סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פרוביר אויך
- שר האלפיים
- תגובות: 2565
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm
@Satmar_Lakewood: We would like to welcome our new Rockwell neighbor the Fried family, we wish them Mazal tov and hatzluche in their new house...
לעצט פארראכטן דורך הצדיק אום זונטאג פעברואר 25, 2018 6:33 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
david3 האט געשריבן:There's more trees in the city than in Lakewood based on the last two pictures.
That’s right there is no living space in city due to trees all over, but in Lakewood there is living space instead of trees!
לעצט פארראכטן דורך טעם וריח אום זונטאג פעברואר 25, 2018 8:40 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
על "טעם וריח" אין להתווכח
מיללער האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן:david3 האט געשריבן:There's more trees in the city than in Lakewood based on the last two pictures.
That’s right there is no leaving space in city due to trees all over, but in Lakewood there is leaving space instead of trees!
And what is the benefit of leaving space?
Health benefit
mental health
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 652
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 8:43 pm
מיללער האט געשריבן:טעם וריח האט געשריבן:david3 האט געשריבן:There's more trees in the city than in Lakewood based on the last two pictures.
That’s right there is no leaving space in city due to trees all over, but in Lakewood there is leaving space instead of trees!
And what is the benefit of leaving space?
not sure
if possible to explain your question will try to give u a proper answer
?and btw who said that there is any benefit of living space
Thanks in advanced
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12437
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
הצדיק האט געשריבן:@SatmarRockwell: Shier on Purim tonight by Reb Alter Glantz Shlita 8:30 in Bhmd 29 Marble Way.
m.twitter.com/SatmarRockwell
- אטעטשמענטס
-
- IMG-20180225-WA0037.jpg (185.78 KiB) געזען 3937 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
@Satmar_Lakewood: Purim in #SatmarLakewood cheider https://t.co/GMLyMWNh5Y
m.twitter.com/Satmar_Lakewood
m.twitter.com/Satmar_Lakewood
הצדיק האט געשריבן:צל עובר האט געשריבן:ביימער איז דא א מאנגל אין אלע נייע שטעט אינקלודעט מאנסי און קרית יואל, איך האלט אז זיי ברויכן אלע נאכמאכן ניו יארק, און איינפלאנצן ביימער אויף אלע גאסן.
פארוואס דארף מען ביימער אין פראנט פון די הייזער, ווען מאיז ארום גענומען פון אלע זייטן מיט ביימער.
עס איז אסאך געשמאקער צו גיין אין גאס אונטערן שאטן פון די ביימער, עס באדערט מיר אין מאנסי און קרית יואל.
ווען עס איז נישט קיין שלעכטע יומיד וועטער איז מער באטעמט אסאך מאל צו שפאצירן אין שטאט ווי אין אפסטעיט.
לכאורה ווייל אין שטאט איז נישט דא קיין וועלדער עפרישיעיט מען מער די ביימער.
איך רעד נישט דא צו אידן וואס דרייווען.
"כולל תורה ויראה דרב"י סאטמאר לעיקוואוד" בנשיאות כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א צייכענט אָפּ ערשטע זמן מיט גרויס הצלחה
חבורת הלכות פסח נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד המפואר מו"ה בנימין ווייזער שליט"א - אם יש קמח יש תורה: אברכי הכולל באקומען אומזינסטע דירה אין צוגאָב צו די הערלכע תמיכת הכולל - עסקני הכולל ארבייטן פיבערהאַפטיג אויסצוברייטערן דעם כולל בכמות ובאיכות אויפן זמן הקיץ הבעל"ט
לעיקוואוד, ניו דזשערסי – מיט א שמחת התורה, האבן די רבני הכולל פון דעם ניי-געגרינדערטע "כולל אברכים תורה ויראה דרבינו יואל מסאַטמאַר לעיקוואוד", בנשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א, מסיים געווען הלכות פסח, וועלכע איז געלערנט געווארן במשך דעם פאַרלאָפענעם זמן החורף מתוך התמדה רבה.
סוף זומער העעל"ט, ביי די היסטארישע געהויבענעם "פתיחת שערים" פון די ניי-געגרינדעטע סאַטמאַרער מוסדות אין לעיקוואוד, האט כ"ק אדמו"ר שליט"א געמאלדן ברבים, די איבעראשענדע בשורה, אז מיט די הילף פון נגידים בעם, וועט געגרינדערט ווערן, דעם כולל אברכים תורה ויראה דרבינו יואל סאַטמאַר לעיקוואוד", אַ שטייגער ווי ווען רביה"ק זצוק"ל, האט ביים גרינדערן דעם שטעטל קרית יואל, פארלאנגט, מייסד צו זיין אַ כולל אברכים פון עשרה בטלנים, וואס זייער כוח התורה זאל מגין זיין אויפן גאנצען שטעטל, צו באַשיצן און משפיע זיין בעז"ה שפע וכל ברכות.
פינאַנציעל גערעדט, האט דאַן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א איבערגעגעבן די בשורה טובה, אַז אַ דאַנק די נדבנים החשובים, וועט זיין א ספּעציעלע יששכר-זבולון פראָגראַם, פאר יונגעלייט בני עלי', וועלכע קומען וואוינען אינעם ישוב החדש, ספּעציעל צו לערנען און שטייגען אינעם כולל, זיי וועלן באקומען אומזינסט רענט, פאר א הערליכע שפּאָגל-נייע דירה אינעם ישוב, וועלכע איז נאָרוואָס פריש פארענדיגט געווארן, די דירות באשטייען פון בערך 13-14 הונדערט סקווער פיס, און אַנטהאַלט א שיינע גרויסע דיינונג רום, הערליכע נייע קאָך און דיינעט, רחבות'דיגע דריי שלאף צימער, צוויי ביהכ"ס, לופטיגע פענסטערס איבעראָל, נייע אפלייענסעס אינסטאָליריט, שיין געפּעינט פיקס און פאַרטיג, וואס אין שטאט צאָלט מען פארדעם א געפעפערטע פּרייז.
חוץ דעם וועלן די אברכי הכולל באקומען, געווענדליכע תמיכה, וועכענטליכע פּעיראָל-טשעקס, און שמירת הזמנים געלט, און בחינות בענעפיטן, צו קענען זיצן באהלה של תורה, במנוחת הנפש והרחבות הדעת.
כ"ק אדמו"ר שליט"א האָט פּערזענדליך אויפגעפאָדערט פון די עסקנים פון דעם נייעם כולל, צו לייגען א שטאַרקע דגוש, צוזאַמצושטעלן אַ חבורה פון גאָר חשובע יונגעלייט, בני עליה, יושבים באהלי של תורה, מסלתה ומשמנה פון אונזער הייליגע קהילה, וועלכע וועלן זיין די פּני המזרח, פון די נייעם ישוב און קהילה, און אַז די כולל אברכים זאָל ווערן אראפגעשטעלט, אויף א שטייגער ווי אלע כוללים למציונים, ווי די אינגעלייט זאלן זיצן און הארעווען, און מסיים זיין מקצועות בתורה, און זיך פארהערן די למודי קודש.
ואכן חפץ ה' בידם הצליח, און די עסקנים האבן צוזאַמגעשטעלט אַ קבוצה פון עטליכע אברכים חשובים, מסלתה ומשמנה פון קהילתינו הק', וועלכע האבן דעם פאַרלאפענעם זמן מייסד געווען דעם כולל, און זיך קונה געווען אַ שם טוב, אַלס אַ הערליכע תורה'דיגע אימפּעריע, פאַר תלמידי חכמים ויושבי אוהל צו שטייגען אויפן תורה'דיגן לייטער.
דעם זמן איז דאָס כולל געווען פּלאַצירט אין אַ בית המדרש וועלכע געפונט זיך האַרט נעבן דעם ישוב החדש, אויף די טשעסטערפילד גאס, דאס ביהמ"ד איז גרויס און ליכטיג צוגעשטעלט מיט ספרי קודש, קאַווע און אלע באַדערפענישן ברוחניות ובגשמיות, צו קענען דאָרט זיצן און לערנען, מתוך התמדה רבה, און לויט די יעצטיגע פּלענער וועט די כולל אברכים בקרוב זיך אַריבער ציען צום בית המדרש החדש דקהל יטב לב – שכונות ראקוועל, וועלכע ווערט איצט הערליך פארענדיגט, און וועט בקרוב באַנייעט ווערן ברוב פאר והדר.
במשך דעם זמן האָט מען אַדורך געלערנט די שווערע מקצואות פון הלכות פּסח, און די קול התורה האָט אפגעהילכט פון אברכים ההוגים בתורה מתוך התמדה רבה ויגיעה, די חבורה איז נתנדב געווארן דורך הרבני הנגיד המפואר מו"ה בנימין ווייזער שליט"א, וזוגתו החשובה שתחי', לעילו נשמת זיין אומפארגעסליכע שווער, הרה"ח רבי אברהם אליהו פירטה בן הרה"ח יהודה ז"ל, וועלכע מען שטייט אצינד אינעם ערשטן יאָר לפטירתו.
עס דאַרף דערמאַנט ווערן לשבח ולתהילה, דער איבערגעגעבענע עסקן ואיש המעש, היושב באהלה של תורה, הרב ר' יהודה דוד לעפקאוויטש שליט"א בעמ"ס "סעודה כהלכתה", וועלכע שטייט אין שפּיץ פון די פולע אַקטיוועטעטן פונעם נייעם כולל, להגדיל תורה ולהאדירה.
די עסקנים פונעם כולל "תורה ויראה סאטמאר לעיקוואוד", זענען אין טעג עוסק אין פולע פעולות, אויסצוברייטערן דעם כולל בכמות ובאיכות, אויפן זמן הקיץ הבעל"ט, און ארויסצוברענגען נאך חשובה יונגעלייט, צו קענען מרחיב זיין די גבולים פון הרבצת התורה אין דעם נייעם אויפבליענדן ישוב, פאַראינטערעסירטע קענען זיך פארבינדען מיט'ן הנהלת הכולל אויף 347-709-0295, וכל הקודם זכה!
די כולל אברכים, האט בלי ספק אויפגעהויבן דעם רוחניות'דיגע ניוואָ, פון דעם גאנצען נייעם ישוב, אויף א שטאַפּל אַרויף, צו אויסשטייגען אַ הערליכע מקום תורה ויראה, ווי אברכי אנ"ש זענען מחנך די דורות העתידים, מיט אַ זעלטענע הרחבות הדעת און מנוחות הנפש, און עס איז די וואונטש אַז די אברכי הכולל זאלן טאקע אויסוואקסן און ווייטער קענען שטייגן בתורה והוראה, לשם ולתפארת ולתהלה, מתוך הרחבות הדעת, ומנוחות הנפש.
להגדיל תורה ולהאדירה!