סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

yes yes
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 1:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yes yes »

רצון טוב האט געשריבן:
yes yes האט געשריבן:איך בין א סאטמערע אינגערמאן וואס וואינט יעצט אויסלאנד אין איך טראכט צי מופען קיין לעיקוואד מיט וועמען קען מען רעדן אויב וויל מען גיין זעהן די דירות
אין האט סאטמאר איינער וואס העלפט ארויס מיט job's


קלינג זיי אהן

וועמען?
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

yes yes האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
yes yes האט געשריבן:איך בין א סאטמערע אינגערמאן וואס וואינט יעצט אויסלאנד אין איך טראכט צי מופען קיין לעיקוואד מיט וועמען קען מען רעדן אויב וויל מען גיין זעהן די דירות
אין האט סאטמאר איינער וואס העלפט ארויס מיט job's


קלינג זיי אהן

וועמען?

917-217-5856
הויכע פייפער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 1:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויכע פייפער »

הערליך האט געשריבן:ריווערוואד קענסטראקשן אין פולן טעמפא

קען איינער ברעגען די plans פון ריווערוואד?
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

זיי גיבן עס נישט ארויס, זיי ווייזן עס נאר פאר גאר אינטרעסירטע
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ערשטהאַנטיגע אינפאָרמאציע, איבער אַ היסטאָרישע טראַנספאָרמאַציע:

*טויזנטער אין וויליאַמסבורג דערוואַרט צו איינמאָליגער "אַלעס אַרום לעיקוואָוד" פאַרזאַמלונג דעם זונטאָג פ' בא אין די זאַלן פון "ויואל משה"*

*צום ערשטן מאָל: טויזנטער וויליאמסבורגער איינוואוינער וועלן באַקומען דעם "פולן בילד" און לעבעדיגע באַריכטן איבער דער וואונדערליכער אויפבליה פון לעיקוואָוד אַלס שפּרודלדיגער עיר החסידות!*

משפּחה ומשפּחה: זאַלן צוגעגרייט באַזונדער פאַר מענער און פרויען צו קענען הערן און געוואויר ווערן

קוואַל פון ערשטהאַנטיגע, קראַנטע אינפאָרמאַציע איבער: לעיקוואָוד בכלליות; די חסידישע לעיקוואָוד; די פּראָיעקטן; די הייזער; די מעגליכקייטן פאַר וואוקס; די פּלענער אויף ווייטער; מאָרגעדזשעס; שטייערן; קאָנטראַקט און קלאָוזינג פּראָצעדורן און -- אַלעס אַרום לעיקוואוד!

ברוקלין. — טויזנטער וויליאמסבורגער איינוואוינער גרייטן זיך אצינד, מיט באַגייסטערטע געפילן, מיטצוהאלטן דעם קומענדיגן זונטאג פ' בא, מיטצוהאלטן אן איינמאליגע און היסטארישע געלעגנהייט, צו הערן, איינמאל פאר אלעמאל, "אַלעס אַרום לעיקוואוד" — די אומגלויבליכע טראַנספאָרמאַציע וואָס שפּילט זיך אָפּ אין די יעצטיגע טעג, און עס גייט פאָראויס אויף אַן אומגלויבליכן פאַרנעם.

משפּחה ומשפּחה, מענער און פרויען, וועלן צוזאַמען זיך צונויפקומען, אַוועקגעבן די עטליכע שעה מיט קאָנצעטראַציע, מיט'ן פולן אינטערעס, צו הערן און געוואויר ווערן אַלעס וואָס טוט זיך אַרום דעם חסידישן לעיקוואָוד, באַגלייט פון ערשטהאַנטיגע באַריכטן, דראמאטישע עדות'שאַפטן, אינטרעסאַנטע קרישעקעלעך, וויכטיגע פּרטים איבער אַלע סאָרט פּראָצעדורן -- הקיצור: "אַלעס אַרום לעיקוואוד"…

*די אומגלויבליכע רעוואָלוציע: אַ חסידישע ניי-לעיקוואוד!*

"לעיקוואוד", בעסער געזאָגט "ניי לעיקוואוד" — וואָס געפינט זיך אָפּגערוקט אַ צען מינוט פאָרן פון צענטראַל אַלט-לעיקוואוד, און די צוויי האָבן כמעט ווי נישט קיין שייכות — איז אַן אומגלויבליכער מציאות, ממש אַ רעוואָלוציע וואס דארט שפּילט זיך אפּ, אין בוכשטעבליכן זינען פון ווארט!

ניי-לעיקוואוד איז היינט ממש א חסידישע שטאָט, מיט "טויזנטער" חסידישע משפּחות, וועלכע האבן אין די לעצטערע 5-10 יאָר זיך אַהין אַרויסגעצויגן, שאַפנדיג אַ נייעם מציאות, פון אַ הערליכע, געשמאַקע, רחבות'דיגע פּלאץ, וואו חסידישע משפּחות פון ברוקלין קענען זיך איינקוואַרטירן צו וואוינען מיט הרחבת הדעת.

גאַנצע דעוועלאפּמענטס זענען געבויעט געווארן פאַר ערליכע חסידישע קהלות, מיט מקוואות, בתי מדרשים, מוסדות, און ממש יעדן יאָר קומען צו פרישע הונדערטער ערליכע, איידעלע און פרומע חסידישע משפּחות בלי גוזמא!

זיי געניסן פון ריזיגע געשעפטן, צוגעהערן, אידישע מאָללס, מיט יעדע סאָרט זאַך וואס א מענטש קען געברויכן "ממש צו דער האַנט", אין וואָלקינג-דיסטאַנץ, אַ פולקאָמע אידישע שטאָט!

יעצט ממש, בשעת מיר שרייבן די שורות, בויען זיך אין לעיקוואוד מאַסיווע, מעכטיגע דעוועלאָפּמענטס, פרישע פּראיעקטן, פאַר נאָך פילע קהלות און הונדערטער הונדערטער הייזער, אָן קיין שום גוזמא, ווערן צוגעגרייט ביז אַ יאָר פאַר נאָך מאַסן חסידישע משפּחות!

ווען אַ ברוקלינער פאָרט היינט אַהין און באַגעגענט זיך מיט'ן מציאות פאַר די אויגן, בלייבט ער שטוינען פאַר התפּעלות! ס'לאזט זיך נישט גלייבן די אויגן! מ'וואוינט פאַרקוועטשט אין ברוקלין, און מ'ווייסט גארנישט אַז אין לעיקוואוד איז אַזוי אומבאַמערקט "אַרויסגעוואַקסן" אַ פולקאָמע חסידישע שטאָט מיט אַלע קלאפּערגעצייג און צוגעהערן!

*די דאָפּעלטע רעוואָלוציע: סאטמאר אין ניי-לעיקוואָוד!*

דער "מכה בפּטיש" פאר ניי-לעיקוואוד איז געקומען מיט דעם וואונדערליכן מציאות פון "סאטמאר אין ניי-לעיקוואוד"!

די היינט-שוין-באַרימטע "ראַקוועל דעוועלאָפּמענט", וואס איז געבויעט געווארן דירעקט פאַר סאטמארער משפּחות, האָט זיך אויסגעאַרבעט מיט אַן אומגלויבליכע הצלחה, וואס האָט אַלעמען שאָקירט.

פשוטו כמשמעו האט קיינער נישט גע'חלומ'ט, כאטש מ'האט געוויס געהאָפט פאַר'ן בעסטן, אז דאס וועט האָבן "אַזאַ" סוקסעס, "אַזוי" שנעל!

דער ערהאַבענער צונויפשטעל פון משפּחות, חשוב'ע, איידעלע, וואוילע, טייערע פאַמיליעס, פון די שענסטע סלתה ושמנה משפּחות, ערליכע איידעלע יונגעלייט וואָס פירן וואוילע חשוב'ע שטיבער, פון שענסטן און בעסטן, איז עפּעס ממש צום באַוואונדערן — און דאס איז אַ דבר ידוע!

און דער הויפּט חידוש? יעדער איז אויסנאַם צופרידן! די סאַמע בעסטע רעקלאַמע פון סאַטמאַר-לעיקוואָוד זענען, ווי באקאנט, די איינוואוינער גופא, וועלכע זענען אַלע ווי איינער גליקליך און צופרידן, זיי זענען אלע פּאזיטיוו, פול מיט מאָטיוואַציע, יעדער שפּירט זיך אַ חלק, יעדער העלפט צו פאַר'ן אויפבליה, ממש וואונדערבאַר!

ס'איז באקאנט, אז דער סאטמארער רבי שליט"א פּערזענליך — וואס איז אליין אראפּגעפארן אַהין, פאָריגן חודש אלול, און ממש פאַרגאַפט געוואָרן פון זען מיט די אייגענע אויגן דאס מציאות — שטיפּט גאָר שטאַרק אברכים וואס קומען אַריין זיך שואל עצה זיין, און דער רבי שליט"א ראָט זיי מיט אַ פולן מויל צו גיין קיין לעיקוואָוד, וואָס איז פאַר זיי "די בעסטע בגשמיות וברוחניות"!

די קינדערלעך גייען אין די אייגענע "סאטמארער מוסדות", וואָס פונקציאנירן הונדערט פּראָצענטיג מיט אַן אויסנאַמליכע הצלחה צום צופרידנהייט פון די עלטערן; די טאַטעס דאַווענען אינעם אייגענעם סאטמארער ביהמ"ד, וואַרטנדיג ממש אויף די נאָענטע חדשים ווען ס'ווערט פאַרטיג דער פּראַכטפולער "גולת הכותרת" פונעם פּראיעקט, דער מלכות'דיגער ביהמ"ד הגדול, מקוה, חדרי תורה ותפלה, חדר הוראה, אוצר הספרים, אא"וו!

און מ'האַלט שוין, זאָגאַר, ביים צווייטן פּראיעקט! האַרט בשכינות פון ראַקוועל בויעט זיך די מאַיעסעטישע "ריווער וואָוד", פאַר נאָך העכער צוויי-צענדליג סאטמארער משפּחות, וואס האָבן אויסגעקליבן די גאָר רייכע און זעלטן מלכות'דיגע הייזער, וואָס בלויז צו קוקן אויף די "פּלענס" זעט עס אויס ווי אַ חלום, און אין רעאַליטעט וועט עס זיין מלכות שבמלכות בעז"ה.

"גייט מען בויען נאָך פאַר סאטמאר?"… איז אַ פראגע וואָס מ'הערט אָפט איבער לעיקוואוד, און דער תירוץ איז אַ ברייטער און הילכיגער "יאָ"! אָבער פאַר די אינפארמאציע און פּרטים, וועט איר דאַרפן הערן ביים "אלעס אַרום לעיקוואוד" סעמינאַר קומענדיגן זונטאָג בא...

באַקענט די רעוואָלוציע: זונטאָג בא אין "ויואל משה"!

ווען אזא רעוואָלוציע שפּילט זיך אפּ, איז נאטירליך אז ס'דא אַ געוואַלד מיט פראַגן. יעדער וויל הערן! יעדער וויל פאַרשטיין! יעדער וויל וויסן!

אלעס איז פאראינטרעסירט, סיי מענטשן וואס האבן דארט משפּחה, און סיי אזויפיל הונדערטער, צי אפילו טויזנטער, משפּחות, וואָס "האָבן די אפּציעס" פון זיך אוועקציען פון וויליאמסבורג אויפ'ן טיש, ווייל זיי ווייסן און פארשטייען קלאָר אַז דאָ איז אוממעגליך צו טראַכטן אפילו פון קויפן, און זיי מוזן זיך פאָרזען אַן עתיד, פאר זיך און די קינדער.

די באַרימטע "אימפּעריעל" פירמע, וואָס האט אויף איר רעזומעי די סוקסעספולע פאַרקויף פון פילע הונדערטער הייזער אין ניי-לעיקוואָוד, און איז די פירנדע אַגענטור אין ברענגען נייע פּראָיעקטן פאַר'ן חסידישן ציבור, איז אין שפּיץ פון דער סעמינאַר-אָרגאַניזאציע, וואס וועט זיין העכסט פּראפעסיאָנאַל, קורץ, שאַרף, זאַכליך -- בלויז "אינפאָרמאַציע"!

פון מאָרגעדזשעס צו שטייערן, פון אַ בליק "וואָס מיינט וואוינען אין לעיקוואָוד" צו ווייטערדיגע פּלענער, "אלעס וועט זיין אויפ'ן טיש", לטובת הציבור. יעדער זאל ווערן קלאָר, וויסן פּינקטליך און גענוי, וואָס איז לעיקוואָוד, וואָס שטעלט מען דאָרט צו, וויאזוי קומט מען דערצו צו, און הויפּטזעכליך, וואָס זענען די פּלענער אויפ'ן עתיד.

כלליות'דיג וועט מען אַלעס אויסשמועסן, לייכט און געשמאַק, און פּרטיות'דיג וועט מען שטיין גרייט פאַר יעדן פּערזענליך, צו נעמען פראַגן, אויסהערן, ענטפערן, אָנווייזן, אויסקלאָרן, מיט אַ סבר פּנים און מיט געדולד, צו מאַכן זיכער, אַז יעדער אן אויסנאם גייט אהיים אָנגעלאָדענט מיט די מערסטע ווערדפולע אינפארמאציע וואָס וועט פּערזענליך צוניץ קומען אינעם צוקונפט, אַרום די אויפבליה פון לעיקוואָוד — די צוקונפט פאַר חסידישע משפּחות!

*דעם זונטאָג פ' בא — וויליאַמסבורג שטראָמט מאַסנווייז — ויואל משה!*
אטעטשמענטס
49472622-0D25-4EA8-89AC-2F439A07A43D.jpeg
49472622-0D25-4EA8-89AC-2F439A07A43D.jpeg (200.44 KiB) געזען 3751 מאל
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

152DB976-45EC-462C-ADC7-194311C9FAB9.jpeg
152DB976-45EC-462C-ADC7-194311C9FAB9.jpeg (720.68 KiB) געזען 3511 מאל
אוועטאר
iyou
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 7:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך iyou »

ווייסט איינער א אדרעס פון די דעוועלאפמענט פאר'ן סאטמאר'ן עולם .?
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

56 Cross St, Lakewood NJ 08701
אוועטאר
iyou
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 19, 2014 7:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך iyou »

יישר כח!
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

?any ivelt correspondent tonight in v'yoel mosha
העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העניך »

עפעס נייעס פון נעכטען?
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

העניך האט געשריבן:עפעס נייעס פון נעכטען?
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:?any ivelt correspondent tonight in v'yoel mosha
אט אזוי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:עפעס נייעס פון נעכטען?

..ch'zah shoin.. no lakewood fans on ivelt, remember by JC event we had constant updates.. shoin.. iz nisht
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29179
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

אודאי איז דא לעיקוואד פענס דא, עס איז אפילו דא אידן וואס וואוינען דארט, קען זיין אז אלע פענס האבן שוין געמאפט און וועגן דעם נישט געווען אין ויואל משה.
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:?any ivelt correspondent tonight in v'yoel mosha
אט אזוי האט געשריבן:
העניך האט געשריבן:עפעס נייעס פון נעכטען?

..ch'zah shoin.. no lakewood fans on ivelt, remember by JC event we had constant updates.. shoin.. iz nisht[/quote]
דער עולם איז נאך ספיעטשלעס... געב עס אביסל צייט אז זיי זאלן צי זיך קימען צי זיך :wink:
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

ב"ה עס איז געווען מעכטיגע סוקסעס.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

הצדיק האט געשריבן:ב"ה עס איז געווען מעכטיגע סוקסעס.

דאס האב איך שוין געזען אויף די ארטיקל פון פאר די מסיבה..

איז געווען א עולם, וואס איז געווען די הויך פונקט פונעם נאכט, האבן לעיקוואדע איינוואוינער זיך אויך באטייליגט איבער צו געבן א גריס? נו זאג שוין..
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

מיין באַשלוס, מיין חלום, און: מיין לעבן אין לעיקוואוד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

מיין באַשלוס, מיין חלום, און:
מיין לעבן אין לעיקוואוד!
• אָפענער שמועס און ערשטמאָליגע אינטערוויו •
איבער "אַלעס אַרום לעיקוואָוד" מיט האברך היקר
ר' יואל פריינד הי"ו
פון די גליקליכע תושבים אינעם "ראַקוועל" דעוועלאָפּמענט

אויפריכטיג, אויספירליך און אינפאָרמאַטיוו
אריינפיר:
"לעיקוואָוד" — די ריזיגע עיר התורה ו"החסידות" — איז אין די לעצטערע חדשים "אויף דער אַגענדע" ביי יהדות ניו יאָרק און איבערהויפּט צווישן סאַטמאַרער משפּחות אין ברוקלין.
ס'הערן זיך די גריסן, ס'באַווייזן זיך די בילדער, מ'זעט די באַריכטן, יאָ! חסיד'ישקייט אין לעיקוואוד, סאטמאר אין לעיקוואוד, איז אַ מציאות! אַ פּרעכטיגער פאַקט, וואָס ווערט שענער מיט יעדן פאַרבייגייענדן טאָג!
די גריסן זענען אויסנאַמליך, פּאָזיטיוו, ענטוזיאַסטיש — דאס איז אַ דבר ידוע, און דערמיט איז לעיקוואוד אַן אויסנאַם!
"יעדער", פון די "צענדליגער" היימישע, וויליאמסבורגער משפּחות, וואס האבן זיך לעצטנס געצויגן קיין לעיקוואָוד, איז נישט בלויז צופרידן, נישט בלויז מסודר אויף הונדערט פּראָצענט, נאָר מ'שיינט פאַר גליקליכקייט, אינאיינעם מיט די משפּחות. דאָס האַלט נישט ביי זיך, נאָר מ'טיילט עס מיט פאַר יעדן.
אָבער, וואָס טאַקע טוט זיך אין לעיקוואָוד?!…
קיינער קען דאָס נישט אַזוי גוט ענטפערן ווי איינעם וואָס "לעבט דאס אליין מיט", אן איינוואוינער דאָרט אין שטאָט.
אט דערפאַר נעמען מיר אויף א שמועס, איינעם פון די חשוב'ע איינוואוינער, האברך היקר ר' יואל פריינד הי"ו, וועלכער איז געווען פון די סאַמע ערשטע אריינצושפּרינגען און שרייבן קאנטראקט, ווען אלעס איז נאך געווען אַ "חלום", און איצט איז ער אַ חלק פונעם פּרעכטיגן רעאַליטעט…
אַנדערש ווי אַ געווענליכע צייטונגס-אינטערוויו, וואס איז פאָרמעל און אויבערפלעכליך, גיט אונז ר' יואל אַן אויספירליכע, אויפריכטיגע, אמת'דיגע איבערבליק, איבער זיין פּערזענליכע געשיכטע ווי אַ ריכטיגע אפּשאצונג און באריכט איבער דעם גאַנצן מצב אַרום און אַרום, וואָס גיט אונז אַן אמת'ן בליק איבער "וואָס טוט זיך אין לעיקוואָוד".
לייענט און ווערט אינפאָרמירט.






אַ גוטן ר' יואל, און אַדאַנק פאַר'ן געבן די פּאָר מינוט.
די ערשטע פראַגע, נאַטירליך, איז: פאַרוואָס האט איר געמאכט דעם שריט, זיך אוועקגעצויגן פון וויליאמסבורג און זיך געצויגן קיין לעיקוואוד?
אַ איד ענטפערט דאך אלץ מיט אַ שאלה. וויל איך אייך פרעגן: פארוואס נישט?…
ווען איך גיי ווען פון אַ ריזיגע דירה פּלוס אַ רענטאַל בעיסמענט צו אַ קלענערע אַפּאַרטמענט, דעמאָלט פאַרשטיי איך אז עס דאַרף האָבן אַ פּירוש, און אַ פראַגע וואלט געווען באַרעכטיגט.
אָבער דא איז דאך געווען, ווי מ'רופט עס, "די אַנדערע וועג אַרום"… איך בין געגאַנגען פון אַ קלענערע דירה צו אַ הרחבת הדעת, אַ ריזיגע דירה, אין אַ געשמאַקער געגענט, וואָס איז גוט סיי פאר מיר און סיי פאַר מיינע קינדער.
טאָ, וואָס פּונקטליך איז די פראַגע?…

אמת, בעצם ביסטו גערעכט, ס'דארף נישט קיין תירוץ.
אָבער דאָך, כדי אַריינצוברענגען אַנדערע אַביסל צו פאַרשטיין, וואלט יא כדאי געווען צו הערן אַביסעלע "בעקגראַונד".


פאַרוואָס אַרויס פון וויליאַמסבורג?...
כ'וואָלט די פראַגע אַרומגעדרייט אַביסעלע אַנדערש. נאך אלעמען ביסטו דאך געווען אַ וויליאמסבורגער יונגערמאַן, מיט אַ משפּחה מיט קינדער, אזוי ווי פילע אנדערע טויזנטער משפּחות. טאָ, "וואָס האָט געמאַכט דעם מכה בפּטיש", אַז דו זאלסט מאַכן דעם באַשלוס, און פארוואס פּונקט קיין לעיקוואוד.
גוט, לאמיר פּרובירן אַביסל אראפּשטעלן מיין פּערזענליכע געשיכטע.
לאמיר קודם קאטעגאָריזירן די פראַגע, וואָס צעטיילט זיך בעצם אין צוויי: 1. פאַרוואס אַוועק פון וויליאמסבורג? 2. פאַרוואָס פּונקט קיין לעיקוואוד?
איז לאמיר גיין על ראשון ראשון.
פאַרוואָס אַוועק פון וויליאמסבורג? לאמיר אייך זאָגן גאַנץ אין קורצן.
איך האב געוואוינט אין וויליאמסבורג. איך האב ב"ה געהאט א פאַרהעלטניסמעסיגע דירה — אנדערש ווי רוב יונגעלייט, וואָס האָבן דאָס נישט. רובא דרובא מענטשן ציען זיך אוועק ווייל זיי האבן נישט געקענט טרעפן קיין לייטישע דירה, אדער געוואוינט אין אַ פּיצעלע דירה, וואו מ'האט זיך ממש אָפּגעמוטשעט, בעת די רענט רייסט אַרויס די נשמה חודש'ליך.
איך האב ברוך ה' יאָ בעצם געהאט גאַנץ אַ פיינע דירה לויט די וויליאמסבורגער סטאנדארטן… ס'איז געווען א 4 בעדרום אפארטמענט. איך האב געהאט א גרויסע פּאָרטש מיט א בעקיאַרד. אויך די פּרייז איז נישט געווען רויבעריש. כ'האָב געקענט דורכקומען דעם חודש.
בקיצור: איך האב געהאט א גוטע דירה וואס איז באמת אויסנאם; כמעט וואָס ס'נישטא בנמצא אַזאַ דירה בכלל אין וויליאמסבורג, און דערצו פאַר די פּרייז וואס איך האָב געצאָלט.

נו, אנטשולדיגט אז איך האַק איבער… אָבער דו זאָגסט מיר יעצט נקודות פארוואס ס'איז יאָ גוט געווען אין וויליאמסבורג. מיר ווילן דאָך וויסן וואס האט געברענגט די באשלוס זיך אוועקצוציען…
יעצט לאָמיך דיר מסביר זיין: איך בין בכלל נישט געווען אַנטציקט פון אָט דער וויליאמסבורגער "מציאה גדולה"…
די פיר בעדרומס זענען פאַרשטייט זיך נישט געווען עקסטער גרויס… געבויעט וויליאמסבורג-סטייל די קלענסטע וואָס מעגליך… "גרויסערהייט" איז עס געווען ווי גרויס מיינסטו די גאַנצע דירה? טויזנט-עלף הונדערט סקווער פיס, לאמיר אפילו זאָגן צוועלף הונדערט סקווער-פיס -- אָבער דאס איז עס!
יעצט, פאר א אידישע משפּחה, איז דאס מצומצם! א אידישע מאַמע דאַרף רחבות, אידישע קינדער דאַרפן הרחבה, און דעם טאַטן קומט זיך אויך אַביסל רואיגקייט… די קינדער דארפן קענען שפּילן, האבן וואו צו האַלטן זאַכן, און אַזוי ווייטער.
ווייטער, דער געגענט איז מיר נישט געפאָלן. אפילו ווינטער. אַ גוי'אישער געגענט, זיי דרייען זיך איבעראל. און אפּגערעדט זומער, מ'ווייסט דאך ליידער ווי ס'קוקט אויס. ס'ווערט ערגער און ערגער. מיר האָבן באַקומען די יאָפּיס פאַר אונזערע שכנים, און אַז ס'קומט זומער ציטערן טאַטע-מאַמע פאַר די ריינע אויגעלעך פון די קינדערלעך.
על כל פּנים, איך האב אלעמאל געוואלט און גע'חלומ'ט זיך אַרויסצוציען אין א גרעסער הויז, אין א שענער הויז, צו זיין אביסל ברייטער, צו לעבן נישט ממש נאר מיט וואס מען "מוז" האבן צום אָטעמען... עס זאל זיין אביסל מער באקוועם, מען זאל האבן יאַרדס, זען גראָז, מען זאל האבן וואו זיך צו דרייען וואו זיך צו שפילן.
אין וויליאַמסבורג, האב איך גוט געוואוסט, גיי איך דאָס נישט קענען האָבן. טאָ, האב איך און מיין ב"ב געוואַרט — און געוויס מתפּלל געווען — אז ס'זאל זיך מאַכן די ריכטיגע פּראיעקט, די ריכטיגע אלטערנאַטיוו זאל אונטערקומען, און מ'זאָל קענען גרייכן אונזער וואונטש.

פאַרוואָס פּונקט לעיקוואוד?...
יעצט, צום צווייטן חלק פון דער פראַגע. ס'דאך דא נאך זאכן אויפ'ן טיש. וואס האט געברענגט דעם באשלוס דווקא לעיקוואוד?
ווען עס איז ארויסגעקומען דער לעיקוואוד פּראָיעקט האט עס מיר זייער געכאפט — נאָך פאַר כ'האב געהערט גענוי אלע פּרטים.
פאַרוואָס? ווייל פון איין זייט איז עס נישט קיין דערפל; עס איז נישט אזוי ווי מאנראו\אָפּסטעיט. איך קום בעצם פון דארט, איך בין אויפגעוואַקסן אין קרית יואל. אָבער איך האב זייער נישט ליב געהאט דעם דערפל סטייל. איך האב מער ליב צו זיין אין אַ שטאָט, אויסגעמישט מיט אַ קאָלירפולן ציבור.
לעיקוואוד איז א פערפעקטער געמיש (מיקס). עס איז פון איין זייט ארויס פון דער שטאט - אַן עקסטערע דעוועלאָפּמענט, אבער פון דער אַנדערער זייט איז עס נישט איזאלירט; עס איז נאך אלץ א שטאט!
עס האט ביידע אינאיינעם! מ'איז סיי אינדרויסן פון שטאט, און סיי אין א שטאט. ביידע מעלות!
ס'איז פּונקט גענוג אפּגעטיילט פאר דיין פּריוואטקייט, רחבות און מנוחה, אָבער גלייכצייטיג ביסטו טייל פון אַ גרויסער שטאָט וואס אלעס אויף דער וועלט וואס דו ברויכסט, און וואָס דו טראכסט נאר אז דו ברויכסט, איז דארט דא צו באקומען.
איז קודם דער "כלליות", דער קאָנצעפּט דערפון, איז מיר זייער געפאָלן, און כ'האב תיכף געוואָרפן אַן אויג דערויף. מיין פרוי שתחי' האָט אויך געהאט דעם זעלבן בליק.
דערנאך האָבן מיר זיך אומגעקוקט אויף די פּלענס. וואָס פּינקטליך בויעט מען. מיר האָבן באַלד דערשמעקט "רחבות", יאָ די רחבות אויף וואס מיר קוקן שוין אַזוי לאַנג ארויס... מיר האָבן פאַרשטענדליך אויך געוואָלט זען דעם "מי ומי ההולכים", הערן מער איבער מוסדות, וואָס איז זייער וויכטיג, אא"וו.
ווען אלעס האָט זיך אַרויסגעשטעלט העכסט צופרידנשטעלנד, אלעס האָט אונז געפאָלן, האָבן מיר באשלאסן, אז יאָ, דאס איז עס! מיר גייען קיין לעיקוואָוד!
דעמאָלט האט מען נאך קוים געהאלטן אין די פריע פאַזעס, מ'האט נאך נישט געזען קיין סטרוקטור פאַר די אויגן, אָבער אינדערהיים איז באלד געווארן אַ גרויסע שמחה… די קינדער האָבן אויפגעלעבט; מ'גייט האָבן "אַ גרויסע אייגענע הויז"...


מ'ציעט זיך אַרויס אין א מזל'דיגע שעה!

יעצט, איבערשפּרינגענדיג די תקופה פון וואַרטן אַז די דירות זאלן פאַרטיג ווערן, לאָמיר גיין דירעקט צו דעם סדר הדברים.
וויאזוי איז געווען דער "מאָווינג פּראַסעס", דער פראצעדור פון זיך פאַקטיש אַרויסציען פון וויליאמסבורג קיין לעיקוואוד?
ברוך השם אז עס איז געווען זייער פיין, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז נישט געווען קיין איבריגע עגמת נפש, זאכן זענען געפארן זייער געשמירט.
אַ רוטינער געמופעכץ… מ'פּאַקט פּעקלעך, זעק און פּעק, האָב און גוטס, און מ'וואַרט אַז די מאָווינג קאמפּאני זאל קומען אלעס נעמען צו דער נייער דירה...

איך פאַרשטיי, אָבער כ'מיין דאך נישט דעם עצם מופן. כ'רעד פון דאָס זיך איינגעוויינען צום נייעם לעבן. ס'דאָך למעשה נישט ווי מ'מופט פון מוירטל צו ווילאַבי…
ס'איז אַ נייע שטאט, א נייע סאָרט לעבן. וויאזוי איז דאס צוגעגאנגען, און וויאזוי האט די משפּחה זיך איינגעגלידערט דאָרט?
לאָזט מיר אייך מסביר זיין. ס'איז אַ גרויסער חילוק דאָס זיך אַריבערציען צו אַ "נייער" פריש-געבויעטער געגענט, אין קעגנזאץ צו אַן אַלטער געגענט, אפילו ווען די דירה אַליין איז ניי.
לאמיר געבן אַ משל: אַ משפּחה מופט אַרויס אויף מאנסי אדער אויף מאנראו, געגנטער וועלכע עקזיסטירן שוין יארן לאנג. פון איין זייט האסטו א מעלה, אז דו גייסט אריין אין א געגנט וואס עקזיסטירט שוין לאנג, ווייל מען שפירט אז מען גייט מער אין א מסודר'דיגע פלאץ.
פון דער אנדערער זייט, אבער, גייסטו אין א פלאץ וואו עס וואוינען שוין דארטן מענטשן יארן לאנג, און דו שפירסט ווי דו שפאצירסט אריין אין יענעמ'ס רשות (דאמעין), עס איז יענעמ'ס שטאט... יענער שפירט זיך בעל הבית, דו שפירסט דיך ווי דער ניי-געקומענער, עס איז שווער זיך איינצוגלידערן, עס איז שווער פאר'ן מענטש, עס איז שווער פאר דער פרוי, און עס איז שווער פאר די קינדער.
אַ נייע משפּחה קומט אין אַ גרויסע לאַנג-פונקציאָנירדע שטאָט, מ'ווייסט נישט גאָרנישט, מ'מוטשעט זיך, און נישטאָ געהעריג וואָס פאַרשטייט דיר אפילו.
אָט דאס איז איינס פון די שטארקע מעלות פון גיין אין א נייער געגנט, ווי דאָ ביי אונז אין לעיקוואָוד, אז דעמאלט שפירסטו אז דו ביסט א חלק פון דער זאך, ווייל יעדער מענטש וועלכער וואוינט דא האט לעצטנס געמופט!
יעדער מענטש גלידערט זיך יעצט איין, מען גלידערט זיך איין צוזאמען, מען מוטשעט זיך צוזאמען, מען העלפט זיך ארויס איינער דעם אנדערן, קיינער איז נישט מער, קיינער איז נישט ווייניגער. יעדער איינער איז אין די זעלבע סיטואַציע, און אינאיינעם בויעט מען אויס דעם כאַראַקטער פונעם פּלאץ.
עס העלפט מורא'דיג אסאך ארויס, סיי פאַר די "מענטל סטעיט אָוו מיינד" און סיי פאַר די "עמאָושנעל סטעיט אָוו מיינד" פונעם מופן צו אַ נייעם וואוין-אָרט. עס איז ממש הימל און ערד!
דאס איינגלידערן זיך גייט צו אזויפיל גרינגער ווען עס איז יעדער צוזאמען. ווען מען מוטשעט זיך צוזאמען, ווען אסאך מענטשן מוטשען זיך אין דער זעלבער זאך איז עס אסאך גרינגער אינאיינעם עס מסדר צו זיין, ווי ווען עס איז יעדער אַ מענטש פאר זיך.


שאַפּינג אויף הייוון...

איינס פון די הויפּט זאַכן וואָס מ'דארף האבן, א היימישע משפּחה, ווען מ'ציעט זיך צו א נייעם וואוין-פּלאץ, אַז מ'זאָל קענען איינקויפן אלע שטוב-געברויכן אויפ'ן פּלאץ.
וויאזוי איז דאס מיט דעם חלק אין ענקער געגענט פון ניי-לעיקוואוד?
אונזער דעוועלאפמענט וואס רופט זיך "ראַקוועל", וואו עס וואוינט דער היימישער סאטמארער עולם, איז ברוך השם האַרט נעבן אַלע גרויסע שאַפּינג געגנטער.
באמת, נאך איידער מ'האָט אָנגעהויבן אַריינגיין געהעריג דא אין דעם פּלאץ, כ'רעד יעצט פון דריי-פיר יאָר צוריק, האט מען שוין דעמאלט פאָרגעזען, אז דער געגנט וועט זיין א גוטער געגנט ווייל דא איז דא פילע געשעפטן און דאָס פּלאץ איז אַזוי אויסגעשטעלט צו אקאמאדירן געשעפטן. איז ממילא האט מען שוין דעמאָלט געוואוסט אַז דאָ וועט זיין א פּאַסיגע פּלאץ.
אבער מ'האט נאך דעמאלט נישט געוואוסט ווי שנעל עס וועט זיך טאַקע פאַרווירקליכן.
פילע שאַפינג סענטערס אַרום, וואו ס'פלעגט זיין גוי'אישע געשעפטן ווערן איבערגעלאָזט פון זייער אלטע אייגענטימער, און אידן נעמען עס צוביסלעך איבער. דאס האט מען שוין פאָרגעזען מיט אפאר יאר צוריק, און יעצט למעשה ב"ה האט זיך עס ארויסגעשטעלט א מציאות. ממש אַרום און אַרום איז געפּאַקט מיט אידישע געשעפטן!

ווען איר רעדט פון "האַרט נעבן", איז עס די שרייבערישע שפּראַך, אָדער ס'איז טאַקע נאָענט?…
גארנישט קיין שרייבעריי דאָ. כ'רעד אלעס פאַקטישע מציאות'ער.
עס זענען דא דריי היימישע כשר'ע גראסעריס, וואס מען קען גיין צופיס (וואלקינג דיסטענס)! דאָס איז 5, 7, 8, מינוט צו גיין צופיס.
די אלע דריי זענען גרויסע ערנסטע גראָסעריס, דאָס הייסט ריזיגע, ריזיגע סופער מאַרקעטס, די ריכטיגע מאָס. יעדער איינס פון זיי איז גרעסער פון סיי וועלכע געווענליכע גראָסערי אין וויליאמסבורג!… זיי האָבן "אלעס", יעדע כשר'ע פּראָדוקט, און אפּעטייזערס מיט טעיקאַוט, אא"וו.

דאָס איז בנוגע גראָסעריס. וואס טוט זיך מיט אנדערע געשעפטן?
"אלעס" איז דאָ! נישט מ'דארף גיין קיין אלט לעיקוואָוד, וואס איז אויך נישט ווייט, נאָר דאָ ביי אונז, אין ניי-שטאָט, איז פול געפּאַקט מיט געשעפטן! ברילן געשעפטן, כלים געשעפטן, אפלייענסעס געשעפטן, הארדוועיר געשעפטן, דאקטוירים, קינדער דאקטוירים, רעסטוראַנטן, מילכיגע און פליישיגע, און אַזוי ווייטער.
ממש ממש "אלעס"! עס איז דא אלעס, און צו אלעם קען מען גיין צופיס.
און עס איז ווייט נישט פאַרטיג... דער געגענט אַרום איז אַ מורא'דיגע שנעל-וואקסנדער געגנט, דא קומען אויף שאפינג סענטערס איינס נאכ'ן צווייטן. די געשעפטן ביזנעס איז ממש אויף הייוון יעצט!
דאָ, למשל, ביי אונזער קארנער איז געווען אן אלטער גוי'אישער שאפינג סענטער וואס אַ איד האט עס איבערגעבויעט. ער האט עס קודם אפגעקויפט, אויסגעליידיגט, איבערגעבויעט, און עס אנגעפילט מיט אידישע געשעפטן. ווייטער הארט נעבן אונזער דעוועלאפמענט, אויף א ליידיגער שטיקל שטח, בויעט איינער אויף א גרויסן שאַפּינג סענטער.
גראָד הינטער אונזער דעוועלאָפּמענט איז דא דער "סיגעל מאָלל" וואס דאס האט אויך א איד אפגעקויפט פון א גוי, און ער פילט עס אן מיט אידישע געשעפטן. און איינס פון די גרויסע סופערמארקעטס האט זיך דארטן געעפנט.
אַנטקעגן איבער אונז האט איינער אפגעקויפט א גוי'אישער מאָלל, ממש אנטקעגנאיבער דער גאס. עס איז נאך יעצט פול מיט גוי'אישע געשעפטן, אבער עס פילט זיך צוביסלעך אָן מיט היימישע.
אויף ענגליש רופט מען עס אַ "בום", דער געגנט איז מורא'דיג הייס פאַר פרישע געשעפטן, און וואו נאר א שטיקל שטח כאפּט עס איינער משלנו פאַר אַ געשעפט, און דער ציבור איז זיך מחי'.


טראַנספאָרטאַציע אין לעיקוואוד!
אויב לייגט איר עס אַזוי אראפּ, מוז מען טאַקע אַזוי וויכטיג האָבן אַ קאר צו וואוינען אין לעיקוואוד?
ניין, מען דארף אינגאנצן נישט האבן קיין קאר אויף צו וואוינען דא!
עס זענען טאקע דא זייער אסאך חשוב'ע יונגעלייט וועלכע וואוינען דא, און זיי האבן אינגאנצן נישט קיין קאר, און זיי באגייען זיך ברוך ה' דא זייער פיין. די אלע כולל יונגעלייט וועלכע וואוינען דא און די כלי קודש באגייען זיך אן קיין קאר, זיי דארפן בכלל נישט האבן קיין קאר, מען דארף אינגאנצן נישט פארן, מען קען אהער קומען און וואוינען דא, פּונקט ווי אין וויליאַמסבורג!
אויסער דעם, ווען איינער וויל אריינפארן אין שטאט אויף א שמחה, און מ'האָט נישט קיין אייגענעם אויטאָ, איז דא דער בארא פארק באס, וואס עס פארט ממש יעדע צוויי שעה א באס צווישן לעיקוואוד און בארא פארק. עס איז דא טעגליכע טראנספארטאציע צווישן לעיקוואוד און מאנסי.

יעצט, אַ גרויסער רוב פון משפּחות קומען דאך פון וויליאמסבורג. וואס טוט זיך מיט די טראנספּארטאציע פון און צו וויליאמסבורג?
פון לעיקוואוד קיין וויליאמסבורג זענען דא צענדליגער קאַרס וואס פארן יעדן טאג אין אלע צייטן פון טאג, מענטשן וואס פאָרן נעמען גערן מיט מענטשן. דאס איז ביז דערווייל.
אויסער דעם איז דא א ספּעציעלער שאָטעל צווישן לעיקוואוד און וויליאמסבורג, וואס פארט אין די "וויקענדס" און אין אזעלכע צייטן. צוביסלעך ברייטערט זיך עס אויס, און אזוי ווי דער פארלאנג וואקסט וועט עס זיך פארבעסערן.
איך האב געהערט אפילו, אז "מאנסי טרעילס" לייגט אריין ריסוירטש אין עפענען דארטן א ראַוט. על כל פּנים, ס'גייט נאָר ווערן בעסער און בעסער.

וואָס טוט זיך מיט די יונגעלייט וואָס פאָרן אַריין אַרבעטן, איז דאָס אַן אפּקומעניש?
מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז טראנספארטאציע נישט קיין פראבלעם. איך אליין פאר אריין יעדן טאג אין שטאט ארבעטן, עס זענען דא מענטשן וועלכע נעמען דאס פאָרן שווער און עס זענען דא מענטשן וועלכע נעמען עס גרינגער, דאס דארף יעדער מענטש אליינס וויסן פאר זיך.
איך פאַר מיר פאָר איך אריין יעדן טאג, און דער וועג געדויערט מיר א שעה און א האלב אהין און דאס זעלבע אויף צוריק. און אפילו אויב עס איז דא אביסל טרעפיק, נעם איך מיט מענטשן און עס איז דא אן "עיטש אָו ווי" לעין וואס שניידט אדורך רוב טרעפיק. אזוי אז עס קומט נישט צופיל אויס, אז מען זאל דארפן ממש זיצן אין טרעפיק.
עס מאכט זיך אמאל אז איך האב נישט קיין עיטש אָו ווי דעמאלס געדויערט עס אביסל לענגער. עס איז איבערהויפּט נישט געפערליך.
א סאך יונגעלייט האבן זיך געטראָפן פרנסות אין לעיקוואוד. לעיקוואוד איז א ריכטיגע שטאט, מיט טויזנטער און טויזנטער מענטשן, מען קען טרעפן דזשאבס, און ווער עס וויל נישט פאָרן איז דא גענוג און נאך פרנסות.
ממש יעדן טאג הער איך פון מענטשן וועלכע זוכן ארבייטער. איבערהויפט ווי מען זאגט, אז עס עפענען זיך יעדן טאג ביזנעסער, זענען דא כסדר וועלכע זוכן אויפצונעמען ארבייטער. די גיגאַנטישע "עווערגרין" האָט שוין מענעדזשערס פון אונזערע יונגעלייט דאָ. די זעלבע אנדערע געשעפטן.
און יאָ, אין סאטמאר איז דאָך דאָ די ענערגיע, ווי באקאנט. ס'וועט נישט נעמען לאַנג, מסתמא, ווילאנג ס'וועט זיין דאָ געשעפטן פון סאטמארער יונגעלייט אויך בעז"ה...

[color=#0000FF]סאטמאר אין לעיקוואוד!
יעצט, אז איר האט דערמאנט סאטמאר ספּעציפיש, לאמיר טאקע אַ רגע אַריינגיין דערין אַביסל טיפער.
וואס האלט איר לגבי דעם מציאות פון "סאטמאר אין לעיקוואוד"? וואו האלט סאטמאר אזוי ווי מען שטייט יעצט, און ווי אזוי זעהט אויס דער סאטמארער עתיד אין לעיקוואוד?
ווי כ'האָב דיר פריער געזאָגט, כ'בין נישט אין די שרייבעריי ביזנעס, נישט קיין בראוקער, און די אַלע לופטיגע סטעיטמענטס זענען ביי מיר נישט תופס מקום… מיר גייען קוקן אויף די פאַקטן און נומערן.
די גאַנצע "סאטמאר אין לעיקוואוד" איז נאך נישט אַלט קיין גאַנצע האַלבע יאָר. נאָך נישטאָ קיין זעקס חדשים פון ווען עס האט זיך געעפנט!
און יעצט, געב אַ קוק, עס וואוינען שוין העכער פופציג משפחות, ביי אונז אליין! דאָס איז אַן אומגלויבליכער נומער, וואס רעדט מער פון טויזנט ווערטער און מיליאָן צייטונגס-אַנאָנסן…
און דאָס וואַקסט כסדר. נאך דירות ווערן פארטיג, און נאך משפּחות ציען זיך אַריין. מ'בויעט פעסטcolor] r]

נאכדעם זענען דא פילע סאטמארער משפחות וועלכע וואוינען אינדרויסן, וואס זיי האבן געקויפט ערגעץ אנדערש אדער וואס זיי וואוינען ארום און ארום אונזער געגנט, און זיי שיקן אין סאטמאר.
און נאָכדעם, הערט מען "הינטער די קוליסן" קלאנגען, אז מ'ארבעט שוין פעסט אויף נאָך צוויי דעוועלאפּמענטס, אויסער די "ריווער וויו" וואס בויעט זיך אויך פאר סאטמארער יונגעלייט, דאָ נעקסט צו אונז.

וואס טוט זיך מיט מוסדות, וואס איז דאך די ערשטע שאלה וואס יעדער פרעגט?
ס'שוין דאָ ב"ה מוסדות סאטמאר; תלמוד תורה ביז כיתה ו', און בית רחל ביז דער זעקסטער קלאס. סאטמאר האט זיך געעפנט מיט א מורא'דיגן כח, עס איז זייער א פעסטער מוסד, א פעסטער מנהל, א פעסטע מנהלת. עס איז זייער, זייער שטארק אריינגעקומען.
מ'לאזט נישט נאך גארנישט ווייל ס'איז "ניי"… אלעס שטרעבט מען אויפ'ן שלימות.

וואס טוט זיך מיט א ביהמ"ד, מקוה און אַזוי ווייטער?
וואס דארפסטו פרעגן, ווען דו קענסט קומען אליין און קוקן?
עס בויעט זיך א ריזיגער בית המדרש, מיט א מקוה, מיט שטיבלעך, א פּראכט! שוין באַלד פארטיג, און מ'רעדט אפילו ס'זאל שוין זיין פארטיג אויף פּסח. דערווייל דאווענט מען אין דעם צייטווייליגן ביהמ"ד.
ס'איז מורא'דיג. עס זענען דא געגנטער, ווי מען עפנט זיך אויף א געגנט און מען וואוינט דארטן שוין ווייס איך ווי לאנג, און מען מוטשעט זיך מיט א בית המדרש. אפילו אין ברוקלין איז דא געגענטער וואו מ'וואַרט אויף שולן. עס געדויערט יארן, מען רעדט מען גייט בויען, מען גייט בויען, און מ'זאגט נאך אלץ...
דא האט מען נישט גערעדט, עס איז נישט דא קיין גערעדעכץ, מען רעדט נישט קיין סאַך, אלעס איז בקום ועשה! דער שול איז שוין באַלד פאַרטיג, אונטער א יאר פון ווען די ערשטע משפּחה האט זיך אריינגעצויגן!
עס קומט מיט אַ מקוה, הערליך שיין, בור על גבי בור, אַ סאַטמאַרער מקוה מיט אלע מפרשים…
דער סטרוקטור שטייט שוין, מען זעט ווי עס רוקט זיך יעדן טאג. עס קומט אויך א מקוה טהרה, און אלעס וואס מען דארף האבן, אן קיין פאמפע, אן דעם וואס מען זאל איבערקערן די שטאט.
לעיקוואוד איז "אמור מעט ועשה הרבה"!
ס'דאָ פּלעצער וואס מ'מאַכט אסאך "נויז", אַ פּאָמפּע פון יעדער קליינער שריט פאָראויס, איך מאך נישט קיינעם אוועק, אדרבה יעדער דאַרף מצליח זיין. אבער די נקודה איז, אז דא האט מען נישט געמאכט קיין צענטל פאמפע, אבער מען האלט פיל פיל ווייטער ב"ה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף!


לעיקוואָוד'ס עתיד: מאַקסימום פּאטענציאַל!

דאָס איז טאקע הערליך שיין אויף יעצט. וואס טוט זיך מיט'ן עתיד? וואס איז דער בליק אויף גיין פאָראויס?
אויף דער פראגע וואס דער פאטענציעל איז אויפ'ן עתיד, וויל איך זאגן, איך וואוין דאך דא, און עס זענען דא זייער אסאך אומדעוועלאפטע שטחים. איך ווייס נישט אויב עס איז דא איין אידישע שטאט וואס האט אזויפיל אומדעוועלאפטע שטחים.
דער קאנקורענץ איז ב"ה גרויס, צענדליגער דעוועלעפמענטס שטייען באשטעטיגט מיט אפּראווד פּלענס, ס'דאָ הונדערטער פראפערטיס גרייט צו בויען.
א יונגערמאן וואס קומט אויף לעיקוואוד קויפן א דירה — ממש מען לויפט אים נאך, אַנשטאט ס'זאל זיין פאַרקערט, אַז אויף איין "דבר יום ביומו" קלאסיפיידס וואַרפן זיך אַרויף 120 מענטשן...
אזוי ווי אין וויליאמסבורג די לייף אינשורענס אגענטן לויפן נאך ווען איינער וויל קויפן א פאליסי, ממש אַזוי לויפט מען נאָך אין לעיקוואָוד צו קויפן אַ דירה. — עס איז א ריכטיגער "בייערס מאַרקעט"!
דער פאטענציעל פון אזא שטאט וואו עס איז דא אלע געברויכן, און עס איז דערביי עכט א היימישע און ערליכע אידישע שטאט, אן עיר ואם בישראל, און עס זאל האבן אזויפיל ביזנעס און ארבעט געלעגנהייטן, און אזויפיל פלאץ צו וואקסן פאר די קומענדע צוואנציג יאר.
לויט מיין ידיעה איז נישט דא אזא פלאץ אויף דער וועלט, אזא מין שנעל-וואקסנדער "בומינג" אידישע שטאָט, מיט אזויפיל אומדעוועלאפטע שטחים. איך מיין אז עס עקזיסטירט נישט נאך אזא פלאץ אין דער גאנצער וועלט, מיט אזויפיל פאטענציעל.


די איבערראַשונג אין לעיקוואוד: פּאָזיטיווע ענערגיע!

אויב מעג איך פרעגן: וואס פאר א זאך האט די מערסטע "געכאפּט" פאַר דיר מיט דיין ב"ב פון לעיקוואוד, וואס דאס איז געווען פאר אייך אן איבעראשונג, וואס איר האט נישט געוואוסט דערפון פון פריער?
די גרעסטע און שטארקסטע זאך וואס מיר האָבן ליב, און מיר זענען אנגענעם איבערראַשט, איבער לעיקוואוד איז: דער עולם וואס קומט אהער וואוינען — דער חסידי'שער עולם על כל פנים, ווייל דעם ליטווישן עולם קען איך נישט — דער חסידי'שער עולם וואס קומט אהער זענען מענטשן וועלכע קומען בחפץ לב, פול מיט פּאָזיטיוויטעט!
עס קומען אַהער די מענטשן ווייל האבן עס ליב, עס געפעלט זיי די שטאט, און זיי מאכן זיך דא העכסט באַקוועם, מיט אַ שמייכל און געשמאַק!
עס איז כמעט נישטא דא קיין מענטשן וועלכע זענען געקומען געצוואונגענערהייט, מיט א מחשבה אין זייער קאפ, אז "שוין איך האב נישט קיין ברירה, און איך האב נישט קיין דירה, איך האב נישט קיין געלט, איך קען נישט קויפן קיין דירה אין וויליאמסבורג דעריבער מוז איך מופן קיין לעיקוואוד"….
אָט די מציאות, אז מענטשן קומען אהער ווייל עס געפעלט זיי דאס פלאץ, און נישט ווייל זיי זענען געצוואונגען, דאס איז לעיקוואוד!
איך בין נישט געווען געצוואונגען צו מופן, איך וואלט געקענט בלייבן אין דער שטאט, איך בין געקומען ווייל איך האב געוואלט, ווייל איך האב געזוכט א בעסער לעבן, איך האב געזוכט א בעסער פלאץ, אַ בעסערע "קוואַליטי אָוו לייף", און איך האָב עס באַקומען ב"ה!
דאס זענען רוב מענטשן. עס האט זיך אזוי ארויסגעשטעלט, אז רוב מענטשן זענען אהערגעקומען, ווייל זיי האבן זיך געזוכט א בעסערער לעבן, דאס מאכט א מורא'דיגער פאזיטיווער געדאנקען-גאנג, דער עולם איז מורא'דיג פאזיטיוו!

וואָס איז אין אייערע אויגן די וויכטיגסטע זאַך וואָס מאַכט אַ געגענט מצליח זיין?
די ערשטע זאך וואס "מאכט א געגנט" זענען די "מענטשן"! וואספארא סארט מענטשן זענען דארטן דא, וואספארא מין אטמאספערע הערשט דארטן, וואספארא סארט רוח הערשט דארטן — דאס איז די וויכטיגסטע און די שטארקסטע זאך וואס א שטאט, געגנט, קאנטרי, גאס, שכנים, נישט קיין חילוק וואו דו קוקסט, דאס איז די ערשטע זאך וואס א מענטש דארף קוקן, דאס איז די וויכטיגסטע זאך.
"דאָס" איז דער עיקר הצלחה פון א שטאט! דער "שליסל" פאַר אַ סוקסעס צו אַ נייע געגענט, איז נישט וואספארא שיינע הייזער עס זענען דא דארטן, און נישט ווי סאך גרינע גראז עס איז דא, און נישט וויפיל ביימער עס איז דא, די אלע זאכן זענען טאַקע וויכטיג, אָבער צווייט אין ראַנג פון וויכטיגקייט.
ברוך השם, אז לעיקוואוד איז אין דעם הינזיכט א הונדערט פראצענטיגער סוקסעס, העכער אלע ערוואַרטונגען!
צו זיין אָפן: דאס איז געווען די זאך פאר וואס איך האב דאס מערסטע מורא געהאט. איך האב אסאך געזוכט, איך האָב איבעראל נאכגעקוקט, איך האב נישט געטראפן נאך א פלאץ וואס זאל זיך אזוי גוט אויסארבעטן, מיט א פאזיטיווע ענערגיע.
נאָך מער: ווען איך האב געקויפט מיין דירה בין איך געווען פון די ערשטע צען ממש, עשרה ראשונים, און מען האט נישט געוואוסט פונקטליך ווי אזוי דאס גייט זיך אויסשטעלן; מי ומי ההולכים… כ'וועל אייך זאָגן שטילערהייט: מען האט געציטערט אויף דעם!
ב"ה דאס איז די איבערראשונג וואס מיר האבן געהאט דא אין לעיקוואוד — די "קאָמבינאַציע" און צונויפשטעל פון די משפּחות און איינוואוינער פון דער סאטמארער געגענט, איז אַן אומגלויבליכע סוקסעס! חשוב'ע, איידעלע, וואוילע, ערליכע, געשמאַקע משפּחות, די שענסטע און בעסטע, און יעדער גלייכט דעם פּלאץ, יעדער איז פּאָזיטיוו. ס'איז מורא'דיג!
מ'דארף צומאל זאכן פאַר'ן שול, יעדער איז מנדב, יעדער העלפט, יעדער שפּירט זיך אַ "פּאַרט; יעדער וויל די הצלחה פונם פּלאַץ, יעדער שטעלט זיך צו, גוטמוטיג, פון אייגענעם רצון, מיט וואָס מ'קען, צו העלפן דעם פּלאַץ בליען. מיר טוען נישט קיין טובה פאַר קיינעם, נאָר פאַר זיך!
"דאָס" איז וואס איך האלט אז דאס איז דער סוקסעס פון לעיקוואוד, און דאָס טראגט אונז אַזוי ווייט.
אלע אנדערע זאכן, די שיינע הערליכע הייזער, די שיינע גראונדס, די געשעפטן, די שטאט, אלע זאכן זענען זייער פיין און וואויל, און אפילו וויכטיג, אבער דער עולם, דער ציבור וואס דא איז דא — און דאָס איז נישט בלויז אין סאטמאר, נאר וועמען מ'באַגעגענט פון אלע ארומיגע חסידישע דעוועלאָפּמענטס — אַלס איז מיט א פאזיטיווע ענערגיע.
דאס איז פרייז-לאז, דאס איז נישט צום באצאלן!

גוט, כ'וועל אייך מער נישט אויפהאַלטן, איר קענט דאך אין די צייט הנאה האבן פון אייער געשמאַקע דירה און פון די קינדערלעך וואס שפּילן זיך מיט הרחבת הדעת…
איין טובה וויל איך יאָ בעטן…
נו, אדרבה.

א יאר אַרום, לאמיר נאכאמאל האבן אַ שמועס, צו זען וואָס זענען די "אפּדעיטס" און וואו זאַכן זענען געגאנגען פאראויס…
פיין, קיין פּראבלעם. מיט'ן אויבערשטנס הילף. הגם כ'גלויב דעמאלט וועט מען שוין קענען נעמען פון אַנדערע נייע איינוואוינער… בעיקר מ'זאל האבן הצלחה וסייעתא דשמיא.
אמן.

--
זיך ארויפצוסיינען אויף אונזער אימעיל ליסטע צו באקומען כסדר׳דיגע אינפארמאטיווע נייעס און אנטוויקלונגען איבער דעם נייעם סאטמער ישוב אין לעקוואד, שיקט אן אימעיל צו [email protected]
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

א שכן מיינער פוצט אפ קיין לעיקוואד
שטייען ליינס ממצרים ועד הנה איבער צונעמען זיין דירה'לע אין ווילי....
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

זאפטיגע אינטערוויא
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

באקומען אין אישי א שטיקל קליפ פונעם אסיפה.

א שיינער עולם, עקסטער איז אינטערסאנט צו מערקען אז עס זיצן דארט אידן פון צוואנציג ביז אידן פון זיבעציג.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

A3720AE1-B015-49C0-A2E5-9B624DBB0D45.jpeg
A3720AE1-B015-49C0-A2E5-9B624DBB0D45.jpeg (306.15 KiB) געזען 2187 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

בונים היכל ה'

image-3-342x228.png
image-3-342x228.png (128.84 KiB) געזען 1832 מאל
image-4-1026x684-256x171.png
image-4-1026x684-256x171.png (76.96 KiB) געזען 1832 מאל
image-5-400x300.png
image-5-400x300.png (176.76 KiB) געזען 1832 מאל
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

WOW פראגרעס!
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3228
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

ס'גייט זיין קאנעקטעד מיט די הייזער?
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”