בלאט 7 פון 11
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:42 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
יהיה כן האט געשריבן:(דו ווייסט אליינס אז דו רעדסט שטותים, ווייל כמעט אין די גאנצע וועלט איז נוהג אז א קינד מאכט מען חתונה און ער וואוינט (כאטש אויף א יאר) נעבן זיינע שוויגער עלטערן, עס האט א סיבה און אויך א שכל
רבי יהיה כן, סיבות מיט שכל איז אלעס גוט ווען עס איז "מעגליך", אבער אז עס איז נישט מעגליך נישט שכלדיג, נישט מענטשליך, נישט תורהדיג איז צייט איבער צוטראכטען צו מען זאל זיך אזוי נוהג זיין.
די אנדערע אפציע איז אזי ווי בעל דעת האט געזאגט
זייער שטארק דעמאלטס איז א טענה אויף דע עלטערן פארוואס האסטי נישט געמופט פאר די האסט חתונה געמאכט אין דע צייט וואס די האסט געוויסט אז דיין טאכטער וועט נישט קענען באצאלען אזעלכע הויכע רענט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:55 am
דורך נא_שכל
הייסט איז זענט מציע, אז חוץ די אלע ריזיגע הוצאת החתונה און טירדות וואס פאלן אויף די עלטערן פארן חתונה מאכן, זאל זיי נאך אריינכאפן נאך א צוואנציג אלפים חובות פון מופן צו אן אנדערע שטאט, און זיך דארט מסדר זיין מיט אלע אנדערע קינדער וכו' וכו'????????
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:56 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:אויך נישט קיין עצה, ווייל ווער וועט נעמען א בחור וואס ארבעט שוין ביי בי ענד עיטש?
אהא, דארף מען נאר פרעגן די וואס ארבעטען ביי בי ענד עיטש צו זיי קענען יא באצאלען די צוויי דריי טויזענט דאלאר רענט...
איך מיין אז עס איז צייט אויפהערן טראכטען די אלע וואנזינגע עצות, (גנבנען, חובות, דער טאטע דער בע"ח זאל אים העלפן, בחורים ארבעטען אין בי ענד עיטש, וכדומה). אונז זעמיר עפעס אינוואלידען וואס מוזען וואוינען אינעם זעלבען שטאט ווי מען האט זיי געוויגט????
שטייט א שטאט מיט טויזענטער אינגעלייט וויינען אלע מיטן זעלבען פראבלעם, הויכע רענט, חובות, גניבה. און מען האט זיך מורא א ריר צו טוען.... הייבטטס ענק אויף (די עלטער באבע מיט די באבע און די מאמע און די טאכטער און די שוויגער צוזאמען)...און מופטס קיין דזשאמעקע, קאנארסי, סטעטען איילענד, דזשערסי סיטי, עליזעביט, ווי נישט? עס איז דאך נישט קיין צרת יחיד, און אז עס איז א רבים צוזאמען איז דאך עס א סך לייכטער..
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:57 am
דורך SPUSMN
נא_שכל האט געשריבן:הייסט איז זענט מציע, אז חוץ די אלע ריזיגע הוצאת החתונה און טירדות וואס פאלן אויף די עלטערן פארן חתונה מאכן, זאל זיי נאך אריינכאפן נאך א צוואנציג אלפים חובות פון מופן צו אן אנדערע שטאט, און זיך דארט מסדר זיין מיט אלע אנדערע קינדער וכו' וכו'????????
און חתונה מאכען מיט דער ערשטער וואס איז מסכים צו וואוינען אין ווייאומינג.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:58 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
נא_שכל האט געשריבן:הייסט איז זענט מציע, אז חוץ די אלע ריזיגע הוצאת החתונה און טירדות וואס פאלן אויף די עלטערן פארן חתונה מאכן, זאל זיי נאך אריינכאפן נאך א צוואנציג אלפים חובות פון מופן צו אן אנדערע שטאט, און זיך דארט מסדר זיין מיט אלע אנדערע קינדער וכו' וכו'????????
יא!! נאך צוואנציג אלפים חובות... און שפארען 1500 א חדש. א שלעכטע אינוועסטמענט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:59 am
דורך SPUSMN
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:זאל דער אינגערמאן גיין ארבעטען א חודש צוויי נאך די חתונה, והכל על מקומו יבא בשלום.
ותורה מה תהא עליה?
א אינגערמאן וואס גייט ארבעטען א חודש צוויי נאך די חתונה וועט בלייבען א פויער זיין גאנץ לעבען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:02 pm
דורך לכתחילה אריבער
יהיה כן האט געשריבן:וואו לייגט מען אין א דירה 'נישט אין וויליאמסבורג'? און פון וואו זאל ער באצאלן רענט, ערגעץ אין הוידא נאנאש, ווי נישט ער און נישט זיין ווייב האבן נישט קיין סיכוי אויף פרנסה (בדרך כלל, ברוב המקרים, איז די ווייבל די פרנסה ברענגערין אויף די ערשטע יאר, און געווענליך איז איר דזשאב א נכסי מלוג פון בעפאר די חתונה)
(דו ווייסט אליינס אז דו רעדסט שטותים, ווייל כמעט אין די גאנצע וועלט איז נוהג אז א קינד מאכט מען חתונה און ער וואוינט (כאטש אויף א יאר) נעבן זיינע שוויגער עלטערן, עס האט א סיבה און אויך א שכל, און צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, איי העסטו טענה'ן ארץ ישראל, כבר דשו כאן בה רבים, און מען האט שוין מוכיח געווען אז עס איז גארנישט אזא טובה, וחזרה למה לי, און ביי די ליטווישע איז עס אזוי ביי אלטע בחורים און מוידן כמנהגם, ואכמ"ל וד"ל)
די גאנצע וועלט איז זיך אזוי נוהג פון אמאל ווען מען האט אויסגעהאלטן א קינד מיט נדן אויף די צייט. מען האט געוואוינט ביים טאטן אין שטוב, און אין א גוטע פאל האט מען צוגעבויט א שטוב.
אריינשטעלן א קינד אין א דירה "נעבן זיך" אן קיין חשבון, פשוט ווייל דו האסט א תאווה - יא א תאווה - אז דיין טאכטער זיל דיר זיין אונטער די פארטוך, איז נישט אויסגעהאלטן. איי דו זאגסט אז אנדערע פלעצער איז נשיטא קיין פרנסה, קודם איז עס נישט אמת, ווייל די רגע וואס עס איז דא א יושב איז דא פרנסה, פשוט רוב פרנסה איז שוין היינט נישט אנגעהאנגען אין א לאקאציע.
ולא עוד, די לאך וויפיל עס בלייבט נאך די פרנסה ביז צו די רענט, איז גרעסער ווי די גאנצע רענט ערגעץ אנדערש!! אויב וועט זי בכלל נישט ארבייטן און באצאלן ערגעץ אנדערש רענט, וועט מען סוף יאר האבן ווייניגער חובות, ווי וואוינען אין די שטאט און ארבייטן און באצאלן די שטאטישע רענט.
העכסטענס וועט זיין נאך א רווח אז די שלום בית וועט אפשר זיין בעסעער אויב זי וועט יעדע נאכט נישט קענען זיצען ביי די מאמען און "אויספיגערען" אז אפשר איז יא דא עפעס א פעללער ביי אים.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:02 pm
דורך SPUSMN
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:נא_שכל האט געשריבן:הייסט איז זענט מציע, אז חוץ די אלע ריזיגע הוצאת החתונה און טירדות וואס פאלן אויף די עלטערן פארן חתונה מאכן, זאל זיי נאך אריינכאפן נאך א צוואנציג אלפים חובות פון מופן צו אן אנדערע שטאט, און זיך דארט מסדר זיין מיט אלע אנדערע קינדער וכו' וכו'????????
יא!! נאך צוואנציג אלפים חובות... און שפארען 1500 א חדש. א שלעכטע אינוועסטמענט?
אינוועסטמענט?
מיין שכן דא ביי דער ארבעט (וואס ער מאכט סיקס דידזיטס און דער ווייב מאכט סיקס דידזיטס) זאגט מיר אז זיי קענען נישט "עפארדען" א צווייטע קינד.
ווער מאכט חשבונות?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:03 pm
דורך מצלמה
SPUSMN האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:זאל דער אינגערמאן גיין ארבעטען א חודש צוויי נאך די חתונה, והכל על מקומו יבא בשלום.
ותורה מה תהא עליה?
א אינגערמאן וואס גייט ארבעטען א חודש צוויי נאך די חתונה וועט בלייבען א פויער זיין גאנץ לעבען.
הוא הדבר אשר דיברתי, פוילע תירוצים פון אנהייב ביזן סוף. אונזערע זיידעס זענען דורך אן אוישוויץ רח"ל - אנגעהויבן פון דער אלף און זיך אויפגעבויט מיט אמביציע, בארץ לא זרועה מיט אנטשלאסנקייט און אן תירוצים. מיר זענען ליידער נישט פעאיג ארויסצוגיין איין טריט. און מיר בלעימען יעדן איינעם, נאר נישט "זיך?
ווער ווייסט צי מיר וועלן נישט אפגעבן א דין וחשבון פאר'ן נישט ארויסגיין וואוינען ווי ס'איז מער אויסגעהאלטן ברוחניות ובגשמיות לנו ולזרענו און א סטאפ צו אלע קינדישע תירוצים.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:05 pm
דורך SPUSMN
נו, חזרה, ווי גייט מען?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:06 pm
דורך מצלמה
לכתחילה אריבער האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:וואו לייגט מען אין א דירה 'נישט אין וויליאמסבורג'? און פון וואו זאל ער באצאלן רענט, ערגעץ אין הוידא נאנאש, ווי נישט ער און נישט זיין ווייב האבן נישט קיין סיכוי אויף פרנסה (בדרך כלל, ברוב המקרים, איז די ווייבל די פרנסה ברענגערין אויף די ערשטע יאר, און געווענליך איז איר דזשאב א נכסי מלוג פון בעפאר די חתונה)
(דו ווייסט אליינס אז דו רעדסט שטותים, ווייל כמעט אין די גאנצע וועלט איז נוהג אז א קינד מאכט מען חתונה און ער וואוינט (כאטש אויף א יאר) נעבן זיינע שוויגער עלטערן, עס האט א סיבה און אויך א שכל, און צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, איי העסטו טענה'ן ארץ ישראל, כבר דשו כאן בה רבים, און מען האט שוין מוכיח געווען אז עס איז גארנישט אזא טובה, וחזרה למה לי, און ביי די ליטווישע איז עס אזוי ביי אלטע בחורים און מוידן כמנהגם, ואכמ"ל וד"ל)
די גאנצע וועלט איז זיך אזוי נוהג פון אמאל ווען מען האט אויסגעהאלטן א קינד מיט נדן אויף די צייט. מען האט געוואוינט ביים טאטן אין שטוב, און אין א גוטע פאל האט מען צוגעבויט א שטוב.
אריינשטעלן א קינד אין א דירה "נעבן זיך" אן קיין חשבון, פשוט ווייל דו האסט א תאווה - יא א תאווה - אז דיין טאכטער זיל דיר זיין אונטער די פארטוך, איז נישט אויסגעהאלטן. איי דו זאגסט אז אנדערע פלעצער איז נשיטא קיין פרנסה, קודם איז עס נישט אמת, ווייל די רגע וואס עס איז דא א יושב איז דא פרנסה, פשוט רוב פרנסה איז שוין היינט נישט אנגעהאנגען אין א לאקאציע.
ולא עוד, די לאך וויפיל עס בלייבט נאך די פרנסה ביז צו די רענט, איז גרעסער ווי די גאנצע רענט ערגעץ אנדערש!! אויב וועט זי בכלל נישט ארבייטן און באצאלן ערגעץ אנדערש רענט, וועט מען סוף יאר האבן ווייניגער חובות, ווי וואוינען אין די שטאט און ארבייטן און באצאלן די שטאטישע רענט.
העכסטענס וועט זיין נאך א רווח אז די שלום בית וועט אפשר זיין בעסעער אויב זי וועט יעדע נאכט נישט קענען זיצען ביי די מאמען און "אויספיגערען" אז אפשר איז יא דא עפעס א פעללער ביי אים.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:07 pm
דורך יאנקעלע קליגער
SPUSMN האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:זאל דער אינגערמאן גיין ארבעטען א חודש צוויי נאך די חתונה, והכל על מקומו יבא בשלום.
ותורה מה תהא עליה?
א אינגערמאן וואס גייט ארבעטען א חודש צוויי נאך די חתונה וועט בלייבען א פויער זיין גאנץ לעבען.
הייסט אז מיין זיידע איז געווען א פויער?
הלואי זאל איך מיט מיין 2 יאר כולל זיין האלב אזוי ערליך ווי מיינע זיידעס ?
קען זיין היינט איז אנדערע צייטען, אבער אויב איז די רעדע פון בלייבן א בע"ח, דארף מען אפשר שטארק שוקל זיין וואס צו טוהן,
און מ'מיז נישט גלייך גיין ארבעטען פון צופרי ביז ביינאכט, מקען קודם נעמען א פארט טיים דזשאב.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:08 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
ווער מאכט חשבונות
דאס איז דער תירוץ אויף אלעם, פארדעם גנבט מען, פארגעם חובהטצט מען פארדעם גייט מען אראפ פון זינען, ווער אויס מענטש, אויס איד ווייל
ווער מאכט חשבונות
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:10 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:נו, חזרה, ווי גייט מען?
דזשאמעקע, קאנארסי, סטעטען איילענד, דזשערסי סיטי, עליזעביט, ווי נישט? עס איז דאך נישט קיין צרת יחיד, און אז עס איז א רבים צוזאמען איז דאך עס א סך לייכטער..
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:12 pm
דורך SPUSMN
ווען גייט מען?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:13 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:ווען גייט מען?
איר זענט גרייט צו קומען?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:13 pm
דורך SPUSMN
איך יא, מיין ווייב נישט.
און אפשר איז זי גערעכט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:26 pm
דורך יהיה כן
מצלמה
א שאד זיך צו טענה'ן, קאל מיך ווען דו האלסט ביים חתונה מאכן א קינד, עמיר זעהן דעמאלטס ווי אזוי דו וועסט רעדן..... (איך האלט גראדע יא ביים חתונה מאכן יעצט, קיין איינע פון דיינע גראנדיעזע עצות זעהט נישט אויס צו זיין רעלעוואנט)
אויב רעדט מען פון דעם אז דער יונגערמאן זאל גיין ארבעטן ווייל אויב נישט וועט ער גיין גנבענען אין צעלימער מקוה, זעהט מיר נישט אויס עפעס מיט וואס די עלטערן זענען עם עפעס שולדיג
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:29 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:איך יא, מיין ווייב נישט.
און אפשר איז זי גערעכט?
דעמאלס פרעגט ביטע נישט
וען גייט מען? און הערט אויף געבן
הסברים און קושיות, זאגט קלאר איך בין א הולך בעצת אשתי אזוי ווי א סך אנדערע אידען דא זאגן. איר דארפט מער גארנישט צולייגען, איך פארשטיי אייך זייער גוט...

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:32 pm
דורך SPUSMN
איר פארשטייט מיר נישט. איר קענט מיר נישט פארשטיין (ווי הרב יהיה כן האט געזאגט) ביז איר וועט זיין אין מיינע שיך.
ווען מיין ווייב איז גערעכט פרוביר איך איר צו געבען גערעכט. דא, ווייס איך נישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:34 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
יהיה כן האט געשריבן:מצלמה
א שאד זיך צו טענה'ן, קאל מיך ווען דו האלסט ביים חתונה מאכן א קינד, עמיר זעהן דעמאלטס ווי אזוי דו וועסט רעדן..... (איך האלט גראדע יא ביים חתונה מאכן יעצט, קיין איינע פון דיינע גראנדיעזע עצות זעהט נישט אויס צו זיין רעלעוואנט)
אויב רעדט מען פון דעם אז דער יונגערמאן זאל גיין ארבעטן ווייל אויב נישט וועט ער גיין גנבענען אין צעלימער מקוה, זעהט מיר נישט אויס עפעס מיט וואס די עלטערן זענען עם עפעס שולדיג
ווען מען האלט שוין ביים חתונה מאכען איז שוין טאקע אביסל צו שפעט..און עס איז טאקע מוראדיג שווער פאר די קינדער. אבער די אינגעלייט וואס גייען אנהויבען חתונה צו מאכן אין א פאר יאר ארום טוען א מוראדיגע טובה פאר זייערע קינדער זיי זאלן נישט דארפן אויסקוקען אזוי ווי די אנגעחובהצדיגע אינגעלייט היינט אין וומסב"ג
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:36 pm

גם אני בחלומי.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:37 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
SPUSMN האט געשריבן:איר פארשטייט מיר נישט. איר קענט מיר נישט פארשטיין (ווי הרב יהיה כן האט געזאגט) ביז איר וועט זיין אין מיינע שיך.
ווען מיין ווייב איז גערעכט פרוביר איך איר צו געבען גערעכט. דא, ווייס איך נישט.
איך פארשטיי אייך יא. איין זאך פארשטיי איך נאר נישט פארוואס איר פראבירט עס מלבש צו זיין אין תירוצים. איר קענט זאגן קלאר
זי וויל נישט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 12:38 pm
דורך יהיה כן
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:מצלמה
א שאד זיך צו טענה'ן, קאל מיך ווען דו האלסט ביים חתונה מאכן א קינד, עמיר זעהן דעמאלטס ווי אזוי דו וועסט רעדן..... (איך האלט גראדע יא ביים חתונה מאכן יעצט, קיין איינע פון דיינע גראנדיעזע עצות זעהט נישט אויס צו זיין רעלעוואנט)
אויב רעדט מען פון דעם אז דער יונגערמאן זאל גיין ארבעטן ווייל אויב נישט וועט ער גיין גנבענען אין צעלימער מקוה, זעהט מיר נישט אויס עפעס מיט וואס די עלטערן זענען עם עפעס שולדיג
ווען מען האלט שוין ביים חתונה מאכען איז שוין טאקע אביסל צו שפעט..און עס איז טאקע מוראדיג שווער פאר די קינדער. אבער די אינגעלייט וואס גייען אנהויבען חתונה צו מאכן אין א פאר יאר ארום טוען א מוראדיגע טובה פאר זייערע קינדער זיי זאלן נישט דארפן אויסקוקען אזוי ווי די אנגעחובהצדיגע אינגעלייט היינט אין וומסב"ג
שפעט צוט וואס???
פארוואס דעמאלטס ביזטו נאך דא????
(די מדובר איז געווען דא איבער די יונגעלייטלעך וועלכע האבן נאך נישט אויסגעטרינקען די באטי, איינער האט דא באשולדיגט די עלטערן כאילו זיי זענען גאר שולדיג פארוואס זיי האבן נישט געהאט קיין רוח הקודש פאר צען יאר צוריק זיך צו ציען קיין דזשערסי סיטי.....)
די אלע וועלכע האבן שוין אויסגעטרינקען די באטי, אוועק געווארפן די צאמי, זאלן זיך טאקע אויפהייבן און פליען פון דאנעט, מיט דיר אינאיינעם....