בלאט 6 פון 12
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 8:49 am
דורך לאמפ
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:ערענסט גערעדט, וואו האט איר געפלאנט אנקומען מיט אייערע אנקעטעס? דאס אז דער עולם 'זאגט' אז מען וויל מופן הערט מען שוין אין די קאווע שטיבער און אין די מקוואות. דער פראבלעם איז אז רוב 'זאגן' נאר, אבער האלטן נישט באמת דערביי.
ערענסט גערעדט.... זענט איר פון די מענטשען (צוזאמען מיט א סך פון אונזערע פירערס) וואס קימערען זיך גאנץ ווייניג אז א ריזען ציבור ברעכט אינטער און האט נישט קיין גהעריגען פלאץ ווי צוגיין.
ווי בוידעם האט ערווענט ברויך מען נישט זיין א וועטעראן עסקן אדער פירער צו טוהן עפעס זאכליך לטובת הציבור.
אזעלכע מעכטיגע ארגענעזאציעס ווי הצלה, שומרים, חבירים, חסד, בוני עולם, RCCS און נאך, זענען נישט געגרינדעט געווארן דורך רבנים אדער אישי ציבור! דאס האבן געגרינדעט פריוואטע (דאן)אינגעלייט ווען זיי האבן דערזעהן א חלל אין דעם ענין און געטוהן צום זאך.
שיין וואלטן מיר אויסגעזעהן אויב הרב וועבער, רב קאהן אדער רב באכנער וואלטן אנשטאט טוהן צו די זאך געשריגן אז די רבנים, עסקנים און ראשי קהילה ברויכן טוהן מער.. זיי וואלטן געווארן הייזעריג און מיר וואלטן נאך היינט נישט געהאט קיינע פון די לעבנס וויכטיגע ארגענעזאציעס.
אם אין אני לי מי לי.
אמת.. אבער א נייע שטאט איז א סך שווערער ווי די אלע זאכן וואס איר האט אויסגערעכענט. מען ברויך האבן גאר א סך כחות און איז א זאך וואס אפעקטירט 80 %+ פונעם ציבור.
לאמיר פרעגן א קלאץ קשיא, איר זאגט דאך אז איר ווילט מופן און די בעסטע וואלט געווען אין די פערציג מייל פון די סיטי, איא?
האט איר שוין געטראכט פון מופן קיין דשערזי סיטי? זענט איר שוין געווען קוקן דאס פלאץ? האט איר שוין גערעדט צו אן עסקן? האט איר זיך שוין נאכגעפרעגט איבער פרייזן?
הרב וועבער ווען ער האט געגרינדעט הצלה האט ער אויך נישט גע'חלומט אדער געהאט די מעגליכקייט פון אנפירן אזא פארצווייגטע אפעראציע פון הונדערטער וואלונטירן, טראקס, דיספעטשינג און נאך. ער האט געזעהן אז עס פעלט אויס עפעס צו טוהן האט ער נישט געהאט קיין טענות און געשריגן עסקנים, נאר געכאפט א אקסידשן טאנק און געלאפן ראטעווען וויפיל ער האט געקענט, די איבריגע איז שוין נאכגעקומען מיטן הילף פונעם ציבור און עסקנים.
איך האב נישט געזאגט אז איר זאלט אליין גרינדן א שטאט מיט אלע צוגעהערן, דאס איז נישט מעגליך פאר א יחיד זיך אונטערצונעמען. וואס יא? עטליעסט כאפט אן אקסידשן טאנק און ראטעוועט אייך און אייער משפחה! דער ציבור? די עסקנים? זיי וועלן שוין נאכקומען.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:36 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:ערענסט גערעדט, וואו האט איר געפלאנט אנקומען מיט אייערע אנקעטעס? דאס אז דער עולם 'זאגט' אז מען וויל מופן הערט מען שוין אין די קאווע שטיבער און אין די מקוואות. דער פראבלעם איז אז רוב 'זאגן' נאר, אבער האלטן נישט באמת דערביי.
עטליעסט כאפט אן אקסידשן טאנק און ראטעוועט אייך און אייער משפחה! דער ציבור? די עסקנים? זיי וועלן שוין נאכקומען.
ווי שוין ערווענט כמה פעמים א "יוד" קען זיך נישט אויפהייבען אליינס און מופען אויף קאנארסי אדער אויף דזשערסי סיטי, ער ברויך האבן א ציבור מיט זיך. ווי עס זעט מיר אויס זיכט איר צו זיין דער פאן טרעגער דא פון אלע הסברים פארוואס א ניי שטאט קען זיך נישט אויסארבעטען...., און אז אונזערע ראשים טוען שוין ב"ה דאס מאקסימום......דער עולם וויל נישט...אזוי לאזט זיך אויס רוב פלענער פון נייע שטעטלעך, עס איז נישט מער ווי רעכט אז די אנקעטע זאל זיך אויסלאזן די זעלבע וועג.........
בנוגע מיין עסקנות...(איך פערזענליך האב ב"ה אן אויסגעצאלטע דירה) האב איך שוין באקומען עטליכע אישיס, וואס האלטען אז טאקע וואס איך טו דא אויף איי וועלט איז דער אקסידשן טאנק, אבער גלייבט מיר אז עס ענדיגט זיך נישט נאר ביי איי וועלט ואכמ"ל....ובשם השם נעשה ונצליח
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 9:57 am
דורך לאמפ
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:בנוגע מיין עסקנות...(איך פערזענליך האב ב"ה אן אויסגעצאלטע דירה) האב איך שוין באקומען עטליכע אישיס, וואס האלטען אז טאקע וואס איך טו דא אויף איי וועלט איז דער אקסידשן טאנק, אבער גלייבט מיר אז עס ענדיגט זיך נישט נאר ביי איי וועלט ואכמ"ל....ובשם השם נעשה ונצליח
אויב פלאנט איר טאקע צו טוהן מער ווי מאכן אנקעטעס און פארפירן, דאן בעט איך אייך שוין איבער. איך וועל זיך פארבינדן מיט אייך אין אישי צו אפערן מיין הילף און עקספיריענס אין דעם געביט.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 12:39 pm
דורך בענאק
לדעתי איז דער גאנג פון הרב פייערווערגער, אט דער זעלבער גאנג פון נעמען א אקסידשען טאנק און לויפן.
אין פאקט. אז אנשטאט צו זיין פארנומען דריי פיר יאר וואס אלץ מען "בויעט" און וואס אלץ עס "גייט" זיין, האבן זיין גענומען 15 אינגעלייט און זיי פארקויפט הייזער, דאס איז שוין א פאקטישער מציאות. דאס הייסט דער אקסיזען טאנק איז שוין דא.
יעצט קען מען זיך שוין נעמען צו סטעפ 2 און גיין ווייטער
אמור מעט ועשה הרבה.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 1:51 pm
דורך תמים תהי
אויב די רעדסט פון א הויז פאר 250 טויזנט דאללער, אדער פאר 1000/1200 דאללער רענט, פארוואס איז דיין שאלה דוקא געווידמעט פאר וויליאמסבורג? פארוואס איז נישט די זעלבע שאלה פאר קרית יואל און מאנסי?
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י, און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן א דירה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:06 pm
דורך מחותן
תמים תהי האט געשריבן:אויב די רעדסט פון א הויז פאר 250 טויזנט דאללער, אדער פאר 1000/1200 דאללער רענט, פארוואס איז דיין שאלה דוקא געווידמעט פאר וויליאמסבורג? פארוואס איז נישט די זעלבע שאלה פאר קרית יואל און מאנסי?
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן א דירה
קודם שלום עליכם.
_____
איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען:
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:16 pm
דורך תמים תהי
מחותן האט געשריבן:תמים תהי האט געשריבן:אויב די רעדסט פון א הויז פאר 250 טויזנט דאללער, אדער פאר 1000/1200 דאללער רענט, פארוואס איז דיין שאלה דוקא געווידמעט פאר וויליאמסבורג? פארוואס איז נישט די זעלבע שאלה פאר קרית יואל און מאנסי?
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן א דירה
קודם שלום עליכם.
_____
איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען:
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
א אינגערמאן ביז אפאר יאר נאך די חתונה איז עם אפשר יא מעגליך צו דינגען א דירה, אויב גייט ער גלייך ארבייטן נאך די חתונה, אבער איינמאל די משפחה ווערט גרעסער און ער זוכט א גרויסע דירה ווערט עס ממש אומ-מעגליך
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:17 pm
דורך קהלס נאר
מחותן האט געשריבן:תמים תהי האט געשריבן:אויב די רעדסט פון א הויז פאר 250 טויזנט דאללער, אדער פאר 1000/1200 דאללער רענט, פארוואס איז דיין שאלה דוקא געווידמעט פאר וויליאמסבורג? פארוואס איז נישט די זעלבע שאלה פאר קרית יואל און מאנסי?
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן א דירה
קודם שלום עליכם.
_____
איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען:
א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
איך קען אינגעלייט וואס מאכן פלעין פרנסה און זיי האבן לעצטענס געקויפט דירות און ק"י אז מען מיינט אמתדיג העלפט דער אייבערשטער
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:20 pm
דורך קנאפער ידען
מחותן האט געשריבן:איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען: א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
What?! איך וואוין אין מאנסי, איך הייס היבש א שוואכע פארדינער, מיין טאטע שווער און זיידע האבן נישט קיין גרויסע געלטער און געבן מיר גארנישט. און די רענט איז נישט קיין האלב פון די עוורידזש פעיראל. וואס טרייבסטו איבער אז מען קען נישט דינגען קיין דירה?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:23 pm
דורך פאטעטא קוגל
קנאפער ידען האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען: א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
What?! איך וואוין אין מאנסי, איך הייס היבש א שוואכע פארדינער, מיין טאטע שווער און זיידע האבן נישט קיין גרויסע געלטער און געבן מיר גארנישט. און די רענט איז נישט קיין האלב פון די עוורידזש פעיראל. וואס טרייבסטו איבער אז מען קען נישט דינגען קיין דירה?
א אלטע lease?!
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:27 pm
דורך קנאפער ידען
פאטעטא קוגל האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען: א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
What?! איך וואוין אין מאנסי, איך הייס היבש א שוואכע פארדינער, מיין טאטע שווער און זיידע האבן נישט קיין גרויסע געלטער און געבן מיר גארנישט. און די רענט איז נישט קיין האלב פון די עוורידזש פעיראל. וואס טרייבסטו איבער אז מען קען נישט דינגען קיין דירה?
א אלטע lease?!
נישט צו אלט, דריי יאר.
דער עוורידזש פרייז פון א דירה אין היימישן געגענט לויפט צווישן $1250 און $1400 פאר א צוויי-בעדרום אפארטמענט (לפי א חבר וואס קוקט יעצט ארום פאר א נייע דירה צו דינגען פאר זיך). און איך מיין אז $625 א וואך איז נישט קיין רייכער מענטש...
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:29 pm
דורך מחותן
קנאפער ידען האט געשריבן:מחותן האט געשריבן:איר האט זיכער געמיינט צו שרייבען: א אינגערמאן וואס ארבייט און מאכט פלעין פרנסה, און נישט זיין טאטע אדער שווער אדער זיידע האבן אסאך געלט איז אין קר"י און אין מאנסי אויך ממש אומ-מעגליך צו קויפן אדער צו דינגען א דירה
What?! איך וואוין אין מאנסי, איך הייס היבש א שוואכע פארדינער, מיין טאטע שווער און זיידע האבן נישט קיין גרויסע געלטער און געבן מיר גארנישט. און די רענט איז נישט קיין האלב פון די עוורידזש פעיראל. וואס טרייבסטו איבער אז מען קען נישט דינגען קיין דירה?
דער עוורידזש פרייז פון א דירה אין היימישן געגענט לויפט צווישן $1250 און $1400
פאר א צוויי-בעדרום אפארטמענט (לפי א חבר וואס קוקט יעצט ארום פאר א נייע דירה צו דינגען פאר זיך). און איך מיין אז $625 א וואך איז נישט קיין רייכער מענטש...
אקעי, איר רעדט פון א חתן כלה צוויי בעדרום דירה, וואס קאסט צו דינגען א 4 בעדרום דירה?
לויט מיין ידיעה קאסט עס איבער צוויי אלפים.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:33 pm
דורך קנאפער ידען
איך בין נישט אין די מארקעט (אגב צוויי בעדרום איז גענוג פאר לכה"פ פינעף זעקס יאר נאכן חתונה ברווח). אבער איך מיין אז עטוואס איבער $2000 (א חבר מיט פינעף בעדרומס און א ריזיגע באקוועמע דירה, דריי פול בעטהס וכו', האט יעצט געדינגען פאר $2500). דאס איז טאקע הויך אנקעגן ווייסעך-וואו, אבער צו זאגן אז א נארמאלע פארדינער קען זיך עס נישט עפפארדען איז מיינעך איבערגעטריבן.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:44 pm
דורך מחותן
דארף מען שוין דעבאטירען וואס עס הייסט א שיינע פארדינער..
2100 - דירה
400 - לעקטער
100 - וואסער גארביטש, טעלפאון
2600 - טאטאל דירה עקספענס
וואס הייסט א עווריטיש פארדינער? מיט וופיל געלט בלייבט ער איבער צו שפייזען זיינע 4/5/6 - קינדער?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:50 pm
דורך קנאפער ידען
לאמיר זאגן איינער וואס מאכט (פארגעס נישט אז מען רעדט דא פון א גוטע זעקס יאר נאכן חתונה און אריין אין דזשאב) $850. קומט בכלל נישט אויס אזוי שלעכט. איך זאג נישט אז מען בלייבט מיט שיינע סורפלאסעס, אבער צו זאגן אז מען קען נישט דינגען איז איבערגעטריבן, און ווי אויכעט מאכן זייער אסאך מער.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:51 pm
דורך מי יודע
קנאפער ידען האט געשריבן:איך בין נישט אין די מארקעט (אגב צוויי בעדרום איז גענוג פאר לכה"פ פינעף זעקס יאר נאכן חתונה ברווח). אבער איך מיין אז עטוואס איבער $2000 (א חבר מיט פינעף בעדרומס און א ריזיגע באקוועמע דירה, דריי פול בעטהס וכו', האט יעצט געדינגען פאר $2500). דאס איז טאקע הויך אנקעגן ווייסעך-וואו, אבער צו זאגן אז א נארמאלע פארדינער קען זיך עס נישט עפפארדען איז מיינעך איבערגעטריבן.
קנאפער, ביסט נאך אביסל יונג קוקט אויס, 625 א וואך? איך דארף אזויפיל מאכן לכה"פ אין צוויי טעג איך זאל קענען איבערקומען די וואך, וכבר דשו בה קמאי דקמאי באשכולות אחרים, און איך האב נישט קיין אנונג ווי אזוי מענטשן לעבן טאקע, איך פאר מיר לעב שפארזאם אין געוויסע זאכן וואס עווריזטש מענטשן שפארן נישט, ועכ"ז גייט שווער דורך די וואך, א אינגערמאן מיט א שטוב פון 5 קינדער און ארויף דארף מאכן לכה"פ 2000 דאלער א וואך ער זאל נישט ווערן א בעל חוב
===
קנאפער האקט, מ'קען דינגען א 5 רומיגע דירה אבער נישט א אכט רומיגע דירה, 10 יאר נאך די חתונה פיט מען שוין געווענליך נישט אריין אין א 5 רומיגע דירה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:53 pm
דורך יאנקעלע קליגער
קנאפער,
די האסט נאר דירה אויסגאבען?
וואס טוט זיך מיט שכ"ל, גראסערי, וכו' וכו'?
פאר איינעם 6 יאר נאך די חתונה קומט עס אויס סאך מער פון 800$ א חודש.
---
מי יודע האקט
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:54 pm
דורך קנאפער ידען
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:קנאפער,
די האסט נאר דירה אויסגאבען?
וואס טוט זיך מיט שכ"ל, גראסערי, וכו' וכו'?
פאר איינעם 6 יאר נאך די חתונה קומט עס אויס סאך מער פון 800$ א חודש.
---
מי יודע האקט
זאגט ער אבער אויכעט אז מען מאכט מער ווי דעם.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:55 pm
דורך יאנקעלע קליגער
ווער מאכט מער?
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 2:58 pm
דורך קנאפער ידען
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווער מאכט מער?
כ'האב פארשטאנען פון מי יודע אז מען מאכט מער, אויב זאגט ער אז צו נישט האבן קיין חובות דארף מען מאכן $625 אין צוויי טאג, און איך קאן אסאך אידן נארמאלע ארבעטער וואס האבן נישט קיין חובות.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 3:01 pm
דורך מחותן
אקעי דאס איז א טעמע וואס מען קען סיי ווי נישט צופיל אויסשמיעסן דא, איך האב שוין אמאל געפענט א אשכול אין די נושא, און נאכען אנציען א שיינע פאר תגובות האט מען עס גונז געווען צילוב פארשטענדליכע סיבות..
באדעם ליין, שברי לוחות בנס היו עומדים, מיטען מענטשליכען שכל איז נישט מעגליך צו פארשטיין די פינאצען פון א עווריטיש משפחה, עס איז לכתחילה דיזיינד צו זיין א דורוכפאל, נאר גאר א קליינע פארצענט באווייזען זיך ארויסצודראפען דערפון און זיך שטעלן געהעריג אויף די פיס..
עד כאן אומרים.. וכו'
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 3:06 pm
דורך סמארט גאי
מחותן האט געשריבן:אקעי דאס איז א טעמע וואס מען קען סיי ווי נישט צופיל אויסשמיעסן דא, איך האב שוין אמאל געפענט א אשכול אין די נושא, און נאכען אנציען א שיינע פאר תגובות האט מען עס גונז געווען צילוב פארשטענדליכע סיבות..
באדעם ליין, שברי לוחות בנס היו עומדים, מיטען מענטשליכען שכל איז נישט מעגליך צו פארשטיין די פינאצען פון א עווריטיש משפחה, עס איז לכתחילה דיזיינד צו זיין א דורוכפאל, נאר גאר א קליינע פארצענט באווייזען זיך ארויסצודראפען דערפון און זיך שטעלן געהעריג אויף די פיס..
עד כאן אומרים.. וכו'
מ'קען נישט מאריך זיין בדיבורים, ווייל די תגובה הענקער דרייען זיך ארום,
אבער איך בין מחולק מיט דיר,
די פינאנציעלע פראבלעמען וואס פלאגט 80% פונעם היינטיגן ציבור, האט ביז א 20 יאר צוריק נאר געפלאגט ארום 20-30 פראצענט פונעם ציבור, דוק ותשכח, (אויב נישט, וויל סי יא אין אישי)
אונטערשטע שורה, ווען מ'האט זיך באזעצט דאהי האט עס געמאכט פיין סענס, אפשר ווען די ערשטע שיף מיט אייראפעאישע אידן וואלטן היינט אנגעקומען, וואלט מען פארלאנגט דעם קאפיטאן אפי' נישט צו סטאפן אין ני יארק, נאר גלייך פארן קיין WHEREEVER
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 3:07 pm
דורך מי יודע
קנאפער ידען האט געשריבן:יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ווער מאכט מער?
כ'האב פארשטאנען פון מי יודע אז מען מאכט מער, אויב זאגט ער אז צו נישט האבן קיין חובות דארף מען מאכן $625 אין צוויי טאג, און איך קאן אסאך אידן נארמאלע ארבעטער וואס האבן נישט קיין חובות.
דאס אלעס איז פאר חלק שמונה, קאן זיין די אידן האבן חלק שמונה איך מאך דא א שנעלע חשבון און זאג דו מיר מהיכן ירק זה חי
רענט/מארגעטש 2000
שכר לימוד 1000
געז לעקטער 400
טעלעפאן/סעלפאן 100
הויז אויסגאבן (קליידער,גויטע,וכו') 1000
גראסערי/פלייש/פיש 1500
אישורענס/קאנדא וכו' 300
האלטסט שוין ביי 1600 א וואך וואס מען מוז האבן
און אז מען האט קאר לייג צו קאר הוצאות, און מ'דארף אוועקלייגן עפעס פאר ימים טובים בקיצור
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:24 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:בנוגע מיין עסקנות...(איך פערזענליך האב ב"ה אן אויסגעצאלטע דירה) האב איך שוין באקומען עטליכע אישיס, וואס האלטען אז טאקע וואס איך טו דא אויף איי וועלט איז דער אקסידשן טאנק, אבער גלייבט מיר אז עס ענדיגט זיך נישט נאר ביי איי וועלט ואכמ"ל....ובשם השם נעשה ונצליח
אויב פלאנט איר טאקע צו טוהן מער ווי מאכן אנקעטעס און פארפירן, דאן בעט איך אייך שוין איבער. איך וועל זיך פארבינדן מיט אייך אין אישי צו אפערן מיין הילף און עקספיריענס אין דעם געביט.
יישר כח ר לאמפ פאר אייער אישי, איך וועל אי"ה ריפלייען שפעטער צו זען ווי אזוי עס קען זיין "איש את רעהו יעזרו", מיט פאראייניגטע כחות קען מען גאר א סך אופטוען בעז"ה
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 5:28 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בענאק האט געשריבן:לדעתי איז דער גאנג פון הרב פייערווערגער, אט דער זעלבער גאנג פון נעמען א אקסידשען טאנק און לויפן.
אין פאקט. אז אנשטאט צו זיין פארנומען דריי פיר יאר וואס אלץ מען "בויעט" און וואס אלץ עס "גייט" זיין, האבן זיין גענומען 15 אינגעלייט און זיי פארקויפט הייזער, דאס איז שוין א פאקטישער מציאות. דאס הייסט דער אקסיזען טאנק איז שוין דא.
יעצט קען מען זיך שוין נעמען צו סטעפ 2 און גיין ווייטער
אמור מעט ועשה הרבה.
די מעשה איז נאר אז פאר אונזער נייעם שטאט דארף מען אביסל מער ווי איין אקסיזען טאנק.... מען דארף אפאר פארעמדיקס..