חרדי'שע דעוועלאפמענט אין טשעסטער, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג יולי 24, 2018 2:39 pm

אויפגעפרישט האט געשריבן:ביי מיר איז עס שטארקע נייעס אז עס וואוינען שוין דארט משפחות, די דעוועלפמעט וועט נאך נעמען יארן


עס וואינען נאך נישט דארט משפחות

ווי מען וואינט איז 5 מייל אוועק ,בערך 12 מינוט צו פארן מיט א קאר

די דעוועלעפער האפט אז אויפן זומער תשע"ט הבעל"ט וועט מען שוין וואינען דארט. פארשטייט זיך אויב ער וועט האבן קונים

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג יולי 24, 2018 2:46 pm

בריוועלע האט געשריבן:די אלצווייסערס זאלן אריינקומען קלארער, און ענטפערט'ס מיינע פיר קשיות.
ווי האלט די פריעקט, וויפיל דירות גייט מען דארט בויען, ווי גייען לויפן די פרייזן, גייען זיי האבן אייגענע מוסדות החינוך?


די פאריעקט האלט טיף אינמיטן אינפארסטרוקטשער, דאס הייסט אלע אינטערערדישע איינריכטונגען ווי אויסשטעלען גאסן , סוער אין וואסער פייפס און עלעקטריק ווייערס

עס קומט איבער 400 דירות

פרייזען טענעהן זיי אז בערך 450 אנגעהויבן פאר די 2 פאמיליע

מוסדות בויעט נישט די דעוועלעפערס

אפשר פון די 400 איינוואינער וועלן אינפארמירן מוסדות וועט זיין

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג יולי 24, 2018 2:53 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
אויפגעפרישט האט געשריבן:ביי מיר איז עס שטארקע נייעס אז עס וואוינען שוין דארט משפחות, די דעוועלפמעט וועט נאך נעמען יארן


די דעוועלעפער האפט אז אויפן זומער תשע"ט הבעל"ט וועט מען שוין וואינען דארט. פארשטייט זיך אויב ער וועט האבן קונים

פאר די געלט קענסטי שוין שרייבן אז די דעוועלאפער האפט מ'וועט דארט וואינען אויף פסח.

זיי רעאליסטיש. מ'דארף נאך בויען די גאנצע אינפרעסטראקשער און ס'איז סאך מער ווי בלויז הייזער. איך קען גוט הרב גאלדמן און איך ווייס אז ער בויעט שנעל, מיט דעם אלעם האלט איך אז אין תשע"ט וועט מען דארט נישט וואינען. טאמער וועט מען וואינען דארט אויף זימער תש"פ איז אויך א גבורה.

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » דינסטאג יולי 24, 2018 2:56 pm

א גרויסן יישר כח פאר אלע אלצווייסערס פארן אריינקומען מיט פרטים.
איך האלט אז אליעזר קרויס דארף זיך ארויפכאפן דערויף, א נייע ישוב, גוטע פרייזן, לכאורה וועט דארט זיין אייגענע מוסדות, הנה ימים באים.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג יולי 24, 2018 3:01 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
בריוועלע האט געשריבן:די אלצווייסערס זאלן אריינקומען קלארער, און ענטפערט'ס מיינע פיר קשיות.
ווי האלט די פריעקט, וויפיל דירות גייט מען דארט בויען, ווי גייען לויפן די פרייזן, גייען זיי האבן אייגענע מוסדות החינוך?


די פאריעקט האלט טיף אינמיטן אינפארסטרוקטשער, דאס הייסט אלע אינטערערדישע איינריכטונגען ווי אויסשטעלען גאסן , סוער אין וואסער פייפס און עלעקטריק ווייערס

עס קומט איבער 400 דירות

פרייזען טענעהן זיי אז בערך 450 אנגעהויבן פאר די 2 פאמיליע

מוסדות בויעט נישט די דעוועלעפערס

אפשר פון די 400 איינוואינער וועלן אינפארמירן מוסדות וועט זיין


פאר 450 באקומסטו א 2 פאמיליע דהיינו 225 א שטיקל - אדער
1out of2
אויבנאויף גלייב איך אז ס'וועט זיין מינימום 10 אלפים טעקס א יאר אויב ס'איז 450 א שטיקל. און אז זיי שטעלן נישט צו מוסדות נאר מ'וועט דארפן אליין אהערשטעלן אלס קענסטו רעכענען נאך 5 אלפים עקסטער מינימום א"כ מה הועילו חכמים בתקנתם?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
זזה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » דינסטאג יולי 24, 2018 3:57 pm

פאר 450 באקומסטו א 2 פאמיליע???
"sign up @ ebates for free and save @ all stores
https://goo.gl/oFZR4y

https://goo.gl/Rrje39 Ebay daily deals
יש"כ

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דינסטאג יולי 24, 2018 4:38 pm

לויט אליעזר קרויס איז 450 צו טייער, איך פארשטיי אז אודאי א סלייס פאר 450, נישט ביידע סלייסעס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג יולי 24, 2018 4:43 pm

אין א געוויסע זין איז 450 נישט געפערליך, אויב ס'איז נישט דא עפעס אנדערש ענליך.
די שאלה איז וויפיל טעקס דאס גייט זיין, און צו מ'קען האבן אינקאם פון בעיסמענט.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג יולי 24, 2018 5:14 pm

איך גלייב נישט אונטער 10 לכאורה סאך מער, בלומינגבורג וואס איז העכער און מער אין סאליווען (דארף לכאורה זיין ביליגער) און מ'האט פארקויפט פאר 275 (נאך די דיסקאנטס) האלט מען היפש העכער 10 נו וואס קענסטו ערווארטן ברענד ניו אין אראנדזש קאונטי פאר 450 און ארויף ? כ'בין זייער באזארגט איבער די טעקסעס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג יולי 24, 2018 5:16 pm

קעגן אנדערע נייע הייזער אין פאלם טרי וגלילות איז עס א מציאה אפילו מיט טעקס
שויתי ה' לנגדי תמיד

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג יולי 24, 2018 6:22 pm

450 בערך פאר איין הויז וואס איז קאננעקטעד מיט א נאך איינס

א איין פאמיליע נאך מער

באמת האבן זיין נישט נאך קיין חשבון

זיי ווילן ארויפציען די הייזער אז דער עולם זאל זען א דבר שבא לעולם און זען דעמאלס די מצב פון די פרייזן

די זעלבע וואס יחזקאל בראך טוט אין טאון אף מאנרא יעצט

זיי ווארטען צו זען וויפעל ער בעט און וויאזוי עס גייט

און זיי גייען בעטן אביסעל ביליגער וועגן עס איז פארט נישט מאנרא

סאיז די זעלבע איידיע ווי יחזקאל בראך פראזשעקט נאר ווייטער פון מאנרא און אויך אז סאיז איבער דאפעלט הייזער ,הייסט א שטאט פאר זיך

די טעקסעס רעדט זיך פון 15 בערך ,באמת קען מען נישט פונקטליך וויסן פאר עס איז פערטיג

ימים ידברו

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יולי 24, 2018 6:31 pm

טעקס איז נישט מעגליך פאראויס צוזאגן,

טאמער די אססעסער שטייט אויף אויפן לינקע זייט, און ער שאצט די הייזער בלויז לויטן סעיל פרייז דאן איז צרות ווי א בארג.. ע"ע בלומינגבורג

אוועטאר
והמבין יבין
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 12, 2013 6:31 pm
לאקאציע: אויפן טעלעפאן

תגובהדורך והמבין יבין » דינסטאג יולי 24, 2018 6:56 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
Capture1.PNG

ווער זענען די אופן בילד נעמען ביטע

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:45 am

Goodmorning האט געשריבן:קעגן אנדערע נייע הייזער אין פאלם טרי וגלילות איז עס א מציאה אפילו מיט טעקס

ווי אין די גלילות, אין טאון אוו פאלם טרי איז היפש ביליגער אז מען רעכנט טעקס.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
צל עובר
שר ששת אלפים
תגובות: 6005
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:47 am

יעצט זעה איך אין אנדערן אשכול אז אין די גלילות קען מען קויפן פאר 350 הגם שטייצעך נישט ברענד ניו.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 26, 2018 9:53 am

צל עובר האט געשריבן:יעצט זעה איך אין אנדערן אשכול אז אין די גלילות קען מען קויפן פאר 350 הגם שטייצעך נישט ברענד ניו.

נישט קיין נייעס, נארמאלע הייזער ווי איך וואלט קאנסידערט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 10:00 am

והמבין יבין האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
Capture1.PNG

ווער זענען די אופן בילד נעמען ביטע

די צווייטער פון די רעכטע זייט איז העסקן ר' יוסף יוזפא לאנדא (ב''ר בנציון, א שותף אינעם פריעקט) די נעקסטער איז ר' לוי יצחק שווארץ די בילדער פונעם פריעקט

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 360
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג יולי 26, 2018 1:33 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
והמבין יבין האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
Capture1.PNG

ווער זענען די אופן בילד נעמען ביטע

די צווייטער פון די רעכטע זייט איז העסקן ר' יוסף יוזפא לאנדא (ב''ר בנציון, א שותף אינעם פריעקט) די נעקסטער איז ר' לוי יצחק שווארץ די בילדער פונעם פריעקט

ר' יוסף יוזפא איז מעסקני קהילת סאטמאר מהרי''י ק''י?

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 714
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג יולי 26, 2018 1:37 pm

יא

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1893
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג יולי 27, 2018 1:33 pm

געזעהן די וואך און דער איד וועגן די דעוועלאפמענט אין טשעסטער ער ענדיקט צי מיט קליינע אותיות אז די זאך איז לעת עתה און געריכט ווייסט איינער וואס עס גייט פאר דארט?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6928
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג יולי 27, 2018 7:07 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:געזעהן די וואך און דער איד וועגן די דעוועלאפמענט אין טשעסטער ער ענדיקט צי מיט קליינע אותיות אז די זאך איז לעת עתה און געריכט ווייסט איינער וואס עס גייט פאר דארט?

א גרופע וואס איז געווען אין קאנטראקט צו קויפן די פראיעקט קלאגן אז דער אריגינעלער אייגנטומער האט נישט געמעגט אנולירן די קאנטראקט.

http://www.recordonline.com/news/201807 ... ester-site
וואו איז דָוִי?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג יולי 29, 2018 3:29 pm

בס"ד

כ'ווייס נישט וואס מען האט גערעדט וועגן בן שלושים, בן ארבעים, די יונגע אויף אייוועלט, די אלטע אויף אייוועלט, עפעס אן אשכול איז געווען דערויף לעצטנס.

אבער די שוידערליכע גרוילהאפטיגקייט פון אויספראקן פריוואטע ביזנעסער על לא עול בכפם - נאר ווייל מ'האט דא א סטעף פון רעקארד וואס האבן נעבעך נישט עפעס אנדערש וואס צו טאן, און וואו אזויפיל עקאנאמישע אנטוויקלונגען זענען דורך אידישע ביזנעסער - איז א מכה וואס איז נישט געווען אמאל אויף אייוועלט.

דאס איז נארמאל??? נישט קיין חילוק צו ס'איז ניר-טעגלאש אדער טיסא-טעגלאש, וואס איז דער פשט פון דעם? וויל יעדער ניק מ'זאל ארויפלייגן זיינע טעקס ריטוירנס דא? וואו זענען די מנהלים?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג יולי 29, 2018 5:32 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

כ'ווייס נישט וואס מען האט גערעדט וועגן בן שלושים, בן ארבעים, די יונגע אויף אייוועלט, די אלטע אויף אייוועלט, עפעס אן אשכול איז געווען דערויף לעצטנס.

אבער די שוידערליכע גרוילהאפטיגקייט פון אויספראקן פריוואטע ביזנעסער על לא עול בכפם - נאר ווייל מ'האט דא א סטעף פון רעקארד וואס האבן נעבעך נישט עפעס אנדערש וואס צו טאן, און וואו אזויפיל עקאנאמישע אנטוויקלונגען זענען דורך אידישע ביזנעסער - איז א מכה וואס איז נישט געווען אמאל אויף אייוועלט.

דאס איז נארמאל??? נישט קיין חילוק צו ס'איז ניר-טעגלאש אדער טיסא-טעגלאש, וואס איז דער פשט פון דעם? וויל יעדער ניק מ'זאל ארויפלייגן זיינע טעקס ריטוירנס דא? וואו זענען די מנהלים?

בארוהיגט אייך הויעכגעשפריצטער מזל מידיע

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1808
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג יולי 29, 2018 5:54 pm

כ'האב קיין בלאסן מושג וואו עס קומט דא אריין זיך צו בארואיגן, ווען כ'זעה נישט אז איינער זאל דא האבן געווען אומרואיג.

אבער זאגט איר מיר, טייערער דברים אלו, איז דאס אויסגעהאלטן צו אויסשמירן דא א דין ודברים צווישן צוויי אידישע קינדער? איר האלט באמת אז יעדע מחלוקה צווישן צוויי שותפים ברויך ווערן אויסגעשמועסט? ווען עס וואלט געווען דעמאלדן ווי א טרוקענע נייעס, מילא, ווערט דאס אבער אויסגעשמועסט, וואס האלט דער? און וואס ענטפערט יענער?, דאס איז זינלאז, אוממענטשליך און שלעכט.

#געווען אמאל א היידפארק
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » זונטאג יולי 29, 2018 6:12 pm

בס"ד

באמת א יישר כוח - איך האב ממש דאס ארויסגעזאגט פון מויל, "היידפארק," אבער כ'האב דאך נישט געוואלט באשמוצן די נאך-אלץ-וואוילע אייוועלט מיט אזא שמוציגע אויסדרוק.

אבער דאס איז ליידער דער אמת, מיט אויסשמועסן און צולייגן אזעלכע פשוט-פריוואטע געשעפטן צווישן אחינו בני ישראל, זיך באהאלטנדיג אונטער די אייוועלט'ס קאמופלאזש, איז פשוט רשעות און זינלאז, און ברענגט נאר טראבל בפרט ובכלל. ווער ווייסט וויפיל די עוכרי ישראל קומען דא צו לעקן א ביינדל פון אזעלכע שמועסן, אדער גאר ארגער וואס מ'קען נישט אלעס זאגן.

צולייגער האט געשריבן:כ'האב קיין בלאסן מושג וואו עס קומט דא אריין זיך צו בארואיגן, ווען כ'זעה נישט אז איינער זאל דא האבן געווען אומרואיג.

אבער זאגט איר מיר, טייערער דברים אלו, איז דאס אויסגעהאלטן צו אויסשמירן דא א דין ודברים צווישן צוויי אידישע קינדער? איר האלט באמת אז יעדע מחלוקה צווישן צוויי שותפים ברויך ווערן אויסגעשמועסט? ווען עס וואלט געווען דעמאלדן ווי א טרוקענע נייעס, מילא, ווערט דאס אבער אויסגעשמועסט, וואס האלט דער? און וואס ענטפערט יענער?, דאס איז זינלאז, אוממענטשליך און שלעכט.

#געווען אמאל א היידפארק


ווער עס האט א פראבלעם מיט א היימישע ביזנעס קען רופן צו די"ת, בעטן רשות פאר ערכאות, ווארפן פאשקעווילן, עפענען א האטליין, נעמען טאבלעטן, אלעס פיין, אבער לאזט'זשע אייוועלט ריין.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט