זיך אויסשפרייטן צוליב דירות קריזיס; א תועלת פאר אידישקייט ?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

זיך אויסשפרייטן צוליב דירות קריזיס; א תועלת פאר אידישקייט ?

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך מאי 13, 2015 2:39 pm

בן דוד האט עס ערווענט אינעם אנדערן אשכול קלער איך אז ס'איז א נחיצות אויסצושמועסן.

אן אוועקנעמען פון דעם חורבן וואס טוט זיך אפ אין ניו יארק לגבי דעם דירות קריזיס איז דעפענטלי דא א זייער ערנסטע חשש אויב וועט מען זיך צעשפרייטן און צעזייען אין קליינע דערפעלעך.

זכור ימות עולם, אין די יארן צווישן די צוויי וועלט חורבנות איז כידוע געווען א מגיפה נוראה ביי די יונגט, צענדליגער טויזנטער האבן אראפגעווארפן דעם עול התורה והמצות און געגאנגען פאשען אין פרעמדע פעלדער. און איינס פון די הויפט פאקטארן איז געווען דער מציאות אז אין דער אלטער היים, האבן אידן געוואוינט צעשפרייט און צוזייט. איבעראל אין אונגארן, פוילן, רוסלאנד און אוקריינא האבן געוואוינט צענדליגער טויזנטער אידן, אבער לאו דוקא אין גרויסע אידישע צענטערן. טויזנטער אידן האבן געלעבט אין דערפלעך און געגענטער ארומגענומען מיט עטליכע שכינים און גוטע פריינט, ס'איז נישט געווען וועמען זיך צו געפעלן און פון וועמען מורא צו האבן.

ווען א בחור צי א מיידל האט מחליט געווען אז ס'געפעלט אים די נייע ווינטן פון ציוניזים, קאמיוניזים וכו' האט ער פשוט אפגעפיצט פון אידישקייט, ס'איז ווייט נישט געווען די פרעשור וואס וועט די גאס זאגן ווייל מען האט נישט געלעבט אזוי טייט און פאראייניגט.

למעשה האט השי"ת געהאלפן אז נאכן קריג האט דער היימישער ישוב זיך צוביסליך פארמירט אין גרעסערע צענטערן מיט טויזנטער אידן אינאיינעם וואס האט אויטאמאטיש געשאפן דעם "סיסטעם", און געברענגט דערמיט אויך די פיר פרעשור, וואס מען שעלט אזויפיל.

דאס מציאות אז א גרויס טייל פון אונזער יונגט איז בכלל נישט געבויעט מיט די פעסטע אימיון סיסטעם פון אמונה און ערליכקייט, און די נחשלים אחריך האלטן שוין ביי א שטאפל ווייטער. נאר וואס ? ס'איז א חסד ה' אז מיר לעבן אין א טייט קאמיונעטי צעדריקט און צעקוועטשט, און די מענטעליטי פון בושה און סאושל פרעשור ברענגט דערצו אז די באן פארט ב"ה, אז א אינגערמאן אדער פרוי זאל מחליט זיין צו גיין ל"ע דארף דאס זיין גאר אן אויסארנטליכע קעיס אז דאס זאל פאסירן. א נארמאלער סעטלט מענטש וועט זיך צושטעלן צום סיסטעם, אפילו ער איז נישט פונקטליך אזוי ערליך, אבער די שטוב און די קינדער ווערן נתחנך אין אן ערליכן גייסט.

די סאושל פרעשור' און די גרויסע שטעט פירט דערצו אז אויך אזעלכע מענטשן וועלכע וואלטן זיך אנדערש אויפגעפירט ווען זיי האבן ווען די ברירה, שטעלן זיך אבער שיין צו צום מנהג המקום, מערסטנס מענטשן זוכן נישט ארויסשטייגן און זיך דערקלערן אלס א 'דרויסנדיגער'. און יעדער קען אנצייגן אויף א חבר צוויי וואס אין ישיבה זענען זיי געווען גאר שוואכע סחורה אבער אדאנק דעם סיסעטם שיקן זיי היינטדי קינדער נתחנך ווערן אין ערליכע מוסדות און דרייען זיך למעשה אויף גוטע פלעצער, קומען דאווענען אין לייטישע בתי מדרשים וכד', וואס לאזט א גוטע השפעה אויף זיי און אויף די דורות. די רעזולטאטן זענען געווענליך אז המאור שבה מחזירו למוטב, א גוטע סביבה איז משפיע צום גוטן. איבערהויפט ווען מען וואוינט נעבן די עלטערן וואס ווי נישט ווי האבן זיי א שטיקל איינפלוס אויפ'ן קינד, דירעקט צו אומדירעקט.

דאס וואוינען אין יעדנס טשאלנט טאפ האט זיך זיינע פראבלעמען, אבער ווייסט איין באשעפער וואס קען פאסירן אויב חלילה מען וועט זיך צשפרייטן איש תחת גפנו ותחת תאנתו, ס'איז עניטיים היינט אזא שעת נסיון ווי פאר די צווייטע וועלט קריג, ס'איז א דור פון סמארט פאונס און התחכמות, פון די איינציגע זאכן וואס האלטן דערווייל צוריק א חרבן ל"ע איז די גרויסע פאראייניגטע ציבורים וואו יעדער קען יעדן און מענטשן האלטן זיך אפ פון טון וואס מברויך נישט צוליב נישט ארויסשטיין.

איך האב זיך געוואלט איינרעדן אז ס'איעז נישט געפערליך ווייל קוק אן אין ארץ ישראל, בית שמש איז ב"ה א הערליך ווינקל, דערווייל קומט בן דוד מיט אינסייד אינפארמאציע און באשטעטיגט אז ס'איז גארנישט אזוי פויגלדיג.

אגב, דער חובת הלבבות אין שער הבחינה פרק ה' שרייבט "כי דברים רבים מדברי תורה עושים בעבור הבושת", "מדת הבושת, אשר ייחד בה האדם, מה גדלה מעלתה ורבה תועלתה ותקנתה, ולולא היא, לא היו מאכסנים אכסנאי, ולא מקיימים דבר, ולא ממלאים משאל, ולא גומלים חסד ומתרחקים מן הרע בשום דבר, כי רוב מבני אדם לא היו מכבדים את אבותם, לולא הבושת, כל שכן זולתם, ולא היו משיבין פקדון ולא נמנעין מעבירה, כי כל אשר יעשה מכל אלה הדברים המגונים שזכרנו אינו עושה אותם אלא לאחר שיפשט כסות הבושת מעליו." ער ברענגט די גמרא אין מסכת סנהדרין כ"ה אז רבי יוחנן בן זכאי האט געוואונטשן זיינע תלמידים "הלואי שיהי' מורא שמים עליכם כמורא בשר ודם".

מעלות-חברינו
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 12, 2011 12:05 pm

תגובהדורך מעלות-חברינו » מיטוואך מאי 13, 2015 2:48 pm

כמובן מאליו אז די גאנצע הנחה איז מופרך מעיקרא אויב מען קוקט אויף די זעלבע היסטאריע וואס דו האסט ציטירט און מען זעט אז דאס יוגנט איז בעיקר אפגעפארן אין די גרויסע שטעט.

אין די קליינע שטעטלעך זענען ס'רוב אידענטום געבליבן ערליך און פרום. ווען ס'האט זיך געמאכט א יוצא דופן פון א קליין שטעטל, איז ער אנטלאפן צו די גרויסע שטעט און דארט מקדיח געווען תבשילו ברבים.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6389
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 13, 2015 2:53 pm

און וויפיל מענטשן וואלטן שענער געשטאנען אין אידישקייט פרומקייטן וכו' ווען נישט די פער פרעשור ער זאל נישט הייסן דער כאניאקטער
באזני שמעתי ווי א פרוי האט געזאגט פאר איר מאן א פרומטשיק, וואס האט פארלאנגט זי זאל אנטון א שפיצל, האט זי געזאגט, מוף מיר קיין אוסטראליע ווי קיינער קען מיך נישט טו איך אן שווארצע זאקן אויך, אבער צווישן מענטשן איז שווער צו מאכן די טייטש צוליב די יענטאס, דאס איז נאר א דוגמא, וכהנה יש עוד כמה וכמה דברים
ביידע האבן מעלות און חסרונות
און פארגעס נישט, די מושג פון דערפלעך ווי אינדערהיים גייט נישט פאסירן אין די היינטיגע וועלט, די קלענסטע דערפל וועט זיין כאטש אזוי גרויס ווי דער ישוב נייטרא, נו, פאר דעם דארף מען נאכנישט זארגן, והשי"ת יהא בעזרינו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מאי 13, 2015 2:58 pm

א געגענט פון 25 - 50 יונגעלייט קען זיין א פראבלעם,
אבער יעדע נייע געגענט גייט ביז א שטיק צייט האבן הונדערטער משפחות און עס וועט זיין אקעי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5087
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך מאי 13, 2015 3:29 pm

מחותן האט געשריבן:א געגענט פון 25 - 50 יונגעלייט קען זיין א פראבלעם,
אבער יעדע נייע געגענט גייט ביז א שטיק צייט האבן הונדערטער משפחות און עס וועט זיין אקעי.

זכור ימות עולם עס איז באקאנט ווי די רבי ר' מענדעלע האט געוואלט מבטל זיין די דערפלעך וועגן יודישקייט שפעטער האט ער געזאגט אז אויב א יוד וועט אדורכפארן וועט נישט זיין קיין קרעטשמע לוינט זיך עס נישט
[עס קען זיין אז איך מוש אויס ווייל איך געדענק עס נאר פון די ימי הילדות אדרבה זאל מען מיר אויסבעסערן]
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

מעלות-חברינו
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 12, 2011 12:05 pm

תגובהדורך מעלות-חברינו » מיטוואך מאי 13, 2015 3:40 pm

דערפל איז עפעס אנדערש. דארט האט געוואוינט איין איד צווישן 70 אנדערע גוים.

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 13, 2015 3:58 pm

מעלות-חברינו האט געשריבן:כמובן מאליו אז די גאנצע הנחה איז מופרך מעיקרא אויב מען קוקט אויף די זעלבע היסטאריע וואס דו האסט ציטירט און מען זעט אז דאס יוגנט איז בעיקר אפגעפארן אין די גרויסע שטעט.

אין די קליינע שטעטלעך זענען ס'רוב אידענטום געבליבן ערליך און פרום. ווען ס'האט זיך געמאכט א יוצא דופן פון א קליין שטעטל, איז ער אנטלאפן צו די גרויסע שטעט און דארט מקדיח געווען תבשילו ברבים.

ר' מעלות אייער הנחה איז גוט אויב די טעכנאלאגיע האלט נאך אזוי ווי דעמאלטס, און ווען מען האט געוואלט ליינען א טרייף ביכל אדער זיך אויפקלערן מיט אלע קרעץ איז עס כמעט נישט געווען מעגליך אין א דערפעל, נאר אין די גרויסע שטעט דארט זענען געווען די משכילים וכו', משא"כ היינט קען מען אלעס באקומען דורך טעכנאלגיע גלייך אינעם דערפעל אריין, איז די סכנה סאך גרעסער ווי אין א גרויסע שטאט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך מאי 13, 2015 4:04 pm

א שיינע באנדאזש.
אנשטאט פארעכטן דעם שורש, אריינבאכענען אין די יוגנט די ריכטיגע יסודות, נאַ... וואס זאל איך ארבעטן שווער? ענדערש זאל די פעיר פרעשור קאנטראלירן, ושלום עלי נפשי...
איי א וועלט!

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך מאי 13, 2015 4:10 pm

אויך מיר האט געשריבן:א שיינע באנדאזש.
אנשטאט פארעכטן דעם שורש, אריינבאכענען אין די יוגנט די ריכטיגע יסודות, נאַ... וואס זאל איך ארבעטן שווער? ענדערש זאל די פעיר פרעשור קאנטראלירן, ושלום עלי נפשי...

עס איז נישט קיין סתירה!!

מען קען באכענען יסודות און מען קען האבען פעיר פרעשור.

אפילו איך האלט אויך אין א געוויסע זין געט מען נישט אריין די יסודות, אבער מיט דעם אלעם אנהייבן באכענען יסודות אן קיין פרעשור איז אסאך שווערער און סכנה'דיגער און אזעלכע וואקלדיגע צייטן ווי היינט, כנלפענ"ד.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מאי 13, 2015 4:21 pm

מחותן האט געשריבן:א געגענט פון 25 - 50 יונגעלייט קען זיין א פראבלעם,
אבער יעדע נייע געגענט גייט ביז א שטיק צייט האבן הונדערטער משפחות און עס וועט זיין אקעי.

רט.
אויך מיר האט געשריבן:א שיינע באנדאזש.
אנשטאט פארעכטן דעם שורש, אריינבאכענען אין די יוגנט די ריכטיגע יסודות, נאַ... וואס זאל איך ארבעטן שווער? ענדערש זאל די פעיר פרעשור קאנטראלירן, ושלום עלי נפשי...

נישט קיין באנדאש, ווי דערמאנט אויבן פון דעם חובת הלבבות, אזוי האט דער באשעפער באשאפן די וועלט און אן דעם אז לית מן דחש ליה צו וואס יענער וועט זאגן איז אויס וועלט איש כל הישר בעיניו יעשה.
און יא, קיינער זאגט נישט אז מ'זאל נישט אריינלייגן אין די קינדער הויפענעס יראת שמים, נאר מ'דארף ביידע.
הק' איש ימיני

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך מאי 13, 2015 4:40 pm

די בושת פון חובת הלבבות איז געווען אמאל אויך, בני אברהם יצחק ויעקב ווערן אויסגעלויבט מיט בושת, און דאס האט אסאך געהאלפן ברוחניות כנ"ל בחובת הלבבות. אבער דאס דארף נישט קומען אין פארעם פון "פעיר פרעשור" וואס דאס שאדט בגשמיות וברוחניות.
איי א וועלט!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מאי 13, 2015 4:45 pm

אויך מיר האט געשריבן:די בושת פון חובת הלבבות איז געווען אמאל אויך, בני אברהם יצחק ויעקב ווערן אויסגעלויבט מיט בושת, און דאס האט אסאך געהאלפן ברוחניות כנ"ל בחובת הלבבות. אבער דאס דארף נישט קומען אין פארעם פון "פעיר פרעשור" וואס דאס שאדט בגשמיות וברוחניות.

זיי מסביר די חילוק.
ווענט זיך וועלעכע חלק פעיר פרעשער דו רעדטסט, אבער די בושת פון חובת הלבבות איז אויך 'פעיר פרעשער'.
הק' איש ימיני

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » מיטוואך מאי 13, 2015 4:52 pm

א בושה וואס האלט צוריק פון טוהן אומגעוואונטשענע זאכן איז געוואונטשן
א בושה וואס נעמט אוועק דעם "זיך" פונעם מענשט, דהיינו אז יעדער זאך וואס ער טוט, זאגט וכו' קלערט ער איבער עטליכע מאל וואס וועט דער אין יענער טראכטן אויף מיר, הן לטב והן למוטב כמו די היינטיגע פעיר פרעשור איז נישט געוואונטשן פאר קיינעם.
לעצט פאראכטן דורך אויך מיר אום מיטוואך מאי 13, 2015 4:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איי א וועלט!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מאי 13, 2015 4:56 pm

אויך מיר האט געשריבן:א בושה וואס האלט צוריק פון טוהן אומגעוואונטשענע זאכן איז געוואונטשן
א בושה וואס נעמט אוועק דעם זיך פונעם מענשט, דהיינו אז יעדער זאך וואס ער טוט, זאגט וכו' קלערט ער איבער עטליכע מאל וואס וועט דער אין יענער טראכטן אויף מיר, הן לטב והן למוטב כמו די היינטיגע פעיר פרעשור איז נישט געוואונטשן פאר קיינעם.

איך מיין אז דו האסט נישט גוט פארשטאנען די כוונה פון דעם פותח האשכול, ער האט נאר גערעדט פון די גוטע סארט 'פעיר פרעשער' וואס דאס מיינט דער חובת הלבבות, נישט די 'לעבן פאר יענעם פעיר פרעשור', אדרבה ליין איבער זיין תגובה.
הק' איש ימיני

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מיטוואך מאי 13, 2015 7:23 pm

כ'האב זייער הנאה פון דעם אשכול. פיינעלי, איינער וואס האלט נישט ביים מופן, האט שוין א גוטן תירוץ. ער איז א בעל מסירת נפש פאר אידישקייט...

און איך האב א טשאלענזש בן דוד זאל קומען אונז פארציילן וואס ער ווייסט. איז ער א דארטיגער? און זאלן קומען אנדערע בני ארץ ישראל אדער וואס קענען איר פון די נאנט, און זאלן עס באשטעטיגן אדער אפלייקענען.

איך קען נישט די זאך פון די נאנט, אבער אויף וויפיל איך קען יא ארויס נעמען פון ליינען דארטיגע סייטס, איז דער מציאות היבש פארקערט. די נייע שטעטלעך זענען נאך פרומער אפיציעל, און מען קען האבן מער קאנטראל אויפן עולם.

אוודאי, אלס ווען א מענטש טוישט סביבה האט ער די ברירה צו קובע זיין זיינע סטאנדארטן אנדערש ווי אין די דעם מקום ווי ער איז געווען ביז איצט. אבער דאס זעלבע אפלייד ווען מען שיקט אין א אנדערע ישיבה, כולל, מען טוישט ארבעט'ס פלאץ, וכדו'. נאך מער, אפילו מען מופט פון ירושלים קיין בני ברק וועט זיין די אפציע וואס טשעינזש אוו סינערי ברענגט, צי ווען מ'מאכט חתונה א קינד פון איין עסטאבלישד שטאט צו א צווייטע. סאו נישט די אינגעלייט / ניי געבויטע שטאט איז די פראבלעם.

און אויב איז יא דא א פוינט אין בן דוד'ס טענה, איז עס הערשט א סיבה שוין צו מופן, און טאקע צו אזאלכע פלעצער וואס מען וועט קענען פארבלייבן פאר לאנגע יארן מיט די קינדער און קינד'ס קינדער. זינט די סיטי איז שוין לאנג נישט געאייגנט דערפאר, ברויך מען זיך ארויס זען פון דארט ווי שנעלער.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

Greeneryid
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2014 6:23 pm

תגובהדורך Greeneryid » מיטוואך מאי 13, 2015 11:26 pm

מר דעפרעסט איר האט נישט ארויס די מציאות אזוי ווי מעלות האט שוין ערווענט און עס פעלט אייך פארשטאנד אין די סאציאלע און עקאנאמישע מציאות וואס האט צוגעגעבן צו דעם.

קודם טאר מען נישט פארגעסן אז דער יצר הרע איז זקן ער איז געווען דער אלא און עקזעסטירט היינט.

צווייטנס דארף מען געדענקען אז נישט נאר זענען ליידער אסאך אידן פארפאלן געווארן יענע צייטן, נאר גוים זענען אויך פארפאלן געווארן. דאס מיינט אז זיי האבן אויך געזיכט בעסערס פון וואס זייערע עלטערן האבן געהאט און וועגן דעם איז טאקע יענע צייטן געווען זייער אומסטאביל. פון יענע צייטן זענען אויפגעוואקסן אלע מיני גרופעס ווי קאמוניסטן, סוציאליסטן, פאשיזם, פראגרעסיוויזם, און נאך פארשידענע מיני איידיעס וואס מענטשן זענען געווען אזוי זיכער מיט דעם אז עס האט געפירט צו רעוואלושנס און מלחמות.

פארוואס טאקע? יענע צייטן זענען געווען צייטן פון טראנזישן, די וועלט האט זיך געהאלטן אינמיטן טוישן פון אוטאריטעריען גאווערנמענטס צו עפעס אנדערש און וואס די אנדערע זאך איז געווען אויף דעם האט מען זיך געקריגט.

פארוואס זענען מענטשן געווען אזוי פייערדיג פאר זייערע איידיעס אין יענע צייטן וואס היינטיגע צייטן איז אזוי שווער צו מאכן מענטשן אויף גרויסן פארנעם אראפציווארפן וואס איז דא אין מאכן א נייע סיסטעם? יענע צייטן ארויסקומענדיג פון מיטל אלטער האבן אלע מענטשן געליטן. יעדער איז געווען אינטערדריקט חוץ די אויבערשטע קלאס. ממילא ווען יעדער איז הונגעריג און דאס לעבן איז שווער און פלוצלינג הייבן די רעגירונגען צו נאכלאזן קומען די מענטשן און ווילן עס שטיפן עס זאל גיין שנעלער און יעדער האט א מיינונג אין וועלכע דירעקשן עס זאל גיין און מען איז גרייט צו גיין אין פייער פאר דעם. א שטיקל טעם האט מען געקענט זען מיטן אראב ספרינג. משאי"כ היינטיגע צייטן ווען מענטשן זענען מער ווייניגער אנגעגעסן, אנגעקליידט, מען האט ווי צו וואוינען, מען האט געווענליכע באקוועמליכקייטן איז זייער שווער צו מאכן מענטשן גרייט צו פייטן פאר זייערע איידיעס.

מיט די אידן יענע צייטן איז געווען אזוי. רוב אידן האבן געלעבט אין ארימקייט. רוב אידן האבן באקומען זייער אידישע עדיוקעשן מאקסימום ווי א היינטיגע כתה ז' יונגל. ביי די צוועלף איז מען שוין געגאנגען העלפן פאר פרנסה. די מיידלעך האבן דעס אויך נישט געהאט. אויך איז געווען א גרעסערע פראצענט יתומים און יתומות און א חלק האבן זיך געדרייט און די גאסן נישט האבנדיג ווי צו וואוינען. ווי לאנג דער גוי איז געווען אינטערדריקט און די אידן זענען געווען געזעצליך אפגעטיילט פון די גוים, האט א יוד געמוזט מאכן א שטארקער טויש, ווי למשל זיך טויפן, כדי צו ווערן גלייך מיטן גוי. דאס טוט א יוד נישט אזוי שנעל. ליידער בלייבנדיג א יוד זענען זיי קיין גרויסע הלכהדיגע יודן נישט געווען. ווען אן עם הארץ און עם הארצטע האבן חתונה קען מען קיין סאך נישט ערווארטן.

ווען עס געקומען די צייט און די רעגירונג האט אראפגענומען די אפיציעלע טיילונג פונעם אין און דעם גוי און דער גוי האט אויך זיך בארעכנט אז זיין גלויבן איז נישט אזוי וויכטיג און ריכטיג האבן די עם הארצים און טעס גרינגער זיך בארעכנט אז מען קען נאכלאזן פון דאס ביסל וואס מען האט יא כדי צו פארבעסערן דעם פערזענליכן פינאנציעלן מצב. דער גוי האט דאך נאך אלץ פיינט געהאט דעם איד, האט דער איד זיך געמאכט זיין אייגענעם פרייען קולטור. און ווי באחד מען רעדט דא פון אינטערדריקטע הונגעריגע עם הארצים האט מען געהאט גענוג און נאך אידן וואס זאלן נאכטאנצן למחצה לשליש ולרביע.

היינטיגע צייטן ווען מען רעדט אז רוב אידן, סיי מענער סיי פרויען, זענען נישט קיין עם הארצים און מען איז נישט הונגעריג, זעהט מען טאקע א קלענערע פראצענט אידן וואס ווארפן אראפ פון זיך דעם עול התורה ומצוות. נישט פארגעסן אז דער זקן וכסיל דרייט זיך נאך צווישן אונז און מאכט נאך פרנסה נאר נישט אויף דעם זעלבן פארנעם.

צופיל אידן אין איין שטאט איז א גרויסע חסרון ווייל מען טרעפט גענוג און נאך און איינעמס גלייכן אז מען קען מאכן א גאנצע שוואכע קהלה אן דעם וואס מען זאל זיך דארפן צושטעלן צום מער פרומערן. פון די אנדערע זייט, צו קליין איז אויך נישט גוט ווייל דעמאלס איז נישטא די בושה פונעם פרומערן. יעצט וועלכע סייז איז די בעסטע וועל מיר געוואר ווערן אין צוואנציג יאר ארוך ווען מען וועט קענען צוריק קוקען.

צושויער
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 6:29 pm

תגובהדורך צושויער » דאנארשטאג מאי 14, 2015 3:32 am

אין א געוויסע זין איז ריכטיג אז צדיקים פארן קריג האבן געהייסן חסידים וואוינען צווישן עולם אין גרעסערע ישובים, מאידך גיסא האט עס סך הכל געמיינט אנשטאט א ישוב פון צוויי מנינים מיט א שץ מץ זאל מען גיין צו א שטעטל פון עטליכע הונדערט אידן מיט א פרומע רב דיינים בני תורה גוטע יודן זקנים חסידים ואנשי מעשה.
אבער די ריזיגע שטעט האט דירעקט נישט געטויגט און איז אייביג געווען שוואך, קוק למשל אונגארן געגנט ווי פעסט מישקאלץ דעברעצין, איך רעד שוין נישט פון טשערנאוויץ צי אראד און אפילו די פלעצער ווי מונקאטש סאטמאר קלויזנבורג גראסווארדיין וואו ס'איז געווען פרומע קהלות איז געווען נאך גרעסערע מאדערנע קרייזן, אין די גוטע יארן איז געווען שטארקע מחיצות דארט, אבער ווען די מגפה פון השכלה און ציונות האט געבוזשעוועט צווישן די צוויי קריגן איז געפאלן שטיקער אין די גרויסע שטעט משא"כ אין די קלענערע שטעט א שטייגער ווי באטער מאד, איז געווען קלענער דער פראבלעם און גרינגער באקעמפפט געווארן.
אזא שטעטל ווי נייטרא אדער קאשוי איז נישטא דיין פראבלעם. בקיצור, ווענד זיך מי ומי ההולכים. ס'דארף זיין פאר וועמען זיך צו שעמען, וד"ל, און אפילו אין שטעט ווי קרית יואל למשל ווי ס'מאכט זיך נייע אפגעזונדערטע געגנטער וואו מ'וואוינט עקסטער און בעיקר אינגעלייט איז שטארק זעבאר דער ענין וואס איר ערווענט, אבער אריינגיין אין דעם דא איז א טויט-סוף

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דינסטאג יוני 07, 2016 12:02 am

דא האט מען גערעדט דערפון.

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג יוני 07, 2016 10:15 am

דעפרעסט האט געשריבן: דאס מציאות אז א גרויס טייל פון אונזער יונגט איז בכלל נישט געבויעט מיט די פעסטע אימיון סיסטעם פון אמונה און ערליכקייט, און די נחשלים אחריך האלטן שוין ביי א שטאפל ווייטער. נאר וואס ? ס'איז א חסד ה' אז מיר לעבן אין א טייט קאמיונעטי צעדריקט און צעקוועטשט, און די מענטעליטי פון בושה און סאושל פרעשור ברענגט דערצו אז די באן פארט ב"ה, אז א אינגערמאן אדער פרוי זאל מחליט זיין צו גיין ל"ע דארף דאס זיין גאר אן אויסארנטליכע קעיס אז דאס זאל פאסירן. א נארמאלער סעטלט מענטש וועט זיך צושטעלן צום סיסטעם, אפילו ער איז נישט פונקטליך אזוי ערליך, אבער די שטוב און די קינדער ווערן נתחנך אין אן ערליכן גייסט.

אפשר פארקערט?
ווען מ׳זאל נישט ווען נישט לעבן אין א טייד קאמיוניטי מיט סאשעל פרעשור, קען זיין אז די יוגנט וואלט געווען בעסער אויסגעבויעט מיט אמונה און ערליכקייט. מזאל ריכטיג ארויסהאבן אידישקייט, נישט צוליב פרעשור און ווייל דער סיסטעם לויפט אזוי.
ס׳איז ריכטיג אז בושה איז איינע פון א די הויפט יסודות וואס האלט אפ א מענטש פון זינדיגן (ס׳איז א בפירוש׳ער חובת הלבבות). אבער אידישקייט אלס סיסטעם איז נישט קיין סעלושן פאר אונזער שוואך אויסגעבויעטע יונגט, מעגליך גאר דער גורם דערצו.

יעצט לגבי דעם נושא פון דעם אשכול.
די שאלה וואס הייסט אויסגעשפרייט, אונטער 100 מענטשן איז לכאורה נישטא וואס צו רעדן, גיי שטעל אהער א מהודר׳דיגע מקוה פאר יעדע 100 אידן. גוטע דיינים און גוטע מוסדות.
אבער מער פון 500 איז שוין גענוג גרויס צו קענען זיך ערלויבן עטליכע בתי מדרשים א מקוה מיט אלע הידורים, די בעסטע מנהלים פאר בתי חינוך רבנים און וואס נישט. (מ׳קען פון וויליאמבורג מאכן 25 אזעלכע ישובים).
ס׳קען אפילו זיין א גרויסע טובה פאר אידישקייט אויך, יעדער האט שייכות מיט די קהלה מאיז נישט סתם א 5׳טע ראד, יעדער האט שייכות מיטן רב/דיין. מ׳מאכט א שמחה פרייד מען זיך איינער מיטן צווייטן. ועוד ועוד.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 07, 2016 1:51 pm

אלף בית האט געשריבן:

וואס מאכט אייך קלערן א ווען מ'לעבט אין א נישט-טייט קאמיוניטי אן סאשעל פרעשור ווערט מען בעסער אויסגעבויט מיט אמונה? מה דאך אין א גרויסע קאמיוניטי וואס ס'דא אן איבערפלוס פון רבנים דיינים משפיעים מלמדים מנהלים אלטע לייט מדור הקודם בויט מען זיך נישט גרונטליך כש"כ און א נייע אינגע מקום, מיט די נייע נסיונות הדור. וואס זאל אין די נייע קאמיוניטי העלפן פאר דעם ענין?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » דינסטאג יוני 07, 2016 2:04 pm

זייער פשוט, ווייל ווען די דינסט דעם אייבערשטן ווייל די סיסטעם לויפט אזוי, קומט דיר נישט אויס צו פארשטיין די יסודות.
די זעלבע סיבה וואס מאכט דאווענען יעדן טאג איז די סיבה פארוואס מ׳דארף א באגעבא.
דאס איז לאו דוקא די מ׳וואוינט אין א גרויסע שטאט אדער א קליינע, איך באצו מיך אויך די ווערטער אז וואוינען אין א גרויסע שטאט איז א מעלה פאר אידישקייט ווייל די צוליב די מאנטעלעטי פון בושה און סאושל פרעשור וואס מאכט דעם סיסטעם פארן. זאג איך אז ס׳קען אויך זיין פונקט פארקעט.

רבנים דיינים משפיעים מלמדים מנהלים אלטע לייט מדור הקודם קענען אויך וואוינען אין א קליינע געגענט.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 07, 2016 2:37 pm

אלף בית האט געשריבן:זייער פשוט, ווייל ווען די דינסט דעם אייבערשטן ווייל די סיסטעם לויפט אזוי, קומט דיר נישט אויס צו פארשטיין די יסודות.
די זעלבע סיבה וואס מאכט דאווענען יעדן טאג איז די סיבה פארוואס מ׳דארף א באגעבא.

רבנים דיינים משפיעים מלמדים מנהלים אלטע לייט מדור הקודם קענען אויך וואוינען אין א קליינע געגענט.

דאס נישט דינען זעלבסשטנעדיג השי"ת און א גרויס מקום - ביי א טייל מענטשען, האט נישט צוטון ווייל דער סיסטעם שטופט זיי צודעם, נאר פארקערט, אפילו אין דעם גרויסן סיסטעם האבן זיי נישט געהאט קיין ריכטיג מלמדים ומשפיעים, אדער די טאטע האט זיי נישט אריינגעלייגט פארשטענדליכע יסודות אין אידישקייט, ממילא גייען זיי מיט מיט'ן שטראם. און מיט דעם אלעם האט עס די מעלה אז אויב איז דער מעכטיגער סיסטעם ערליך, ווייל ס'דא שטארקע מנהיגים, איז ער מיט זיינע קינדער אויך ערליך.

משא"כ א קליין פלאץ מאכט זיך אויך א סיסטעם, אבער נאר א קליין מצוצמדיגע סיסטעם אן קיין ברייטע בחירה לטב ולמוטב, און אן די ברירות פון זען אדער לערנען טיפער'ס פון די געציילטע אידן דארטן. און ס'זייער שווער פאר איינער וואס וויל זיך יא אביסל דערהייבן פון יענע 'סיסטעם'.

און קורצן: 'יסודות' אין אידישקייט קומט נישט פון זיך אליינס, מ'דארף עס אריינגעבן, אפגעזען וועלכע מקום מ'וואוינט. א 'סיסטעם' איז אויך דא אין יעדער מקום. א גרויס פלאץ איז דא מער טשענס צו באקומען די יסודות, און אז מ'האט עס איז נישט אזוי שווער זיך צו דערהייבן פונעם ברייטען סיסטעם. א קליין פלאץ איז דא ווייניגע טשענס צו באקומען די יסודות, און אפילו מ'באקומט עס איז שווערער זיך צו דערהייבן פון תושבי המקום טאקע וויבאלד יעדער איז מער געקניפט און געבינדן.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג יוני 07, 2016 2:42 pm

'אלף בית' געבט די ריכטיגע אלף בית
ווען א איד וואוינט אין א פארווארפענע געגנט, איז ער מער וואך צום פאקט, אז זיין קינד מוז באקומען זיין חינוך פון אים, און אז אויף אים ליגט דער חיוב צו רעדן טאג און נאכט פון אידישקייט, אמונה, וכו'
אויב וואוינט מען אין א סאסייעטי, פארלאזט מען זיך אז עס ווערט שוין פון זיך אליין, אבער עס ווערט נאר א חלק און נישט אינגאנצן.
לאמיר געבן א טראכט, ווען האבן מיר דעם לעצטן מאל גערעדט צו אונזערע קינדער, איבער די חשיבות פון לאזן וואקסן א בארד, גיין מיט הוט און רעקל, וכדומה, אבער וואלטן מיר געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר עס זייער שיין איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג יוני 07, 2016 3:09 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:'אלף בית' געבט די ריכטיגע אלף בית
ווען א איד וואוינט אין א פארווארפענע געגנט, איז ער מער וואך צום פאקט, אז זיין קינד מוז באקומען זיין חינוך פון אים, און אז אויף אים ליגט דער חיוב צו רעדן טאג און נאכט פון אידישקייט, אמונה, וכו'
אויב וואוינט מען אין א סאסייעטי, פארלאזט מען זיך אז עס ווערט שוין פון זיך אליין, אבער עס ווערט נאר א חלק און נישט אינגאנצן.
לאמיר געבן א טראכט, ווען האבן מיר דעם לעצטן מאל גערעדט צו אונזערע קינדער, איבער די חשיבות פון לאזן וואקסן א בארד, גיין מיט הוט און רעקל, וכדומה, אבער וואלטן מיר געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר עס זייער שיין איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער

אבי גערעדט!

טאמער עפעס איז מען מער פאריאגט און פארפלאגט און די נייע קליינע יישובים צוליב וואס מ'דארף מער אפט טרעוולען.

פון לאזן וואקסן בארד האט איך גערעדט צו מיין קינדער 2 וואכן צוריק...
פארוואס וועט א טאטע אין בלומינגבערג אדער אין ד.ס. רעדן צו זיינע קינדער מער דערוועגן ווי א ווילאמסבורגע אדער בארא פארקער טאטע?

מעגליך אז די רעדסט ווען מ'גייט וואוינען אין א געגענט וואס ס'וואוינען דארט אסאך פרעמדע אידן. [וואס ביי דעם ביסטו גערעכט אין טעאריע אבער נישט למעשה, והא ראיה אלע רבנימלעך פון אלע מאדערנע געגנעטער פוצען אפ פון דארט וועגען חינוך הבנים]. אבער נישט פון דעם איז דא דער שמועס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » דינסטאג יוני 07, 2016 3:13 pm

נא_שכל האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:'אלף בית' געבט די ריכטיגע אלף בית
ווען א איד וואוינט אין א פארווארפענע געגנט, איז ער מער וואך צום פאקט, אז זיין קינד מוז באקומען זיין חינוך פון אים, און אז אויף אים ליגט דער חיוב צו רעדן טאג און נאכט פון אידישקייט, אמונה, וכו'
אויב וואוינט מען אין א סאסייעטי, פארלאזט מען זיך אז עס ווערט שוין פון זיך אליין, אבער עס ווערט נאר א חלק און נישט אינגאנצן.
לאמיר געבן א טראכט, ווען האבן מיר דעם לעצטן מאל גערעדט צו אונזערע קינדער, איבער די חשיבות פון לאזן וואקסן א בארד, גיין מיט הוט און רעקל, וכדומה, אבער וואלטן מיר געוואוינט צווישן אנדערע סארטן, וואלטן מיר עס זייער שיין איבערגעגעבן פאר אונזערע קינדער

אבי גערעדט!

טאמער עפעס איז מען מער פאריאגט און פארפלאגט און די נייע קליינע יישובים צוליב וואס מ'דארף מער אפט טרעוולען.

פון לאזן וואקסן בארד האט איך גערעדט צו מיין קינדער 2 וואכן צוריק...
פארוואס וועט א טאטע אין בלומינגבערג אדער אין ד.ס. רעדן צו זיינע קינדער מער דערוועגן ווי א ווילאמסבורגע אדער בארא פארקער טאטע?

מעגליך אז די רעדסט ווען מ'גייט וואוינען אין א געגענט וואס ס'וואוינען דארט אסאך פרעמדע אידן. [וואס ביי דעם ביסטו גערעכט אין טעאריע אבער נישט למעשה, והא ראיה אלע רבנימלעך פון אלע מאדערנע געגנעטער פוצען אפ פון דארט וועגען חינוך הבנים]. אבער נישט פון דעם איז דא דער שמועס.

איך האב נישט גערעדט לגבי היינטיגע שטעטלעך, נאר לגבי אמאליגע.
דזשערסי סיטי, קען יא זיין מען זאל דארפן רעדן צוליב וואס מען זעהט מער גוים, און די איבעריגע זענט איר מער ווייניגער גערעכט.
אגב אויך וועגן הוט און רעקל, אדער לאנגע רעקל פאר די וואס גייען אזוי, האט איר אויך גערעדט לעצנטס?
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט