אהער און אהין האט געשריבן:פערזענליך האלט איך א אויג אויף א הייזקע וואס האט פארשידענע מעלות געאגראפיש און סטייל, די פראבלעם איז נאר די טעקס וואס וועט מיר קאסטן אויפצוהאלטן דעם הייזקע וואס קומט באגלייט מיט א שיינעם צאל אקער לאנד.
צוליב דעם זוך איך אן אינועסטירער וואס זאל קומען מיט מיר, איך וועל האבן א הויז ווי צו וואוינען און גראז אויף וואס צו קלאצן אויף, און מיט די אקער לאנד וועלמיר זיך צוטיילן שוה בשוה, אזוי וועט ער מיר העלפן צאלן די טעקסעס וואס איז נישט הויעך פער אקער נאר צוליב די צאל אקער קומט עס אן צו א באדייטענדן סכום.
(איך וועל נאך אלץ צאלן צענדליגער טויזענטער דאלארן ווייניגער ווי מיין ברודער/פעטער/שוואגער וואס קויפט אין ברך משה אויפן 4'טן שטאק 8 צימערן, און באקומט צו דעם נאך א 10-10 בעיסמענט פארן פרייז פון 513.000 אלפים און וועט נאך מוזן צולייגן א עקסטערע שיינע פאר אלפים פאר מינימאל נויטיגע אפגרעידס ווי א נארמאלע אידישע קאך ועוד...)
ווער ס'וויל/ווייסט פון אינוועסטער זאל מיר קאנטאקטן אין אישי.
און צו אלע וואס חוזק'ן אפ פון דעם 'שוין עסטאבלירטן געגנט': ''זייט געווארנט וואס איר זאגט, ווייל א געגנט וואס האט שוין אצינד 3 שולן און צענדליגער פאמיליעס איז שוין א פאקט. בנוגע דעם עתיד, ע''ע בלומיגראוו והגלילות''.
וויאזוי וועט דער אינוועסטירער ארויס נעמען זיין געלט? ס'איז אפראווד צו בויען?