בלאט 9 פון 12
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 9:57 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
זאכליך האט געשריבן:אלע אינפארמאציע ווערט געסעיווט אין א spreadsheet. ביזדערווייל קען עס קיינער נישט זעהן נאר אויב מ'לאגט אריין צו מיין גוגל אקאונט.
ס'שוין דא 1 אויסגעפילטע צעטל...!
זעט אויס זייער גוט. נו, אפשר זאלט איר טאקע זיין דער "ממונה" צו קער נעמען פון באקומען די אינפא פונעם ציבור??
איך מיין אז דער עולם האט גארנישט דערקעגן......
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:04 am
דורך זאכליך
איך בין גערן גרייט. בעזר השם!
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:16 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
זאכליך האט געשריבן:איך בין גערן גרייט. בעזר השם!
נו, איז דער עולם גרייט פארן התמנות פון רבי זאכליך צו זיין דער ממונה אויף די אינקאמינג דעטע פאר די "יוצאי וומסב"ג??
איך מיין אז יא, קען מען טאקע מאכן א שטיקעל הכתרה פאר רבי זאכליך דא אויפן איי וועלטעל און אים ווינטשען מז"ט פאר זין נייע הויכגעשעצטע פאזיציע....
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:32 am
דורך יואב בן צרויה
זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:34 am
דורך מטעמים
יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:48 am
דורך מי אני
מטעמים האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:54 am
דורך פלטיאל
מי אני האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 10:59 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
מטעמים האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
איך מיין אז זאכליך קען זיין אן עסעט פאר אונזער חבורה יוצאי וומסב"ג. עס זעט מיר אויס ווי ער האט א שכל הישר. רעדט צו די זאך, און איז "הענדי" מיט טעכנעלאגיע. זעט טאקע אויס צו זיין פאסיג פאר אונזער ערשטער אפיציעלער ממונה.
word of caution..
ערווארט נישט צו באקומען ווער ווייסעך וויפיל סובמישענס אין די נעקסטע 2 וואכן. אונז האב מיר נאך א סך פ.ר ארבעט צו טוען אראפצונומען די סטיגמע פון די מופערס אז דער עולם זאל זיין גרייט ארויס צוקומען פון די לעכער.... איך האף אז אן אפעציעלע אנקעטע וואס וועט ברייט באריכטעט ווערן אין די פרעסע קען א סך העלפן...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:05 am
דורך זאכליך
כ'מיין די שאצט איבער די סטיגמא, די איינציגסטע אפהאלט מיין איך איז די כוח הרבים.
ס'שוין פיר אויסגעפילטע צעטלעך.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:08 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
זאכליך האט געשריבן:כ'מיין די שאצט איבער די סטיגמא, די איינציגסטע אפהאלט מיין איך איז די כוח הרבים.
ס'שוין פיר אויסגעפילטע צעטלעך.
נו, הלואי זענט איר גערכט....
ווער שיקט אריין א צעטעל???
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:23 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
איך וויל מעלדן מיט גרויס צופרידענהייט, אז מיר האלטען שוין באלד ביי א מנין יודען דא אויפן וועלטעל וואס זענען וויליג צו העלפן... טאקע נאך נישט גענוג צו בויען אונזער נייעם שטאט, אבער שוין אביסל מער ווי אן אקסיגען טאנק...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:32 am
דורך מצב כללי
איך מיין עס וואלט זיך געלוינט צו וואוינען אין וויליאמסבורג פאר דעם אליין צו קענען זיין א חלק אינעם הייליגן קאמפיין צו מופן...
------------------
איך קלער א געדאנק אז מען זאל ארויסגעבן א מי מנוחות מיט ארטיקלען, אנאליזן איבער די דירות קריזיס, עס איז שוין גענוג חומר געשריבן געווארן דא אויף איי וועלט איבער דעם טעמע און דארט זאל אויך זיין געשריבן אלע אינפארמאציע פון די איי וועלט קאמפיין ארויסצומופן,
מען זאל פארשפרייטן די מי מנוחות אין די געשעפטן, דאס קען לכאורה אויך בייהילפיג זיין אינעם קאמפיין
איך געב מיין ברכה פאר אלע עסקנים, אז חפץ ה' בידכם יצליח.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:37 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
מצב כללי האט געשריבן:איך מיין עס וואלט זיך געלוינט צו וואוינען אין וויליאמסבורג פאר דעם אליין צו קענען זיין א חלק אינעם הייליגן קאמפיין צו מופן...
------------------
איך קלער א געדאנק אז מען זאל ארויסגעבן א מי מנוחות מיט ארטיקלען אנאליזן איבער די דירות קריזיס (איינער האט פריער ערווענט די געדאנק) און דארט זאל זיין געשריבן אלע אינפארמאציע פון די איי וועלט קאמפיין ארויסצומופן,
מען זאל פארשפרייטן די מי מנוחות אין די געשעפטן, דאס קען לכאורה אויך בייהילפיג זיין אינעם קאמפייןץ
איך געב מיין ברכה פאר אלע עסקנים, אז חפץ ה' בידכם מצליח.
נו...... אדרבה רבי מצב, אפשר ווערט איר דער ממונה אויפן אויפגאבע פון "מי מנוחות" וועט איר שוין זיין דער צווייטער ממונה נאך רבי זאכליך אין אונזער הייליגע חבורה.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:38 am
דורך מחותן
@ האמת, מען וועט אנקימען אסאך ווייטער און שנעלער אויב מען וועט האנדלען נאר מיט אימעילס און פאון נומבערס ווי איידער אמת'ע נעמען, אחוץ אויב איר זענט גרייט אייך ארויס צו שטעלן און פובליק מיט אייער אמת'ע נאמען און האפן אז מענטשן זאלן אייך טראסטען...
לענ"ד - אייער ציל דארף זיין צו בויען א מאוומענט, איר דארפט פראבירען צו מאכען א ווינט אז עס איז קיל און אין סטייל צו מופען, דאס קענט איר ערייכען אן האבען א דאטא בעיס מיט אמת'ע נעמען, און ווי מער אימעיל איר האט אלץ מער פארשפרייט איר אייער מעסעדש.
אויב הייבט איר אן האנדלען מיט משפחות דירעקט קענט איר זייער שנעל סטאק ווערן.. עס וועט אויף עסן צייט און כוחות, ענדערש ארבייט מיט א מעסעדש און ווארט אז מען זאלן קימען צו איין אדאנק אייער גרעיס רוט מעסעדש..
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:43 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
מחותן האט געשריבן:@ האמת, מען וועט אנקימען אסאך ווייטער און שנעלער אויב מען וועט האנדלען נאר מיט אימעילס און פאון נומבערס ווי איידער אמת'ע נעמען, אחוץ אויב איר זענט גרייט אייך ארויס צו שטעלן און פובליק מיט אייער אמת'ע נאמען און האפן אז מענטשן זאלן אייך טראסטען...
לענ"ד - אייער ציל דארף זיין צו בויען א מאוומענט, איר דארפט פראבירען צו מאכען א ווינט אז עס איז קיל און אין סטייל צו מופען, דאס קענט איר ערייכען אן האבען א דאטא בעיס מיט אמת'ע נעמען, און ווי מער אימעיל איר האט אלץ מער פארשפרייט איר אייער מעסעדש.
אויב הייבט איר אן האנדלען מיט משפחות דירעקט קענט איר זייער שנעל סטאק ווערן.. עס וועט אויף עסן צייט און כוחות, ענדערש ארבייט מיט א מעסעדש און ווארט אז מען זאלן קימען צו איין אדאנק אייער גרעיס רוט מעסעדש..
סאו רבי מחותן שלאגט פאר אראפצונעמן דעם נאמען און נאמבער פונעם גוגל פורם, אדער עטליסט צו מאכען אפשענעל?
איך האב זייער ליב אייער אויסדריק "א ווינט אז עס איז קיל און אין סטייל צו מופען" דאס איז פינקטליך וואס מיר דארפען...
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:44 am
דורך גערעכטער
גם אני אענה חלקי ואצרף ברכתי ברכת הדיוט, יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידכם ויהי חלקכם בין מזכי הרבים.
#מוויליאמסבורג לרוחה
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:46 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
גערעכטער האט געשריבן:גם אני אענה חלקי ואצרף ברכתי ברכת הדיוט, יהי רצון שתשרה שכינה במעשה ידכם ויהי חלקכם בין מזכי הרבים.
#מוויליאמסבורג לרוחה
#מוויליאמסבורג לרוחה... גאנץ א גוטער סלאגאן..
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 11:52 am
דורך יוראפ
יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
אויב ס'בלייבט די נאמען וכו' קען מען טוישן 'אדערס' צו 'אדרעס'
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 1:37 pm
דורך זאכליך
יוראפ האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
אויב ס'בלייבט די נאמען וכו' קען מען טוישן 'אדערס' צו 'אדרעס'
פאראכטן.
ס' קוקט אויס דער עולם האט מורא עס אויסצופילען, כ'ווייס נישט פארוואס.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 2:03 pm
דורך מחותן
זאכליך האט געשריבן:ס' קוקט אויס דער עולם האט מורא עס אויסצופילען, כ'ווייס נישט פארוואס.
כ'האב שוין געשריבען לענ"ד איז דאס נישט די מהלך, זיי רעאליסטיש און פארשטיי אז קיינער גייט נישט געבן זיין פריוואטע אינפערמאציע פאר א ניק אויף אייוועלט.
viewtopic.php?p=1055266#p1055266
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 2:23 pm
דורך זאכליך
מ'צווינגט קיינעם נישט צו שרייבן די נאמען, מ'קען עס לאזן ליידיג אדער שרייבן הרוצה בעילום שמו.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 3:48 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
מחותן האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:ס' קוקט אויס דער עולם האט מורא עס אויסצופילען, כ'ווייס נישט פארוואס.
כ'האב שוין געשריבען לענ"ד איז דאס נישט די מהלך, זיי רעאליסטיש און פארשטיי אז קיינער גייט נישט געבן זיין פריוואטע אינפערמאציע פאר א ניק אויף אייוועלט.
viewtopic.php?p=1055266#p1055266
איך מיין אז רבי מחותן האט א פוינט, און עס וואלט גווען כדי אפצומעקן די פאלגענדע שאלות.
נאמען, אימעיל אדרעס, סעלפון, אדרעס.
אנשטאט דעם זאל זיין איין איינציגע שאלה. "ווי אזוי קענען מיר זיך פארבינדען מיט אייך בעתיד ווען עס וועט זיין נוגע?"
דארט וועט מען קענען אריינלייגען א סעל נאמבער "אדער" אן אימעיל אדרעס, אדער א גוגל וואויס נומער. מעג אפילו זיין אן אישי אויף אייוועלט. אזוי דער מענטש בלייבען אנאנים אפילו ביים ממונה אליין אויך.
עס קען זיין אז דאס וועט מאכן מענטשען פילען מער באקוועם.
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 3:57 pm
דורך פלטיאל
זאכליך האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
אויב ס'בלייבט די נאמען וכו' קען מען טוישן 'אדערס' צו 'אדרעס'
פאראכטן.
ס' קוקט אויס דער עולם האט מורא עס אויסצופילען, כ'ווייס נישט פארוואס.
זעציך אויס אז עס איז אינטערעסאנטער פאר די עולם צו קרעכצן און ברעטשענען ווי איידער טון למעשה
#רחמנות
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 4:11 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
פלטיאל האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:יואב בן צרויה האט געשריבן:זייער שיין זאכליך. חפץ השם יהיה בידכם.
אויב ס'בלייבט די נאמען וכו' קען מען טוישן 'אדערס' צו 'אדרעס'
פאראכטן.
ס' קוקט אויס דער עולם האט מורא עס אויסצופילען, כ'ווייס נישט פארוואס.
זעציך אויס אז עס איז אינטערעסאנטער פאר די עולם צו קרעכצן און ברעטשענען ווי איידער טון למעשה
#רחמנות
מעגליך, אבער איך מיין אז מען דארף נישט אזוי שנעל אויפגעבן.
דער פאקט אז עס איז דא א מנין יודען וואס האבן שוין געטוען למעשה און געקויפט אין דזשורסי סיטי וואס עס איז נאך נישטא "גארנישט" (מוסדות, קהלה, שול, און אפילו נישט קיין 20 אידען), זאגט מיר אז א גוט קקארדינערטע זאך "צוזאמען" דארף קענען ברענגן א "פאר הונדערט" יודען למעשה.
אבער.... קיינער זאל זיך נישט איירעדן אז עס וועט אנקומען גרינג. אונז ברויך מיר א סך מער ווי אקסיגען טאנק. מיר דארפן דאס מאקסימןם הילף, עסקנים. רבנים, ראשי קהלה, מי מנוחות, אנקעטעס, שבתון, מנהלי מוסדות, צייטונגען וכולי וכולי. וחפץ השם בידינו יצליח
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 5:24 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
ווי עס זעט מיר אויס, איז דא גאנץ לייטישע אפשענס פון אלע זייטען, ימה, צפונה. נגבה, וקדמה.
סך הכל דארף מען זיין גרייט ארויס צוגיין 10-30 מייל. די רויטע ליין דארף צו זיין בערך 30 מייל רעדיוס, עס לויפט אריין טיף אין נ.ז, סטעעטן איילענד, פייוו טאונס, יאנקערס, בראנקס אןן נאך