חרדי'שע דעוועלאפמענט אין טשעסטער, ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ידעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

תגובהדורך ידעתי » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:29 am

ברעיקינג נייעס

ניו יארק אטורני דזשענעראל פיילט א דיסקרימינעישאן לאוסוט קעגן די טאון אוו טשעסטער.

מיר דיטעילס שפעטער היינט צופרי

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:51 am

ידעתי האט געשריבן:ברעיקינג נייעס

ניו יארק אטורני דזשענעראל פיילט א דיסקרימינעישאן לאוסוט קעגן די טאון אוו טשעסטער.

מיר דיטעילס שפעטער היינט צופרי

איך זע דאס נאכנישט אין ערגעץ, אבער אויב ס'איז אמת, איז דאס אן איבערוויגענדער באווייז פונעם כח היחיד, א פריוואטער מענטש וואס האט מיט חדשים צוריק, געטון די ריכטיגע זאך און אויסגעפילט די נויטיגע דאקומענטן און באווייזן מיט אן אפיציעלן קאמפלעינט צוגעשיקט צום אטוירני דזענעראל'ס אפיס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1444
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:19 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:ברעיקינג נייעס

ניו יארק אטורני דזשענעראל פיילט א דיסקרימינעישאן לאוסוט קעגן די טאון אוו טשעסטער.

מיר דיטעילס שפעטער היינט צופרי

איך זע דאס נאכנישט אין ערגעץ, אבער אויב ס'איז אמת, איז דאס אן איבערוויגענדער באווייז פונעם כח היחיד, א פריוואטער מענטש וואס האט מיט חדשים צוריק, געטון די ריכטיגע זאך און אויסגעפילט די נויטיגע דאקומענטן און באווייזן מיט אן אפיציעלן קאמפלעינט צוגעשיקט צום אטוירני דזענעראל'ס אפיס.

דער כח היחיד מיינסטו די דעוועלאפערס?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:37 am

קרייסלער האט געשריבן:דער כח היחיד מיינסטו די דעוועלאפערס?

ניין. א פריוואטער מענטש וואס האט נישט געקענט דולדן די אפענע האס און די מיטל-אלטער קארופציע אינעם טשעסטער שענק-הויז, האט אפגעשיקט א היימיש צאמגעשטעלטע קאמפלעינט, בייגעלייגט אלע דאקומענטן און באווייזן.
איך ווייס נישט אויב די דעוועלאפערס האבן אין יענע תקופה אויך אריינגעגעבן אזא קאמפלעינט, זיי האבן ליבערשט געארבייט אויפן פעדעראל לעוועל, אבער לעגאל קוקט די אטוירני דזעשענעראל אפיס אריין דערין אויב ס'איז פאקטיש דא געפיילט אזא קאמפלעינט, וכש"כ אז עס ווערט אריינגעגעבן דורך עמיצן אן קיין פינאנציעלע אינטערעסע, און זיי קענען באשליסן צו עפענען א קעיס וואס ציעט זיך אויף עטליכע חדשים אינוועסטיגעישאן, וואס דער רעזולטאט איז מעגליכע אנקלאגעס.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2525
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:51 am

ר' יום טוב האט געשריבן:
ידעתי האט געשריבן:ברעיקינג נייעס

ניו יארק אטורני דזשענעראל פיילט א דיסקרימינעישאן לאוסוט קעגן די טאון אוו טשעסטער.

מיר דיטעילס שפעטער היינט צופרי

איך זע דאס נאכנישט אין ערגעץ, אבער אויב ס'איז אמת, איז דאס אן איבערוויגענדער באווייז פונעם כח היחיד, א פריוואטער מענטש וואס האט מיט חדשים צוריק, געטון די ריכטיגע זאך און אויסגעפילט די נויטיגע דאקומענטן און באווייזן מיט אן אפיציעלן קאמפלעינט צוגעשיקט צום אטוירני דזענעראל'ס אפיס.

קוק איר טוויטער אקאונט

(זי איז די אנטיסעמיטקע פון די B&H קלאגע? :roll: )
צוגעלייגטע
Capture.PNG
Capture.PNG (35.95 KiB) געזעהן 1651 מאל

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:54 am

די קלאגע איז אויך אנקעגן אראנדזש קאנטי?

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:57 am

בריוו פון AG
צוגעלייגטע
nysd-519597-36-0-Main Document.pdf
(88.31 KiB) דאונלאודעד 94 מאל

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:08 am

בס"ד

די שליסל זאצן

...NYAG’s ability to seek broad and systemic remedies to cure the effects of the Defendants’ discriminatory conduct, and the well-documented tension between the County and members of the Hasidic community in other towns...

...NYAG seeks broad injunctive and declaratory relief that would address the Town and County’s ongoing, systemic discrimination based on religion and familial status.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:10 am

בריוו פון UJO
צוגעלייגטע
UJO.jpg
UJO.jpg (250.33 KiB) געזעהן 1560 מאל

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:15 am

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

די שליסל זאצן

...NYAG’s ability to seek broad and systemic remedies to cure the effects of the Defendants’ discriminatory conduct, and the well-documented tension between the County and members of the Hasidic community in other towns...

...NYAG seeks broad injunctive and declaratory relief that would address the Town and County’s ongoing, systemic discrimination based on religion and familial status.


און דאס

Factual Background

This case is about a concerted, systematic effort by local officials to prevent Hasidic Jewish
families from moving into the Town of Chester (“Town”) and Orange County (“County”) in
violation of the Fair Housing Act. The NYAG has a substantial interest in safeguarding the rights
of New Yorkers who suffer and are threatened by housing discrimination. The NYAG seeks to
intervene in this action to enforce the Fair Housing Act, 42 U.S.C §3601 et seq., and ensure that Defendants’ cease their discriminatory conduct. The Court should permit intervention here. Federal Rule of Civil Procedure 24(a)(2) warrants the NYAG to intervene in this action as of right.

משהלע
שר האלף
תגובות: 1273
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 12:00 pm

דאס איז גאר גינסטיג. הודו לה'

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:52 pm

Wow אן עושר האט מזל! ב"ה פאר די גוטע נייעס

פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

תגובהדורך פרנס היום » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:59 pm

איפה פייביש האט געשריבן:Wow אן עושר האט מזל! ב"ה פאר די גוטע נייעס

האט גארנישט מיט מזל...אז מען צאלט איין האט מען....

די מזל וועט זיין ווען מען וועט הערן אז ער האט אויספארקויפט און געקלאוזד אלע הייזער פאר א גוטע פראפיט ווי ער האט גע'פלאנט , ביפאר 5 יאר פון היינט...

גראדע יא מזל וועגן מען ברויך האבן געלט איינצוצאלן און פארשטייט זיך געלט צו אינוועסטערין דערינען... :lol:

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג פאברואר 27, 2020 11:32 am

די חסידישע דעוועלאפער פון דעם 'גרינס אוו טשעסטער' דעוועלאפמענט, האבן אפגעקויפט נאך שטחים נעבן דעם סייט.
מען רעדט פון 58 אקער, נאך 15 אקער, און נאך 2.2 אקער לאנד.
(ווער ס'האט נאר באזוכט אמאל דארט, זעהט צופיסענס פונעם בארג ווי א פריץ האט זיך געבויעט א פאלאצל, מיט גראז און ביימעלעך רינגס ארום, ווען בייסיגע שולדן ווארענען מען זאל נישט אריינפארן אין דעם דרייוועי, ניטאמאל פאר א יו טורן...
אויך זעהט מען אלץ פול מיט קארס אין דעם דרייוועי, וואס באלאנגען גלויבט מען פאר'ן פריץ און זיין שטאב.
עס איז נישט קלאר אויב דער פאלאצל איז אצינד אין די הענט פון די חסידישע דעוועלאפירער.)
*
דער "גרינס" פראעיקט שטייט אויס אויסערגעווענליכע קעגנערשאפט פון די ארטיגע באאמטע, וועלכע ווילן פאר קיין שום פרייז נישט זעהן דארט חסידישע היימען.
מען זעהט ווי די סטרא אחרא באמיהט זיך נישט צו דערלאזן מען זאל קענען טאנצן 'דא וואוינט א איד' אויף די פוסטע טויזענטער מיילן, באדעקט מיט גראז און ביימער.
עס איז וואונדערליך צו זעהן, ווען מען פארט ארויס א שפאן פון די 'מען שלאגט זיך אויף יעדן אינטש' הייסע פראפערטי אין קרית יואל ווילעדזש גרעניצן, און א שפאן ארויס זעהט זיך אויס ווי א דארף, פוסט און פאסט, לאנקעס מיט גראס אדער געדיכטע וועלדער, אן קיין צייכן פון דעם רוישיגן געדיכט באוואוינטן לעבן הארט אין בעקיארד.

זאל דער פון אויבען העלפן, מען זאל די אלע שטחים פארוואנדלען אין ריזיגע אידישע געגנטן, פול מיט פארלוירענע שיכלעך און ביציקלעך, ווען דער געזאנג פון כל מקדש הערט זיך ארויס יעדן שפייס צונאכטס פון די ליכטיגע פענסטער.
ווייל דאס איז דער ציהל, מקדש צו זיין שמו יתברך בעולמו.
*
דער וועג פאר האוזיג אין אראנזש קאונטי איז א שווערער, ווען מ'רעדט פון חסידים, איז דער וועג א ברוטאלער. די ארטיגע קענען נישט פארנעמען אז מען 'מישט זיך אריין' משטיינס געזאגט ביי אים אין טאפ.
עס איז צום האפן אז דער גרינס פראיעקט - וואס מאכט אצינד איר וועג אין די געריכטן נאכן טאטאלען אפזאג פון פערמיטן דורך די לאקאלע באאמטע אויפן טאון און קאונטי לעוול - זאל פאראויס גיין. מען איז אויף א טיימליין, איך קוק אויף מיין קאלענדער צו זעהן די צאהל יארן וואס וועלן דורכגיין פון קויפן דעם פערמיטן באשטעטיגטן שטח ביזן פאקטיש זיך אריינציען דארט. דער שטח וואס פולע היימישע קבלנים האבן געקוקט מיט א גוט אויג דערויף, זאל צום ענדע געקרוינט ווערן מיט סוקסעס!


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט