בלאט 2 פון 12
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 12:37 pm
דורך יהיה כן
פאר דיע וועלכע פרעגן:
יא, די אנקעטע קען דינען אסאך צוועקן, ובעיקר, אלס א הארטע באווייז אז ס'יז באו מים עד נפש, און אלע - רבנים און דעוועלעפר'ס ציגלייך - דארפן זיך 'אביסעלע' אנשטרענגען, עפעס צו טוהן
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 12:38 pm
דורך בוידעם
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:בוידעם האט געשריבן:ואני בעניי זעה נישט וואס די אנקעטע קען אויפטון אויף למעשה.
אבער וואס שאדט עס דען, זאל זיין נאך א אשכול איבער דירות שטעטלעך וכו'.
#זאל זיין
אז טאמער עס שטעלט זיך ארויס אז א "גרויסע פראצענט" וויליאמסבורג איינוואוינער ווילן זאגן ביי ביי פאר וויליאמסבורג (נישט נאר אפאר ניקס קרעכטצערס) וועלן אונזערע "לידערס" האבן פרעשור און זיך נישט קענען ארויסדרייען אז דער עולם וויל נישט.
ווי כאילו זיי ווייסן דאס נישט. ווי אויך כאילו די ''לידער'ס'' זענען די אפהאלט.
סך הכל איז עס גוט צו מאלן אביסל וואסער. באט האו קערס.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 12:41 pm
דורך בוידעם
יהיה כן האט געשריבן:פאר דיע וועלכע פרעגן:
יא, די אנקעטע קען דינען אסאך צוועקן, ובעיקר, אלס א הארטע באווייז אז ס'יז באו מים עד נפש, און אלע - רבנים און דעוועלעפר'ס ציגלייך - דארפן זיך 'אביסעלע' אנשטרענגען, עפעס צו טוהן
א באווייז אז עס איז באו מים עד נפש, איז נאר אז דער עולם וועט זיך אויפהייבן און יאגן פון דאנענט. אלעס ביז דאס, איז אדער בלויזע גערעדאכטס, אדער זוכן אויף וועמען זיך אויסצוגעבען די כעס, פאר'ן נישט אליין טון צום זאך.
ס'שטערט מיר נישט, אך הנראה לענ''ד כתבתי.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 12:44 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
יהיה כן האט געשריבן:פאר דיע וועלכע פרעגן:
יא, די אנקעטע קען דינען אסאך צוועקן, ובעיקר, אלס א הארטע באווייז אז ס'יז באו מים עד נפש, און אלע - רבנים און דעוועלעפר'ס ציגלייך - דארפן זיך 'אביסעלע' אנשטרענגען, עפעס צו טוהן
אקוראט. איך בין אביסל מער פעסעמיסטיש אז מען וועט דארפן דינגען א פראפעשאנעל פאלינג פירמע אזוי דערמאנט פריער. איך האב שוין גערופען רעסמוסען פאלינג, זיי ספעציעלאזירען זיך אין מאכן אנקעטעס פאר פריוואטע מענטשען. ווארט צו הערן וואס דאס דארף קאסטען. אן אייוולט אנקעטע קען אבער אויך גאר א סך אויפטוען.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 12:51 pm
דורך יהיה כן
בוידעם האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:פאר דיע וועלכע פרעגן:
יא, די אנקעטע קען דינען אסאך צוועקן, ובעיקר, אלס א הארטע באווייז אז ס'יז באו מים עד נפש, און אלע - רבנים און דעוועלעפר'ס ציגלייך - דארפן זיך 'אביסעלע' אנשטרענגען, עפעס צו טוהן
א באווייז אז עס איז באו מים עד נפש, איז נאר אז דער עולם וועט זיך אויפהייבן און יאגן פון דאנענט. אלעס ביז דאס, איז אדער בלויזע גערעדאכטס, אדער זוכן אויף וועמען זיך אויסצוגעבען די כעס, פאר'ן נישט אליין טון צום זאך.
ס'שטערט מיר נישט, אך הנראה לענ''ד כתבתי.
אלע וועלטס רעוואלציע'ס, אריינגערעכנט קאמוניזם, און אראבישע פרילינג, האבן זיך אנגעהויבן, פארמירט, און געקומען לידי מעשה, נאר אדורך אזוילכע - און ענליכע - אנקעטעס, אקיצור סי'ז נישט סתם 'געמאלן וואסער'...
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 12:52 pm
דורך בעמבא
גראדע קוק איך אן דעם אשכול נאך די מערסטע פראדאקטיוו פון אלע אנדערע דירות אשכולות, למעשה זעהט מען קלאר די ריבו עם וואס זאגן אז זיי זענען גרייט צו גיין א זאך וואס איז נישט געווארן אזוי קלאר אויפגעוויזן ביז יעצט (הגם איך האב מיר פארגעשטעלט ביז יעצט אויך, אבער ס'דאך אינו דומה ווי ווען מען זעהט עס קלאר).
צו דאס גייט ברענגען די ענדגילטיגע ישועה, איז שווער צו גלייבן, אבער אויב רעדן פון א נושא קען אויפטוען צו טוישן די מענטשהייט'ס געדאנקען גאנג און זיי פירן צו בעסערע החלטות,איז אט די אשכול די ריכטיגע גאנג.
כה לחי!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 12:57 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בוידעם האט געשריבן:יהיה כן האט געשריבן:פאר דיע וועלכע פרעגן:
יא, די אנקעטע קען דינען אסאך צוועקן, ובעיקר, אלס א הארטע באווייז אז ס'יז באו מים עד נפש, און אלע - רבנים און דעוועלעפר'ס ציגלייך - דארפן זיך 'אביסעלע' אנשטרענגען, עפעס צו טוהן
א באווייז אז עס איז באו מים עד נפש, איז נאר אז דער עולם וועט זיך אויפהייבן און יאגן פון דאנענט. אלעס ביז דאס, איז אדער בלויזע גערעדאכטס, אדער זוכן אויף וועמען זיך אויסצוגעבען די כעס, פאר'ן נישט אליין טון צום זאך.
ס'שטערט מיר נישט, אך הנראה לענ''ד כתבתי.
אנטשולדיגט, א יוד "קען זיך" נישט אויפהייבען אליינס און גיין וואוינען אויף העקענסעק, קאנארסי, סטעטן איילענד, ער מוז גיין מיט א כח הרבים. "אלע" יודישע געגענטער זענען שוין אנגעשטעקט פונעם קריזיס פרייז העכערונג, און עס וועט נאר ווערן ערגער טאמער מער יודען וועלן מופען פון איין יודישע געגענט צו א צווייטע יודישע געגענט. אונז דארף מיר א "מאסן רילאקאציע" צו א שפאגעל נייע געגענט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:02 pm
דורך יואב בן צרויה
געשטימט פאר די לעצטע אפציע.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:05 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בעמבא האט געשריבן:גראדע קוק איך אן דעם אשכול נאך די מערסטע פראדאקטיוו פון אלע אנדערע דירות אשכולות, למעשה זעהט מען קלאר די ריבו עם וואס זאגן אז זיי זענען גרייט צו גיין א זאך וואס איז נישט געווארן אזוי קלאר אויפגעוויזן ביז יעצט (הגם איך האב מיר פארגעשטעלט ביז יעצט אויך, אבער ס'דאך אינו דומה ווי ווען מען זעהט עס קלאר).
צו דאס גייט ברענגען די ענדגילטיגע ישועה, איז שווער צו גלייבן, אבער אויב רעדן פון א נושא קען אויפטוען צו טוישן די מענטשהייט'ס געדאנקען גאנג און זיי פירן צו בעסערע החלטות,איז אט די אשכול די ריכטיגע גאנג.
כה לחי!
יישר כח, לענ"ד וועט א פראפעשענאל אנקעטע זיין גאר א שטארקע זאך. עס איז דא יודען וואס זיצען ביים שיסעל וואס וועט נישט שמעקן, אבער וואס קען מען טוען. אם אין אני לי מי לי, איך וויל מיך נישט טרעפן 20 יאר ארום מיט א קינד וואס דררייט זיך ארום אן א קאפ ווייל גביר פלוני וויל אים ארויסווארפען פון זיין דירה אין "קרית יואל" וויל עס האט נישט באצאלט 5,500 דעם ערשטער....
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:24 pm
דורך בוידעם
איז לאמיר קלאר מאכן. די אנקעטע וועט:
* אויפוועקן די עסקנים (והאמת ניתן להאמר).
* מאכן א רעוועאלציע, א שטייגער ווי עגיפטן וכו' (יהי' כן)
* טוישן די געדאנקן גאנג פונעם עולם (בעמבא).
איז אזוי, די עסקנים זענען אויף, פאר דעם בויט זיך א ישוב אין בלומנגבורג, דזשערסי סיטי.
רעוועלאציע, המחממ.... די ערשטע מאל וואס איך הער אז רעוועלאציע'ס האבן זיך אנגעהויבן ביי ''אנקעטעס''??? אויב עפעס, איז פארקערט, נאך א רעוועלציע האט מען געקענט אריינוועלן א דעמאקראטישע פירער, און... די אנקעטע נעמער'ס האבן גענומען אנקעטעס ווער עס גייט געוואונען (און נישט אלעמאל געווען קראנט).
טוישן די געדאנקן גאנג, וועמען דארף מען נאך טוישן, און וויאזוי פונקלטיך גייט א אנקעטע טוישן איינעמס געדאנקן??
ועוד, לויט וויפיל איך פארשטיי די אפטייטש פון אנקעטע, איז דאס א אפשפיגלונג פונעם געדאנקן גאנג פונעם ציבור, נישט אז דאס מאכט דעם געדאנקן גאנג.
באדעם ליין, די עסקנים ארבעטן, דער עולם וויל, און דאך גייט מען נישט. ממילא בלייבט איבער איין זאך, מאלן וואסער.
הלואי בין אין נישט גערעכט.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:45 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
2:38 poll update. 72 votes, the numbers haven’t change much. 69% leaving, 11% staying, 19% would like to leave but have an issue why the cant take action action. Another point that’s striking is that there is 22% that can afford to live here but are ready to move because of the future of their children, it’s a bigger % that I expected, and would suggest that there are “baal batishe” yiden that would like to join a new yishiv, and probably can help out with logistics for the good of the public/themselves. The percent that wants to stay in Williamsburg together with the children is at 1%..
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:50 pm
דורך יהיה כן
הער בוידעם, איר קענט בלייבן אין בוידעם און קרעכצן און וויינען.....
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:54 pm
דורך חנן בן בעריל
גשטימט אבער מען קודם זען ווי מען מופט
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:55 pm
דורך בוידעם
יהי' כן, א אינטערסאנטע וועג פון שמועסן.
ולדרך זה קענט איר אפגעבן אייער שטומע אויף אנקעטעס.......
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:56 pm
דורך בעמבא
@ בוידעם.
העמיר זיך באציען צו וואס איך האב געשריבן. .
האט איר שוין אמאל געהאט אין אייער לעבן א זאך וואס די ערשטע מאל דו האסט געהערט דערפון האסטו עס אנגעקוקט אויף איין וועג און נאכן דאס אדורך רעדן עטליכע מאל און טאקע איבער קייען איינמאל און נאכאמאל האט זיך גענצליך געטוישט אייער "געדאנקען גאנג" ? אויב די תירוץ איז ניין טראכט בעסער אויף צוריק וועסטו עס טרעפן.
די געדאנק פון "זיך הייבן אין גיין" איז גאר גאר א שווערע זאך, ביי געוויסע קוקט עס אויס ממש אום מעגליך און זיי קענען נישט טראכטן ווי אזוי זיי גייען אמאל פוילן ביי זיך אליינס דאס צו טוען, און דא קומט אריין רעדן דערפון, אויסשמועסן, זיך צאם נעמען עכ"פ אויף אזויפיל אז מיר סטראגלען אינאיינעם, און מיר וועלן שפרינגן אינאיינעם, און דאס טוט צוביסלעך טוישן די "געדאנקען גאנג" פון די וואס ליגן פארזינקען אין יואש געפילן.
און אויף דעם האב איך געזאגט אז די אשכול דינט נאך די מערסטע די פערפוס.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 1:58 pm
דורך יואב בן צרויה
הגם איך טו אפלאדירן רב והאמת פאר זיין ׳עמבישעס׳ צוגאנג צום ענין, און הגם איך עגרי מיט בעמבא אז די אשכול איז פון די זאכליכסטע איבערן קריזיס, איז די פראבלעם לענ״ד אסאך מער פונדאמענטאל ווי בלויז איבערצייגן עסקנים. ווי בוידעם צייגט אן זענען אסאך טעטיגע יונגעלייט ביזי אינעם נושא, שוין דא שטעטעלעך לרחצה מיט גוטהייסונג פון גרויסע רבי׳ס אבער למעשה גייט מען נישט אין ערגעץ. דאס ווייזט אז ערגעץ זעמיר סטאק און נישט בלויז עסקנים ורבנים זענען די פראבלעם. וואס יא איז די מיליאן דאלערדיגע פראגע, און אפשר קען מאכן אן אנקעטע אויף דעם און אזוי פארעכטן די פראבלעם.
- - -
האא האא האקט מען!
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:00 pm
דורך יהיה כן
בוידעם האט געשריבן:יהי' כן, א אינטערסאנטע וועג פון שמועסן.
ולדרך זה קענט איר אפגעבן אייער שטומע אויף אנקעטעס.......
ערעב בוידעם, דער אשכול איז נישט געגרונדעט אויף שמועסן און זיך אפרעדן...., אויב ווילסטו סתם קרעכצן בבחינת מאלן וואסער, זיי מוחל שוין פארהאן צענדליגער שכולות פאר דעם נושא, גייט ביטע אהין, מ'האט שוין געהערט אייער מיינונג איינמאל, און געשלאסן
נו ווער שטימט?
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:02 pm
דורך בעמבא
יואב איך מיין אז מיין תגובה פארענטפערט דיין שאלה.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:10 pm
דורך יואב בן צרויה
בעמבא האט געשריבן:יואב איך מיין אז מיין תגובה פארענטפערט דיין שאלה.
ריכטיג, אבער פון דיין פערספעקטיוו. אין אנדערע אשכולות זענען ערווענט געווארן אנדערע ענטפערס. מאנכע באשולדיגן די חינוך הבנות, אנדערע אז אונז האבן נישט רבנים מיט פלייצעס ווי הלל שהתקין פרוזבול, און אנדערע עפעס אנדערש. ווער איז גערעכט? אפשר יעדער. אפשר קיינער. וועט אבער העלפן אז מ׳ווייסט מיר וואס אונזער פראבלעם איז? שטארק מסתבר.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:12 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בוידעם האט געשריבן:איז לאמיר קלאר מאכן. די אנקעטע וועט:
* אויפוועקן די עסקנים (והאמת ניתן להאמר).
* מאכן א רעוועאלציע, א שטייגער ווי עגיפטן וכו' (יהי' כן)
* טוישן די געדאנקן גאנג פונעם עולם (בעמבא).
איז אזוי, די עסקנים זענען אויף, פאר דעם בויט זיך א ישוב אין בלומנגבורג, דזשערסי סיטי.
רעוועלאציע, המחממ.... די ערשטע מאל וואס איך הער אז רעוועלאציע'ס האבן זיך אנגעהויבן ביי ''אנקעטעס''??? אויב עפעס, איז פארקערט, נאך א רעוועלציע האט מען געקענט אריינוועלן א דעמאקראטישע פירער, און... די אנקעטע נעמער'ס האבן גענומען אנקעטעס ווער עס גייט געוואונען (און נישט אלעמאל געווען קראנט).
טוישן די געדאנקן גאנג, וועמען דארף מען נאך טוישן, און וויאזוי פונקלטיך גייט א אנקעטע טוישן איינעמס געדאנקן??
ועוד, לויט וויפיל איך פארשטיי די אפטייטש פון אנקעטע, איז דאס א אפשפיגלונג פונעם געדאנקן גאנג פונעם ציבור, נישט אז דאס מאכט דעם געדאנקן גאנג.
באדעם ליין, די עסקנים ארבעטן, דער עולם וויל, און דאך גייט מען נישט. ממילא בלייבט איבער איין זאך, מאלן וואסער.
הלואי בין אין נישט גערעכט.
קענט איר מיר אפשר אנצייגען איין "עמטליכער" עסקן, ראה"ק, אדמינאסטראטור וכו. וואס איז פעסט אקטיוו (אדער עכ"פ אנגעבאטען הילף פאר א נייעם יישוב..)? אבערוואז, זיי זענען פארנומען מיט גאר אנדערע לעבנס וויכטיגע זאכן ווי למשל, שענער מאכן שול פלוני כדי "אונז" זאל מיר האבן הרחבת הדעת. זען צו באקומען פארשידענע פרגראמען כדי "אונזערע" קינדער זאלן קענען לערנען מיט הרחבת הדעת. און אזוי אויך בויען כסדר פארשידענע שולען (ספעציעל טאמער איז דא צווייטע פארטיי וואס האט שוין א גוט גייענדגע שול) אלס כדי "אונזערע" יונגעלייט זאלן זיך פילען באקוועם און חלילה נישט נשפע ווערן פון א שול פון אדמו"ר פלוני. וכולי וכולי עס איז ממש קצר יריעה מהכיל, אזש זיי קומען פשוט נישט אן צוצלייגען א פלייצע, א סערוויס, אדער סיי וואס פאר א נייעם ישוב. (חוץ אפשר טאמר קהלה פלוני וועט עס קענן איינקעשן, און עס וועט הענגן א גרויסען שילד קריה קדושה שע"י קהלה פלוני, דענסמאל קען מען יא עפעס רעדן)
יא עס איז דא עטליכע יונגעלייט וואס טוען, דאס וועט\קען אבער נישט לייזען דעם פראבלעם. מען דארף א סך מער פון דעם ווען מען רעדט פון א "מאסן רילאקאציע"
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:14 pm
דורך יואב בן צרויה
@יהיה, כ׳זעה נישט פארוואס דו דארפסטעך בייזערן. לאמיר זעהן צו האלטן די שמועס ׳אן ען אפליפטינג נאוט׳...
- - -
והאמת קומט מיטן אמת. גאנץ שטארק.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:38 pm
דורך בוידעם
@ יהי', אין קורצן זאגסטו ביסט אנגעווייטאגט....
איך פארשטיי דיר.
@ בעמבא, קומסט אריין גאנץ קלאר, אבער איך זעה נאך אלץ נישט וויאזוי א אנקעטע קען מאכן דעם עולם באשליסן צו טון די אזוי שווערע שריט פון זיך אויפהייבן און גיין. איבערהויפט ווען אלעס דא איז אננאנמיס.
בכלל מיין איך אז יאוש שפילט בכלל נישט קיין ראלע דא, אויב עפעס איז עס קוראזש וואס פעלט זיך. א אנקעטע וועט דאס צושטעלן? אולי, הלואי.
@ והאמת, שולן און פראגראמען זענען זייער וויכטיג. פרעג דיך נאך ביי די אידן וואס נוצן עס טעגליך.
אפשר למשל האלטסטו אז מען זאל אפהאקן די לעקטערס אין וויליאמסבורג, ווייל די דירות קריזיס ברענט.
בנוגע עסקנים, אויב וויל דער ציבור ''עכט'' גיין, דאן איז באמת נישט קיין נפק''מ וויאזוי דער עסקן הייסט, און צו ער איז שוין א וועטעראן עסקן, אדער זאגאר א פרישער.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:40 pm
דורך ווישוואש
יואב בן צרויה האט געשריבן:געשטימט פאר די לעצטע אפציע.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:47 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בוידעם האט געשריבן:@ יהי', אין קורצן זאגסטו ביסט אנגעווייטאגט....
איך פארשטיי דיר.
@ בעמבא, קומסט אריין גאנץ קלאר, אבער איך זעה נאך אלץ נישט וויאזוי א אנקעטע קען מאכן דעם עולם באשליסן צו טון די אזוי שווערע שריט פון זיך אויפהייבן און גיין. איבערהויפט ווען אלעס דא איז אננאנמיס.
בכלל מיין איך אז יאוש שפילט בכלל נישט קיין ראלע דא, אויב עפעס איז עס קוראזש וואס פעלט זיך. א אנקעטע וועט דאס צושטעלן? אולי, הלואי.
@ והאמת, שולן און פראגראמען זענען זייער וויכטיג. פרעג דיך נאך ביי די אידן וואס נוצן עס טעגליך.
אפשר למשל האלטסטו אז מען זאל אפהאקן די לעקטערס אין ווילירמסבורג, ווייל די דירות קריסיז ברענט.
בנוגע עסקנים, אויב וויל דער ציבור ''עכט'' גיין, דאן איז באמת נישט קיין נפק''מ וויאזוי דער עסקן הייסט, און צו ער איז שוין א וועטראן עסקן, אדער זאגאר א פרישער.
בוידעם איך מיין אז איר האט בכלל נישט ראגירט אויף וואס איך האב געשריבען, דברים של טעם.
Just spoke to a polling firm and they say they can do a official professional survey for less than $2000.
It’s a polling firm that has worked already on quite a bit of political campaigns, as well as business research.
I think I am in
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2015 2:47 pm
דורך אברך
לוי יצחק האט געשריבן:אברך האט געשריבן:לייג צו אן אפציע, יעצט בין איך זיך ווי נישט ווי מסדר אבער ווען די משפחה וועט גרעסער ווערן וועל בעזה מופן.
איך גלויב אז היפש יונגעלייט זענען אין די קאטעגאריע.
כמעט קיינער איז נישט אין די קאטעגאריע!
ווען מ'איז יונג, מ'איז נאכנישט געסעטעלט מיט א דזשאב, נאכנישט דא קיין גרעסערע קינדער, מופט זיך סאך גרינגער.
ווען מ'איז עלטער, כאטש דעמאלס וויל מען שוין מופן, איז דא אסאך שווערע עיכובים, דזשאב, קינדער איינגעגלידערט מיט חברים, ס'גייט זיך נישט אזוי גרינג דעמאלס.
אויב מופן איז דוקא ווען דו ביסט נאך יונג און ס'דיר נאך באקוועם.
איך מאך נישט אוועק דיין פוינט, אבער גיי און קוק פון די ארום צוויי הונדערט משפחות א יאר וואס מופן אויף קי און מאנסי א יאר וויפיל האלטן ווייניגער פון 5 יאר נאך די חתונה. איך גלייב אז ווייניגער פון איין פראצענט.
רוב וואס קאנסידערן מופן זענען יונגעלייט וואס זענען אין א צוויי בעדרום דירה מיט עטליכע קינדער די דירה ווערט ענג און א גרעסערע דירה מיינט 3000 א חודש