בלאט 7 פון 12
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:34 pm
דורך מיסטעריעז
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:בענאק האט געשריבן:לדעתי איז דער גאנג פון הרב פייערווערגער, אט דער זעלבער גאנג פון נעמען א אקסידשען טאנק און לויפן.
אין פאקט. אז אנשטאט צו זיין פארנומען דריי פיר יאר וואס אלץ מען "בויעט" און וואס אלץ עס "גייט" זיין, האבן זיין גענומען 15 אינגעלייט און זיי פארקויפט הייזער, דאס איז שוין א פאקטישער מציאות. דאס הייסט דער אקסיזען טאנק איז שוין דא.
יעצט קען מען זיך שוין נעמען צו סטעפ 2 און גיין ווייטער
אמור מעט ועשה הרבה.
די מעשה איז נאר אז
פאר אונזער נייעם שטאט דארף מען אביסל מער ווי איין אקסיזען טאנק.... מען דארף אפאר פארעמדיקס..
ענדליך זענט איר צוגעקומען צום ווארט........
אוואו בויעט איר א שטאט?...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:39 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
מחותן האט געשריבן:תמים תהי האט געשריבן:אויב די רעדסט פון א הויז פאר 250 טויזנט דאללער, אדער פאר 1000/1200 דאללער רענט, פארוואס איז דיין שאלה דוקא געווידמעט פאר וויליאמסבורג? פארוואס איז נישט די זעלבע שאלה פאר קרית יואל און מאנסי?
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן א דירה
קודם שלום עליכם.
_____
איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען:
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
קען זיין אז מען דארף טוישען דעם קעפעל צו...... אנקעטע - איז דער עולם שוין גרייט צו איבערלאזען "וויליאמסבורג-קרית יואל-מאנסי".....
אבער נאכן דורכפאל נעכטען מיטן טוישען דעם אנקעטע וועל איך שוין נישט פראבירען. אבער אפשר קען איינער פון די אפסטעיט יודען עפענען אן אשכול פאר די אפסטעיט יודען וואס ווילן זיך אריבערציען צו א נייע שטאט.
-------
איך טראכט (אביסל בדרך צחות) אז די וויליאמסבורגע אידן קענען גיין צום נייעם שטאט אין דזשורסי סיטי, די ב"פ אידען צום נייען שטאט אין סטעטן איילענד, די מאנרא יודען קיין בלומינגבערג אדער גיבערס.... פאר די מאנסי אידען דארף מען נאך עפעס טרעפען, אפשר אין העקענסעק נוי דזשורסי
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:40 pm
דורך פלטיאל
פארוואס זאל מען נישט מאכן א אימעיל אדרעסס ווי די אלע וואס האבן געשטימט אז זיי זענען גרייט צו מופן זאלן אריינשיקן זייערע נעמען?????
איך בין נישט גרייט דערפאר, אבער אפשר איז איינער דא גרייט??
אנשטאט מאכן אנאנימע אנקעטעס זאל יעדער אריינשיקן זייער אינפארמעישאן....
#אמור מעט ועשה הרבה...
ווער איז גרייט???
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:48 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
מיסטעריעז האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:בענאק האט געשריבן:לדעתי איז דער גאנג פון הרב פייערווערגער, אט דער זעלבער גאנג פון נעמען א אקסידשען טאנק און לויפן.
אין פאקט. אז אנשטאט צו זיין פארנומען דריי פיר יאר וואס אלץ מען "בויעט" און וואס אלץ עס "גייט" זיין, האבן זיין גענומען 15 אינגעלייט און זיי פארקויפט הייזער, דאס איז שוין א פאקטישער מציאות. דאס הייסט דער אקסיזען טאנק איז שוין דא.
יעצט קען מען זיך שוין נעמען צו סטעפ 2 און גיין ווייטער
אמור מעט ועשה הרבה.
די מעשה איז נאר אז
פאר אונזער נייעם שטאט דארף מען אביסל מער ווי איין אקסיזען טאנק.... מען דארף אפאר פארעמדיקס..
ענדליך זענט איר צוגעקומען צום ווארט........
אוואו בויעט איר א שטאט?...
איר האט שלעכט פארשטאנען, נישט איך בוי א שטאט, מיר ברויכען "צוזאמען" בויען א שטאט. א "יחיד" איז גאר שטארק באגרעניצט וואס ער קען טוען אנעם כח הרבים.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:50 pm
דורך מיסטעריעז
און איר האט פארזעהן מיינע פינטלעך...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:04 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
מיסטעריעז האט געשריבן:און איר האט פארזעהן מיינע פינטלעך...
אהא....
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:05 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
פלטיאל האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט מאכן א אימעיל אדרעסס ווי די אלע וואס האבן געשטימט אז זיי זענען גרייט צו מופן זאלן אריינשיקן זייערע נעמען?????
איך בין נישט גרייט דערפאר, אבער אפשר איז איינער דא גרייט??
אנשטאט מאכן אנאנימע אנקעטעס זאל יעדער אריינשיקן זייער אינפארמעישאן....
#אמור מעט ועשה הרבה...
ווער איז גרייט???
פאוואליע, די אידען דא זענען גרייט צו מופען מיט נאך דריי הונדערט יודען, נישט מיט פינעף און א האלב יודען. ביי מיר איז ברור כשמש אז עס איז דא 500-1000 אידען + וואס זענען גרייט צו מופען "היינט" אויב עס קען ווערן ארגאנעזירט מען זאל נישט מופען אליינס און עס זאל זיין גהעריג צוגעשטעלט. מען ברויך טרעפן א וועג ווי אזוי די יודען צוזאמצונעמען.
די פאלינג קאמפאני מיט וועם איך האב גערעדט, האט מיר געזאגט אז עס איז דא וועג צו קענען באומען צוטריט צו די דעטע נאכן מאכן דעם אנקעטע, דאס דארף לכאורה צו זיין גאנץ א גיטע אפציע. אפשר וועט מען דארפען ארויסנעמען די אלע 1000 יודען מיט זייערע משפחות פאר א שבתון..... אין עפעס א הילטאן האטעל, און די יודען וועלען אנהייבען איינצוזען אז זיי זענען נישט עפעס יחידים, רחמ... משוג...נעבע..וכולי
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:19 pm
דורך פלטיאל
אויב סאיז דיר אזוי ברור, פארוואס נישט אנפאנגען? שאף א אימעיל אדרעס ווי יעדעק וועק סאיז גרייט צו מופן זאל אריינשיקן זיין נאמען, ווען עס וועט זיך צוזאמקלויבן א באדייטענדע צאהל וועט מען צוזאמנעמען יעדעם און פאבליצירן די נעמען מען זאל זיך קענען צוזאמזעצן....
פארוואס צעגערסטו? "טו" צו די זאך...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:23 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:נעכטן ביינאכט ווען "לאמפ" האט געשריבען האט אויסגעזען ווי דער אנקעטע איז א מיאוסער דורכפאל צוליב א טעכנידער פראבלעם, למעשה האלט מען ווינציגער ווי 12 שעה נאכדעם און עס איז שוין דא פרישע 2 מנינים שטימען, און טאקע א מער אקוראט בילד מיט 25 % פארן זעקסטען אפציע...
דאס ברענגט שטערקער ארויס מיין פוינט.. ווילאנג די שאלה אין די ערשטע אנקעטע איז געווען אויב מען וויל מופן אדער נישט האט א גרויסע רוב 'געזאגט' אז יא זיי ווילן און זענען גרייט צו מופן. אין די מינוט וואס איר האט אין די צווייטע אנקעטע געגעבן א געלעגענהייט צו האבן אן אויסרייד אדער אפשטיפן דאס מופן מיט פינעוו יאר האט זיך א מערהייט צוגעכאפט דערצו מיט ביידע הענט.
למעשה שטעלט זיך ארויס אז אפילו נאכן געבן אן אפציע פאר מענטשן אז מען "גייט" מופען אבער נאך נישט יעצט האלט מען נאך אלס ביי 43 % וואס וויל דוקא מופען יעצט. מיין קאלקעלעטער זאגט אז 43% פון ווילאמסבורג איז בערך 6000 מענטשען, און אז איר ווילט אראפנעמן האלב, איז אויך 3000 מענטשען, ווילט איר אראפנעמן 80 % איז אויך 1200 מענטשען.... הוא הדבר אשר דיברנו, דא איז דא א ריזען ציבור גרייט, אן אקסיגען טאנק איז ווייט פון גענוג דא, מען ברויך א פאר פארעמעדיקס מיט די ריכטיגע כלים...
פון דער אנערע זייט איז דער עולם וואס "וויל" בלייבען וואוינען אין וומסב"ג ביי א מאגערען אויסגעשפילטע 11%
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:28 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
פלטיאל האט געשריבן:אויב סאיז דיר אזוי ברור, פארוואס נישט אנפאנגען? שאף א אימעיל אדרעס ווי יעדעק וועק סאיז גרייט צו מופן זאל אריינשיקן זיין נאמען, ווען עס וועט זיך צוזאמקלויבן א באדייטענדע צאהל וועט מען צוזאמנעמען יעדעם און פאבליצירן די נעמען מען זאל זיך קענען צוזאמזעצן....
פארוואס צעגערסטו? "טו" צו די זאך...
וואס זאגט דער עולם דא? אויב דער עולם האלט אז דאס איז א גוטער געדאנק בין איך גרייט דאס אויפצוסעטען.
פארשטייט זיך אז די אינפארמאציע וועט בל"נ נישט וועערן ארויסגעגעבן פאר קיינעם אויף דער וועלט (אפילו נישט פאר עסקנים) נאר מיטן קלארען רשות פונעם שיקער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:49 pm
דורך בוידעם
זאכן הייבן אן ווערן אינטערסאנט....
#די פאוער פון אנקעטעס.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 6:53 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בוידעם האט געשריבן:זאכן הייבן אן ווערן אינטערסאנט....
#די פאוער פון אנקעטעס.
עס זעט אויס אז דער גאנצער עולם איז מיט אונץ, אפילו די אידען אויפען "בוידעם"....
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:05 pm
דורך מטעמים
איך גיב מיין סופארט פאר דיין ארבייט, איך בין גרייט צו העלפן מיט וואס עס פעהלט זיך אויס.
עלה והצלח
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:08 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
מטעמים האט געשריבן:איך גיב מיין סופארט פאר דיין ארבייט, איך בין גרייט צו העלפן מיט וואס עס פעהלט זיך אויס.
עלה והצלח
שוין דער פערטער מענטש וואס אפפערד הילף, מיטן כח הרבים קען מען אויפטוען א סך מער ווי מען קלערט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:12 pm
דורך פינטל
באקומסט מיין וואוט! אבער טו צו די זאך!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:41 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
פינטל האט געשריבן:באקומסט מיין וואוט! אבער טו צו די זאך!
האלט מיר שוין ביי צוויי, אויב איז נאך 5 אידען וואס זאגען אז מען זאל אויפסעטען אן אי-מעיל, וועל איך עס אי"ה אויפסעטען "מארגען".
ווארט איך צו הערן פונעם עולם..
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:56 pm
דורך פלטיאל
אידן וואו זענטס עטץ??? א איד איז גרייט צו טוהן.... ווייזטס ענקער שטיצע.... רופטס ענק אן...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 8:17 pm
דורך בענאק
גאו אהעד, סעט אויף א אימעיל אדרעס
ווי איך האב שוין געשריבן, בין איך גרייט צו העלפן יעדן וואס טוט אין דעם ענין. סאו אויב ברויכסטו הילף נאכדעם קאנטאקט מיר אין אישי
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 8:19 pm
דורך בענאק
פאר די וואס ווילן "שוין" גיין איז שוין דא א אימעיל אדרעס.
עס איז:
jerseycitydiros@gmail.com
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 8:41 pm
דורך זאכליך
והאמת, האסט מיין סופארט אויך.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:12 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
זאכליך האט געשריבן:והאמת, האסט מיין סופארט אויך.
האלט מיר שוין ביי פיר , נאך 3 to go
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:23 pm
דורך ביבער היט
אז די אכסט שוין א אימעיל אדרעסס און מיט נעמען לפרסם
זאל כאטש די פירסום ארויסקומען מיט א מי מנוחות אפטיילונג
עס וועלן זיכער זיך יאווען ניק'ס צו העלפן אזא פראדזשעקט, עס וועט האבן א אפקלאנג אזא אויסגאבע.
..
די 21 פראצענט וואס רעדן זיך איין אז אין 5 יאר ארום וועט זיי גרינגער זיין דאס מופען, קומט לכאורה פון דעם וואס שטיפען דעם שווערן יצר אויף מארגן איז לייכטער ווי זיך דארפן שלאגן מיטן היינטיגען יצה''ר
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:27 pm
דורך מי אני
זאכליך האט געשריבן:והאמת, האסט מיין סופארט אויך.
גם אני
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:29 pm
דורך ביבער היט
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:פלטיאל האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט מאכן א אימעיל אדרעסס ווי די אלע וואס האבן געשטימט אז זיי זענען גרייט צו מופן זאלן אריינשיקן זייערע נעמען?????
איך בין נישט גרייט דערפאר, אבער אפשר איז איינער דא גרייט??
אנשטאט מאכן אנאנימע אנקעטעס זאל יעדער אריינשיקן זייער אינפארמעישאן....
#אמור מעט ועשה הרבה...
ווער איז גרייט???
פאוואליע, די אידען דא זענען גרייט צו מופען מיט נאך דריי הונדערט יודען, נישט מיט פינעף און א האלב יודען. ביי מיר איז ברור כשמש אז עס איז דא 500-1000 אידען + וואס זענען גרייט צו מופען "היינט" אויב עס קען ווערן ארגאנעזירט מען זאל נישט מופען אליינס און עס זאל זיין גהעריג צוגעשטעלט. מען ברויך טרעפן א וועג ווי אזוי די יודען צוזאמצונעמען.
די פאלינג קאמפאני מיט וועם איך האב גערעדט, האט מיר געזאגט אז עס איז דא וועג צו קענען באומען צוטריט צו די דעטע נאכן מאכן דעם אנקעטע, דאס דארף לכאורה צו זיין גאנץ א גיטע אפציע. אפשר וועט מען דארפען ארויסנעמען די אלע 1000 יודען מיט זייערע משפחות פאר א שבתון..... אין עפעס א הילטאן האטעל, און די יודען וועלען אנהייבען איינצוזען אז זיי זענען נישט עפעס יחידים, רחמ... משוג...נעבע..וכולי
ווער איז די קאמפעני??
אויב איז וואר זייער טענה
דאן גיי ארויס מער אינדרויסען פון שכונת אייוועלט
שפרייט אויס א בראשור אין אלע צענטערן וכתלי בית המדרש, געב ארויס א נומער פון א טעלעפאון ווי מען קען איבערלאזן די אנקעטע וועסטו שנעלער האבן א קלארערע באריכט וואס די דעת הקהל איז.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:57 pm
דורך מחותן
איך טראכט א געדאנק,
מען זאל מאכען א צוזאקום פאר פרויען וואס זייערע מענער טראכטען פון מופן, מען זאל עס מאכען אן קיין רעדנער דשאסט א זאל מיט פאפקארען אין סאדע,
מען זאל עס דא מפרסם זיין און יעדע אינגערמאן וואס וויל מופן זאל שיקען זיין ווייב צום אסיפה ווי מען זאל פלוידשען רעדן און סאושעלייזען איינער מיטען צווייטען, עס קען אסאך העלפן ווייל סוף כל סוף די אינגעלייט רעדן צווישן זיך אסאך מער ווי די פרויען, עטליכע אזעלכע אסיפות קען מעגליך געבן די נויטיגע שטופ צו גיין פאראויס.