סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

סידיראם האט געשריבן:אומגלויבליך וואס דא טוט זיך אפ. צוויי נייע סאטמארע שטעט!!!



אויף איינמאל בויען 2 געגנטער איז א שווערע געלט אינטערנעמונג עס פאלט צו א גרויסע עול ומשא אויפן ציבור אויף איינמאל
זאל די באשעפער העלפן אלע זאלן האבן גרויס הצלחה, און מענטשן זאלן פאר אלעמען האבן א געפיל צו העלפן און אויפבויען שילן מוסדות אין מקוואות אין יעדן ווינקל.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

רצון טוב האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:אומגלויבליך וואס דא טוט זיך אפ. צוויי נייע סאטמארע שטעט!!!



אויף איינמאל בויען 2 געגנטער איז א שווערע געלט אינטערנעמונג עס פאלט צו א גרויסע עול ומשא אויפן ציבור אויף איינמאל
זאל די באשעפער העלפן אלע זאלן האבן גרויס הצלחה, און מענטשן זאלן פאר אלעמען האבן א געפיל צו העלפן און אויפבויען שילן מוסדות אין מקוואות אין יעדן ווינקל.


נישט וואר. סאטמאר האט שוין געבויעט אסאך פארשידענע פראיעקטן אויף איינמאל, ווי למשל עטליכע בילדינגס אויף איין מאל. איך גלייך דאס נישט ממש צו, אבער מען קען בויען עטליכע זאכן אויף אמאל, עס מאכט נישט אויס.
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

נאך אײנער האט ארײנגעמאפט נעכטן, @הצדיק אהער מיטן טראק.. כ׳פארשטײ ס׳ערב פסח, אבער ס׳נישט קײן תירוץ..
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:נאך אײנער האט ארײנגעמאפט נעכטן, @הצדיק אהער מיטן טראק.. כ׳פארשטײ ס׳ערב פסח, אבער ס׳נישט קײן תירוץ..

איך האלט נאך אינמיטן ארויף לייגן די קאנטער טאפס...
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

קוֹמֵם קְהַל עֲדַת מִי מָנָה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

בוי אַרבייט זעצט פאָר אין פולן טעמפאָ אויפן פראַכטפולע ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאַטמאַר החדש - שכונת ראַקוועל לעיקוואָוד

מאַסיווע "תל תלפיות קאַמפיין" טרייבט אויף ריזיגע סכומים צו פאַרזיכערן אַ פעסטע רוחניות'דיגע עתיד פאַרן עיר גדולה לאלוקים – עסקנים אַרבייטן מיט פלייס צו אויספאַרקויפן לעצט פאַרבליבענע זכותים

לעיקוואָוד, ניו דזשערסי. – עס נעמט אַרום מיט גאָר דערהויבענע געפילן, און אַ שטאַרקע התרגשות, ווען עס איז נאָכנישט פאַראיבער אַ יאָר, פון ווען דער ערשטע איינוואוינער האט זיך אַריינגעצויגען בשטומ"צ, אינעם הערליכען נייעם סאַטמאַרע ישוב אין לעיקוואָוד, און אָט זעהט מען שוין דעם "תל תלפיות", דעם נייעם בית המדרש הגדול דקהל יטב לב, נתייסדה ע"י רבינו הקוה"ט זצוק"ל, ובנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, שטיין מיט'ן פולן סטרוקטער כמעט פאַרענדיגט.

תמיד, ווען מען הערט איבער דעם וואוקס און בלי פון פרישע בנינים פאַר ממלכת בית סאַטמאַר, ווערט דאָס אויפגענומען מיט גרויס פרייד, אבער די פאזעטיווע אַנטוויקלונג איז אַ היסטאָרישע און זעלטענע נייעס, פאַרווירקליכנדיג דעם "בונים עיר גדולה לאלקים" במלוא מובן המילה, עס ווערט פאַרווירקליכט דעם חלום, און "כי עתה הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ", אַז אַצינד וועלן אברכי אנ"ש, זיך קענען ארויסציען אין אַ היימישע מקום, וועלכע האט שוין אַלע באדערפענישן ברוחניות, אייגען און היימיש.

זינט אינמיטן פאַרלאָפענעם זומער, ווען מען האט אָנגעהויבן מיט די אַרבייט, גייט נישט פאַראיבער אַ טאָג וואָס די בוי ארבייט ריקט זיך נישט פאָראויס, עס לאָזט זיך נישט גלייבן פאַר די אויגן די אומגלויבליכע שנעלע פאָרשריט וואס ווערט באַוויזן טאָג-טעגליך אויפצובויען די פראַכטפולע געביידע, גרייט פאַרן רוחניות'דיגע באַנוץ פאַר אנ"ש תלמידי וחסידי סאטמאר, תושבי הישוב החדש, לתפארת קהל עדתינו הק'.

די אויפבוי פונעם נייעם בית המדרש, און מקוה, וועט בלי ספק זיין די פולקאָמע השלמה פונעם גאַנצן ישוב! און אנשי שלומינו בכלל, און די תושבים פונעם אויפבליענדער ישוב בפרט, קוקן שוין אַרויס מיט לעכצנדע אויגן אויף דעם גליקליכן טאָג ווען דאָס וועט אי"ה פולקאָם פאַרענדיגט ווערן, זיך צו קענען קובע זיין מקום לתורה ולתפלה אין דעם אייגענעם ביהמ"ד, בקרב אחים לדעה, וואו מ'וועט זיך צוזאַמהאַלטן בדרך המסורה והסלולה לנו.

דער עצם בנין - וועלכע געפינט זיך אין די צענטער פון דעם נייעם ישוב - וועט אַהערשטעלן אַ פּראַכטפולן שיינעם בית גדול וקדוש שמגדלין בו תורה ותפלה, און ערהאלטן דריי ריזיגע שטאָקן, פון אַ סך הכל בערך עלף טויזענט סקווער פיס, וואָס וועט דינען אַלס דעם צענטראַלן סאַטמאַרע ביהמ"ד פון די געגענט. קוקענדיג אויף די האַלב-פאַרענדיגטע בנין ווערט אַנפלעקט אַ אויגפאַרכאַפענדיגע בילד פונעם אויסזעה פונעם נייעם בנין בבית ובחוץ וואס וועט בעז"ה זיין רחבות'דיג און ליכטיג, מייסטערהאַפטיג אַהערגעשטעלט, שיין גרויס און ליפטיג, מיט א זעלטענעם הרחבות הדעת און רחבות, לשביעית רצון פון די לומדים און מתפללים פונעם בית גדול וקדוש.

די גרויסע פראַכטפולע "היכל בית המדרש" גופא, איז א זעלטענקייט אין דעם געביט פון רחבות! עס באשטייט פון איבער דריי טויזענט ס. פ. און אַ 25 פיסיגע הויעכע דאַך דורכאויס דעם גאנצן היכל, מיט הויכע ליכטיגע פענסטער אויף ביידע זייטן פון דעם ביהמ"ד, כראוי וכיאות, אין דעם היכל וועט פארקומען די תפילות שבת ויום טוב, און וועט אויך באנוצט ווערן אין די וואכן טעג, פאר מנינים און לימודים, און וועט זיין דער צענטער פון אַלע כינוסים און מאורעות בקרב הקהילה הק'. אויפן צווייטן שטאק אויפן גאַלערי געפינט זיך די "היכל עזרת נשים", וועלכע באשטייט פון אומגעפער צוועלעף הונדרעט סקווער פיס, וואס וועט ערהאלטן שיינע פענסטערס, אראפ צום היכל הגדול, און וועט פארענדיגט ווערן מיט הערליכע האלצענע שניצונגען, אינעם אוטערשטען שטאק פונעם געביידע געפינט זיך די מקוה, און חדרי התפילה, און נאך פולע רחניות'דיגע איינריכטינגען לטהרתן וקדושתן של ישראל.

במשך דעם ווינטער, האט מען ארויפגעצויגן די סטרוקטער פונעם געביידע, די אלע שטאקן, און די ארבייט פון אויספרעמען די געביידע, פארגאנגענעם וואך האט מען שוין גענצליך געענדיגט דעם סטרוקטור פון אינדרויסן, און עס אנטפּלעקט זיך דער הערליכער געשטעל פון די נייע בית המדרש, וואס ווערן שוין אָט אָט פאַרטיג, גרייט זיך אַריינצוציען בסייעתא דשמיא! און מען האט שוין אנגעפאנגען, די ארבייט פון אינעווענדיג פונעם געביידע, עס ווערן אצינד געצויגן, די "פלאמבינג", "עלעקטעריק", "עירקאנדישן" וכו' וכו'.

צו דער זעלבער צייט, וואס די בוי ארבייט ריקט זיך פאראויס מיט פלייס, אן אפשטעל, האבן די עסקני הישוב פארמירט א "ועד קרן הבנין", פון עטליכע פלייסיגע עסקנים, וואס זאל זיין עומד בראש פון דעם גאנצן פראיעקט, און באגלייטן דעם אויפבוי פון ביהמ"ד ביז צו די ענדע בעז"ה.

יעדער אנערקענט אז אט די אונטערנעמונג איז נישט "בלויז" אויף אראפצושטעלן דעם ביהמ"ד, נאר בעיקר איז דאס א "יסוד" פאר'ן עצם קיום פון דעם גאנצן סאטמארע ישוב אין לעיקוואוד, ס'זאל פארוויקליכן דער "תקומה היתה לו" אז אנשי שלומינו זאלן זיך קענען אויסשפרייטן און קויפן הייזער פאר צוגעגליכענע פרייזן, און האבן א "רוחניות'דיגע באזע" וואו עס איז פארהאן בלויז ריינע און ערליכע השקפות ודעות.

אין די פארגאנגענע פאר וואכן, זענען די עסקני קרן הבנין ארום צווישן נדיבים בעם, וועלכע קויפן זיך איין זכותים והנחצות אינעם ביהמ"ד, די חשובע נדיבים האבן אנטפאנגען די עסקנים בסבר פנים יפות, און האבן שוין אנטייל גענומען אין דעם איינמאליגע געלעגענהייט צושטאנדצוברענגען און אויפבויען א עתיד פאר משפחות אנ"ש, דורך זיך איינצוקויפן זכותים אדירים, וואס וועט פאראייביגט ווערן מיט גאלדענע אותיות, אינעם בית המקדש מעט.

עס איז נישט צו משער זיין, וואספארא זכותים, מען קען זיך דא איינקויפן, די אלע זכותים פון תורה ותפילה, קדושה וטהרה, צדקה וחסד, הוראה, וואס וועלן אפגעראכטן ווערן, אין דעם ביהמ"ד לעד ולנצח נצחים, וועט גיין אויף זייער זכות, און דאס איז חוץ דעם זעלטענע זכי', פון אוועקשטעלן א מקום עתיד פאר הונדערטער משפחות מאנ"ש, מתוך הרחבות הדעת ומנוחת הנפש.

די עסקנים קוקן ארויס אויף די ווייטערדיגע הילף צו קענען פינאנצירן די אסטרענאמישע סכומים צו שטעלן דעם גאנצן ישוב און קהילה אויף פעסטע יסודות, אז דאס זאל קענען זיין דער עתיד פאר הונדערטער משפחות מאנשי שלומינו וועלכע וועלן זיך קובע זיין מקומום אין דעם ביהמ"ד, אידן נדיבי לב וואס ווילן זיך איינהאנדלן איינס פון די גרעסערע "זכותים והנצחות", אין די נייע בית המדרש, לע"נ די עלטערן אדער קרובים וואס זענען שוין בעלמא דקשוט, קענען זיך פארבינדן מיטן ועד קרן הבנין אויף 347-450-1831

עס איז נישט קיין ספק, אז דער ביהמ"ד וועט אויסוואקסן אלס א ריזן צענטער פון תורה, עבודה, טהרה, און גמילת חסדים, און וועט ברענגען א נחת רוח פאר רבינו הקוה"ט זצוק"ל בגנזי מרומם, און וועט בלייבן די זכות פון די "בוני הבית", און פון די עוסקים ומסייעם, זיי זאלן האבן שפע ברכה והצלחה וסייעתא דשמיא בכל ענינים, אמן.

גדול יהי' כבוד הבית הזה!
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

עלטערן פון "מוסדות סאַטמַאר לעיקוואוד" שאַפן ריזיגע פאָנדן אין א סוקסעספולע קאַמפיין אויסצוצאלן אלע כלי קודש אויף יו"ט פּסח

לעיקוואָוד ניו דזשערסי – מיט אַ געוואַלדיגע אחדות און אות הכרת הטוב, האבן זיך די עלטערן פון די ניי-געגרינדעטע סאַטמאַר'ע מוסדות אין לעיקוואָוד צוזאַמגענומען, צו נעמען אַ חלק אין די גרויסע עול פון די נייע מוסדות, און צזאַמגעשטעלט, סכומים אדירים, צו קענען באַצאָלן די איבערגעגעבנע כלי קודש אויף יום טוב פסח.

ווי באַוואוסט האָט כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, דעם יאָר מייסד געווען די נייע מוסדות "ישיבה תורה ויראה דרבינו יואל מ'סאטמאר לעיקוואָוד", אַלס אַן השלמה צו די נייע געגרינדעטע ישוב דקהילתינו הק' אין לעיקוואָוד, וועלכע וואַקסט און בליעט, לשם ולתפארת, העכער אַלע ערוואַרטונגען.

עס זאָגט זיך זייער לייכט, עפענען מוסדות, אָבער ב"ה, אז מען האט מצליח געווען מיט גרויס סייעתא דשמיא, למעלה מדרך הטבע, און מען האָט אויפגעשטעלט די מוסדות הק', די תלמוד תורה און די בית רחל, וועלכע ווערט אָנגעפירט דורך באַרימטע מחנכים ומחנכות, מומחים בשדה החינוך, מען קען שוין אַצינד זאָגן, אַז גדלו והצליחו וגם עשו פרי! לשם ולתפארת ולהתהלה, אויפן אויסגעטרעטענעם וועג וואָס מען האָט מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו זצוק"ל.

די מוסד באשטייט פון 150 קינדערלעך קע"ה, און די מספר האַלט אין איין וואַקסן און שטייגען, צוליב די כסדר'דיגע וואוקס פון נאָך פולע משפחות קע"ה, וועלכע באַזעצען זיך אינעם נייעם ישוב דקהלתינו הק', אָדער אין די אַרומיגע געיגענטער,

די הנהלת המוסד האט אויפגענומען, פינעף און צוואָנציג כלי קודש און שטאַב מידגלידער, און אויסגערישט צוויי בנינים, פאַר די תלמוד תורה און בית רחל, וועלכע ציעט אַריין אין אַ ריזיגע בודזשעט פון שווערע טויזענטער דאָלער'ס יעדן איינציגסטען חודש, און ווי פאַרשטענדליך איז אוממעגליך פאר אַ מוסד וועלכע האַלט נאָך ביי די "כל התחלות קשות", זיך צו קענען אליין אויסהאלטן, און בפרט אַז פילע כיתות באַשטייען פון געציילטע קינדער פער כיתה, און דאָס ציעט אַריין אין אַ ריזיגע דעפעציט.

די ריזיגע עול ליגן אויף די פלייצע'ס פון עטליכע ענערגישע עסקנים, די "חברי ועד הפועל", וועלכע זענען נתמנה געוואָרן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, צו אַוועקשטעלן און פירן די פנאנציעלע חלקים פונעם נייע מוסד, און זיי געבן אַוועק ימים ולילות, פאַר די הצלחה פון די מוסד, און האָבן באוויזן דרוכאויס דעם ווינטער, צו שאַפן ריזיגע פאָנדן, פון נדיבים בעם וועלכע האָבן א גאָר וואַרימע געפיל, צו האָבן אַ חלק אין די הצלחה פון דעם ישוב החדש און אירע מוסדות, צו קענען פנאַנצירען דעם מוסד.

יעצט ערב פסח, האבן עטליכע צופרידענע עלטערן אונטערגענומען מרצונם הטוב, אַ העפטיגע קאַמפיין צווישן די עלטערן צוצולייגן א פלייצע, אַלס אות הכרת הטוב פאַר די עסקנים, און פאַר די כלי קודש - וועלכע ארבייטן גאָר שווער פאַר די הצלחה פונעם מוסד, יעצט אין די אנגעשטרענגטע זמן פון ערב פסח, צו קלויבן נדבות פון קרובים וידידים, כדי צו קענען פולקאָם אויסצאָלן די כלי קודש פאַר יום טוב.

די עלטערן זענען צוגעבינדן בלב ונפש צו די הייליגע מוסד, האָבנדיג אַ ריזן טייל אינעם מייסד זיין, און אוועקשטעלן די מוסד אויף די ריכטיגע יסודות, און זיי זענען מיט אַ שטאָלץ ארומגעגאנגען, בעטן פון ידידים און קרובים, צו מחזק זיין "די אייגענע מוסדות", און ביז אַ קורצע צייט האט זיך אָנגעזאמעלט טויזענטער דאָללער'ס, פרוטה ופרוטה מצטרפת!

אין די זעלבע צייט האָט די הנהלת המוסד פראַקלאָמירט אַ רי-רעגיסטראַציע קאַמפיין, צווישן די עלטערן צו פולאָם אויסצאלן די שכר לימוד באַלאָנס, און די עלטערן האבן זיך טאַקע אָנגעשטרענגט, למעלה מכפי יכולתם, און אזוי אַרום געקענט באַצאָלן די געהאלט פון די איינגעשטעלטע, פאַר יום טוב.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

Rental availability

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Just became available 2 fully upgraded townhomes in the Rockwell development in Lakewood, 5 bedrooms, 3.5 bath, play room, kitchen, study, living room, dining room, laundry room, and beautiful deck! Call today 347.770.0206
--
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

Screenshot_20180411-064237-480x270.png
Screenshot_20180411-064237-480x270.png (110.63 KiB) געזען 3694 מאל

חי ערדזשענט קעיר, האט גיעפענט א נייע לאקעישאן אין לעיקוואד, אינטער די פריערשאפט, פון דאקטער ווערצבערגער, א זון פון די בארימטע דר' ווערצבערגער פון מאנרא.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

די קינדער זענען היינט געגאגען צום פיש סטאר, צי זען וועלכע פיש מעג מען עסן.
IMG-20180412-WA0086.jpg
IMG-20180412-WA0086.jpg (192.67 KiB) געזען 3453 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

דער עלום וויל זען בילדער?
Working
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Working »

זיכער!
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

הצדיק האט געשריבן:דער עלום וויל זען בילדער?

נא!
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

IMG-20180417-WA0004.jpg
IMG-20180417-WA0004.jpg (140.11 KiB) געזען 3050 מאל
IMG-20180417-WA0006.jpg
IMG-20180417-WA0006.jpg (321.78 KiB) געזען 3050 מאל
IMG-20180417-WA0005.jpg
IMG-20180417-WA0005.jpg (338 KiB) געזען 3050 מאל


די נייע פארק.
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

IMG-20180417-WA0007.jpg
IMG-20180417-WA0007.jpg (254.01 KiB) געזען 3046 מאל
IMG-20180417-WA0010.jpg
IMG-20180417-WA0010.jpg (295.71 KiB) געזען 3046 מאל
IMG-20180417-WA0005.jpg
IMG-20180417-WA0005.jpg (338 KiB) געזען 3046 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

ריווערוואד
20180422_180950-1008x756.jpg
20180422_180950-1008x756.jpg (204.34 KiB) געזען 3042 מאל
20180422_181345-1008x756.jpg
20180422_181345-1008x756.jpg (189.59 KiB) געזען 3042 מאל
20180422_181335-1008x756.jpg
20180422_181335-1008x756.jpg (154.79 KiB) געזען 3042 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

20180422_181330-1008x756.jpg
20180422_181330-1008x756.jpg (155.61 KiB) געזען 3042 מאל
קלוגער
שר האלף
תגובות: 1907
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלוגער »

זייער שיין, א נחת צו קוקען!

שכויעך הצדיק
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3534
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

נעכטן באזוכט דארט, דאס אויג האט זיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן. הערליך!

די הייזער זענען אביסל צו נאענט ביי די זייטן.
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

הערליך
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

קלוגער האט געשריבן:זייער שיין, א נחת צו קוקען!

שכויעך הצדיק

יישר כח
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

וואס איז די שטאלענע געביידע ביי די זייט פון ריווערוואוד?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

דאס איז א שאפפינג און ביזנעס צענטער וואס דער דעוועלפער פון ריווערוואוד בויעט דארט
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

ל"ג בעומר סעודה
אטעטשמענטס
IMG-20180502-WA0032.jpg
IMG-20180502-WA0032.jpg (116.02 KiB) געזען 2414 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

קאץ און מויז האט געשריבן:ל"ג בעומר סעודה
אטעטשמענטס
d8a4e5e6-d8d2-47bc-b823-d7ac866ed58e.jpg
d8a4e5e6-d8d2-47bc-b823-d7ac866ed58e.jpg (197.63 KiB) געזען 2221 מאל
01067e4d-6e2c-462e-b37e-5c22a29a140a.jpg
01067e4d-6e2c-462e-b37e-5c22a29a140a.jpg (192.78 KiB) געזען 2221 מאל
a457d1f9-56b3-4d4f-9ff0-f97099ed40d7.jpg
a457d1f9-56b3-4d4f-9ff0-f97099ed40d7.jpg (196.16 KiB) געזען 2221 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

הדלקה אין די תלמוד תורה
אטעטשמענטס
d45eb9a7-6d34-4045-a8ee-0e52ac8913e5.jpg
d45eb9a7-6d34-4045-a8ee-0e52ac8913e5.jpg (261.03 KiB) געזען 2226 מאל
4142159e-29d4-4582-a67d-68244b2d0a2f.jpg
4142159e-29d4-4582-a67d-68244b2d0a2f.jpg (169.97 KiB) געזען 2226 מאל
c0196859-ff33-4629-a600-a94c93978fff.jpg
c0196859-ff33-4629-a600-a94c93978fff.jpg (261.19 KiB) געזען 2226 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”