חרדי'שע דעוועלאפמענט אין טשעסטער, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » מאנטאג מאי 18, 2015 11:57 pm

אם אין איש...

איז די מעשה אזוי, די פרייזן לויפן פון ק275 ביז ק400, ווענד זיך אינעם סייז, די פרייזן וועלן בלייבן אזוי פאר די ערשטע 100 קויפערס, דעפאזיט איז ק50, ס'וועט אריינגיין אין א עסקראו.

פאלגענגד זענען די 3 אויסוואלן:

1. סעמי-אטעטשט, איין שטאק 1650 ספ, און א אומגעפארטיגטע בעיסמענט.
2. א סינגל פאמיליע הויז, 1400 ספ פער שטאק, צוזאמען איז 2800, און א אומגעפארטיגטע בעיסמענט.
3. סעמי-אטעטשט , 1300 ספ פער שטאק, צוזאמען איז 2600, און א אומגעפארטיגטע בעיסמענט.

דא האט איר א בילד פונעם גאנצע דעוועלאפמענט.
צוגעלייגטע
IMG_20150518_235030-1-1-1-1-1-1-1-1-1.jpg

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג מאי 19, 2015 12:01 am

וואו קומט דאס אויס אין טשעסטער? אדרעס?
וויפיל דירות בויעט מען?
הק' איש ימיני

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6705
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דינסטאג מאי 19, 2015 12:09 am

גלות איד,
1 א דאנק פארן אפדעיטן.

2 אפשר ווייסט איר, די 50k איז פאר עני סייז? אדער ווענדט זיך

3 וועלכע עס קאסט וויפיל ווייסט איר?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
א איד אין גלות
שר חמש מאות
תגובות: 900
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 2:31 pm

תגובהדורך א איד אין גלות » דינסטאג מאי 19, 2015 12:18 am

טו בי אנעסט, איך האב גארנישט מיט די גאנצע דעוועלאפמענט, איך האף נאר פאר איר הצלחה, אלעס וואס כ'ווייס איז שוין אפגעשריבן, האפענטליך וועלן די יודעי דבר אריינקומען מיט מער דעטאלן.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 19, 2015 10:33 am

איך האב עפעס א פילינג אז דאס קען זיך זייער שטארק אויסארבייטן. די געגענט איז ממש געוואלדיג. שיינע הייזער, ערפארדעבעל פרייז. לאמיר האפן אז דאס גייט זיך נישט שלעפן יעצט עטליכע יאר.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5321
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג מאי 19, 2015 11:23 am

א איד אין גלות האט געשריבן:דא האט איר א בילד פונעם גאנצע דעוועלאפמענט.

עצה טובה קמ"ל: אז מען זאל שוין יעצט צייכענען פונקטליך ווי די שארט-קאטס וועלן אדורכלויפן, כדי צו שפארן אומאנגענעמליכקייטן אינעם צוקנופט

ניסעל
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 29, 2014 5:10 pm

תגובהדורך ניסעל » דינסטאג מאי 19, 2015 12:18 pm

ווייסט איינער צו דאס איז א קאנדא אדער פרייוועט אונערשיפ?

תמים תהי
אנשי שלומינו
תגובות: 7
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 1:33 pm

תגובהדורך תמים תהי » דינסטאג מאי 19, 2015 12:25 pm

אין מיין בליק די טשעסטער דעוועלאופמענט אויב עס וועט זיך אויסארבייטן וועט מאכן די זאך.

עס איז ס"ה אפאר מינוט אוועק פון קרית יואל, מען קען ניצן די מוסדות, דאקטאר, בוטשער, וכדו' פון קרית יואל. איך קוק עס אן טאקע נישט פונקטליך, אבער אין א געוויסע זין וואו לעיקוואד, אין לעיקוואד וויבאלד די וואוינסט אין לעיקוואד ביסטו צופרידן, אפילו לאמיר זאגן די בעלזא בוטשער וועט זיין 10 מינוט פון דיר צופארן, אדער די דאקטאר וואו די גייסט וועט זיין 15 מינוט וועג צו פארן, און אזוי אויך דיינע קינדער מוסדות וועט נישט זיין צו נאנט צו דיר, אבער וויבאלד עס הייסט לעיקוואד, שפירסטו וואו די ביסט אין איין שטאט דערמיט. לעיקוואד איז גרויס א היבשע פאר מייל, מילא אזוי וואו בעלזא שכונה איז א חלק פון לעיקוואד, קען די שכונה זיין א חלק פון קרית יואל. (טאקע נישט פונקטליך, אבער בערך אזוי איז עס)

און אולי די דעוועלאופער'ס זענען נישט אינטערעסירט עס צו מאכן דייקא פאר א סאטמארע שטעטיל, אבער איינמאל די קרית יואלע ווערן באקוועם דערמיט וועט היבש אפאר קרית יואלע אידן ארויסמופן, און איינמאל עס ווערט שוין אידיש וועלן אפשר אנדערע קרייזן אויך ארויסמופן און עפענען אייגענע מוסדות. און אויב דאס ארבייט זיך אויס, איז דאס א פיוטשער פאר א אנדערע געגענטער אין די מאונטענס אזוי וואו למשל בלומינבורג, ווייל אזוי וועט שוין נישט בלומינבורג זיין אזוי ווייט פון א אידישע שכונה, עס וועט זיין נעבן טשעסטער, און זיי וועלן אפשר אפילו קענען שעירן איין מוסדות, און איין סופערמאקעט וכרו' ערגעץ אינדערמיט, אולי ואולי.

צוריק צו טשעסטער, גיב איך פאר זיי שטארקע שאנסעס זיי זאלן מצליח זיין, פארשטייט זיך אויב זיי גיבן שיינע הייזער און פיינע פרייזן.

און זיין זאך בעט איך פון די דעוועלאופער'ס (אויב זיי ליינען דא) איינמאל עטס הייבטס אן צו מארקעטן די הייזער, ח"ו נישט פארקויפן קיין לאקשן, די ציבור וואס ווילן דארט קויפן זענען ענקערע שותפים,און ענק דארפן זיי פאר שותפים, מילא בכדאי מען זאל האבן די פילע טראסט אין ענק, ביטע נישט פארקויפן קיין ליגנט'ס פארן ציבור אזוי וואו אנדערע דעוועלאופמענט'ס האבן געטון, זייטס אפן מיטן ציבור, ווען עס גייט גוט לאז וויסן, און אויב מאכט זיך שטרויכלונגען אויפן וועג, פרובירטס נישט עס צו פארדעקן מיט א ליגנט, נאר זייטס אפן, און אזוי וועט די עולם האבן טראסט אין ענק.

הלואי זאל עס מצליח זיין

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דינסטאג מאי 19, 2015 1:23 pm

וויפיל סק. פיס באקומט מען פאר 275

קלוגע חכם
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 20, 2014 8:43 am

תגובהדורך קלוגע חכם » דינסטאג מאי 19, 2015 2:47 pm

יעצט באמערט די אשכול איבער דעם דעוועלאופמענט, איך האב שוין לאנגע געהערט רעדן דערפון, און יעצט זעה איך אז עס קוקט אויס וואו עס איז נאנט צו ווערן א פאקט ב"ה. איך בין זייער נייגעריג וויפיל זיי גייען בעטן א פרייז פער סקווער פיס, צו גייען זיי רעכענען אזוי וויפיל עס איז ווערד אין יענע געגענט א סקווער פיס, אדער גייען זיי נעמען עדווענטעדזש אז מיר אידן דארפן וואוינען צוזאמען און זיי גייען בעטן טייערער וואו עס איז דארט א סקווער פיס, קוקענדיג אין זילאו וועבסייט (איך ווייס נישט וואו קראנט די סייט איז) זעה איך אז א סקווער פיס לויפט אין די רעינדזש פון בערך 150 דאללער, (יענע הייזער באקומסטו לכאורה א גרעסערע לאט וואו די באקומסט דא) און אויב וועלן די עוועלאופער'ס גיין מיט די פרייז קומט אויס אז אז פאר 275 טויזנט דארפסטו צו באקומען בערך 1830 סקווער פיס.

לאמיר האפן אז די דעוועלאופער'ס וועלן האבן א אידיש הארץ, און זיך רעכענען מיט די קונים, און נישט נעמען עדווענטעדזש אויף אונז, און עס פארקויפן כאילוי וואו זיי וואלטן ווען געבויעט די הייזער פאר גוים, און פאר די פרייז וואס זיי וואלטן עס פאר זיי פארקויפט.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג מאי 19, 2015 2:58 pm

וואס זענען די טעקס פרייזן אין די געגענט?
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מאי 19, 2015 3:19 pm

דאכצעך איינער האט שוין געפרעגט אבער קיינער האט נישט גענטפערט

וועלעכע געגענט אין טשעסטער איז דאס? א נאמען פון א גאס אדער עפעס אנדערש?

זויבער
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 30, 2014 3:27 pm

תגובהדורך זויבער » דינסטאג מאי 19, 2015 4:03 pm

איז דא דארט א מקום צו וואקסן אין דער צוקנופט?
אדער מקען דארט נאר בויען 420 דירות און דערמיט ענדיגט זיך עס?

לעכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

תגובהדורך לעכטיגער » דינסטאג מאי 19, 2015 4:27 pm

קלוגע חכם האט געשריבן:יעצט באמערט די אשכול איבער דעם דעוועלאופמענט, איך האב שוין לאנגע געהערט רעדן דערפון, און יעצט זעה איך אז עס קוקט אויס וואו עס איז נאנט צו ווערן א פאקט ב"ה. איך בין זייער נייגעריג וויפיל זיי גייען בעטן א פרייז פער סקווער פיס, צו גייען זיי רעכענען אזוי וויפיל עס איז ווערד אין יענע געגענט א סקווער פיס, אדער גייען זיי נעמען עדווענטעדזש אז מיר אידן דארפן וואוינען צוזאמען און זיי גייען בעטן טייערער וואו עס איז דארט א סקווער פיס, קוקענדיג אין זילאו וועבסייט (איך ווייס נישט וואו קראנט די סייט איז) זעה איך אז א סקווער פיס לויפט אין די רעינדזש פון בערך 150 דאללער, (יענע הייזער באקומסטו לכאורה א גרעסערע לאט וואו די באקומסט דא) און אויב וועלן די עוועלאופער'ס גיין מיט די פרייז קומט אויס אז אז פאר 275 טויזנט דארפסטו צו באקומען בערך 1830 סקווער פיס.

לאמיר האפן אז די דעוועלאופער'ס וועלן האבן א אידיש הארץ, און זיך רעכענען מיט די קונים, און נישט נעמען עדווענטעדזש אויף אונז, און עס פארקויפן כאילוי וואו זיי וואלטן ווען געבויעט די הייזער פאר גוים, און פאר די פרייז וואס זיי וואלטן עס פאר זיי פארקויפט.


מ'קען נישט אייביג צושטעלען צו וואס איינער האט געטראפען אנליין, אין מ'ווייסט אפילו נישט ווי קראנט ס'איז. ס'דא אסאך פאקטארען צו נעמען אין באטראכט. די פונקליכע געגענט, טעקס ראול, נייע/אלטע סטראקטור, ספעקס אין קוואליטעט וואס מ'שטעלט צו, וואס געווענליך איז עס אנדערשט ביים איד, א.א.וו.
גראדע לויט די נאמבערס אויבען דערמאנט, $400k פאר 2,800 סקפס. אין צוגאב א בעיסמענט קומט עס אויס ביליגער ווי 150$ פער סקפס..

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

תגובהדורך פרוכט בוים » דינסטאג מאי 19, 2015 4:55 pm

I will be happy to live there
How much apartments can be build there
and who is the builder/ invester

גאלדגרוב
שר מאה
תגובות: 201
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 08, 2013 2:56 pm

תגובהדורך גאלדגרוב » דינסטאג מאי 19, 2015 5:23 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:דאכצעך איינער האט שוין געפרעגט אבער קיינער האט נישט גענטפערט

וועלעכע געגענט אין טשעסטער איז דאס? א נאמען פון א גאס אדער עפעס אנדערש?

west ave. off rt. 94 south

אוועטאר
פייווישעל
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 22, 2010 3:04 pm
לאקאציע: איפה פייוויש

תגובהדורך פייווישעל » דינסטאג מאי 19, 2015 5:26 pm

420 is the final number for this project
איפה פייוויש?

דא בין איך

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2352
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » דינסטאג מאי 19, 2015 5:32 pm

איך קוק זייער ארויס פאר די הצלחה פון דעם שטעטל. אבער זיי זאלען נישט מאכען דער גראבע טעות וואס בלומינבערג האט געמאכט, מיט בויען א גאנצע שורה הייזער, וואס דאס האט אוועק גענומען מיין אפעטיט פון דער ערשטע מינוט, בין איך צוריק צו מיין סטעטינד איילינד פלאן, אבער טשעסטיר אינטרעסירט מיר בעסער, אבער פונקט אויף זי איז דא דער ווייניגסטע אינפראמאציע. א ריכטיגע בילד פון דער געגענט באשר הוא שם ווי עס האלט יעצט. איז דאס בלויז אויף דער 'מאלען טיש'?

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

וואו איז דאס?

תגובהדורך אפענע וועלט » דינסטאג מאי 19, 2015 5:38 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:דאכצעך איינער האט שוין געפרעגט אבער קיינער האט נישט גענטפערט

וועלעכע געגענט אין טשעסטער איז דאס? א נאמען פון א גאס אדער עפעס אנדערש?


ווען אפענע וועלט טוט ריסורזדש זענען דאס די רעזולטאטן

די איינציגסטע לאנד אייגענטומער נאמען אין די ארענזדש קאונטי לאנד אייגענטומען ליסטינג און טשעסטער וואס פארפיגט אויף א גרויסע נאמבער פון סאבדיווייטעד לאטס וואס זענען וועקענד איז Arlington Bldg Corp
http://propertydata.orangecountygov.com ... &swis=3322
די אמואנט דערפון זעהט אויס ערגעץ אין די 100-200 שטיק (מן הסתם קען מען אויף יעדן איינס בויען א דופלעקס)
די property info page זאגט אז די אדרעסס איז St Hwy 94
די גוגעל מעפס זאגט אז עס איז
https://goo.gl/maps/B00Xm

די נ.י. סטעיט וועבסייט מיט קארפ. אינפא זאגט די אטעטשט אינפא

יעצט ווער עס קען צוזאמען שטעלן די בילד תבא עליו ברכה
צוגעלייגטע
arlington NYstate public corp info.pdf
(125.27 KiB) דאונלאודעד 334 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דינסטאג מאי 19, 2015 5:57 pm

סקיקט אויס אז דאס איז עס איך האב געהערט אז סאיז ממש נעבן לאוויס געשעפט

אוועטאר
פלאטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 541
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 09, 2011 1:20 am

תגובהדורך פלאטשיגער » דינסטאג מאי 19, 2015 6:23 pm

הארט נעבן דעם זעה איך איז שוין דא א שיינער געגענט...
צוגעלייגטע
Chester.PNG
Chester.PNG (116.27 KiB) געזעהן 3003 מאל

די גאסט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 11:13 pm

תגובהדורך די גאסט » מיטוואך מאי 20, 2015 12:01 am

לויט ווי איך הער פון א נאנטע מקור ווילן די בעלי בתים עס האלטן אויף זייער א שטילן אופן נישט מאכן די טעות פון בלומינגבורג נישט אויפרעגן די שכינים זיי גייען עס נישט עדווערטייזן זיי האבן שוין א ליסטע פון בערך 200 משפחות וואס ווילן קויפן זיי הייבן יעצט אן צו נעמען דיפאזיטס און די ערשטע 50/100 דיפאזיטס גייען באקומען זייער א ביליגן פרייז נאכדעם גייען זיי ארויפגיין אביסל

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך מאי 20, 2015 12:05 am

וואו קען מען זיך ווענדן אויב אינטרעסירט?
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

די גאסט
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 19, 2015 11:13 pm

תגובהדורך די גאסט » מיטוואך מאי 20, 2015 12:06 am

יעקב יושע' שווארץ פון ק''י מיט זיינע קינדער זענען די וואס פירן אן מיטן פראדזשעקט און זיי נעמען די דיפאזיטס

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1958
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » מיטוואך מאי 20, 2015 12:08 am

די גאסט האט געשריבן:יעקב יושע' שווארץ פון ק''י מיט זיינע קינדער זענען די וואס פירן אן מיטן פראדזשעקט און זיי נעמען די דיפאזיטס

האסט קאנטאקט אינפא? אויב יא ביטע לייג ארויף פאר די אינטרעסירטע. אדער שיק אין פרייוועט.
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אני מבין און 3 געסט