בלאט 5 פון 12
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:05 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:קען עמיצער העלפן דא? איך האב געוואלט צולייגען א זעקסטע אפציע עפ"י בקשת אברך, האבן זיך אלע שטימען אפגעמעקט......
אזוי האט דאס אויסגעקוקט פארן צולייגען
איך מוף נישט. איך פלאן צו בלייבען וואוינען און וויליאמסבורג און דא חתונה מאכן מיינע קינדער לעבן מיר, איך קען ב"ה עפארדן
9
8%
איך מוף נישט. איך בלייב דא, איך פארשטיי אבער אז מיינע קינדער וועלן דארפען אוועקמופען פון דא
11
10%
איך מוף יא. איך בין גרייט, איך קען נישט אפארדען די רענטס\פרייזען.
47
42%
איך מוף יא. איך קען ב"ה עפארדן, אבער עס איז בעסער אז מיינע קינדער זאלן קענען וואוינן לעבן מיר אויף א ביליגערען פלאץ
20
18%
איך וויל מופען ביז עס קומט למעשה. אפילו איך פאשטיי אז עס איז ריכטיג צו מופען, קען איך עס נישט טועו אפילו מיטן בעסטען פלאן
25
22%
סך הכל שטימען : 112
קען עמיצער העלפן ווי אזוי מען קען פארעכטען און צוריק ברענגן דעם אלטען ריזאלטס???
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:19 pm
דורך לאמפ
האמת, נעמט עס נישט צום הארצן.. אזוי לאזט זיך אויס רוב פלענער פון נייע שטעטלעך.. עס איז נישט מער ווי רעכט אז די אנקעטע זאל זיך אויסלאזן די זעלבע וועג..
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:28 pm
דורך געלעגער
אךך... ביסט נאך ניי... מ'טאטשט נישט קיין אנקעטעס
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:31 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:האמת, נעמט עס נישט צום הארצן.. אזוי לאזט זיך אויס רוב פלענער פון נייע שטעטלעך.. עס איז נישט מער ווי רעכט אז די אנקעטע זאל זיך אויסלאזן די זעלבע וועג..
ס איז גראדע אינטרעסאנט וואס איר זאגט, ווייל ווי איך האב פארשטאנען פון אייך פרייטיג זענען עפעס יעצט דא " 'אפיציעלע ראשי קהילה'..... געגעבן דעפאזיטס פון הונדערטער טויזענטער דאלארן......
זעט אויס אז איר אליינס גלייבט נישט וואס איר שרייבט....
---------
דורך לאמפ » פרייטאג מאי 15, 2015 6:33 pm
ווי געזאגט זיכן זיי נישט צו אדווערטייזן ווילאנג עס איז נישט קיין פאקט און אלע פרטים זענען אויסגעארבעט. און דאס איז נאר איין פראיעקט.
להוי ידוע אז אין דשערזי סיטי גופא, טאקע אין די שכינות ווי יעזורו איז קאנצענטרירט האבן שוין עטליכע 'אפיציעלע ראשי קהילה' געגעבן דעפאזיטס פון הונדערטער טויזענטער דאלארן פאר גרויסע שטחים שוין עטליכע חדשים צירוק, נאך פאר יעזורו איז געווארן געגרינדעט
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:33 pm
דורך לאמפ
עס איז נישט קיין סתירה. מיט די ראשי קהלה אינאיינעם האבן זיך נישט ווייניג פלענער אויסגעלאזט מיט א בוידעם.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:35 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:האמת, נעמט עס נישט צום הארצן.. אזוי לאזט זיך אויס רוב פלענער פון נייע שטעטלעך.. עס איז נישט מער ווי רעכט אז די אנקעטע זאל זיך אויסלאזן די זעלבע וועג..
גראדע האב איך ב"ה גאנץ א פיינעם בעקאפ פלאן, דא האט איר אן אי-מעילוואס איך האב באקומען פרייטאג פון א ריזיגע פאלינג פירמע וואס איז גרייט צו נעמן אן אנקעטע פון וויליאמסבורגע איינוואוינער, זיי זאגן די גאנצע מעשה דארף נישט נעמן מער ווי אפאר טעג...
--------------------------------------------------------------------------------------------------------
Date: Fri, May 15, 2015 at 5:00 PM
Subject: Follow UP
To: ----------
--
It was a pleasure speaking with you today. As discussed for your public opinion poll up to 10 questions to 13,000 records will be $800 for raw results. Greatly appreciate your time and I look forward to speaking with you soon.
Best Regards,
--------,
Strategic Planning Consultant
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:37 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:עס איז נישט קיין סתירה. מיט די ראשי קהלה אינאיינעם האבן זיך נישט ווייניג פלענער אויסגעלאזט מיט א בוידעם.
רבי לאמפ, איר ברויכט נישט מסביר זיין, איך פארשטיי ב"ה זייער גוט אייער פאזישען.......
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:38 pm
דורך לאמפ
ערענסט גערעדט, וואו האט איר געפלאנט אנקומען מיט אייערע אנקעטעס? דאס אז דער עולם 'זאגט' אז מען וויל מופן הערט מען שוין אין די קאווע שטיבער און אין די מקוואות. דער פראבלעם איז אז רוב 'זאגן' נאר, אבער האלטן נישט באמת דערביי.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:41 pm
דורך לאמפ
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:עס איז נישט קיין סתירה. מיט די ראשי קהלה אינאיינעם האבן זיך נישט ווייניג פלענער אויסגעלאזט מיט א בוידעם.
רבי לאמפ, איר ברויכט נישט מסביר זיין, איך פארשטיי ב"ה זייער גוט אייער פאזישען.......
דהיינו?
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:45 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:ערענסט גערעדט, וואו האט איר געפלאנט אנקומען מיט אייערע אנקעטעס? דאס אז דער עולם 'זאגט' אז מען וויל מופן הערט מען שוין אין די קאווע שטיבער און אין די מקוואות. דער פראבלעם איז אז רוב 'זאגן' נאר, אבער האלטן נישט באמת דערביי.
ערענסט גערעדט.... זענט איר פון די מענטשען (צוזאמען מיט א סך פון אונזערע פירערס) וואס קימערען זיך גאנץ ווייניג אז א ריזען ציבור ברעכט אינטער און האט נישט קיין גהעריגען פלאץ ווי צוגיין.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 9:54 pm
דורך בעמבא
איך בין נישט קיין פירער, און איך בין אויך פון די וואס ברעכען אינטער און איך זעה נאך אלץ לאמפ'ס שאלה אלץ א זאך וואס דארף א "אמת'ע" תירוץ.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:07 pm
דורך לאמפ
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:ערענסט גערעדט, וואו האט איר געפלאנט אנקומען מיט אייערע אנקעטעס? דאס אז דער עולם 'זאגט' אז מען וויל מופן הערט מען שוין אין די קאווע שטיבער און אין די מקוואות. דער פראבלעם איז אז רוב 'זאגן' נאר, אבער האלטן נישט באמת דערביי.
ערענסט גערעדט.... זענט איר פון די מענטשען (צוזאמען מיט א סך פון אונזערע פירערס) וואס קימערען זיך גאנץ ווייניג אז א ריזען ציבור ברעכט אינטער און האט נישט קיין גהעריגען פלאץ ווי צוגיין.
ווי בוידעם האט ערווענט ברויך מען נישט זיין א וועטעראן עסקן אדער פירער צו טוהן עפעס זאכליך לטובת הציבור.
אזעלכע מעכטיגע ארגענעזאציעס ווי הצלה, שומרים, חבירים, חסד, בוני עולם, RCCS און נאך, זענען נישט געגרינדעט געווארן דורך רבנים אדער אישי ציבור! דאס האבן געגרינדעט פריוואטע (דאן)אינגעלייט ווען זיי האבן דערזעהן א חלל אין דעם ענין און געטוהן צום זאך.
שיין וואלטן מיר אויסגעזעהן אויב הרב וועבער, רב קאהן אדער רב באכנער וואלטן אנשטאט טוהן צו די זאך געשריגן אז די רבנים, עסקנים און ראשי קהילה ברויכן טוהן מער.. זיי וואלטן געווארן הייזעריג און מיר וואלטן נאך היינט נישט געהאט קיינע פון די לעבנס וויכטיגע ארגענעזאציעס.
אם אין אני לי מי לי.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:08 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
בעמבא האט געשריבן:איך בין נישט קיין פירער, און איך בין אויך פון די וואס ברעכען אינטער און איך זעה נאך אלץ לאמפ'ס שאלה אלץ א זאך וואס דארף א "אמת'ע" תירוץ.
דער אמתער תירוץ לענ"ד איז, אז טאקע ווייל דער מצב איז אזוי געפערליך איז דאס א מוראדיגער שעת הכושר און א גאלדענע געלעגנהייט ווי אזוי מען קען צוזאמנעמן א ריזען ציבור און בענעזאם ארויסגיין פון גלות וומס"ב, און דערמיט אויסמיידען א סך פון די חבלי לידה מיט וואס א שטעטעלע איז פארבינדן.
אבער, עס פעלט זיך אויס גאר ערענסטע צוזאמענארבעט פון עסקנים לש"ש, רבנים, ראשי קהלה וואס זאלן זיך מצטער זיין בצרתן של ציבור און נישט זאגן, אז "מען טוט שוין"... אדער, "דער עולם וויל נישט" ... אדער, עס איז שוין דא ווי צוגיין.... אדער "וועל איך קענען נעמן קרעדיט?".....
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:13 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:לאמפ האט געשריבן:ערענסט גערעדט, וואו האט איר געפלאנט אנקומען מיט אייערע אנקעטעס? דאס אז דער עולם 'זאגט' אז מען וויל מופן הערט מען שוין אין די קאווע שטיבער און אין די מקוואות. דער פראבלעם איז אז רוב 'זאגן' נאר, אבער האלטן נישט באמת דערביי.
ערענסט גערעדט.... זענט איר פון די מענטשען (צוזאמען מיט א סך פון אונזערע פירערס) וואס קימערען זיך גאנץ ווייניג אז א ריזען ציבור ברעכט אינטער און האט נישט קיין גהעריגען פלאץ ווי צוגיין.
ווי בוידעם האט ערווענט ברויך מען נישט זיין א וועטעראן עסקן אדער פירער צו טוהן עפעס זאכליך לטובת הציבור.
אזעלכע מעכטיגע ארגענעזאציעס ווי הצלה, שומרים, חבירים, חסד, בוני עולם, RCCS און נאך, זענען נישט געגרינדעט געווארן דורך רבנים אדער אישי ציבור! דאס האבן געגרינדעט פריוואטע (דאן)אינגעלייט ווען זיי האבן דערזעהן א חלל אין דעם ענין און געטוהן צום זאך.
שיין וואלטן מיר אויסגעזעהן אויב הרב וועבער, רב קאהן אדער רב באכנער וואלטן אנשטאט טוהן צו די זאך געשריגן אז די רבנים, עסקנים און ראשי קהילה ברויכן טוהן מער.. זיי וואלטן געווארן הייזעריג און מיר וואלטן נאך היינט נישט געהאט קיינע פון די לעבנס וויכטיגע ארגענעזאציעס.
אם אין אני לי מי לי.
אמת.. אבער א נייע שטאט איז א סך שווערער ווי די אלע זאכן וואס איר האט אויסגערעכענט. מען ברויך האבן גאר א סך כחות און איז א זאך וואס אפעקטירט 80 %+ פונעם ציבור.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:22 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
געלעגער האט געשריבן:אךך... ביסט נאך ניי... מ'טאטשט נישט קיין אנקעטעס
איז דא עפעס וואס צוטוען? אדער די איינציגסטע עיצה איז איבערצושטימען?
עס וואלט ווען געברויכט האבען עפעס א ווארענונג...
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:39 pm
דורך געלעגער
איבערשטימען. (קוק ווי ווייט די עסקנים'ס לאנגע נעגל גרייכן... אפילו דאס איז זיי געלונגען צו פארמעקן... הא חזקי'..?)
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 10:48 pm
דורך מחותן
@ האמת, ליבי עליך, אזוי לערענט מען זיך, נאר אזעלכע שאדענס.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 11:00 pm
דורך והאמת ניתן להיאמר
געלעגער האט געשריבן:איבערשטימען. (קוק ווי ווייט די עסקנים'ס לאנגע נעגל גרייכן... אפילו דאס איז זיי געלונגען צו פארמעקן... הא חזקי'..?)
נו זיך געלערנט.... וועם עס איז נישט צו שווער ווערט געבעטן צו איבערשטימען. והשם יהא בעזרינו.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 11:05 pm
דורך גערעכטער
האמת, דאס איז א לעסן אז אפי' די ערשטע מאל ארבייט זיך עס נישט אויס דארף מען פראבירן א צווייטע מאל... ודוק כי קצרתי..
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 17, 2015 11:45 pm
דורך בוידעם
בעמבא האט געשריבן:איך בין נישט קיין פירער, און איך בין אויך פון די וואס ברעכען אינטער און איך זעה נאך אלץ לאמפ'ס שאלה אלץ א זאך וואס דארף א "אמת'ע" תירוץ.
קשיא זו כבר הקשה בוידעם, ועיין לעיל מה שתירץ בעמבא בטוב טעם ודעת.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:13 am
דורך tell.me.something
שוין לאנג נישט באזוכט דא, איך האב באקומען א לינק צו דעם אשכול אויף וואטסעפפ האב איך געמוזט אריינלאגן און שטימען.
לעניננו, איך האב אווי די גרעסערע פראצענט דא(דערווייל) געשטימט פאר די דריטע אפציע אבער מיט א טוויסט,
איך האב געוואוינט אין וומ״ס די לעצטע 5 יאר, בערך 6 חדשים צוריק האב איך זיך ארויסגעצויגן קיין ק״י אבער איך פלאן נישט דא צו בלייבן ווייל די פרייזן פאר דירות איז שוין צו טייער (יעצט בויט מען סעמי-פרייוועט הייזער אויף רעיוואד און די פרייזן לויפן פון 750k און ארויף, ביי ר׳ עזריאל גליק׳ס הויז הייבט דער דעוועלאפער נישט אויף קיין פאון ווען א 845 נומבער קאלט ), איך האלט אז דזשערסי סיטי האט די בעסטע שאנס עס זאל זיך אויסארבייטן:
1. עס איז גאר נאנט צו די סיטי
2. די מאוומענט איז צווישן די יונגעלייט, נישט דורך אינוועסטארס
3. די צאל פארקלאוזטע הייזער דארט וואס ברענגט נאכמער אראפ די פרייז
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:47 am
דורך זכרנו
tell.me.something האט געשריבן:ביי ר׳ עזריאל גליק׳ס הויז הייבט דער דעוועלאפער נישט אויף קיין פאון ווען א 845 נומבער קאלט
האסט דאך ארויסגעמאפט אויף קרית יואל, ווייל
דו מיזט נישט זיין אינעם טשולענט, דאן וואס זוכסטו דוקא אויף יענעם פלאץ, וועלכע איז דאך דער בעסטער טשולענט.
ווי איך פארשטיי איז דאס פלאץ געמאכט פאר ניגידים וועלכע
מוזן האבן א הויז אין מאה שערים, מירון, פלארידא, ניו העמפשיר און אויף גארפילד רד.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 7:58 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
בוידעם האט געשריבן:בעמבא האט געשריבן:איך בין נישט קיין פירער, און איך בין אויך פון די וואס ברעכען אינטער און איך זעה נאך אלץ לאמפ'ס שאלה אלץ א זאך וואס דארף א "אמת'ע" תירוץ.
קשיא זו כבר הקשה בוידעם, ועיין לעיל מה שתירץ בעמבא בטוב טעם ודעת.
בוידעם, welcome aboard…..
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 8:10 am
דורך והאמת ניתן להיאמר
לאמפ האט געשריבן:האמת, נעמט עס נישט צום הארצן.. אזוי לאזט זיך אויס רוב פלענער פון נייע שטעטלעך.. עס איז נישט מער ווי רעכט אז די אנקעטע זאל זיך אויסלאזן די זעלבע וועג..
עס זעט גראדע אויס אז דער צושטעל פונעם אנקעטע צום נייעם "שטאט" איז גאנץ אגלייכער.(עס איז שוין צייט אויפצוהערן רופען "שטעטעל" באזירט אויפן ריזן ציבור וואס וויל מופען).
נעכטן ביינאכט ווען "לאמפ" האט געשריבען האט אויסגעזען ווי דער אנקעטע איז א מיאוסער דורכפאל צוליב א טעכנידער פראבלעם, למעשה האלט מען ווינציגער ווי 12 שעה נאכדעם און עס איז שוין דא פרישע 2 מנינים שטימען, און טאקע א מער אקוראט בילד מיט 25 % פארן זעקסטען אפציע...
ווער עס קען זאל ארויפלייגען דעם פאלגענדען לינק אויף וואטס עפפ
viewtopic.php?f=3&t=26692
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 18, 2015 8:42 am
דורך לאמפ
והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:נעכטן ביינאכט ווען "לאמפ" האט געשריבען האט אויסגעזען ווי דער אנקעטע איז א מיאוסער דורכפאל צוליב א טעכנידער פראבלעם, למעשה האלט מען ווינציגער ווי 12 שעה נאכדעם און עס איז שוין דא פרישע 2 מנינים שטימען, און טאקע א מער אקוראט בילד מיט 25 % פארן זעקסטען אפציע...
דאס ברענגט שטערקער ארויס מיין פוינט.. ווילאנג די שאלה אין די ערשטע אנקעטע איז געווען אויב מען וויל מופן אדער נישט האט א גרויסע רוב 'געזאגט' אז יא זיי ווילן און זענען גרייט צו מופן. אין די מינוט וואס איר האט אין די צווייטע אנקעטע געגעבן א געלעגענהייט צו האבן אן אויסרייד אדער אפשטיפן דאס מופן מיט פינעוו יאר האט זיך א מערהייט צוגעכאפט דערצו מיט ביידע הענט.