דגל יהודה האט געשריבן:האב איך יעצט געהאט א לענגערע ווארט מיט ר' בנציון. ב"ה ער פלאנט נישט צי מאכן מוסדות. גאלדמאן שיתף'ס איז אויסדריקלעך נאר געלט אין סהאט גארנישט מיט נייפעסט/רבנות.
ער גייט האבן צוויי סארט "סינגעל פעמעלי" הייזער.
איינס גייט זיין 2500 פיס אין די אנדערע גייט זיין 3500 פיס א חוץ א האלב רויע בעסמינט. פאר 180$ א פיס די 2500 גייט זיין $450.00 אין די 3500 גייט זיין $630.00 וואס איז גאר א גיטע פרייז פאר א היי ענד היימישע יונגערמאן.
ער גייט בעז"ה צישטעלן בתי מדרשים אין א גראסערי.
נאכן רעדען צי עם א לענגערע צייט זעהט אויס ווי ער האט גאר גיטע אויסזיכטען.
קוקט אויס ממש א מחי'.
עס איז קארגע 5 מינוט צו פארן אויפן 17 פון קרית יואל, בסך הכל בערך 10-12 מינוט פון קרית יואל.
להבנת הדברים: צו פארן פון קרית יואל ביזנעס סענטער ביז עצי תמרים געגענט דויערט 8-10 מינוט.
נישט טעכניש גערעדט, איז עס אזוי ווייט ווי למשל וומ"ס ביז בארא פארק (איבער 2 שעה צו וואקן) - למשל שבת, אויב זאל עס זיין אין די תחום.
ווייסט איינער וויפיל די טעקסעס זענען אין טשעסטער? אזויווי אין מאנרא (וואו ס'איז בחסד)? אדער אזויווי אין וואדבערי (וואו עס איז זייער טייער)?