די לעיקוואד אסיפה ד' ויק"פ תשע"ה אין וויליאמסבורג

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

די לעיקוואד אסיפה ד' ויק"פ תשע"ה אין וויליאמסבורג

תגובהדורך green » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 7:38 pm

כ'וועל פראבירן צו גיין אין א סדר בכדי נישט אויסצולאזן קיין וויכטיגע אינפארמאציע

 

נעכטן אינדערפרי באקום איך אן אימעיל פון איינע פון די עסקנים אז עס גייט פארקומען אן אסיפה אין וויליאמסבורג איבער די סאטמאר - לעיקוואד פראדזשעקט ביינאכט, און מ'גייט דארט רעדן זאכליך... אבער איין זאך, מען דארף זיך רעגעסטרירן בכדי צו וויסן ווי צו גיין

 

נו, וואס טוט א "גרינ"ער? קודם ארויף אויפן וועלטל, זאלן אנדערע אויך וויסן דערפון און זיך קענען באטייליגן, דערנאך האמיר זיך רעגעסטרירט (עס קאסט דאך נישט קיין געלט)

 

שפעטער נאכמיטאג באקום איך א מעסעדש ווי די אסיפה גייט זיין, און צוגאב שרייבט ער מיר אזוי בבחינת אישי‏ אז א גרויסער עולם האטסעך גערעגעסטרירט

 

ארום 9 צייט האמיר זיך ארויסגעלאזט פון ביהמ"ד צום אסיפה, די אסיפה איז פארגעקומען אויף לינטש סטריט – א דיינונג רום וואס מעטשט נישט צו וויליאמסבורג.... ריזיג גרויס – כבין קודם בטעות געגאנגן צו לארימער כווייס נאך יעצט נישט פארוואס, עניוועי בינעך אנגעקומען צום הויז כקוק מיר אזוי אים צו מאכן זיכער צו בינעך אויף די ריכטיגע פלאץ, זעה איך א איד אנקומען וואס זאל איך ענק זאגן, כוואלט נישט גע'חלומ'ט אז ער איז פון די קויפערס (הגם נישטא קיין סיבה פארוואס, אבער כ'האב דאך רעכט צו טראכטן, נישט אזוי?), אן עכטע ערענסטע איד מיט די גאנצע חסידישע טראגע, ברייטע ביבער היט, לאנגע בארד וכו' (גילו...?) עניוועי, זעהט אויס אז דער איד איז שוין דארט א בן בית ער האט מיר פונקטליך געוויזן ווי צו גיין, זעמיר ארויף אויבן און.....סהערט זיך ארויס קולות.. אלעס חלומות!..... ער ווייסט נישט וואס ער רעדט!...... כבין דארט געוועהן!....... פארוואס קומט ער נישט ארויס?!......... איך קום אריין, א ברייטע שלום עליכם פון די באקאנטע דארט, אהה!  עניוועי האט מען דארט פארברענגט און ארויפגעברענגט אלע נושאים וואס זענען נוגע, ווי טרעוולן, בעלזע היסטאריע, מוסדות, סאטמאר יא – נישט בעקן וכו' ביז דער "בראדט" איינער קען זיין ערשטע נאמען? (איך נישט) איז אנגעקומען..... כמוז ענק זאגן, דער האט שפראך איינס אין די וו.... א טאטענ'ס (ר' אביש בראדט) א קינד, זיין גבורה איז אז ער פארקויפט נישט קען לאקשן אפילו ווען ער קען ווען... וד"ל

 

הכלל האטסעך די אסיפה געסטארטעד מיט זיין אינטעדאקשן צו די יונגעלייט דארט (אן ערך פון 40 יונגעלייט דארט געוועהן, נאך א מזל מ'האט איינגעשריבן 100 ווען נישט קומט 10.....), זאגט ער אזוי, איך בין דא צו מאכן געלט, נאכאמאל יא איך וויל מאכן געלט! איך טוה דאס פאר א שיינע פאר יאר און איך וויל און האף עס אנצוהאלטן, און דערפאר פארשטייט עטס אליין אז איך קען ענק נישט אויסשפילן ווייל עס וועט אפעקטירן מיין רעפיטעישאן, וואס איך זאג צו וועל איך מיר דערצו האלטן פשוט ווייל איך בין דא פאר ביזנעס און דאס איז מיין פרנסה מיין לעיבן...

מ'האט אדרעסירט דארט אלע שאלות וואס מ'האט געהאט ובראשם די מוסד שאלה, מען האט דארט אויפן פלאץ צוזאמגעטעלט א קאמיטע פון עקזעסטירנדע קויפערס וואס וועלן זיין בראש פון די מוסדות מיט די פולן באגלייטונג פון די צענטראלע סאטמארע מוסדות אין וויליאמסבורג (82), געלט איז ב"ה קיין אישו בכלל נישט, סינז דער בילדער גיט אראפ פון יעדן הויז 20 אלפים אריין אין די נייע מוסדות אסקראו אקאונט גרייט צו ניצן וועט מען נאר דארפן (וואס איז לכאורה נאר נוטיג פאר קויפן בנינים וכו' ווייל די עקספענסעס דארט איז א טויזענטסטעל פון וואס מ'רעדט דא ביי אונז, למשל רעדט פאר א בנין אנצוהייבן וועט מסתם זיין אין די רענדזש פון 1500 -2500 א חודש, א שיבוש ממש), מ'גייט גאר בקרוב הייערן א ערפארענעם אדמיניסטראטאר (איינע פון די בייערס) וואס זאל שוין ממש אנהייבן צו טוהן וואס ס'פעלטסעך אויס און נושא בעול זיין מיט די מוסד צוזאמען מיט די הנהלה פון די צענטראלע סאטמארע מוסדות

 

מען האט דארט צוזאמגעשטעלט א ליסטע פון אלע קויפערס וועלכע עידשעס קינדער זיי האבן, ווי עס זעהט אויס וועט נישט זיין קיין פראבלעים צו עפענען אלע קלאסן פוון אונטן ארויף פאר יונגלעך און מיידלעך תיכף ביים אנהייב

 

א ביהמ"ד איז צוגעשטעלט אין די דעוועלאפמענט א שיינע סייז מיט א מקוה, חוץ וואס הרבני הנגיד הרה"ח ר' מרדכי פארהאנד הי"ו פלאנט צו בויען א פראכטפולע ריזיגן סאטמארן ביהמ"ד אין געיגנט פאר אלע דעוואלעפמענטס צונאזאם, דירות איז דאך שוין באקאנט פאר יעדעם, הערליכע ריזיגע דירות פאר ווייניגער ווי העלפט פער סק. פיס פון מאנרא – מאנסי, נו וואס נאך פעילט? אה מענטשן ... דאס איז אויך שוין דא, כמוז ענק זאגן אז איך בין געשטאנען דארט מיט אפענע מויל, די סמעטענע פון וויליאמסבורג פרומע ערענסטע אידן, קינדער געבענטשטע פאמיליעס, נישט סתם גערעדט באבע מעשיות נאר אויך שוין געסיינט קאנטראקט און אראפגעלייגט 40 אלפים דעפאזיט, לויט ווי איך פארשטיי איז די ערשטע פראדזשעקט שוין האלב פארקויפט (און יעדער שלעפט מיט א טעננענט) אבער מ'בלייבט נישט דא שטיין, מרעדט פון נאך 125 הייזער (א חלק גרעסער אביסל, און א חלק גרעסער אביסל) צוטיילט און נאך פראדזשעקטס וואס שטייט צו פארקויפן דייקא פאר סאטמאר אינעם זעלבן געיגנט איינמאל די ערשטע איז אויספארקויפט, און מ'ארבעט אריינצולאקן נאך, עס הייבט אן ווערן א פאקט

דער עולם איז אוועק זייער אפטעמיסטיק, און יא, עס איז דארט אויפן פלאץ צוגעקומען א מספר קאנטראקטן פון יונגעלייט וואס זענען געווען אומבאשלאסן ביז נעכטן

 

 
בילדער וועל איך באלד פראבירן ארויפצולאדענען, זינט עס דארף ווערן ריסיט און וועריפייד מיט די באטרעפנדע אז זענען גרייט להראות


טאמער וועל איך מיר דערמאנען נאך איינצעהייטן וועל איך בעז"ה ארויפלייגן

אוועטאר
גוגל
שר האלף
תגובות: 1868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 19, 2012 2:35 pm
לאקאציע: אויף אייוועלט

תגובהדורך גוגל » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 7:43 pm

שיין באשריבען

אני מאמין
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

תגובהדורך אני מאמין » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 7:55 pm

זייער שיין אראפגעלייגט.

מי יתן והי'!!!

כ'טראכט שוין פון מיינע הארץ עסענישן פינף יאר ארום פארוואס איך בין נישט געווען פון די וואס האבן אריינגעכאפט די ביליגע פרייז...
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 8:06 pm

אייער באריכט איז קריסטאל קלאר. שכוח!

abr
שר מאה
תגובות: 215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 22, 2013 8:25 pm

תגובהדורך abr » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 8:41 pm

הרב גרין
די ביסט גיטע נייעס
איך זאג דיר זייער קלאר ביז נישט בארעכטיגט צו לייגען פיקטשערס פון מיר .

אוועטאר
כאפצעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6907
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 8:57 pm

מ'קען אפווישן די פנים'ער.
Fine Tuned Machine

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:04 pm

א הערצליכן דאנק פאר די באריכט.



דאס מיינט אז מען עפענט מוסדות און סאטמאר-82 גייט עס באגלייטן (נישט אז סאטמאר זענען די עפענערס), ריכטיג?
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:10 pm

א גרויסן דאנק פארן מיטטיילן.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:10 pm

abr אפשר ביזטו מסביר פארוואס עס זאל דיר אנגיין אז די בילד פון דיר ביי די אסיפה זאל דיר אנגיין? איך בין כמעט ברור אז דו ביזט היינט געשטאנען בראש פון די קופקע וואס האבן דיר אריין געגלאצט אין די אויגען מיט אפענע מיילער, און מסביר געווען מיט שפייעכטס וואס האט עטליכע מאל געלאנדעט אויף מיר... וואס נעכטן איז פארגעקומען ביי די אסיפה בלא בלא בלא און פארוואס נאר לעיקוואד גייט זיך אויסארבייטען און דזערסי סיטי איז ניטאמאל ווערט א דיבעט ווייל בראד האט דיר נעכטען מסביר געוווען וכו'
גענוי וויאזוי א יונגערמאן ביינאונז אין כולל היינט... קען גאר זיין אז דו ביסט טאקע דער יונגערמאן אולי,


סוי קיין סוד איז עס נישט דו גייסט דאך ארום פלאפלען פאר וועם דו קענסט נאר, פארוואס זאלסטו נישט מסכים זיין אויפן בילד?

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:13 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:א הערצליכן דאנק פאר די באריכט.



דאס מיינט אז מען עפענט מוסדות און סאטמאר-82 גייט עס באגלייטן (נישט אז סאטמאר זענען די עפענערס), ריכטיג?


גארנישט אנדערש ווי ב"פ, מאנסי, ק"י וכו' די איין חילוק אז דא וועט מען בעז"ה נישט דארפן קיין געלט הילף, נאר עספערטיז

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:17 pm

אין מאנסי, ק"י, ב"פ האט קהל/מוסדות אוועקגעשטעלט די קאמיטע, דא איז עס דעוועלאפערס/בראוקערס
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:18 pm

אט האט איר אפאר בילדער פון דעם מיטינג.

פארמעקט די בילדער- ההנהלה

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:21 pm

נישט אז עס מאכט א גרויסע נפקא מינה, אבער פון די בילדער זעהט אויס ווי די נאמבער פון באטייליגטע איז היפש נענטער צו צוואנציג ווי צו פערציג.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11666
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:32 pm

די אידן זענען מסכים צו זיין פארשפרייט אזוי?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:32 pm

דאס האט דער בראקער גע'אימעילט פאר זיין גאנצע אימעיל ליסט, און עס איז אפיציעל פאבליק.
לעצט פאראכטן דורך לאמפ אום דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:35 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:34 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:אין מאנסי, ק"י, ב"פ האט קהל/מוסדות אוועקגעשטעלט די קאמיטע, דא איז עס דעוועלאפערס/בראוקערס

נישט ריכטיג איבעראל איז עס געווען דארטיגע יונגעלייט וואס האבן געוואלט שיקען אין סאטמער ארגעניזירט די מוסדות, פארשטייט זיך אז נאכדעם איז עס געווארן א קהל\מוסדות, גאנץ לעצטענס אין ב''פ יוכיחו וואס די הנהלת הקהילה אפגעווארפן די פלאן אוועק צו שטעלן מוסדות ביז יונגעלייט האבן עס מסדר געווען נגד הנהלת הקהילה מיט הצלחה,

דא גייען עס די דעוועלאפרס/בראקערס נישט מסדר זיין זיי זענען נאר מסביר ווי נאריש עס איז צו זיין באזארגט אויף דעם, ווי אויך העלפען זיי ארויס מסדר צו זיין א וועד ההורים עסקנים ולאס זאלן זעהן אז עס זאל זיין מסודר,

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:37 pm

א דאנק פארן אויסקלארן.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:40 pm

דאס איז גאנץ אנפאנג, שפעטער האביך מיר שוין געשעימט צו כאפן, געווען צופיל מענטשן

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:42 pm

לאמפ האט געשריבן:נישט אז עס מאכט א גרויסע נפקא מינה, אבער פון די בילדער זעהט אויס ווי די נאמבער פון באטייליגטע איז היפש נענטער צו צוואנציג ווי צו פערציג.

די יונגערמאן ביי אונז אין כולל האט אויך געוויזען די בילדער, און אויף די פראגע פון די מספר זאגט ער אז דאס האט מען אפגעכאפט גאנץ אנפאנג פון די אסיפה ווען א גרויס עולם איז נאכנישט דארט געווען, שפעטער איז געווען אזא ציבור וואס די קיטשען בענקליך איז אויך נישט געניג געווען און אפי' נאכן אריינברענגען די פארטש בענקליך האט נאך א חלק עולם געדארפט שטיין,
און בילדער האט מען שוין נישט געקענט כאפן ווייל נאך די ערשטע רונדע בליצן האט א חלק עולם געבעטן מער נישט צו בליצן עס מאכט זיי נערוועז,( עס איז געווען א שיין חלק פרומע חברה...)

גרין האקט ב' נביאים בסגנון אחד... זעהט אויס אז עס איז אמת!

אוועטאר
מיסטעריעז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:46 pm

לטב עביד האט געשריבן:
לאמפ האט געשריבן:נישט אז עס מאכט א גרויסע נפקא מינה, אבער פון די בילדער זעהט אויס ווי די נאמבער פון באטייליגטע איז היפש נענטער צו צוואנציג ווי צו פערציג.

די יונגערמאן ביי אונז אין כולל האט אויך געוויזען די בילדער, און אויף די פראגע פון די מספר זאגט ער אז דאס האט מען אפגעכאפט גאנץ אנפאנג פון די אסיפה ווען א גרויס עולם איז נאכנישט דארט געווען, שפעטער איז געווען אזא ציבור וואס די קיטשען בענקליך איז אויך נישט געניג געווען און אפי' נאכן אריינברענגען די פארטש בענקליך האט נאך א חלק עולם געדארפט שטיין,
און בילדער האט מען שוין נישט געקענט כאפן ווייל נאך די ערשטע רונדע בליצן האט א חלק עולם געבעטן מער נישט צו בליצן עס מאכט זיי נערוועז,( עס איז געווען א שיין חלק פרומע חברה...)

אינטערעסאנט וואס דו זאגסט.

וויפיל בענקליך איז דא אין א - גרויסע - דיינינג רום, און וויפיל אין קאך? וויפיל איז דא אויפן פארטש? און וויפיל איז עס צוזאמען? נאכדעם האט מען נאך געמוזט שטיין?? :lol:

דער פיקטשער מאכער זאגט אז ער האט זיך געשעמט ווייל עס זענען געווען צופיל מענטשן, און איר זאגט אז היות מען האט געמאכט אין אנפאנג מיט פלעשעס האט מען נאכדעם געבעטן נישט צו מאכן נאך.
לאמפ האט געשריבן:נישט אז עס מאכט א גרויסע נפקא מינה,
וואו איז דָוִי?

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 9:51 pm

אויפן בילד האב איך אפגעציילט 20 דיינונג רום בענקליך, פלאס קיטשען פארטש מאכט סענס נאך א 10

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 10:11 pm

זאג נאר, דו ביסט דארט געוועהן? איך יא, דארט איז געוועהן אנגעגרייט אריגינאל זיץ פלאץ פאר 30 און מ'האט צוגעברענגט נאך טשערס, האסטו געוואלט אז איך זאל בלייבן ציילן......?

------

די פאקט אז 82 ארבעט צונאזאם מיט די עסקנים - קויפערס אויף די מוסדות איז לדעתי א גרויסע דערגרייכונג און א שטיפ פאראויס

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 10:32 pm

רב גרין, לויט ווי איך פארשטיי איז די ערשטע סאטמארער פאזע וואס גייט יעצט געבויעט ווערן און דער צווייטע פאזע וואס מען גייט בויען נאך וואס די ערשטע איז פיל, אפגעריקט מיט בערך א מייל. איר קענט דאס באשטעטיגן?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1126
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 10:36 pm

אז איך פרעג שוין, לאמיר פרעגן נאך א שאלה.

נאך וואס ביידע פאזע'ס זענען אויספארקויפט, האט נאך לעיקוואד א פיוטשער? אדער די איבריגע אידן וועלכע האבן נישט געקויפט ביי די צוויי פראיעקטן וועלן ווידער ברויכן זיכן אנדערע שטעט ווי צו גיין?

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1509
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » דאנארשטאג מארטש 12, 2015 11:57 pm

על ראשון ראשון

די צווייטע פאזע איז לעס דען 500 יארד עוועי פון די פירסט

מ'רעדט פון נאך עטליסט 3 פראדזשעקטס וואס איז שוין געלאקט פאר סאטמאר און מ'ארבעט אויף נאך, שטחים איז דא איבער גענוג, דייקא אין די מייל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט