בלאט 6 פון 11
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 9:34 pm
דורך גערעכטער
יהיה כן האט געשריבן:מצלמה האט געשריבן:למעלה משבעים האט געשריבן:והאמת איר האט אפשר נישט געכאפט, מיין פראגע איז געווען צו איך. ס'איז נייע צייטן היינט אז חתן כלה מאכן זיך אליין חתונה און טרעפן אליין דירות?
למעלה, איר פרעגט זייער גוט. און די שרעקליכע פפאסירונג אין צעהלימער מקוה פאר שבועות העעל"ט (וד"ל) פארענטפערט דיין קשיא..
whats the story with the tzelima mikvah?
נישט געמאכט צו רעדן דערפין אויף אייוועלט.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 9:37 pm
דורך סראלי
מענטשן מיט קלעבעדיגע הענט איז אלס געווען...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 9:57 pm
דורך מצלמה
סראלי האט געשריבן:מענטשן מיט קלעבעדיגע הענט איז אלס געווען...
די מעשה איז אומרעלעוואנט. דאס איז נאר אסימפטאם.
דער פראבלעם איז אז "איך" מאך מיין אומשולדיג שעפעלע פאר א בעל חוב עצום גלייך נאך די חתונה, אן קיין שום וועג צו באצאלן די חובות.
שומו שמים!
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 10:09 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
יהיה כן האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:הורוויץ האט געשריבן:כ'האב געזעהן א בריוו אין דער איד די וואך ווי איינער ברענגט זייער גוט ארויס די לעכעריגקייט פון די אזוי גערופענע טענה "קענסט מופען, קיינער הייסט דיך נישט וואוינען דא", ויבואו המעתיקים ויעתיקו.
הרב הורוויץ, איר קענט פארענטפערן מיין קושיא?
וואס האט דער ארבעטס אינגערמאן מיט זיין ווייב צוזאמען געטראכט בשעתן אינטערנעמען צו צאלען 2800 $ ???? אודאי איז זייער געשמאק צו האבען א דירה אין וומסב"ג ווי אלעס איז באקוועם און נישט אוועקמופען, אבער אויף וועמעס חשבון?? איז טאקע חו"מ (פאר די לענדלארדס און פאר די טענענטס) א זאך פון די פעסט חלילה?????
יאך האב שוין עטליכע מאל געמופט זייט מיין חתונה, כ'מוז דיר זאגן עפעס וואס זעהט אויס אז דו ווייסט נישט......
מופן אליינס קאסט מינימום א צוואנציג אלפים!!!, (ס'אויסער די נייע רענט וכו' וכו')
יעצט פון וואנעט זאל א יונגערמאן וואס איז שוין א בעל חוב פון אזא סכום, זיך אינטער נעמען אויף איינמאל נאך אזא סכום?? (כ'זאג נישט אז דער איז גערעכט, אבער אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, וואס זאל ער טוען?, זאל ער זיך אויפלעזן חלילה??)
איך בין קיינעם נישט דן חלילה, אבער איך מיין אז עס איז א סך מער אויסגעהאלטען צו וואוינען אין מאנסי-מאנרא-בלומינגבערג-דשזערסי סיטי, ווי צו וואוינען אין וומסב"ג אלס א בע"ח אדער אלס ג... דער פאקט אז פון די אלע הונדערטער "נישט צאלערס" רוקן זיך ווינציג ארויס איז א שטארקע קושיא. אויב נישט אויף די מענער, עכ"פ אויף די ווייבער. וד"ל
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 31, 2015 10:45 pm
דורך זאכליך
כ'האב אמאל געשמועסט מיט א חתן, גלייך נאך וואס ער האט געטראפן א דירה. ער זאגט מיר אז ס'גייט קאסטן 1700 א חודש רענט. פרעג איך אים אויב ער ווייסט וויפל די כלה פארדינט, זאגט ער מיר "יא, זי פארדינט 400 א וואך" פרעג איך נו וואס איז די פלאן 440 * 4 איז 1600 וועסטו דאך קוים האבן צו צאלן די רענט!". ער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער ס'איז געבליבן ביי דעם כ'ווייס נישט וויאזוי ער קומט זיך אויס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:31 am
דורך SPUSMN
איך ווייס יא;
אזוי ווי זיין שכן.
--
נישט געמאכט צו רעדן דערפין אויף אייוועלט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:33 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
זאכליך האט געשריבן:כ'האב אמאל געשמועסט מיט א חתן, גלייך נאך וואס ער האט געטראפן א דירה. ער זאגט מיר אז ס'גייט קאסטן 1700 א חודש רענט. פרעג איך אים אויב ער ווייסט וויפל די כלה פארדינט, זאגט ער מיר "יא, זי פארדינט 400 א וואך" פרעג איך נו וואס איז די פלאן 440 * 4 איז 1600 וועסטו דאך קוים האבן צו צאלן די רענט!". ער האט נישט געהאט וואס צו ענטפערן, אבער ס'איז געבליבן ביי דעם כ'ווייס נישט וויאזוי ער קומט זיך אויס.
דו מיינסט אז דער חתן איז א בן יחיד... רוב יונגעלייט הייבן אזוי אן זייער לעבן אין וומסב"ג..דאס איז ליידער ווי אזוי מען איז מחנך אונזערע פרישע אינגעלייט,
ומה יעשה הבן שלא יחטא???
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:43 am
דורך SPUSMN
ווער איז מחנך?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:50 am
דורך יהיה כן
מצלמה האט געשריבן:סראלי האט געשריבן:מענטשן מיט קלעבעדיגע הענט איז אלס געווען...
די מעשה איז אומרעלעוואנט. דאס איז נאר אסימפטאם.
דער פראבלעם איז אז "איך" מאך מיין אומשולדיג שעפעלע פאר א בעל חוב עצום גלייך נאך די חתונה, אן קיין שום וועג צו באצאלן די חובות.
שומו שמים!
כ'מיין אז דו זאלסט טאקע מאכן די אלע חשבונות, בעפארן אראפ ברענגען א נשמה אויף דער וועלט...........
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 10:54 am
דורך מצלמה
יהיה כן האט געשריבן:מצלמה האט געשריבן:סראלי האט געשריבן:מענטשן מיט קלעבעדיגע הענט איז אלס געווען...
די מעשה איז אומרעלעוואנט. דאס איז נאר אסימפטאם.
דער פראבלעם איז אז "איך" מאך מיין אומשולדיג שעפעלע פאר א בעל חוב עצום גלייך נאך די חתונה, אן קיין שום וועג צו באצאלן די חובות.
שומו שמים!
כ'מיין אז דו זאלסט טאקע מאכן די אלע חשבונות, בעפארן אראפ ברענגען א נשמה אויף דער וועלט...........
מעגליך אז איר שפירט נישט דערין קיין פראבלעם. ביסטו זייער לאקי.
איך שפיר געפערליך! ווייל מיט'ן אים מאכן א בעל חוב האב איך געטאן א געפערליכע רעה בידים.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:00 am
דורך SPUSMN
"די" מאכסט אים דען א בעל חוב? וואס זענען דען דיינע אנדערע אפשען'ס? אים נישט חתונה צו מאכען?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:00 am
דורך יהיה כן
דו טוסט די זעלבע רעה בידים ווען דו ברענגסט אראפ זיין נשמה אויף דער וועלט, אן וויסן פון פאראויס פון וואנעט דו גייסט עס אויסהאלטן..... (לשיטתך אז די עלטערן זענען גאר שולדיג אין אלע פראבלעמען וואס די שטאט ליידט)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:04 am
דורך farshlufen
ווען ענדיגט זיך חזרה?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:08 am
דורך מצלמה
יהיה כן האט געשריבן:דו טוסט די זעלבע רעה בידים ווען דו ברענגסט אראפ זיין נשמה אויף דער וועלט, אן וויסן פון פאראויס פון וואנעט דו גייסט עס אויסהאלטן..... (לשיטתך אז די עלטערן זענען גאר שולדיג אין אלע פראבלעמען וואס די שטאט ליידט)
ווער פארשטייט נישט דעם דיפערענץ.
אז איך לייג אריין מיין קינד אין א דירה וואס "ער קען נישט באצאלן" - מאך איך אים בידים פאר א בעל חוב אדער פאר א גנב? נישט אזוי?
איך געב אים נישט די TOOLS נישט צו זיין קיין בעל חוב.
משא"כ אז איך לייג אים אריין אין א דירה "נישט אין וויליאמסבורג" קען ער עס יא באצאלן און נישט זיין קיין בעל חוב.
איר אויב פארשטייט נישט דעם דיפערענץ, איז נישט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:10 am
דורך יהיה כן
וואו לייגט מען אין א דירה 'נישט אין וויליאמסבורג'? און פון וואו זאל ער באצאלן רענט, ערגעץ אין הוידא נאנאש, ווי נישט ער און נישט זיין ווייב האבן נישט קיין סיכוי אויף פרנסה (בדרך כלל, ברוב המקרים, איז די ווייבל די פרנסה ברענגערין אויף די ערשטע יאר, און געווענליך איז איר דזשאב א נכסי מלוג פון בעפאר די חתונה)
(דו ווייסט אליינס אז דו רעדסט שטותים, ווייל כמעט אין די גאנצע וועלט איז נוהג אז א קינד מאכט מען חתונה און ער וואוינט (כאטש אויף א יאר) נעבן זיינע שוויגער עלטערן, עס האט א סיבה און אויך א שכל, און צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, איי העסטו טענה'ן ארץ ישראל, כבר דשו כאן בה רבים, און מען האט שוין מוכיח געווען אז עס איז גארנישט אזא טובה, וחזרה למה לי, און ביי די ליטווישע איז עס אזוי ביי אלטע בחורים און מוידן כמנהגם, ואכמ"ל וד"ל)
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:18 am
דורך מצלמה
יהיה כן האט געשריבן:וואו לייגט מען אין א דירה 'נישט אין וויליאמסבורג'? און פון וואו זאל ער באצאלן רענט, ערגעץ אין הוידא נאנאש, ווי נישט ער און נישט זיין ווייב האבן נישט קיין סיכוי אויף פרנסה (בדרך כלל, ברוב המקרים, איז די ווייבל די פרנסה ברענגערין אויף די ערשטע יאר, און געווענליך איז איר דזשאב א נכסי מלוג פון בעפאר די חתונה)
(דו ווייסט אליינס אז דו רעדסט שטותים, ווייל כמעט אין די גאנצע וועלט איז נוהג אז א קינד מאכט מען חתונה און ער וואוינט (כאטש אויף א יאר) נעבן זיינע שוויגער עלטערן, עס האט א סיבה און אויך א שכל, און צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, איי העסטו טענה'ן ארץ ישראל, כבר דשו כאן בה רבים, און מען האט שוין מוכיח געווען אז עס איז גארנישט אזא טובה, וחזרה למה לי, און ביי די ליטווישע איז עס אזוי ביי אלטע בחורים און מוידן כמנהגם, ואכמ"ל וד"ל)
התינח אז די עלטערן העלפן באצאלן, אז נישט מאכן זיי בידים אומגליקליך דאס פאר פאלק.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:20 am
דורך בעל דעת
יהיה כן האט געשריבן:וואו לייגט מען אין א דירה 'נישט אין וויליאמסבורג'? און פון וואו זאל ער באצאלן רענט, ערגעץ אין הוידא נאנאש, ווי נישט ער און נישט זיין ווייב האבן נישט קיין סיכוי אויף פרנסה (בדרך כלל, ברוב המקרים, איז די ווייבל די פרנסה ברענגערין אויף די ערשטע יאר, און געווענליך איז איר דזשאב א נכסי מלוג פון בעפאר די חתונה)
(דו ווייסט אליינס אז דו רעדסט שטותים, ווייל כמעט אין די גאנצע וועלט איז נוהג אז א קינד מאכט מען חתונה און ער וואוינט (כאטש אויף א יאר) נעבן זיינע שוויגער עלטערן, עס האט א סיבה און אויך א שכל, און צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין, איי העסטו טענה'ן ארץ ישראל, כבר דשו כאן בה רבים, און מען האט שוין מוכיח געווען אז עס איז גארנישט אזא טובה, וחזרה למה לי, און ביי די ליטווישע איז עס אזוי ביי אלטע בחורים און מוידן כמנהגם, ואכמ"ל וד"ל)
דעמאלטס איז א טענה אויף דע עלטערן פארוואס האסטי נישט געמופט פאר די האסט חתונה געמאכט אין דע צייט וואס די האסט געוויסט אז דיין טאכטער וועט נישט קענען באצאלען אזעלכע הויכע רענט
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:21 am
דורך בוידעם
אקעי.
וואס ווייטער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:23 am
דורך SPUSMN
מצלמה; האבען דיר דיינע עלטערען בידים אומגליקליך געמאכט?
און וואס גייסטו טוהן נישט אומגליקליך מאכען דיינע קינדער?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:26 am
דורך מצלמה
SPUSMN האט געשריבן:מצלמה; האבען דיר דיינע עלטערען בידים אומגליקליך געמאכט?
א דאנק פאר'ן פרעגן:
דער תירוץ איז: ניין ב"ה. ווייל ווען איך איך האב חתונה געהאט (נישמערגעדאכט), האט די רענט געקאסט אונטער 1000 דאלאר פאר א לייטישע דירה, און איין און א האלב וואך וועדזשיעס האמיר ב"ה באצאלט די רענט.
היינט איז אבער אנדערע צייטן און דאס קאפל דארף א חודש און א האלב צו באצאלן די רענט, אויב ס'איז נאר $2000. אויב ס'איז מער, איז השם ישמרנו.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:27 am
דורך נא_שכל
מצלמה האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:דו טוסט די זעלבע רעה בידים ווען דו ברענגסט אראפ זיין נשמה אויף דער וועלט, אן וויסן פון פאראויס פון וואנעט דו גייסט עס אויסהאלטן..... (לשיטתך אז די עלטערן זענען גאר שולדיג אין אלע פראבלעמען וואס די שטאט ליידט)
ווער פארשטייט נישט דעם דיפערענץ.
אז איך לייג אריין מיין קינד אין א דירה וואס "ער קען נישט באצאלן" - מאך איך אים בידים פאר א בעל חוב אדער פאר א גנב? נישט אזוי?
איך געב אים נישט די TOOLS נישט צו זיין קיין בעל חוב.
משא"כ אז איך לייג אים אריין אין א דירה "נישט אין וויליאמסבורג" קען ער עס יא באצאלן און נישט זיין קיין בעל חוב.
איר אויב פארשטייט נישט דעם דיפערענץ, איז נישט.
סאו שיק אריין דיין בחור ארבייטן ביי 'בי ענד עידזש' אלס חתן אזוי וועט ער קענען באצאלן, אזוי ווי ס'איז געווען דער מנהג מקדמת דנא...
לויט דיר איז דאס די איינציגסטע עצה, ווייל אין מאנסי און אין קר"י קען ער מיט זיין גרויסע כולל געהאלט אויך נישט באצאלען די רענט.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:32 am
דורך SPUSMN
אויך נישט קיין עצה, ווייל ווער וועט נעמען א בחור וואס ארבעט שוין ביי בי ענד עיטש?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:34 am
דורך יאנקעלע קליגער
זאל דער אינגערמאן גיין ארבעטען א חודש צוויי נאך די חתונה, והכל על מקומו יבא בשלום.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:36 am
דורך farshlufen
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:והכל על מקומו יבא בשלום.
הלא ע"ז אנו דנין..
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 01, 2015 11:38 am
דורך נא_שכל
SPUSMN האט געשריבן:אויך נישט קיין עצה, ווייל ווער וועט נעמען א בחור וואס ארבעט שוין ביי בי ענד עיטש?
איך מיין צוזאגן "חתן"...
בד"וו איך האלט ווי אייך.