hershela
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:ווייל ער האט נישט קיין ברירה, מען צווינגט אים. נישט יעדער איז אין גאנצען בעל הבית (צו בכלל בעל הבית) אויף דער דעסישען.
אןן נאכדעם זענען דא מענטשען וואס האפען אז ער וועט זיין א מוצלח.
איר זענט גערעכט, איך דארף איבערפרעגן די שאלה
עס איז אבער דא צענליגער און הונדערטער וואס צאלען
גארנישט. אויב וויסט איר נישט, פרעגט זיך אביסל נאך... ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט פארענטפערט מיין קושיא, מיט וואסערע רעכט
דינגט אן ארבעטס אינגערמאן מיט זיין ווייב א דירה פאר 2800 אנשטאט אוועקמופען...
ניין ער איז נישט גערעכט !!
ווען דיין ווייב הייסט דיר בארגען 20 טויזענט דאללער (וואס די גייסט נישט האבען צו באצאהלען) פאר א נישט אזא צניעותדיגע קלייד וואלסט עס אויך געטיען אדער וואלסט געזאגט סארי איך גיי דאס נישט טיען !?!?!?!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 1:24 pm
דורך מחותן
SPUSMN האט געשריבן:ווייל ער האט נישט קיין ברירה, מען צווינגט אים. נישט יעדער איז אין גאנצען בעל הבית (צו בכלל בעל הבית) אויף דער דעסישען.
די תירוץ איז אביסל אנדערש, די תירוץ איז ווייל: על כרחך אתה חי, זיין מאמע האט אים דא געבוירען, זיינע עלטערן האבן אים דא אויפגעצויגען, סאסייעטי און די מוסדות האבן אים אויסגעשטעלט זיין לעבען אז ער זאל נישט אריינפאסען אין קיין שום קאמינעטי נאר דא צווישען די אונגארישע אפשטאמיגע חסידים, זיין טאטע האט אים דא חתונה געמאכט.. וואס איז ער שולדיג? ווי ווילט עטץ אז זאל ער גיין? זאל ער מופן קיין ווייאמיניג? טענעסי? אדער אלעסקא?
דא זאל ער זיצען, ער איז נישט מחיוב זיך אראפציווארפן פון די בריטיש צילוב וואס די דורות בעפאר האבן געמאכט פאר אים אלע שלעכטע באשלוסען וואס איז נאר שייך שייך אזוי \אז עס זאל אויפוואקסן א דור מיט יונגעלייט וואס האבן נישט מינדעסטע ידיעות צו קענענן טרעפן א לייטישע פרנסה, און די מינדעסטע טשענס צי האבן א געהעריגע דאך אויפן קאפ..
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 29, 2015 1:38 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
Hershela האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:ווייל ער האט נישט קיין ברירה, מען צווינגט אים. נישט יעדער איז אין גאנצען בעל הבית (צו בכלל בעל הבית) אויף דער דעסישען.
אןן נאכדעם זענען דא מענטשען וואס האפען אז ער וועט זיין א מוצלח.
איר זענט גערעכט, איך דארף איבערפרעגן די שאלה
עס איז אבער דא צענליגער און הונדערטער וואס צאלען
גארנישט. אויב וויסט איר נישט, פרעגט זיך אביסל נאך... ביז דערווייל האט נאך קיינער נישט פארענטפערט מיין קושיא, מיט וואסערע רעכט
דינגט אן ארבעטס אינגערמאן מיט זיין ווייב א דירה פאר 2800 אנשטאט אוועקמופען...
ניין ער איז נישט גערעכט !!
ווען דיין ווייב הייסט דיר בארגען 20 טויזענט דאללער (וואס די גייסט נישט האבען צו באצאהלען) פאר א נישט אזא צניעותדיגע קלייד וואלסט עס אויך געטיען אדער וואלסט געזאגט סארי איך גיי דאס נישט טיען !?!?!?!
אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו... עס איז גאר א שווערע נסיון, ווען א ווייב שרייעט אז מע מוז צו האבן די שטארקייט און זאגן איך בין א איד און די תורה לאזט נישט.
איך מיין אז אויב רבנים און דיינים וואלטען מעורר גווען ביי של"ס און ביי שבת שובה אויף די פירצה אז יונגעלייט לאזן זיך פירען ביי די ווייבער און ווערן נכשל אין איסור גניבה מדי חודש בחודשו, אנשטאט אוועק צומופען (לאכט נישט, איך מיין אז לא תגנוב אדער לא תגנובו איז א לאו דאורייתא לויט אלע שיטות) וואלט עס געגעבן שטארקייט פאר א אינגערמאן צו זאגען לא מיט אן אלף, קיין גנב האלט איך נישט ביים זיין... אויב אבער זענען דא מענשען אנשטאט וואס שרייען פרייזן פון רענט אין וויליאמסבורג גייט פאלן... , איז מה יעשה הבן שלא יחטא
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 1:01 pm
דורך הורוויץ
כ'האב געזעהן א בריוו אין דער איד די וואך ווי איינער ברענגט זייער גוט ארויס די לעכעריגקייט פון די אזוי גערופענע טענה "קענסט מופען, קיינער הייסט דיך נישט וואוינען דא", ויבואו המעתיקים ויעתיקו.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 1:11 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
הורוויץ האט געשריבן:כ'האב געזעהן א בריוו אין דער איד די וואך ווי איינער ברענגט זייער גוט ארויס די לעכעריגקייט פון די אזוי גערופענע טענה "קענסט מופען, קיינער הייסט דיך נישט וואוינען דא", ויבואו המעתיקים ויעתיקו.
הרב הורוויץ, איר קענט פארענטפערן מיין קושיא?
וואס האט דער ארבעטס אינגערמאן מיט זיין ווייב צוזאמען געטראכט בשעתן אינטערנעמען צו צאלען 2800 $ ???? אודאי איז זייער געשמאק צו האבען א דירה אין וומסב"ג ווי אלעס איז באקוועם און נישט אוועקמופען, אבער אויף וועמעס חשבון?? איז טאקע חו"מ (פאר די לענדלארדס און פאר די טענענטס) א זאך פון די פעסט חלילה?????
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 1:27 pm
דורך הורוויץ
זיי מעתיק דעם בריוו און מיר וועלן נאכדעם דן זיין אויפן תוכן.
בד"וו דו ליינסט אמאל די מעשיות פון די אמאליגע פריצים מיט זייערע מאשקעס..?? די מאשקעס זענען געווען פאלנע גנבים.. אנשטאט אוועק צומופען זענען זיי געלאפען צום רבי'ן און אסאך מאל נאך אוועקגעלייגט די אומשולדיגע פריצים..
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 2:35 pm
דורך מצלמה
עס קוקט עפעס אויס ווי די קהילות / צייטונגען / הנהלה אפישעלס / מאכערס ועוד - ווילן נאר אז מ'זאל בלייבן דא און ברעכן קאפ!
פארוואס לאזט מען אריין אזעלכע בריוו אין די צייטונגען? (רעדאקציע)
יא, זאל דער ציבור וואס קען נישט באצאלן די רציחה'דיגע פרייזן זאלן אפטראגן פון דא.
רבותי, עס איז נישט קיין געטאו וואס דער צאר לאזט נישט וואוינען נאר אין אידישן קווארטל - הייבט אייך אויף און ויסעו בשעה טובה ומוצלחת.
נ.ב. (איך רעד צו זיך)
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 2:40 pm
דורך מצלמה
מחותן האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:ווייל ער האט נישט קיין ברירה, מען צווינגט אים. נישט יעדער איז אין גאנצען בעל הבית (צו בכלל בעל הבית) אויף דער דעסישען.
די תירוץ איז אביסל אנדערש, די תירוץ איז ווייל: על כרחך אתה חי, זיין מאמע האט אים דא געבוירען, זיינע עלטערן האבן אים דא אויפגעצויגען, סאסייעטי און די מוסדות האבן אים אויסגעשטעלט זיין לעבען אז ער זאל נישט אריינפאסען אין קיין שום קאמינעטי נאר דא צווישען די אונגארישע אפשטאמיגע חסידים, זיין טאטע האט אים דא חתונה געמאכט.. וואס איז ער שולדיג? ווי ווילט עטץ אז זאל ער גיין? זאל ער מופן קיין ווייאמיניג? טענעסי? אדער אלעסקא?
דא זאל ער זיצען, ער איז נישט מחיוב זיך אראפציווארפן פון די בריטיש צילוב וואס די דורות בעפאר האבן געמאכט פאר אים אלע שלעכטע באשלוסען וואס איז נאר שייך שייך אזוי \אז עס זאל אויפוואקסן א דור מיט יונגעלייט וואס האבן נישט מינדעסטע ידיעות צו קענענן טרעפן א לייטישע פרנסה, און די מינדעסטע טשענס צי האבן א געהעריגע דאך אויפן קאפ..
מחותן: נישט טענעסי, נישט ווייאמינג און נישט אין אטלאנטיק אקעאן!
יעדער אינגערמאן קעגן זיך אויסקלויבן פון מאנסי, מאנראו, לעיקוואוד, בלומינגבערג, דדזשוירזי סיטי.
די אלע זענען בעסער ווי זיין א בעל חוב!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 2:44 pm
דורך בוידעם
והאמת איך גיי דיר ענטפערן.
ווייל אזוי וויל ער, ער האט פארגעסן זיך אדורך צו רעדן מיט דיר פון פראנאויס.