בלאט 8 פון 12

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:20 pm
דורך זאכליך
מחותן, כ'האב געוויסט אז דו ביזט שעפעריש, אבער די לעצטע איז נאך די בעסטע!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:22 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
מחותן האט געשריבן:איך טראכט א געדאנק,

מען זאל מאכען א צוזאקום פאר פרויען וואס זייערע מענער טראכטען פון מופן, מען זאל עס מאכען אן קיין רעדנער דשאסט א זאל מיט פאפקארען אין סאדע,

מען זאל עס דא מפרסם זיין און יעדע אינגערמאן וואס וויל מופן זאל שיקען זיין ווייב צום אסיפה ווי מען זאל פלוידשען רעדן און סאושעלייזען איינער מיטען צווייטען, עס קען אסאך העלפן ווייל סוף כל סוף די אינגעלייט רעדן צווישן זיך אסאך מער ווי די פרויען, עטליכע אזעלכע אסיפות קען מעגליך געבן די נויטיגע שטופ צו גיין פאראויס.



גאר א גוטער געדאנק, פון אזוינע סארט געדאנקען וועט בעז"ה קומען די ישועה.
לענ"ד, איז דער חלק העקרי פונעם פראבלעם, אז מען קוקט נאך אן דאס מופען ווי א "פאני" זאך, און ווי באקאנט ביי אונז אין וומסב"ג, איז טוען א זאך וואס קען ווערן באטראכט אלס פאני ממש פון די חמורה שבחמורות.... טאמער אבער מאכט מען אסיפה און עס קומען זיך צוזאם הונדערטער נארמאלע פרויען, פאלט דער טעאריע אוועק ווי א זייפען בלוז.

פארשטייט זיך אז דאס דארף געמאכט ווען בהשכל ובדעת, אז מען זאל נישט דארפן חושש זיין אז פארן קומען אליינס וועט מען ווערן באטראכט אלס פאני.

רבי מחותן, קריינא דאיגרתא איהו ליהוו פרוונקא, איך וועל ערלעדיגען דעם פראפעשונעל אנקעטע, און איר ערלעדיגט די אסיפה רבתי באולם עטרת אברהם. (איך האף נאר אז דער זאל וועט האבן גענוג פלאץ פאר די טויזענטער מופערס...)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:24 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
מי אני האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:והאמת, האסט מיין סופארט אויך.


גם אני

2 more to go....

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:25 pm
דורך ביבער היט
גם אני.

...
ביי די מיטינג פון די פאפקארען עווענט פאר די נשים, וואלט מען געמעגט רופן די פרויען וואס האבן שוין יא געמאכט דעם טויש צו אנטלויפען פון די סיטי און זאגן פאר די וואס זענען נאך אינעם באקס אז זיי האבן עס איבערגעלעבט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:26 pm
דורך פרוביר אויך
מטעמים האט געשריבן:איך גיב מיין סופארט פאר דיין ארבייט, איך בין גרייט צו העלפן מיט וואס עס פעהלט זיך אויס.

עלה והצלח

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:31 pm
דורך מחותן
@ האמת ניתן להיאמר, מען מוז נישט אנהייבען מיט עטרת אברהם, מען דארף אנהייבען דשאסט אז 30 - 50 מענער וואס טראכטען דערפון זאלן שיקען זייערע ווייבער צו א פון פריער אנגעגרייטע שול אדער קלענערע זאל אין געגענט,

מען קען דא באשליסען וועלכע קליינע שול דער שמש וועט מסכים זיין צו בארגען פאר א שיבוש צווישען 12 - און 3 נאכמיטאג פאר מאנטאג נאך שבועות, און ער וועט צושטעלן לעקטער און עירקאנדישען.

צוויי מענער שטעלן צו פאפקארען, פינף מענער שטעלן צו סאדע, און מען זאל מפרסם זיין פון מויל צו אויער, דא אויף אייוועלט, אימעיל צווישן די קאלעגעס, אז עס איז דא א צוזאם קום ווי מען גייט זיך טרעפן און שמועסן, די מענער וואס האבן חשק צו מופן זאלען שיקען די פרויען און היידא די ערשוע מיטיניג גייט אריין אין עפעקט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:31 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
ביבער היט האט געשריבן:די 21 פראצענט וואס רעדן זיך איין אז אין 5 יאר ארום וועט זיי גרינגער זיין דאס מופען, קומט לכאורה פון דעם וואס שטיפען דעם שווערן יצר אויף מארגן איז לייכטער ווי זיך דארפן שלאגן מיטן היינטיגען יצה''ר


און אעפ"כ איז דא 48% וואס שטופט נישט אפ אויף מארגען...

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:33 pm
דורך ביבער היט
די ערשטע זאך אויף די אימעיל אגענדע זאל זיין די איידיע פון מחותן, און איינמאל די פרויען באקענען זיך שוין וועט לייכטער זיין צו ארויסגעבן די ליסט פארן פובליק

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:35 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
ביבער היט האט געשריבן:גם אני.

...
ביי די מיטינג פון די פאפקארען עווענט פאר די נשים, וואלט מען געמעגט רופן די פרויען וואס האבן שוין יא געמאכט דעם טויש צו אנטלויפען פון די סיטי און זאגן פאר די וואס זענען נאך אינעם באקס אז זיי האבן עס איבערגעלעבט.

one more to go....

עס זעט אויס ווי מארגן איז דא אן אי מעיל אדרעס אויפגעסעט.
ויה"ר שתשרה שכינה במעשי ידינו

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:39 pm
דורך מחותן
א קליינע אסיפה פון פופציג פרויען - אויב עס וועט זיין א סוקסעס - וועט נאכפאלגען מיט א גרעסערע אסיפה א וואך שפעטער וויבאלד מער פרויען וועלן הערן דערפון און זיי וועלן אויך קימען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:40 pm
דורך ביבער היט
וואאא !!!! מחותן האט וואונדערבארע הצעות
מען דארף זיך ארויפשארען די ארבעל

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:44 pm
דורך מטעמים
נישט צו ספוילען מחותןס איידיע, אבער איינער האט דא פריהער געשריבען וועגן א שבתון. עס האט אלע מעלות, דו קענסט זעהן מיט וועם דו האסט צו טוהן און מאכען גיטע קאנעקשאנס.

איך מיין אז דאס איז עפעס מער פון פופציג פרויען וואס גייען צו א פלאץ וואס זיי ווייסען נישט וועם זיי גייען טרעפן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:47 pm
דורך מחותן
א שבתון קאסט $1000 א קאפעל, עס איז א געוואלד מיט חדשים ארבייט בעפאר, עס גייט ע״פ דרך הטבע קיינמאל נישט פאסירען אחוץ אויב א נדבן שפרינגט אריין מיט צענדליגער טויזענטער דאלער אלץ מתנה/איינגאבע.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:51 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
שוין... מזל טוב, דער אי-מעיל אדרעס איז אויפגעסעט. דער אדרעס איז
300peopleleavingwilliamsburg@gmail.com. (איר קענט דאס קאפיען אויב עס איז צו לאנג צו טייפען)
ביטע שיקט נאך "נישט" קיין שום אי-מעילס, איך וועל אי"ה מארגען שרייבען א הודעה ווען און ווי אזוי צו שיקען אימעלס.
דער אימעיל איז נישט געמאכט צו שיקען ברכות, חיזוק, עצות, רעיונות און געפילען. דאס אלעס קענט איר טוען אויפן איי וועלט אדער אישי.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 10:58 pm
דורך מחותן
@ האמת,

1) סעט דיר אויף אז זאלסט אויך קענענן שיקען און באקימען טעקסט,

2) מען דארף זיכען א דריי - פיר ווערטער סלענג פאר די קאמפיין.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 11:01 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
ביבער היט האט געשריבן:
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:
פלטיאל האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט מאכן א אימעיל אדרעסס ווי די אלע וואס האבן געשטימט אז זיי זענען גרייט צו מופן זאלן אריינשיקן זייערע נעמען?????
איך בין נישט גרייט דערפאר, אבער אפשר איז איינער דא גרייט??
אנשטאט מאכן אנאנימע אנקעטעס זאל יעדער אריינשיקן זייער אינפארמעישאן....
#אמור מעט ועשה הרבה...
ווער איז גרייט???

פאוואליע, די אידען דא זענען גרייט צו מופען מיט נאך דריי הונדערט יודען, נישט מיט פינעף און א האלב יודען. ביי מיר איז ברור כשמש אז עס איז דא 500-1000 אידען + וואס זענען גרייט צו מופען "היינט" אויב עס קען ווערן ארגאנעזירט מען זאל נישט מופען אליינס און עס זאל זיין גהעריג צוגעשטעלט. מען ברויך טרעפן א וועג ווי אזוי די יודען צוזאמצונעמען.
די פאלינג קאמפאני מיט וועם איך האב גערעדט, האט מיר געזאגט אז עס איז דא וועג צו קענען באומען צוטריט צו די דעטע נאכן מאכן דעם אנקעטע, דאס דארף לכאורה צו זיין גאנץ א גיטע אפציע. אפשר וועט מען דארפען ארויסנעמען די אלע 1000 יודען מיט זייערע משפחות פאר א שבתון..... אין עפעס א הילטאן האטעל, און די יודען וועלען אנהייבען איינצוזען אז זיי זענען נישט עפעס יחידים, רחמ... משוג...נעבע..וכולי



ווער איז די קאמפעני??
אויב איז וואר זייער טענה
דאן גיי ארויס מער אינדרויסען פון שכונת אייוועלט
שפרייט אויס א בראשור אין אלע צענטערן וכתלי בית המדרש, געב ארויס א נומער פון א טעלעפאון ווי מען קען איבערלאזן די אנקעטע וועסטו שנעלער האבן א קלארערע באריכט וואס די דעת הקהל איז.


-איך וועל דיר שיקען מארגען אישי מער פרטים וועגן די קאמפאני.

-אן אנקעטע ווערט נישט געמאכט דורך דעם וואס מענטשען רופען אריין פון א בראשור, דאס האט נישט קיין סייענטיפישע ווערט. אן אנקעטע ווערט געמאכט ווען די קאמפאני רופט דעם עולם.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 11:03 pm
דורך לכאורה
איך רייס מיך פאר געלעכטער

נישט קיין געלעכטער פון חוזק אדער שפאט חלילה

געלעכטער פון פרייד!

פרייד אז אייוועלט שפרודלט מיט געדאנקן און עסקנים

פרייד אז מען רעדט זאכליכע זאכן וואס וועלן מיר לכאורה בייהילפיג זיין אי"ה!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 11:13 pm
דורך א איד אין גלות
ווילי ספרינג.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 8:03 am
דורך כלל גדול
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:
ביבער היט האט געשריבן:גם אני.

...
.

one more to go....

עס זעט אויס ווי מארגן איז דא אן אי מעיל אדרעס אויפגעסעט.
ויה"ר שתשרה שכינה במעשי ידינו


איך וואלט ווען אויך געאפערט מיין הילף.
כבין נאר לעצנסט זייער פארנימען מיט.... דזערסי סיטי
אין יא, אסאך אידן טוען דערין אבער אזוי ווי איר זאגט, ער פארלאנגט זיך זייער אסאך כוחות
זאל דער באשעפער אונז אלע העלפן די ארבעט זאל עושה פירות זיין

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 8:07 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
ברוב שבח והודיה ווילן מיר מעלדען איבערן גרינדונג פון דעם נייעם אי-מעיל אדרעס 300peopleleavingwilliamsburg@gmail.com.

קודם א שטיקעל הקדמה, דער אי-מעיל איז געגרינדעט געווארען עפ"י די הצעה פון רבי פלטיאל נעכטען טאקע דא אויפן אייועלט. און האט שוין באקומען די ווארעמע שטיצע פון מטעמים, פינטעל, בענאק, זאכליך, ביבער היט, מי אני. ויה"ר שתשרה שכינה במעשה ידינו.

איך וועל דא פראבירען קלאר שטעלן פארן ציבור ווען צו שיקען אן אי-מעיל, און ווען נישט צו שיקען אי-מעילס כדי צו פארמיידען מיספארשטענדענישען.

ווען נישט צו שיקען אי-מעילס..

א. דער אימעיל איז נישט געמאכט צו שיקען ברכות, חיזוק, עצות, רעיונות און געפילען אדער קריטיק
ב. איר איר "וואלט איר ווען געוואלט" מופען, אבער איר האט עיכובים
ג. איר ווילט מופען "למעשה" אבער הערשט אין א פאר יאר
ד. איר האט שאלות אדער אינפארמאציע וועגן א געוויסען פראיעקט
ה. איר ווילט זיך שוין אויפסיינען אין א געוויסען פראיעקט און איר ווילט מיר זאלען אייך שוין העלפן.
ו. איר פלאנט צו בלייבען וואוינען אין וומסב"ג
ז. איר זענט (שוין מער) נישט קיין וויליאמסבורגער
ח מיר פארטרעטן נישט קיין איינע פון די שטעטלעך אדער עסקנים
פאר די אלע זאכען קענט איר נוצען דעם איי וועלט אדער לכל היותר אישי.

ווען יא צו שיקען אן אי-מעיל.

מענטשען וואס זענען "קאמיטעד" אוועק צומופען פון וויליאמסבורג, אפילו אויב דאס איז נאר בתנאי אז נאך 300 מענטשען מופען, און מיט א געהעריגען מוסד און שול. מיט אימעילס פון די מופערס וועל מיר בעז"ה קענען צוזאמשטעלן א געהעריגען דאטעבעיס פון די מופערס, און נאכדעם וועט מען בעתיד הקרוב אנהייבען צו קארדאנירען בענעזאם ווי און ווי אזוי צו מופען
די אינפארמאציע וואס איר שיקט וועט בל"נ נישט ווערן ארויסגעגעבן פאר קיינעם (אפילו נישט פאר עסקנים) נאר מיטן קלארען רשות פונעם שיקער
נאך צווי נקודות.
1. אויב זענט איר שוין גרייט צו קויפען\מופען יעצט תיכף ומיד מיט 10-20-30 מענטשען , דאן ווארט נישט אויף אונז, טוטס שוין צו דער זאך.
2. דער וועג ווי אזוי דער אימעיל איז אויסגעשטעלט איז מיין אקסיגען טאנק לפי תכונת נפשי. אויב וויל איינער אהערשטעלן אן אי מעיל פאר חיזוק און סופארט וכו, איז אדרבה ואדרבה.

.Information to be included in e-mail. You can copy/paste it into the e-mail and add your comments.
First, if you haven’t voted on our poll, please do so now. Let other people see as well that there is a big amount of people ready to leave. If you are not an ivelt member, you can register very quickly. Shouldn’t take more then 2 min.
• Last name (first name is not important)
• Cell number
• Amount of children
• How many bedrooms you are looking for
• Do you want to buy or rent?
• If you want to buy, do you have 50k for down payment and a name that qualifies for mortgage
• Which of the current shtetlech projects is most to your heart and why? Do you have another location that suits you better then the projects that are being worked on now.
• What issue would you want its hould be addressed before you move
• What will you be missing most about Williamsburg (if anything..)

און יעצט.... צום ציבורס קאמענטארען

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 8:53 am
דורך זאכליך
אפשר לייגט מען ארויף די questionnaire אויף א גוגל דרייוו פארום, וועט עס זיין גרינגער אויסצופילען, און גרינגער צו האנדלען מיט די דעטע. (ס'גייט דאך זיין אפאר טויזענט מענטשען וואס פילן עס אויס!)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 9:04 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
זאכליך האט געשריבן:אפשר לייגט מען ארויף די questionnaire אויף א גוגל דרייוו פארום, וועט עס זיין גרינגער אויסצופילען, און גרינגער צו האנדלען מיט די דעטע. (ס'גייט דאך זיין אפאר טויזענט מענטשען וואס פילן עס אויס!)

פאוואליע, אונז וועל מיר נאך גאר א סך שוויצען ווי לאנג אונז וועל מיר האבן אפאר טויזענט מענטשען וואס פילן עס אויס....

איך וויס נישט צו איר פארשטייט, אבער איך לעב נישט אין אילוזיע וועלט... (דרים לענד בלע"ז..)

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 9:30 am
דורך זאכליך
https://docs.google.com/forms/d/1ik1gwl ... =send_form

והאמת, ס'קוקט אויס גוט?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 9:35 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
זאכליך האט געשריבן:https://docs.google.com/forms/d/1ik1gwlLE49e4I2w9DgXyriUzu11nJ_iAfnScrsw8iUg/viewform?usp=send_form

והאמת, ס'קוקט אויס גוט?

עס זעט אויס זייער גוט. איך קען מיך נאר נישט אזוי גוט אויס מיט גוגל דרייוו. קענט איר מיר בעסער מסביר זיין, ווער עס וועט עס קענען זען א.א.וו

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 19, 2015 9:48 am
דורך זאכליך
אלע אינפארמאציע ווערט געסעיווט אין א spreadsheet. ביזדערווייל קען עס קיינער נישט זעהן נאר אויב מ'לאגט אריין צו מיין גוגל אקאונט.

ס'שוין דא 1 אויסגעפילטע צעטל...!