אידן אנטלויפן פון הארלעם תרפ"ו

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

אידן אנטלויפן פון הארלעם תרפ"ו

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 21, 2015 3:30 pm

צווישן די ישובים שנירלעך אין אונזער וועלטל האט מען שוין כמה פעמים ערווענט דער ביטערער מציאות אז גאנצעטע אמאליגע, שיינע, אויפגעבויעטע און אויפגעארבעטע אידישע ישובים זענען חרוב געווארן ווען אחב"י האבן איבערגעלאזט זייערע הייזער און נכסים, זייערע שולן און מוסדות התורה, די שווער אויפגעבויעטע האב און גוטס דורך אידיש אפדעשפארטע געלד און פריש גענומען דעם וואנדער שטעקן צו זוכן א רואיג ווינקל וואו צו וואינען אן צו געשטערט ווערן פון די איינוואנדערונג פון אלע סארטן אומות און פראבלעמען.

איקלע לידן דורך די ארבייט פון עטליכע חברים פון "מורשת חכמי אמעריקא" אט דעם העכסט אינטערעסאנטן ארטיקל פון דער רעכט פרומער צייטונג "דאס אידישע ליכט" וואס איז ערשינען בניו יארק רבתי פאר באלד 90 יאר צוריק, ער לייגט אראפ דעם מצב מיט פילפארביגע בילדער און שטעלט אאראפ דעם דעת תורה כפי ראות עיני הכותב, לעזט מיט שפאנונג.
צוגעלייגטע
הארלעם 1.jpg
הארלעם 2.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קנאפער ידען
שר תשעת אלפים
תגובות: 9441
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג מאי 21, 2015 3:51 pm

WOW! ממש א גירוש! "דורך פשוט'ע גאס-שלעגערייען".
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג מאי 21, 2015 4:01 pm

שכוח @פארשלאפן, זייער אינטערסאנט.

___

@ קנאפער דיען, האסט נאך געדענקט דיין פעסווארד? נייס, מוז זיין אז האסט א גוט קעפעלע אז נאך אזויפיל נישט ניצען געדענקסטע עס נאך, ביטע זיי דא אפטער.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 21, 2015 4:43 pm

א געוואלדיגע ארטיקעל; הפוך בה, והפוך בה, והפוך בה; דער שרייבער האט געהאט א טיעפען אין ווייטען בליק. ווער איז דער שרייבער?

עס איז אונז נוגע היינט אויך; כאטש עס איז אויף אן אנדערע אופן.

א דאנק אייך הרב פארשלאפען און די מורשת פאר ברענגען אזא טיעפזיניגע ארטיקעל פון די פארגאנגענע היינט.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דאנארשטאג מאי 21, 2015 4:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2286
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מאי 21, 2015 4:43 pm

שנייד אריין די אמת אין פנים אן קיין רחמנות
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

מצלמה
שר האלף
תגובות: 1014
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דאנארשטאג מאי 21, 2015 5:00 pm

maybeeynot האט געשריבן:שנייד אריין די אמת אין פנים אן קיין רחמנות


אומגלויליך אז עס זענען געווען צייטונגען וועלכע האבן געשריגן קעגן דעם ביטערן מצב ברוחניות! איך האב אלעמאל געמיינט אז אלע האבן משים געווען יד לפה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25572
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג מאי 21, 2015 5:01 pm

SPUSMN האט געשריבן:א געוואלדיגע ארטיקעל; הפוך בה, והפוך בה, והפוך בה; דער שרייבער האט געהאט א טיעפען אין ווייטען בליק. ווער איז דער שרייבער?

עס איז אונז נוגע היינט אויך; כאטש עס איז אויף אן אנדערע אופן.

א דאנק אייך הרב פארשלאפען און די מורשת פאר ברענגען אזא טיעפזיניגע ארטיקעל פון די פארגאנגענע היינט.

עס איז טאקע א מורא'דיגע ארטיקל, דער שרייבער זאגט פאר אז אויך בראנזוויל וועט אויסגעליידיגט ווערן, ער האט אבער נישט גע'חלומט דעמאלס אין וויסטען חלום אז זאגאר די לאוער איסט סייד וועט אמאל זיין אן אידן.

און דאס האט נאכגעפאלגט מיט די נארטס און שפעטער די סאוט סייד אין וומ"ס, און אנדערע געגנטער וואס זענען במשך הזמן געווארן אויסגעשפילט. ליידער איז דאס טייל פון די אמעריקאנער היסטאריע, וואס חזר'ט זיך איבער יעדע עטליכע צענדליגע יארן, און כידוע ליודעים איז דאס ביים סאטמאר רבי'ן מהריט"ב זי"ע א שטארקער חשש די אלע יארן וואס ער האט געוואונט אין וומ"ס.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דאנארשטאג מאי 21, 2015 5:05 pm

דער צייטונג איז געווען חזן יוסף ראזענבלאט'ס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=41
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דאנארשטאג מאי 21, 2015 5:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג מאי 21, 2015 5:09 pm

קיקיון האט געשריבן:דער צייטונג איז געווען חזן יוסף ראזענבלאט'ס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 3&pgnum=41

The page cannot be found
----
א גרויסן דאנק הרב פארשלאפן זעהר אינטערסאנט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12847
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג מאי 21, 2015 5:11 pm

נו, האלט מען יעצט ביי גירוש וויליאמסבורג? אבער אנדערש ווי דארטען ווי מען איז אנטלאפען פון די תורה האט מען געמוזט אנטלויפען און פארקויפען פאר שפאט ביליג; אבער וויליאמסבורג וואס איז א עיר ואם בישראל, פיל מיט תורה, עבודה, וגמילות חסדים, און די פארקערטע ווי ער שרייבט; וועט מען שטייטלעך ארויס גיין ברכוש גדול?

זאל משיח ענדערש שוין קומען און איך בין מוחל די עשירות.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יוני 01, 2016 2:29 pm

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 416
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » מיטוואך יוני 01, 2016 5:41 pm

קען איינער זיי מוחל איבערלייגן די צייטונג אויסצוג אויף א פארמאט אז מען זאל דאס קענען ארויספרינט קלאר ?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך יוני 01, 2016 6:12 pm

בס"ד
farshlufen האט געשריבן:על דאטפת אטפוך

ערווענט אין "דער בית" די וואך בחקותי.
די דאזיגע גרופעס פארפירן נישט נאר אויף הארלעם, נאר אויך אויף איסט ברוקלין, בראנקס, איבעראל ווי די נאכגעלאזטע מצבים ווערן פארבעסערט און די ראסע צוזאמשטעל אביסל פארבעסערט און די פרייזן, נאטורליך, העכער און העכער.
דער חילוק פון "דאטפך אטפוך" איז נאר, אז ווען די מינאריטעט גרופעס שפירן זיך באקריוודעט זענען די ליבעראלע צייטונגען דא צו הילכן מיט די העכסטע קולות, אבער ווען דער חרדישער ציבור ווערט באקריוודעט זעהט מען נישט אזעלכע אפ-עדס, א חלום, מען ווערט גאר אראפגעריסן אין די פרעסע אלס רודפים אנשטאט נרדפים.
יא, אין גלות.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:05 pm

חרוב'ע בתי מדרשים אין הארלעם, בילדער גענומען ארום ת"ש.
Chevra Bisaz Association [בוטשאש?]
159 E. 118th st
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (64.71 KiB) געזעהן 607 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:12 pm

Cong. Homler Ahavas Chesed of Harlem
112
East 104 Street
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (45.86 KiB) געזעהן 579 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4901
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:02 pm

פונקט היינט האביך געזען א שטיקל פון רבי גבריאל מרגליות זצ"ל וואס ער האט געזאגט פורים קטן אין הארלעם

Screenshot_2019-03-14 HBreader - כנסת הרבנים האורתודאקסים באמריקה(1).png
Screenshot_2019-03-14 HBreader - כנסת הרבנים האורתודאקסים באמריקה(1).png (908 Bytes) געזעהן 525 מאל


Screenshot_2019-03-14 HBreader - כנסת הרבנים האורתודאקסים באמריקה.png
Screenshot_2019-03-14 HBreader - כנסת הרבנים האורתודאקסים באמריקה.png (54.3 KiB) געזעהן 525 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20991
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:10 pm

נא_שכל האט געשריבן:מושב זקנים ד'הארלעם

פון די ארכיוון פון "מורשת חכמי אמעריקא"
118
East 105 Street
צוגעלייגטע
Capture1 (1).JPG
Capture1 (1).JPG (93.57 KiB) געזעהן 515 מאל
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4901
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 1:26 pm

באלד אזוי גרויס ווי די בעדפארד סענטער...

זייער א אינטערסאנטע בילד.

מ'זעט דארט (לכאורה) א היימישע פרוי מיט א זיסע אינגלע.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט