זיך אויסשפרייטן צוליב דירות קריזיס; א תועלת פאר אידישקייט ?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 07, 2016 3:16 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:דזשערסי סיטי, קען יא זיין מען זאל דארפן רעדן צוליב וואס מען זעהט מער גוים, און די איבעריגע זענט איר מער ווייניגער גערעכט.
אגב אויך וועגן הוט און רעקל, אדער לאנגע רעקל פאר די וואס גייען אזוי, האט איר אויך גערעדט לעצנטס?

דזשערסי סיטי איז דא מער גוים ווי ווילאמסבורג?

וועגן הוט און רעקל האב איך נישט קיין סאך 'יסודות' וואס צו רעדן...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג יוני 07, 2016 3:20 pm

נא_שכל האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:וועגן הוט און רעקל האב איך נישט קיין סאך 'יסודות' וואס צו רעדן...

ווייל דו ביסט געבוירן געווארן אין א סאסייעטי, און דיין טאטע האט נישט געשפירט פאר וויכטיג עס איבערצוגעבן, אדער האט ער אויך נישט צופיל וואס צו זאגן ווייל אויך הער איז געבוירן אין סאסייעטי, איך ווייס נישט פון וועלכע עידזש דיין טאטע איז
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

צדק תרדוף
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 3:04 pm

תגובהדורך צדק תרדוף » דינסטאג יוני 07, 2016 3:29 pm

נא_שכל האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:'אלף בית' געבט די ריכטיגע אלף בית
ווען א איד וואוינט אין א פארווארפענע געגנט, איז ער מער וואך צום פאקט, אז זיין קינד מוז באקומען זיין חינוך פון אים, און אז אויף אים ליגט דער חיוב צו רעדן טאג און נאכט פון אידישקייט, אמונה, וכו'
אויב וואוינט מען אין א סאסייעטי, פארלאזט מען זיך אז עס ווערט שוין פון זיך אליין, אבער עס ווערט נאר א חלק און נישט אינגאנצן.
לאמיר געבן א טראכט, ווען האבן מיר דעם לעצטן מאל גערעדט צו אונזערע קינדער, איבער די חשיבות פון לאזן וואקסן א בארד, גיין מיט הוט און רעקל, וכדומה, אבער וואלטן מיר געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר עס זייער שיין איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער

אבי גערעדט!


פארוואס וועט א טאטע אין בלומינגבערג אדער אין ד.ס. רעדן צו זיינע קינדער מער דערוועגן ווי א ווילאמסבורגע אדער בארא פארקער טאטע?

.

בדידי הוה עובדא אלס א בלומינגבורגער, פרעגן מיינע קינדערלעך אפט אזוינע קשיות וואס עס איז נישט איינגעפאלן ביי זיי וואוינענדיג אין שטאט.
אבער איך קוק עס אן אלס מעלה, וויבאלד איך האב די געלעגנהייט זיי צו מסביר זיין אז יענער איז אויך א איד,נאר מיר זענען אנדערש.
און פארשטיין געבן די בענעפיטן וואס מיר האבן דערפון ברוחניות ובגשמיות כיד ה' הטוב עלי.
(כ'בין מקצר צוליב מיין צייט. אפשר וועלמיר צוריקקומען צו מבאר זיין מער באריכות)

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג יוני 07, 2016 4:08 pm

צדק תרדוף האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:'
פארוואס וועט א טאטע אין בלומינגבערג אדער אין ד.ס. רעדן צו זיינע קינדער מער דערוועגן ווי א ווילאמסבורגע אדער בארא פארקער טאטע?
.

בדידי הוה עובדא אלס א בלומינגבורגער, פרעגן מיינע קינדערלעך אפט אזוינע קשיות וואס עס איז נישט איינגעפאלן ביי זיי וואוינענדיג אין שטאט.
אבער איך קוק עס אן אלס מעלה, וויבאלד איך האב די געלעגנהייט זיי צו מסביר זיין אז יענער איז אויך א איד,נאר מיר זענען אנדערש.
און פארשטיין געבן די בענעפיטן וואס מיר האבן דערפון ברוחניות ובגשמיות כיד ה' הטוב עלי.
(כ'בין מקצר צוליב מיין צייט. אפשר וועלמיר צוריקקומען צו מבאר זיין מער באריכות)

זעהט אויך אויס אז דאס ישוב הדעת, די לופט און די ברייטקייט, ברענגט גרויס תועלת אפילו אין פלעצער וואס מען האט נישט געקענט פאראויס זעהן
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך יוני 08, 2016 2:29 am

וויל זיין גוט האט געשריבן:'אלף בית' געבט די ריכטיגע אלף בית
ווען א איד וואוינט אין א פארווארפענע געגנט, איז ער מער וואך צום פאקט, אז זיין קינד מוז באקומען זיין חינוך פון אים, און אז אויף אים ליגט דער חיוב צו רעדן טאג און נאכט פון אידישקייט, אמונה, וכו'
אויב וואוינט מען אין א סאסייעטי, פארלאזט מען זיך אז עס ווערט שוין פון זיך אליין, אבער עס ווערט נאר א חלק און נישט אינגאנצן.
לאמיר געבן א טראכט, ווען האבן מיר דעם לעצטן מאל גערעדט צו אונזערע קינדער, איבער די חשיבות פון לאזן וואקסן א בארד, גיין מיט הוט און רעקל, וכדומה, אבער וואלטן מיר געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר עס זייער שיין איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער


ווען אונזערע זיידעס וואלטן געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר נישט געהאט וואס איבער צוגעבן די קינדער אין די גאר וויכטיגע קאנסעקווענציעלע דברים העומדים ברומו של עולם פון [נמחק]
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

הארץ
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

לעבוד את השי"ת מדעת עצמו ולא משום מעשה חבירו

תגובהדורך הארץ » מאנטאג יוני 20, 2016 10:49 pm

לעבוד את השי"ת מדעת עצמו ולא משום מעשה חבירו
(היהודי הקדוש)
צוגעלייגטע
Untitled-1.jpg

הארץ
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

רצון קדשו!

תגובהדורך הארץ » פרייטאג יוני 07, 2019 11:44 am

רצון קדשו!
צוגעלייגטע
kol-koreh.jpg
kol-koreh.jpg (79.26 KiB) געזעהן 1507 מאל

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג יוני 07, 2019 3:27 pm

ווי שוין כמה פעמים באשריבן...

זיכער און זיכער, איז אסאך בעסער צו אויפציען קינדער אין שטעטעל, נישט אין שטאט. א קינד אין מאנסי, זעהט נישט קיין ראוית אסורות ביז די 15 יאהר, וואס א קינד אין ווילאמסבורג זעהט און איין טאג.

און ווי נאך בעסער איז א שטייגער ווי קרית וויזשניץ (גיבערס), קרית טאהש, קרית קאשוי, וכו'.

דערפער פארשטייט זיך איז נישט גוט.

אין אונגארן, איז געווארן הונדערטער קליינע שטעטעלך, אלע מיט זייער אייגענע רב, שוחט, און צומאהל אייגענע מוהל. אבער... איעדע געגענט האט געהאט א גרעסערע בית דין. למשל, אפילו שוין נאכן קריעג, איז די קליינע בעסערמיהר געוועהן אינטערגעווארפן די בית דין פון דעברעצין.

אזוי האט מען געקענט אויפציען ערליכע דורות.

פון מאנסי ביז ליווינגסטאון מענאר דארפן זיין כאטשיג 25 אידישע שטעטלעך. דאן ווען מען נישט וויסן וואס מיינט א דירות פראבלעם.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט