מטעמים האט געשריבן:שאינו יודע האט געשריבן:מטעמים האט געשריבן:מיין ערשטע רעאקציע איז געוועהן, איך פלאן נישט צו גיין אין א שטעטל ווי איך ווער א ארבייטער פאר די גרינדערס פונעם שטעטל (כעין דעם באקאנטען גבירישען רב אין בארא פארק וואס טיילט דירות פאר זיינע חסידים אזוי זאלען זיי קומען דאווענען ביי אים אלע תפילות) און א ודאי נישט צו זיין יענעמס פערדל און בויען יענעמס איגאו.
אבער עס קען זיין אז איך בין טאטעלי ראונג און עס גייט בכלל נישט אויף דעם מהלך, ונזכה ונחיה ונראה.
קענסט אפשר מסביר זיין די תגובה
אויב איז די שטעטל א פריוואטע רעביסטעווע דאן וועלן זיין א סך וואס וועלן נישט וועלן אהין גיין.
עס איז דא א סך אזאנע קאנטריס אין די קעטסקילס אדער בתי מדרשים אין ניו יארק וואס פריוואטע מענטשען מיט אפאר טאלער ניצען עס אויס פאר זייערט וועגן, אבער דאס איז כאטש פאר א קורצע זמן, זיך צו ציהען צו אזא מין פלאץ פאר לאנג טערם איז נישט באטעמט.
הער אויס ווילאנג וויליאמסבורג און בארא פארק קומען נישט צו קיין דירות אין און קרית יואל איז כעת נישדא קיין דירות און אין מאנסי איז עס געפערליך טייער , וועלן די אלע שטעטלעך זיך בויען, איינס וועט נעמען לענגער און איינס שנעלער ,אלעס וועלןהאבן הצלחה ווי יעדער זעט אז אלע שטעטלעך פארן אויף ארויף
כאב פונקט גערעדט און געפרעגט אפאר ריעל עסטעיט אינוועסטערס און דעוועלאפערס לעצטענס איבער זייער מיינונג איבער שכונת ויואל משה, און כולם פה אחד זאגן אז עס האלט היינט ביי א מצב אז אפאר הונדערט יודן זאלן אראפלייגן צווישן 50 און 100 טויזענט דאלאר
אויף א שטר אן קיין וויסן ווען און וויאזוי זיין דירה גייט זיין ,א היימישער נגיד האט בערך 25 מיליאן דאלאר קעש אינטערן טיש אן קיין קאנטראקט פון יודן שלעפערס ! און עס וועט נעמען זיכער א יאר לכל הפחות לענגער ווי ער האט צוגעזאגט,
און פארגעס נישט שכונת ויואל משה איז אינדרויסן פון קרית יואל עס איז גלילות פונקט ווי וואדבארי זשאנקשען ,בלומינגראוו, קאנטרי האללא,און היילענד לעיק עסטעיטס
מיינט עס אז יעדער קען בויען און זאל און אלעס וועט מצליח זיין אי"ה
אז הרב גאלדמאן קומט ארויס פאר 300 טויזענט דאלאר א פריוואטע הויז צען מינוט דרייוו פון קרית יואל , וועט לויטן שכל עס פארצוקערט ווערן , און סאיז רעדי צו בויען מארגן
רבותי דער עולם האט זיך דערוועקט צו מופן אבער אביסעל צו שפעט , פאר ביליג קענסטו נאר האבן אין נייע שטעטלעך