חרדי'שע דעוועלאפמענט אין טשעסטער, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

2 יאר אלט נייעס ארטיקל וועגן די דעוועלאפמענט

תגובהדורך קל_וחומר » מיטוואך מאי 20, 2015 12:46 am

This has created an opportunity for the Greens of Chester, a cluster development first proposed back in the 1980s. The Town of Chester Planning Board gave the development preliminary approval in 1998, but when the town board objected, the project was put on hold. At that time, local law allowed the town board the final decision on cluster developments.
The village also protested, saying it should have been included in decisions made about a development whose roads would connect with village roads. The Greens developer sued.

In 2008 the court decided in favor of the applicant. The court ruled that state law trumps local law, and that the planning board's decision to allow the development should prevail. But by then, the housing market crashed, and the project sat idle.

The Greens of Chester now wants to move forward. According to the court ruling, Chester must facilitate approval for the project within the next 90 days.
But here's another wrinkle: Chester has sewer capacity to support only two phases of the project. By the time it advances to Phase 3, the town will be required, by the court decision, either to obtain additional sewage capacity from the Harriman plant, or build its own plant.

The village currently has 29 gallons of sewer capacity available, while the town has 110 gallons.
Most roads on the site will be private. The main road leading to Route 94 will have sidewalks. Anthony LaSpina, the town's highway superintendent, said he has neither the equipment nor the staff to maintain them. The town board said part of the revenue that will come from 431 new taxpayers should be budgeted to make safe walkways.
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

די קוואל סיסטעם

תגובהדורך קל_וחומר » מיטוואך מאי 20, 2015 12:59 am

17 Koehos Dr
Chester, NY 10918
http://goo.gl/maps/CZWqo
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

תגובהדורך קל_וחומר » מיטוואך מאי 20, 2015 1:28 am

431-unit development in Chester gets final approval
By Michael Novinson
Times Herald-Record
September 07, 2013 - 2:00 AM
CHESTER — In 1985, Wilbur Fried asked the town Planning Board for permission to build 900 housing units.
Fried's Greens at Chester project, now 431 units, received its final approval Wednesday in front of just four people at a Planning Board meeting.
"It seems anti-climatic after all these years," said Dave Donovan, the board's lawyer.
Why did this take 28 years?
Infrastructure issues, lawsuits and the economic downturn contributed to decades of delays.
The Planning Board granted preliminary approval to the project — which figures to add 1,300 residents to the town when it's fully occupied — in December 1998, after Fried agreed to slash half the units.
But trouble was brewing.
First came sewer problems.
State authorities rejected a plan to discharge wastewater from all units at the Harriman Treatment Plant because of a lack of capacity. The developer then offered to help fund a new sewer treatment plant in Chester.
Then came traffic troubles.
The developer agreed to pay $455,000 to redesign the intersection of Route 94 and Conklingtown Road and widen the Exit 126 ramps from Route 17.
Then came a political fight.
The Town Board rejected in January 2009 Fried's plan to cluster all the housing units on 38 acres. That prompted a lawsuit, which was settled in June 2010, when the town relented and agreed to approve the units and guarantee sewer capacity.
An apparent lifting of the economic clouds prompted the decision to seek final approval.
"He (Fried) has missed a couple of building cycles already, and he doesn't want to miss another one," said project engineer John Petroccione.
A final cost estimate hasn't been done for the project, Petroccione said, and no construction time line has been set.
The project will consist of 173 two- and four-bedroom units, as well as 85 three-bedroom units. It's expected to generate $1.48 million of tax revenue each year and cost the school district some $2.11 million annually to educate the roughly 240 school-age kids.
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מיטוואך מאי 20, 2015 1:35 am

יעדער זאל מיך אנשרייען אבער איך מוז זאגן, איך זוך נישט קאלט צו מאכן, אבער עס איז ביי א פוינט ווי איך ווער שוין נישט עקסיידעט זאלן זיי האבן א ליסט פון טויזנט משפחות

אוועטאר
קל_וחומר
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 28, 2008 6:25 pm
לאקאציע: אינעם נעץ

תגובהדורך קל_וחומר » מיטוואך מאי 20, 2015 1:39 am

אפטימיסט האט געשריבן:יעדער זאל מיך אנשרייען אבער איך מוז זאגן, איך זוך נישט קאלט צו מאכן, אבער עס איז ביי א פוינט ווי איך ווער שוין נישט עקסיידעט זאלן זיי האבן א ליסט פון טויזנט משפחות


די דארפסט נישט ווערן עקסיידעט.
די ליסט וועט אי"ה זיין אין טעלעפאן ביכעל אן דיין נאמען אויך.
אז עס גייט נישט וויאזוי מ'וויל, דארף מען ווילן וויאזוי עס גייט.

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1170
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » מיטוואך מאי 20, 2015 1:53 am

קל_וחומר האט געשריבן:
אפטימיסט האט געשריבן:יעדער זאל מיך אנשרייען אבער איך מוז זאגן, איך זוך נישט קאלט צו מאכן, אבער עס איז ביי א פוינט ווי איך ווער שוין נישט עקסיידעט זאלן זיי האבן א ליסט פון טויזנט משפחות


די דארפסט נישט ווערן עקסיידעט.
די ליסט וועט אי"ה זיין אין טעלעפאן ביכעל אן דיין נאמען אויך.

בלומינגבורג, דזשערזי סיטי, סטעטן איילענד, לעיקוואד יוכיח! איך פיל שלעכט צו זיין אויף דער פעסימיסטישער זייט, אבער בעפאר בלומינגבורג האט נישט דריי הונדערט משפחות איז צרות ווי א בארג

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מיטוואך מאי 20, 2015 1:57 am

אפטימיסט, ...Act your nick
הק' איש ימיני

תמים תהי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 1:33 pm

תגובהדורך תמים תהי » מיטוואך מאי 20, 2015 7:49 am

אפטימיסט די טשעסטער דעוועלאופמענט איז נישט דומה צו דע אנדערע 3 וואס די האסט צוגעברענגט, ווייל די עיקר פראבלעם וואס אנדערע דעוועלאופמענטס האבן איז די פראגע פון מוסדות וכדו', משא"כ דא קענסט ווייטער נוצן די מוסדות אין קרית יואל, די דעוועלאופמענט איז אפשר נישט קיין תירוץ פאר די שטאטישע וואס ווילן נישט מופן באמת, זיי טרייסטן זיך נאר פון רעדן וועגן מופן, אבער פאר די וואס האלטן באמת ביי גיין, און נאכמער פאר קרית יואלע אידן וואס זוכט צו קויפן א דירה, און די פרייזן אין קרית יואל שטייגט וואו משוגע איז די דעוועלאופמענט געוואלדיג, מען וואוינט ווייטער ממש בשכנות צו די משפחה, און מען קען ווייטער נוצן אלע פאסיליטי'ס פון קרית יואלי

די גאסט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 11:13 pm

תגובהדורך די גאסט » מיטוואך מאי 20, 2015 7:58 am

און ק''י האלט היינט די פרייזן ביי 650k פאר א 8 ראמיגע דירה

די גאסט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 11:13 pm

תגובהדורך די גאסט » מיטוואך מאי 20, 2015 8:00 am

אויך הער איך אז ס'איז א נאו ריסק דיפאזיט ס'גייט אריין און א עסקראו וואס מ'קען עניטיים צוריקבאקומען אויב מטשענדזשד די מיינד

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך מאי 20, 2015 8:05 am

תמים תהי האט געשריבן:אפטימיסט די טשעסטער דעוועלאופמענט איז נישט דומה צו דע אנדערע 3 וואס די האסט צוגעברענגט, ווייל די עיקר פראבלעם וואס אנדערע דעוועלאופמענטס האבן איז די פראגע פון מוסדות וכדו', משא"כ דא קענסט ווייטער נוצן די מוסדות אין קרית יואל, די דעוועלאופמענט איז אפשר נישט קיין תירוץ פאר די שטאטישע וואס ווילן נישט מופן באמת, זיי טרייסטן זיך נאר פון רעדן וועגן מופן, אבער פאר די וואס האלטן באמת ביי גיין, און נאכמער פאר קרית יואלע אידן וואס זוכט צו קויפן א דירה, און די פרייזן אין קרית יואל שטייגט וואו משוגע איז די דעוועלאופמענט געוואלדיג, מען וואוינט ווייטער ממש בשכנות צו די משפחה, און מען קען ווייטער נוצן אלע פאסיליטי'ס פון קרית יואלי


און פארוואס טאקע קויפט מען נישט אין די מאסן הייזער ממש ארום קרית יואל פון אלע זייטן? ווייל די קרית יואל׳ער ווילן טאקע נאר בלייבן אין קרית יואל אדער מען איז זיי מלמד זכות אז זיי ווילן דייקא וואוינען אין א דעוועלאפמענט און נישט צעשפרייט?
ישראל אשר בך אתפאר

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5850
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך מאי 20, 2015 8:30 am

סראלי האט געשריבן:
תמים תהי האט געשריבן:אפטימיסט די טשעסטער דעוועלאופמענט איז נישט דומה צו דע אנדערע 3 וואס די האסט צוגעברענגט, ווייל די עיקר פראבלעם וואס אנדערע דעוועלאופמענטס האבן איז די פראגע פון מוסדות וכדו', משא"כ דא קענסט ווייטער נוצן די מוסדות אין קרית יואל, די דעוועלאופמענט איז אפשר נישט קיין תירוץ פאר די שטאטישע וואס ווילן נישט מופן באמת, זיי טרייסטן זיך נאר פון רעדן וועגן מופן, אבער פאר די וואס האלטן באמת ביי גיין, און נאכמער פאר קרית יואלע אידן וואס זוכט צו קויפן א דירה, און די פרייזן אין קרית יואל שטייגט וואו משוגע איז די דעוועלאופמענט געוואלדיג, מען וואוינט ווייטער ממש בשכנות צו די משפחה, און מען קען ווייטער נוצן אלע פאסיליטי'ס פון קרית יואלי


און פארוואס טאקע קויפט מען נישט אין די מאסן הייזער ממש ארום קרית יואל פון אלע זייטן? ווייל די קרית יואל׳ער ווילן טאקע נאר בלייבן אין קרית יואל אדער מען איז זיי מלמד זכות אז זיי ווילן דייקא וואוינען אין א דעוועלאפמענט און נישט צעשפרייט?

כ'האב פאר דיר נייעס, מ'קויפט שוין אין גרויסן ארום קרית יואל אויך אין די לעצטע שטיק צייט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך מאי 20, 2015 9:28 am

מי יודע האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:
תמים תהי האט געשריבן:אפטימיסט די טשעסטער דעוועלאופמענט איז נישט דומה צו דע אנדערע 3 וואס די האסט צוגעברענגט, ווייל די עיקר פראבלעם וואס אנדערע דעוועלאופמענטס האבן איז די פראגע פון מוסדות וכדו', משא"כ דא קענסט ווייטער נוצן די מוסדות אין קרית יואל, די דעוועלאופמענט איז אפשר נישט קיין תירוץ פאר די שטאטישע וואס ווילן נישט מופן באמת, זיי טרייסטן זיך נאר פון רעדן וועגן מופן, אבער פאר די וואס האלטן באמת ביי גיין, און נאכמער פאר קרית יואלע אידן וואס זוכט צו קויפן א דירה, און די פרייזן אין קרית יואל שטייגט וואו משוגע איז די דעוועלאופמענט געוואלדיג, מען וואוינט ווייטער ממש בשכנות צו די משפחה, און מען קען ווייטער נוצן אלע פאסיליטי'ס פון קרית יואלי


און פארוואס טאקע קויפט מען נישט אין די מאסן הייזער ממש ארום קרית יואל פון אלע זייטן? ווייל די קרית יואל׳ער ווילן טאקע נאר בלייבן אין קרית יואל אדער מען איז זיי מלמד זכות אז זיי ווילן דייקא וואוינען אין א דעוועלאפמענט און נישט צעשפרייט?

כ'האב פאר דיר נייעס, מ'קויפט שוין אין גרויסן ארום קרית יואל אויך אין די לעצטע שטיק צייט


אוודאי קויפט מען. און א גרויס טייל זענען די קויפערס די ברוקלינער אידן וואס דארפן א סעקאנד האום. אבער פאקטיש זעט מען נישט א ״מאסיווע״ באזעצונג ארום דעם שטעטל פון קרית יואל׳ער אידן זעלבסט.
ישראל אשר בך אתפאר

אן פרעשער
שר מאה
תגובות: 195
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 02, 2015 11:27 am

תגובהדורך אן פרעשער » מיטוואך מאי 20, 2015 9:32 am

די טשעסטער דיוועלאפמענט וועט נאך זיין די גרעסטע טובה פאר די בלומנבערג איינוואינער,

קוק וואס לאם שטעלט אלץ אויף אן א דירעקטע קאמפעטישן!

די חברה זענען בכוח אויפצישטעלן א גאנצע שאפינג מאלל העלט סענטער אד"ג אז מזאל שנעל פארקוקן אויף די נענטערע טשעסטער וואס וועט אויסקוקן קעגן דעם ווי א ארץ לא זרוע, די חברה קען מען נישט אינטערשאצן.

העטעך פעטעך, וואלט לאם אינוועסטעט אביסל נענטער וואלט עס געווען א דאן דיעל, אבער לבי אומר לי, אז און די ענדע וועט בלומנבערג זיין די קומענדיגע גרויסע שטעטל.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6917
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מיטוואך מאי 20, 2015 9:50 am

עס איז שוין דא אשכולות סיי פאר קר"י און סיי פאר בלומינגבורג, אויף די מאפע איז טשעסטער טאקע אינדערמיט, אבער מיר לעבן אין א אייגן 'וועלטל'.
א דאנק
וואו איז דָוִי?

תמים תהי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 1:33 pm

תגובהדורך תמים תהי » מיטוואך מאי 20, 2015 11:28 am

אן פרעשור טשעסטער איז נישט קיין שטער פאר בלומינבורג, און בלומינבורג איז נישט קיין שטער פאר טשעסטער, עס איז דא גענוג פאר ביידע. און אפילו טשעסטער ווערט א מציאות, גייט נאך דויערן א יאר צוויי לכאורה ביז מען גייט ענדיגן בויען די דירות, מילא לאמיר האפן אז בלומינבורג וועט שוין ביז דאן האבן זייער סי אוי.

אבער איך אלץ א קרית יואל'ער האט בלומינבורג צו מיר קיינמאל נישט גערעדט (אפשר צו מיר יא אבער נישט צו מיין ב"ב) משא"כ טשעסטער איז שוין א אנדערע מעשה, ווייל ס"ה וואס זי וועט פארלירן איז שבת נאכמיטאג נישט קענען גיין צו איר מאמע, אבער זי בלייבט ווייטער נאנט צו איר מאמע דערנאך וואס איך האב א קאר און איך קען איר אריבערטראגן, און אפילו זי דארף נעמן א טעקסי איז עס נישט צו ווייט, און אזוי אויך זענען די קינדער ווייטער נאנט צו די חדר, און וואו שוין אויבן געזאגט איז ממש ווייטער בשכנות צו אלע זאכן וואס מען האט געהאט ביז יעצט אין קרית יואל.

און דאס וואס שרייבן מען זאל קויפן ארום קרית יואל, קודם כל עס איז לעצטענס דא א שטיקל אויפוואכונג אין דעם ענין, אינגעלייט הייבן אן צו קויפן ארום קרית יואלץ אבער עס איז נאך אלץ נישט דומה ארום קרית ואל וואו טשעסטער, מיין ב"ב וויל למשל נישט אליינס וואוינען אויף א אקער לאנד, זי וויל האבן שכנים, צו קענען בארגן אמאל עפעס, און קענען האבן אנדערע טובות. אליינס וואוינען אן קיין נאנטע שכנים איז נאר אפשר 10 פראצענט קרית יואל, די אנדערע 90 פראצענט ווילן האבן שכנים וואס וואוינען נאנט איינע צו אנדערן, און עס איז זייער נארמאל. און זומער וויל מען זיצן און פלעטשקענען אין גאס און נאך פיל זאכן. לאמיר געבן א דוגמא, איך מיין אז יעדער איינער פון קרית יואל וואלט געקענט באשטיין צו וואוינען ביי די לאט פון אויש וואס איז נעבן חברון, דארט איז דא די מעלה, סיי מען וואוינט שיין, און סיי מען האט נאנטע שכנים, און איצט צו גיין אליינס וואוינען ארום קרית יואל, זענען רוב דירות היבש אפגעריקט איינס פונעם צווייטן, מילא ווילן די פרויען נישט אהינגיין. משא"כ טשעסטער שטעלט פאר א שיינע שכונה, מיט דירות איינע נעבן די אנדערן, און עס איז אויסגעשטעלט צו וואוינען זייער שיין, מילא לדעתי איז עס בכלל נישט דומה צו קויפן אליינס א הויז ארום קרית יואל, און עס האט שטארקע שאנסעס צו מצליח זיין, עכ"פ פאר בעזעצענע קרית יואל'ע אינגעלייט (פרויען) וואס גייען קוקן וויפיל דארף איך באצאלן אין קרית יואל פאר א 8 רומיגע דירה, און וויפיל דארף איך באצאלן אין טשעסטער פאר דעם. און וואס פארדין (דערלייג) איך פון וואוינען אין קרית יואל, און וואס דערלייג (פארדין) איך פון וואוינען אין טשעסטער.

איך בין נישט קיין אגענט פאר טשעסטער, איך וויל נאר זייער שטארק עס זאל מצליח זיין, ווייל איך זעה דארט מיין פיוטשער האום, לעת עתה אין קרית יואל קאסט זייער פיל א דירה, און אפילו די האסט די געלט צו באצאלן, וואס באקומסטו?

והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

תגובהדורך והאמת ניתן להיאמר » מיטוואך מאי 20, 2015 11:43 am

האלט דער עולם אפשר מען זאל עפענען אן אשכול מיט אנקעטע פאר מופערס ארויס פון קרית יואל, אזוי ווי עס איז דא פאר יוצאי וומסב"ג?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מיטוואך מאי 20, 2015 12:07 pm

תמים תהי האט געשריבן:איך בין נישט קיין אגענט פאר טשעסטער, איך וויל נאר זייער שטארק עס זאל מצליח זיין, ווייל איך זעה דארט מיין פיוטשער האום, לעת עתה אין קרית יואל קאסט זייער פיל א דירה, און אפילו די האסט די געלט צו באצאלן, וואס באקומסטו?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך מאי 20, 2015 12:26 pm

אויב איז אמת אז מען געט שוין דארט דאון פעמעינטס איז צום האפן אז עס גייט מיט א לויער אריין עסקראו אקעונט.

נישט קיין נפק"מ ווער דער בילדער איז אדער וואס ווי ווען.. צו געבן אויף א אזא פלאץ געלט אן קיין קראנטע לויער און עסקראו אקאונט איז יתכן אז הניח מעתיו על קרן הצבי..

פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

תגובהדורך פלוני » מיטוואך מאי 20, 2015 12:28 pm

וועלן טאקע די קר"י מוסדות נישט מאכן קיין שום שוועריקייטן??
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)

והאמת ניתן להיאמר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 14, 2015 11:40 am

תגובהדורך והאמת ניתן להיאמר » מיטוואך מאי 20, 2015 12:30 pm

והאמת ניתן להיאמר האט געשריבן:האלט דער עולם אפשר מען זאל עפענען אן אשכול מיט אנקעטע פאר מופערס ארויס פון קרית יואל, אזוי ווי עס איז דא פאר יוצאי וומסב"ג?

באקומען איין אישי מיט דאס פאלגענדע. איג לייג עס דא ארויף (אן דעם ניקס נאמען, פארשטייט זיך)

ס'איז א גוטע איידיע, אסאך ניקים וועלן עס נישט גלייכן, הלמאי מען וויל אוועקגיין פונעם הייליגע שטעטל.. אבער ס'וועט זיין אינטערעסאנט די אוטקאם.

תמים תהי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 1:33 pm

תגובהדורך תמים תהי » מיטוואך מאי 20, 2015 12:50 pm

וואס איז שלעכט צו מאכן?

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » מיטוואך מאי 20, 2015 1:23 pm

תמים תהי האט געשריבן:אן פרעשור טשעסטער איז נישט קיין שטער פאר בלומינבורג, און בלומינבורג איז נישט קיין שטער פאר טשעסטער, עס איז דא גענוג פאר ביידע. און אפילו טשעסטער ווערט א מציאות, גייט נאך דויערן א יאר צוויי לכאורה ביז מען גייט ענדיגן בויען די דירות, מילא לאמיר האפן אז בלומינבורג וועט שוין ביז דאן האבן זייער סי אוי.

אבער איך אלץ א קרית יואל'ער האט בלומינבורג צו מיר קיינמאל נישט גערעדט (אפשר צו מיר יא אבער נישט צו מיין ב"ב) משא"כ טשעסטער איז שוין א אנדערע מעשה, ווייל ס"ה וואס זי וועט פארלירן איז שבת נאכמיטאג נישט קענען גיין צו איר מאמע, אבער זי בלייבט ווייטער נאנט צו איר מאמע דערנאך וואס איך האב א קאר און איך קען איר אריבערטראגן, און אפילו זי דארף נעמן א טעקסי איז עס נישט צו ווייט, און אזוי אויך זענען די קינדער ווייטער נאנט צו די חדר, און וואו שוין אויבן געזאגט איז ממש ווייטער בשכנות צו אלע זאכן וואס מען האט געהאט ביז יעצט אין קרית יואל.

און דאס וואס שרייבן מען זאל קויפן ארום קרית יואל, קודם כל עס איז לעצטענס דא א שטיקל אויפוואכונג אין דעם ענין, אינגעלייט הייבן אן צו קויפן ארום קרית יואלץ אבער עס איז נאך אלץ נישט דומה ארום קרית ואל וואו טשעסטער, מיין ב"ב וויל למשל נישט אליינס וואוינען אויף א אקער לאנד, זי וויל האבן שכנים, צו קענען בארגן אמאל עפעס, און קענען האבן אנדערע טובות. אליינס וואוינען אן קיין נאנטע שכנים איז נאר אפשר 10 פראצענט קרית יואל, די אנדערע 90 פראצענט ווילן האבן שכנים וואס וואוינען נאנט איינע צו אנדערן, און עס איז זייער נארמאל. און זומער וויל מען זיצן און פלעטשקענען אין גאס און נאך פיל זאכן. לאמיר געבן א דוגמא, איך מיין אז יעדער איינער פון קרית יואל וואלט געקענט באשטיין צו וואוינען ביי די לאט פון אויש וואס איז נעבן חברון, דארט איז דא די מעלה, סיי מען וואוינט שיין, און סיי מען האט נאנטע שכנים, און איצט צו גיין אליינס וואוינען ארום קרית יואל, זענען רוב דירות היבש אפגעריקט איינס פונעם צווייטן, מילא ווילן די פרויען נישט אהינגיין. משא"כ טשעסטער שטעלט פאר א שיינע שכונה, מיט דירות איינע נעבן די אנדערן, און עס איז אויסגעשטעלט צו וואוינען זייער שיין, מילא לדעתי איז עס בכלל נישט דומה צו קויפן אליינס א הויז ארום קרית יואל, און עס האט שטארקע שאנסעס צו מצליח זיין, עכ"פ פאר בעזעצענע קרית יואל'ע אינגעלייט (פרויען) וואס גייען קוקן וויפיל דארף איך באצאלן אין קרית יואל פאר א 8 רומיגע דירה, און וויפיל דארף איך באצאלן אין טשעסטער פאר דעם. און וואס פארדין (דערלייג) איך פון וואוינען אין קרית יואל, און וואס דערלייג (פארדין) איך פון וואוינען אין טשעסטער.

איך בין נישט קיין אגענט פאר טשעסטער, איך וויל נאר זייער שטארק עס זאל מצליח זיין, ווייל איך זעה דארט מיין פיוטשער האום, לעת עתה אין קרית יואל קאסט זייער פיל א דירה, און אפילו די האסט די געלט צו באצאלן, וואס באקומסטו?


האסט שוין אמאל געכאפא א בליק אין Blooming Grove וויאזוי די הייזער זענען דארט? קענסט מיר אפשר מסביר זיין פ"וו זאל א מענטש ענדערשט גיין אויף טשעסטער ווען ער האט א ברירה צו גיין וואלקינג דיסטענס צו ק"י ווי ער האט אלע מעלות וואס ער וועט האבען אין טשעסטער?

אלא מאי. ווי עס קוקט מיר אויס האלט זיךא ק"י תושב נישט ביים ריקען קיין שפאן ארויס פון שטעטל, די אלע דעוועלאופמענטס רעדן מער צום שטאטישען ציבור,

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך מאי 20, 2015 1:43 pm

איך האב גערעדט מיט אפאר ק"י אידן, ווי עס קוקט אויס זענען זיי מער אפטאמיסטיש צו טשעסטער, לכאורה ווייל סאיז נייע הייזער, געבויעט פאר אידן,
משא"כ Blooming Grove

הורוויץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 16, 2011 1:07 pm

תגובהדורך הורוויץ » מיטוואך מאי 20, 2015 1:50 pm

די אויסשטעל קען מען פאר אפאר טאלער אביסעל איבערמאכען, צובויען א שטיקעל עקסטענשאן און ס'וועט נאך אלץ זיין פיל ביליגער ווי א ק"י קאנדאו


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט